כחא דהתירא עדיף - בוחר את הרע במיעוטו
53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5757
כחא דהתירא עדיף - בוחר את הרע במיעוטו
איך בין געווען די וואך ביי א היימישע דיין אינדערהיים און איך האב מיטגעהאלטן די פאלגענדע מעשה. א יונגערמאן האט אים געברענגט א שאלה זאגנדיג דערביי מיט א צובראכענע געמיט "זי דארף היינט נאכט גיין אין מקוה". דער דיין קוקט עס איבער פון אלע זייטן פאר עטליכע מינוט, דערנאך זאגט ער פאר דעם יונגערמאן אז ער וועט אים רופן אין אפאר שעה. דער דיין זאגט מיר אז בעצם איז אים קלאר אז ער קען נישט מתיר זיין די שאלה, אבער די פארפאלק האט שוין א לאנגע היסטאריע פון פלאגענישן אין די נושא און ער ווייסט אז אויב באקומט ער א נעגאטיווע ענטפער קען עס נוגע זיין אין שלום בית, חינוך הבנים און אולי אפילו מער ווי דעם רח"ל. פאר דעם האט ער נישט געגעבן דעם יונגערמאן א באלדיגע ענטפער ווייל ער מוז אויפקומען מיט עפעס אן עצה.
דער דיין איז געווארן פארטראכט פאר א פאר מינוט און פלוצלינג האט זיין פנים אויפגעשיינט. ער האט זיך דערמאנט אז אין אן אנדערע שטאט איז דא אן עלטערע רב וואס האט אמאל מתיר געווען אן ענליכע שאלה. ער הייבט אויף די טעלעפאן און רופט אן דעם רב, ער זאגט אים אז ער שיקט אים א שאלה מיט א מעסענדזשער (אויף זיינע אייגענע קאסטן), און ער לייגט צו אז עס איז גאר וויכטיג צו טרעפן א היתר דערויף יהיה מה שיהיה. וכך הוה, אפאר שעה שפעטער האט דער דיין גערופן דעם יונגערמאן און אים געגעבן די גוטע בשורה, צולייגענדיג אז די פרוי זאל בשום אופן נישט קוקן אויף קיין שום זאך וואס רירט צו יענער פלאץ כדי עס זאל נישט זיין נאך א שאלה.
עס איז מיר געווען א פליאה עצומה. קען מען דען אזוי טון מיט די תורה? אויב ער זעהט קלאר אז ס'אסור מעג ער פרעגן א צווייטע און נאך צולייגן א request פאר א היתר? מעג מען הייסן נישט קוקן? אבער בחסדי השם האט מיר דער אייבישטער מזמין געווען פונקט די וואך בתוך הלימודים אנצוטרעפן precedent פון צוויי ענליכע פעלער ביי פריערדיגע צדיקים וגאונים.
די ערשטע איז געווען א פאוסט וואס כ'האב פונקט אנגעטראפן אין די ספר הפנים. עס שטייט דארט אז ס'קומט פון א הספד על הרה"ג רבי אפרים גרינבלאט ז"ל, נדפס בעלון בסוד שיח.
פעם אחת בהיותי אצלו בביתו נאוה קודש במעמפיס, כששוחחנו בנושא אחד חמור באה"ע, בנושא אחד חמור, שאם היה אוסר היו צריכים חלילה זוג עם ילדים להתגרש. ואז אמר לי: כלל זה קיבלתי ממורי ורבי הרה"ג רבי משה פיינשטיין זצ"ל, יהא בידך - יש שאלות בהלכה שקודם כל עונים מותר, ואח"כ על הדיין לחקור ולמצוא היתר. כי אם נאסור, אז בדורנו ובפרט בארה"ב, היו צריכות מאות אלפי משפחות להתפרק. עכת"ד...
די צווייטע איז געווען א הערליכע דרוש פונעם הייליגן חתם סופר אין די דרשות אויף שבת שובה, בתוך הדברים זאגט ער דאס פאלגענדע:
חז"ל זאגן אז די אנשי כנה"ג האבן גע'שחט'ן דעם יצרא דע"ז. האבן זיי דען גענומען א מעסער און פיזיש צושניטן די האלז פון דעם יצרא דע"ז? זאגט דער חת"ס אז ווען די אידישע קינדער זענען אריינגעקומען אין א"י, די איינציגסטע שייכות וואס זיי האבן געהאט מיט די באשעפער איז געווען די שלש פעמים בשנה וואס מען האט עולה רגל געווען. זייערע שכנים די אמוריים האבן אבער געדינט זייערע ע"ז טאג טעגליך. די יודן האבן מקנא געווען די גוים און זיי האבן ליידער אויך אנגעהויבן צו דינען ע"ז.
ביז עס זענען געקומען די אידישע מלכים און האבן איין מאל פאר אלעמאל עוקר געווען אלע ע"ז פון ארץ ישראל. אבער זעהענדיג אז די אידישע קינדער לעכצן נאך א טעגליכע שייכות מיטן באשעפער האבן זיי געלאזט די אידן האבן במות, טראץ דעם וואס עס איז געווען אן איסור כרת פון קדשים בחוץ. די מלכים האבן בוחר געווען את הרע במיעוטו, ענדערש זאלן זיי עובר זיין אן איסור כרת, אבי זיי וועלן נישט דינען ע"ז. ביז עס זענען אנגעקומען די אנשי כנה"ג און זיי האבן מתקן געווען אז די אידן קענען האבן שייכות מיטן באשעפער ג' פעמים ביום דורך תפלה, און אזוי ארום האבן זיי נישט געדארפט מער די במות. עיי"ש באריכות. גיבט א קוק, דער הייליגער חת"ס, דער לוחם מלחמות השם אז מען טאר נישט משנה זיין קיין זיז כל שהוא פון מנהגי ישראל, האט אבער פארשטאנען אז אמאל קען זיין א פאל וואס מען מעג און מען דארף אפילו מתיר זיין איסורי כריתות פארן באשעפער'ס וועגן.
זענען דא נאך אזעלכע דוגמאות אין די היסטאריע פון כלל ישראל? כ'בין זיכער אז יא. וועלן מיר לאזן אנדערע מוסיף זיין נאך.
.
מיין גרעסטע חידוש אין די מעשה איז אז ס'איז נאך דא היינט אזעלכע דיינים
זייער שיין און באלערענדע מעשה. עס פרייט די הארץ אז עס איז נאך דא אזאלכע דיינים בתוכינו.
די מעשה וואס דו ברענגסט בשם הרה"ג רב גרינבלאט זי"ע איז יפה הדברים למי שאמרן וואס ווי באוואוסט איז ער געווען זייער א פראגמאטישער און נישט געזוכט צו באלעסטיגן יודן מיט חומרות ווען עס פעלט נישטאויס.
און די זעלבע מיט די הייליגע חתם סופר, וואס כאטש ס'דא וואס ווילן אים פעינטן אלץ א מחמיר און א תקיף, דער וואס קוקט אבער אריין אין די תשובות קען אמאל נשתומם ווערן פון די כוחא דהתירא וואס ער באנוצט זיך אפילו ביי גאר פארצוויגטע ענינים.
אזא מעשה איז אינטערעסאנט. אבער מ'זעהט אז אפילו גאר ראדיקאלע דיינים, אזעלכע וואס קענען זיך אינדענטפעצירן מיט די יושבי חושך, ווען ס'קומט צו עניני אישות און הלכות טהרה- זוכן זיי היתרים בחורין ובסדקין און קענען זיך פארלאזן אויף שטארקע קילות. ס'איז מיר אלס געוועהן אינטערעסאנט פארוואס.
בחורין ובסדקין...
מיין גרעסטע פלא איז אז דער דיין/יונגערמאן האבן געטון דעם גאנצן סומאטוכע אין פארנט פון הוגה'ס אויגן....
שמעקעדיגמיין גרעסטע פלא איז אז דער דיין/יונגערמאן האבן געטון דעם גאנצן סומאטוכע אין פארנט פון הוגה'ס אויגן....
נאך מער אינטערעסאנט איז אז די חתם סופר האט געשריבן דער געוואלדיגע חידוש פאר גאנץ כלל ישראל צו וויסן.
העלאו, תורה היא וללמוד אני צריך.
ס'איז מיר געליגן אין קאפ אז ס'געווען עפעס אזא אשכול און געטראפן
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1843">viewtopic.php?f=13&t=1843</a><!-- l -->
.
געווען לעצטענס א שיין ארטיקל אין מעלות איבער דער נודע ביהודה וואס האט מתיר געווען צו שעירן די בארד אום חול המועד ווייל נאך יום טוב וואלט עס שוין געקענט זיין א שיעור וואס איז אסור מדאורייתא.
אין מעלות גאר? דאס איז טאקע א חידוש
בעלזער חסידס'איז מיר געליגן אין קאפ אז ס'געווען עפעס אזא אשכול און געטראפן
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1843">viewtopic.php?f=13&t=1843</a><!-- l -->
.
יישר כח פארן צוצייכענען. גראדע דא גייט מען שוין א שטאפעל ווייטער ווי די שלה"ק. רבי משה זאגט אז בעת הצורך איז מען קודם מתיר און דערנאך איז מען ממציא די היתר מיט לומדות. די חת"ס זאגט אז אמאל קען מען מתיר זיין איסורי כריתות אלץ בוחר את הרע במיעוטו.
הוגהשמעקעדיגמיין גרעסטע פלא איז אז דער דיין/יונגערמאן האבן געטון דעם גאנצן סומאטוכע אין פארנט פון הוגה'ס אויגן....
נאך מער אינטערעסאנט איז אז די חתם סופר האט געשריבן דער געוואלדיגע חידוש פאר גאנץ כלל ישראל צו וויסן.
העלאו, תורה היא וללמוד אני צריך.
אודאי אזוי. דאס איז א הפלא'דיגע מעשה. מיט א געוואלדיגע מוסר השכל. איך האב נאר געזאגט א זייטיגע נאטיץ. מיין דיין וואלט מיר פארשיקט אין דער זייט בעפארן הענדלען אזא קעיס. אבער יתכן אז דו ביסט נאנט מיט יענעם און ער טראסט דיר מער.
איך בין באמת זייער נתפעל פון אזא דיין. און פון די סייעתא דשמיא צו אנטרעפן דעם חת"ס.
שמעקעדיגמיין גרעסטע פלא איז אז דער דיין/יונגערמאן האבן געטון דעם גאנצן סומאטוכע אין פארנט פון הוגה'ס אויגן....
הוגה נעמט יעצט שימוש.
הוגה,
איז דיין מעשה אמת אדער לא היה ולא נברא אלא משל?
איך קען נישט פארשטיין אזא ציור.
אויב האלט ער אז עס איז אסור, וויאזוי "טרעפט" א צווייטער אין אנדרע שטאט א היתר. אנלעסס ער ווייסט אז יענער צווייטער רב איז מתיר אזא קאליר, נו, איז דאך דאס שוין נישט "גטראפן" א היתר. דאס איז פשוט גשיקט צו א צווייטן רב. (אגב, דאס קען מען נאר טוהן בשעת אפילו דער ערשטער רב איז נישט זיכער אז עס איז אסור,)
ביטע קלעריפיי
משום איזה סיבה זענען די דיינים עפעס אויסען מתיר צו זיין ווען עס קומט צו די סארט שאלות, רוב דיינים וועלן קריכן אויף אלע פיר צו טרעפן היתרים,
איך ווייס נישט פארוואס אפשר האלט מען די שואלים פאר אזעלכע שוואכע נשמות אז טאמער וועט מען אים נישט מתיר זיין יאכלה באיסור? אדער מעג מען טראכטען הויך אז מען וויל ווערן א פאפולערע דיין און דאס איז די וועג [איך מיין נישט הוגה'ס דיין]
על כל פנים איך וואלט געוואלט זעהן די ליבעראליזם אויך אין אנדערע זאכן [ווי למשל בירט קאנטראל וואס איז נאר א השקפה פראבלעם און דארט ווערט מען עפעס פארהאקט און מען קען נישט טרעפן קיין היתר נאר טאמער די פרוי האלט שוין נאך 17 נערווען צוזאמענבראכן]
פשוט ווייל ביי כתמים, בדיקות, און עגונות איז אנגעקומען מיקל צו זיין, ס'איז א קונץ און מ'הייסט נישט קיין קל פארדעם, משא"כ אלע אנדערע מקצועות. די שאלה איז נאר פארוואס ס'געווארן אזוי.
פאר די וואס קענען די דאזיגע עניינים פון דער נאנט, איז דאס מעשים בכל יום.
רוב פון די שאלות אין די שבעה דנחמתא זענען בלויזע דרבנן שאלות. נישט אויף מזלזל צו זיין דערין, נאר אויב ווייסט מען פון א דיין וואס איז מתיר אין אזא פאל, זאגט מען נישט ארויס קיין פסק, כדי עס זאל נישט ווערן א פאל וואס איין דיין האט שוין גע'פסק'ענט און א צווייטער טאר שוין נישט איבערפסק'ענען, און מען שיקט עס אריבער צו יענער דיין וואס האט ברייטערע פלייצעס.
מען דארף וויסן, אז אין אזא פאל איז מען נישט קיין בדיעבד. א פרוי וואס טובל'ט זיך פון אזא מהלך איז לכתחילה שבלכתחילה, און אויב א מאן איז מחליט צו זיין א פרומער אויף זיין ווייב'ס חשבון איז ער עתיד ליתן את הדין סיי אויף די צער פון די קומענדיגע בדיקות פאר נאך 7 טעג, און סיי אויף די מניעת המצוה וואס זיי דארפן.
געווייסע דיינים האבן שוין געראטן טייל נשים אנצוטוהן בגדי צבעונין אפילו בימי ליבונה, כדי זי זאל נישט "זעהן" די כתמים, מראות, און שאלות. דאס איז אין אויסערארדענטליכע פעלער, אבער א דיין האט גענוג פלאץ ווי צו מאניוווערן ווען עס פעלט אויס.
אנדערע דיינים האבן שוין גע'עצה'ט פאר פרויען נאר בודק צו זיין איינמאהל א טאג, אינדערפרי, און נישט צוויי מאהל, כדי נישט מרבה צו זיין מיט שאלות, ספעציעל אויב די שאלות ווערן ווען די מקום הבדיקה איז סענסיטיוו.
--------
גרויסע דיינים זאגן אלץ נאך, אז דאס וואס מען זעהט פארשידענע פוסקים אז זיי האבן מחמיר געוועהן, איז עס ווייל זיי האבן נישט געטראגן דער עול פון פסק למעשה, נאר זענען געוועהן ראשי ישיבות, שיעורים זאגערס, מגידים, אדער תשובה שרייבערס. א דיין וואס פסק'ענט אויף למעשה האט א חוב און אן אחריות צו זוכן דער צד היותר קל.
בין איך דער איינציגסטער וואס טראכט אז דער אשכול באלאנגט נישט מלפני?
זעט אויס אז יא.
שמעקעדיגבין איך דער איינציגסטער וואס טראכט אז דער אשכול באלאנגט נישט מלפני?
ניין. עס באלאנגט נישט אין מאחורי. מסכת נדה ליגט אין ספרים שאנק אפענערהייט אין שטיבל. שלחן ערוך אבן העזר, יורה דעה חלק ב', אלעס ליגט אפענערהייט אין שוהל. די חתן שיעורים צעטעלאך, דאס ליגט אין נאכט שענקל. יענץ האלט מען אין מאחורי.
אם אין הבדלה - דעת מנין? מען דארף קענען מבדיל זיין.
המממ..... אזא בלארי ליין צווישן מלפנינו ומאחרינו. 😕
וואו קען איך קויפן דעת? אדער אפשר איז דא אויך גענוג א סעט נייע בעטעריס?
איך טראכט יעצט אזוי, און כ'מיין אז ס'איז אמת. ס'נישט נאר כתמים וואו מ'זעט די כוחא דהיתרא, נאר ביי אלע זאכן וואס מ'זעט שוין אן אויסגעטרויטענע וועג אין די פוסקים און שו"ת, זאל עס זיין מכירת חמץ, תערובות איסור, בשר בחלב, סת"ם, ואטו כי רוכלא, ביי אסאך זאכן זעט מען דיינים מאכן שמות און צירופים כדי מתיר צו זיין, נאר ביי נייע זאכן פון די לעצטע יארהונדערט, וואס די פריערדיגע פוסקים האבן נישט גערעדט דערפון, ביי דעם זעט מען אז היינטיגע דיינים זענען מחמיר, און דאס איז וועגן די נתקטנו הביצים כידוע, (שוין לאנג נישט גענוצט, כ'האב מיך געבענקט). קומט אויס אז די דיינים זענען נישט באמת מקיל, נאר גייען נאך פריערדיגע עסטעבלישט קולות, אבער זעלטן מ'זאל זען א דיין אויפקומען מיט א נייע קולא.
וועגן דעם ביי אלע נייע זאכן וואס מ'טרעפט נישט אין פריערדיגע תשובות, ב"ק, בגדי צניעות, (מ'זעט נישט קיין פריערדיגע תשובות אויסשמועסן וויפיל אינטשעס אונטער די קניען די שעסל ברויך אנקומען, אדער אויב די קראגן ביין דארף זיין צוגעדעקט), אינטערנעט, אלקטרי בשבת, ועוד, ביי דעם גייען די דיינים צו מער לחומרא. אבער אויב קוקט מען אן די זאך מיט די בליק, זעט מען אז די דיינים זענען נישט מחמיר אין ב"ק, נאר זיי האבן נישט קיין פריערדיגע קולות אויף וואס צו בויען, און אויב אזוי, דאס ביסל וואס זיי זענען יא מקיל איז שוין גרויסע קולות מצידם. נאכדערצו וואס אסאך האבן מורא צו באקומען א נאמען פון א קל, אזויווי ס'איז שוין געשען עטליכע מאל מיט דיינים וואס האבן געגעבן "צו גרינג" היתרים דערויף, זענען אפגעסטעמפעלט געווארן אלס קלים. ממילא פון איין זייט ווייסן זיי אז ע"פ הלכה איז קיין פראבלעם פאר א פרוי צו נעמען ב"ק, אבער פון די אנדערע זייט צוליב נתקטנו הביצים האבן זיי מורא פון די גאס צו געבן צו פיל היתרים, דערפאר געבן זיי עס נאר ווען זיי פילן ס'איז א מצב פון פקו"נ (אקעי נישט ממש), ווען זייער הארץ לאזט זיי נישט זאגן ניין.
איך מיין ס'האט עפעס אמת אין זיך, וואס זאגט עטס?
וואס איז אינטרעסאנט דא איז נישט דווקא די כוחא דהיתרא, און פארוואס אין געוויסע נושאים איז מען נוטה להתיר און אנדערע איז מען נוטה להחמיר. נאר די וועג וויאזוי מען איז קודם קובע וואס די פסק דארף זיין און דערנאך וואס איז די מקור דערצו. און זיך באנוצען מיט אזוינע מאדנע טריקס ווי רופען א צווייטער רב וואס איז מתיר אזוינע זאכען. ווען איינער פירט זיך אזוי אין געוויסע הלכות ברבים איז ער א רעפארמער אן אפיקורס וואס איז נישט מקבל אויף זיך עול תורה נאר בייגט די תורה צו זיינע רעיונות. און דערווייל טוהן אלע היימישע פרומסטע רבנים און דיינים פונקט די זעלבער זאך יעדער טאג.
שמעקעדיגהמממ..... אזא בלארי ליין צווישן מלפנינו ומאחרינו. 😕
וואו קען איך קויפן דעת? אדער אפשר איז דא אויך גענוג א סעט נייע בעטעריס?
המממ .... פאר דעת דארפסטו אריינגיין אין העמק דבר. (בין איך דער איינציגער?)
איך האב שטארק הנאה פון אזעלעכע רבנים ער טראכט נישט נאר פון זיין פאר פארשטינקענע דולר אבער אסאך אנדערע רבנים וואלטען געשיקט אזא שאלה צו א צווייטע רב
אויב מ'וואלט געקענט געבן א פינקטליכע מקור פאר די צוויי מראה מקורות וואלט עס געווען highly appreciated
איך בין זיך מצטרף לקריאת
@שמעקעדיג, אז מען זאל נישט אריינגיין אין די מאחורי ענינים דא, אבער נישט פאר די זעלבע סיבה ווי אים, איך באהאלט נישט מיין מסכת נדה און מיין יו"ד ח"ב, נאר פשוט עס איז אינגאנצן שלא מן הענין. עס איז מיר אינטערעסאנט ווי די עולם האט זיך אנגעכאפט דייקא אין די שוואכסטע פרט פון מיין ארטיקל, און פון די עיקר פרטים רעדט מען בכלל נישט. עס זעהט אויס כאילו מען האט עס נישט געליינט געהעריג.
@לעיקוואד בארירט יא עטוואס די נקודה העיקרית.
רבותי, די נושא דא איז נישט אויב דיינים זענען מחמיר אדער מקיל, און נישט זיך אפצורעדן אויף די סיסטעם. דא האב איך געברענגט פאר אייך צוויי געוואלדיגע חידושים אין יהדות הרבנות, וואס זענען היינטיגע צייטן כמעט גענצליך פארגעסן געווארן. 1) אז אין געוויסע נויטיגע פעלער איז מען קודם פוסק להתיר און מען פארלאזט זיך אז שפעטער וועט מען שוין טרעפן א וועג עס אריינקוועטשן אין די דין. 2) אז מען מוז אמאל מתיר זיין הארבע איסורים כדי צו ראטעווען פון אנדערע שווערערע עבירות.
שטעלט אייך פאר ווען א רב זאגט אז מען דארף היינטיגע טעג מער נישט האלטן די ז' נקיים כדי מען זאל נישט נכשל ווערן אין גילוי עריות. ממש דאס זאגט דאך די חת"ס. אבער קיינער ווייסט נישט דערפון היינט. ענדערש הערט מען היינט אז מען מוז זיך האלטן שטרענג על כל קוצו של יו"ד, איי עס וועט מעגליך ארויסקומען א מכשול, דאס איז נישט אונזער דאגה.
עס איז שוין עטליכע מאל אויסגעשמועסט געווארן אז ס'פעלט אונזערע רבנים די innovativeness וואס אמאליגע רבנים האבן געהאט. צוליב דעם האבן מיר נישט קיין לעהזונג צו די שווערע עגונה פראבלעם וכדומה.
אט דאס איז די נושא האשכול, די מסורה פון צופאסן הלכה צו אונזערע געברויכן.
@ככלי מלא בושה, כתבתי כבר לעיל, הסיפור עם רבי משה ז"ל נדפס בגליון "בסוד שיח", והחת"ס תמצא בדרשות על שבת שובה, הדרוש מתחיל בסוף דף כ"ו בדפוס המקורי.
.
איך האב באקומען די פאלגענדע אין אישי:
מיין פאטער איז א דיין, און ער האט מיך געהאט פארציילט אמאל. ער האט געהאט א מעשה אז א פרוי איז אריינגעקומען צו איהם מיט א שאלה, און איהם געבעטן מתיר זיין כדי זי זאל קענען גיין היינט נאכט, אויב נישט האט זי מורא אז איהר מאן וועט עס נישט קענען אויסהאלטן. אבער די שאלה האט נישט אויסגעזעהן ווי מען קען עס מתיר זיין.
מיין טאטע זאגט מיר אז ער האט געקענט דעם מאן און עס איז יש דברים בגו, האט ער גערופען א טעקסי געפארן צו הרב משה ניישלאס און פארציילט די מעשה און געגעבן די בדיקה. הרב משה זאגט איהם איין מינוט, ער איז ארויסגעגאנגען אינדרויסן ער קומט צוריק און זאגט איהם אז עס איז כשר.
האט איהם מיין טאטע געפרעגט צו ער קען ווייזן אויף וואס ארויף די היתר איז באזירט. קודם האט ער פראבירט צו זיך ארויסדרייען, מיין טאטע האט איהם געזאגט ער וויל וויסן הלכה למעשה. האט ער איהם גענטפערט בערך בזה הלשון: "א דיין דארף וויסן ווען מתיר צו זיין אפילו ווען עס זעט נישט אויס אז עס איז דא א היתר".
.
איך האב גענומען שימוש ביי עטליכע באקאנטע רבנים. (איך האב עס געטוהן ווייל איך האב זיך געוואלט משלים זיין אין דעם נושא, ווייל איך האב עס גוט געלערנט, נישט למען צו פסק'נען) כסדר פלעגט די רבנים זאגן לעת הצורך קען מען מקיל זיין. האב איך אים איינמאהל געפרעגט צו ער קען מיר זאגן די הגדרה פון לעת הצורך? האט ער מיר געענטפערט,'א אינגערמאן ביז די 35 איז אלעמאהל לעת הצורך'!!!
אין א געשפרעך (טשעט בלע"ז) מיט ידידי החכם בארזים הרב
@לעיקוואד האט זיך אנטוויקלט די פאלגענדע שמועס.
לעיקוואד: די מעשה פון ר' משה ניישלאס איז א פחד. ווען איך ווייס נישט ווען ווער די בעל העובדא איז וואלט איך געמיינט אז ער איז א געהעריגער רעפארמער. ואגב, זה מעלת המצב החסידי/הונגרי על הליטאי שאצל הליטאים מתאים לאברך להתווכח עם הרב ולשאול מנלן, ואצל החסידים הרב בעצם יכול להגיד מה שרוצה והכל קדוש.
הוגה: איך גלייב די מעשה, עס מאכט אסאך סענס. ס'האט נישט מיט רעפארם. דארפסט פארשטיין אז בעצם איז די גאנצע הלכות פון נדה גאנץ וואקעלדיג.
לעיקוואד: אבל אם יבוא היום רב ויסביר איך הכל דרבנן דדרבנן וכו', ועל סמך זה יקיל הרבה, יצעקו עליו עוד יותר, וכבר היה לעולמים. אני גם מאמין לסיפור הזה, וחושב שזה אפילו מעשים בכל יום כמעט. בקיצור, הוא התיר בלי שום מקור חוץ מהזקן הלבן שלו, כי "חשב" שכך ראוי. ובגלל שהאמינו לו זה עבד... הכי טוב להיות רב לעמארצים...
הוגה: די רעפארמער בייגן דאך ממש תורת משה, שבת ומילה וכדומה.
לעיקוואד: זה הבדל של כמות בלבד. ברור שזה משנה. אני רק מצביע על כך שביסוד אין הבדל.
הוגה: בעצם, לויט וואס איך האב געשריבן אין די ערשטע פאוסט אז די חת"ס האלט אז די מלכים האבן מתיר געווען די איסור כריתות פון קדשים בחוץ איז עס טאקע ממש ווי די רעפארמער.
לעיקוואד: אכן לא הבחנת כראוי בפוסט הראשון ששני הדוגמאות שלך הם בעצם יסודות שונים.
הוגה: כ'האב עס מבאר ומברר געווען אין א שפעטער'דיגע פאוסט.
לעיקוואד: הרי עם אותו הגיון נתיר את נדה בכלל, ווייל א רב דארף וויסען...
הוגה: איה"נ, וכך אני נוהג... 😂
לעיקוואד: ס'דא דא נאך א נקודה וואס איז די non transparency, ווי אזוי די זאך ארבייט. א לעיקוואד'ער יונגערמאן וואלט געפרעגט זיין ליטווישע רב וואו אין משנה ברורה עס שטייט וואס ער האט גע'פסק'נט, ס'שטייט דאך פארקערט וכו'. די אנדערע מאדעל איז אזוי ווי די צאנז'ער רב זאגט בשם זיין שווער אז ס'דא זאכן וואס מען דארף נישט זאגן פארוואס עס איז אסור, און די זעלבע זאך איז מיט זאכן וואס מען איז מתיר אן א טעם אדער מיט א טעם הכמוס. ביי רוב גדולי ישראל פון פריערדיגע דורות איז געווען פארהאנען אזעלכע מושגים ווי עבירה לשמה וכדומה. כל זמן וואס עס איז א secret - טעם הכמוס, קען עס ארבייטען. די רגע וואס די זאכן וועלן ארויסקומען אין פאבליק וועט עס נישט ארבייטן. וועגן דעם האט עס געארבייט ביי רבי משה ניישלאס, ווייל די רב האט געזאגט און מען פרעגט נישט קיין קשיות. אויב וואלט ער געווען א ליטוואק, אדער אויב עס וואלט געווען פאליטישע סיבות אזוי מען זעהט אין די בריוו הנ"ל בנוגע רבי חיים היילפרין, קען דאס נישט ארבייטן. עס קען נאר ארבייטן ביי א חסידישע רב/רבי וואו מען איז געוואוינט צו טראסטן בלינדערהייט, פארלאזנדיג זיך אז ער האט שוין עפעס א חשבון מיט די אייבישטער. היינט וויבאלד כמעט קיינער האט נישט אזא כח, די עולם פארלאנגט יא טרענספערינסי, מען דארף קענען אויפווייזן שחור ע"ג לבן, איז שווער אזוי צו פסק'נען.
והשתא דאתית להכא, דאס איז טאקע די חילוק צווישן רעפארם און ארטאדאקסיע. רעפארם האבן גענומען די אלע מושגים וואס דו האסט אזוי שטארק ליב, ווי למשל "עבירה לשמה" און "בוחר את הרע במיעוטו", זיי זאגן עס אפען, אונז וועלן מאכן די חשבונות, אונז קומט אויס אז היינטיגע צייטן דארף מען טון אזוי און אזוי. די ארטעדאקסישע רב וועט אבער קיינמאל זאגן ברבים אפיציעל אז דאס זענען זיינע סברות. (אויסער ביי געוויסע פעלער, לדוגמא גיין אין די כנסת וואס דארט האבן די גדולים אפיציעל גענוצט די "בוחר את הרע במיעוטו" תירוץ.) באופן כללי נוצט מען נישט אפיציעל די loopholes.
הוגה: דער אמת איז אז די וועג ווי אזוי דו לייגסט אראפ ארטאדאקסיע און רעפארם איז עס אינגאנצן צו די צוויי עקסטרעמע גבולות. בעצם האט רעפארם אין די בראשית יארן אויך געהאט גבולים נישט אלעס האט מען געקענט רעפארמירן. ארטאדאקסיע האט אויך געהאט גבולים, נישט מיט אלעס זענען זיי געווען אזוי "ארטאדאקסיש". אז מ'טראכט אריין, ס'דא א goal וואו מען וויל אנקומען מיט אידישקייט. די goal קען זיין דביקות בהשם, די עקזיסטענץ פון כלל ישראל אדער וואס אימער די ציל זאל נאר זיין. יעדער האט געהאט א חשבון און סטראקטשור ווי אזוי מ'וויל דערגרייכן די ציל. אבער אפילו מיט די שטארקע סטראקטשור זעהט מען אמאל אז כדי אנצוקומען צו די תכלית הנרצה פעלט אויס צו נעמען א shortcut אדער טוישן אביסל.
אויב אזוי וואס איז די חילוק צווישן ארטאדאקסיע און רעפארם? בעצם עקזיסטירט בכלל נישט אזא זאך ווי ארטאדאקסיע, ארטאדאקסיע איז נאר נולד געווארן נאך די רעפארם. מען האט געזעהן אז די פושעים בייגן די תורה צו זייערע באקוועמליכקייטן, האבן די פרומע אידן זיך דערקלערט "ארטאדאקסיש", די וואס זענען משעובד צום סטראקטשור און רירן זיך נישט דערפון קיין זיז כל שהוא, און די חת"ס איז געווען פון די הויפט פירער און champions פון ארטאדאקסיע. אבער בעצם ווייסן די ארטאדאקסן גאנץ גוט אז ס'מאכט זיך פעלער ווען כדי אנצוקומען צום ציל און כדי צו אנטהאלטן די המשכה פון כלל ישראל דארף מען נוצן shortcuts און נישט זיין אזוי ארטאדאקסיש. דער וואס נעמט ארטאדאקסיע הונדערט פראצענט literally איז א שוטה. די לעיקוואד'ער טרענספערינסי וואס דו דיסקוסירסט איז נישט די אידישע חתם סופר ארטאדאקסיע.
לעיקוואד: גערעכט.
די שאלה וואס בלייבט אונז איבער צו ponder'ן איז אויב עס איז דא א גבול ווי ווייט קען א רב בייגען די הלכה און נישט הייסן רעפארם. עס איז קלאר אז ארטאדאקסן היטן שבת און טהרת המשפחה בשעת וואס רעפארמער טוען דאס נישט. די גבול איז ערגעץ צווישן די צוויי עקסטרעמען. אויך איז אונז קלאר אז אויף געוויסע אופנים קען א רב מתיר זיין עס האסור און נאך אלץ ווערן פארעכנט פרום און ערליך. אבער עד היכן? וואו איז די גבול.
.
מורא'דיג מורא'דיג! מי יבא בסוד חכמים ונבונים?
.
לעיקוואד: גערעכט. די שאלה וואס בלייבט אונז איבער צו ponder'ן איז אויב עס איז דא א גבול ווי ווייט קען א רב בייגען די הלכה און נישט הייסן רעפארם. עס איז קלאר אז ארטאדאקסן היטן שבת און טהרת המשפחה בשעת וואס רעפארמער טוען דאס נישט. די גבול איז ערגעץ צווישן די צוויי עקסטרעמען. אויך איז אונז קלאר אז אויף געוויסע אופנים קען א רב מתיר זיין עס האסור און נאך אלץ ווערן פארעכנט פרום און ערליך. אבער עד היכן? וואו איז די גבול.
אז מ'ווייסט נישט דעם גבול, ווי אזוי קען מען בכלל אנהייבן ? אויב איז דא א גבול.
אדרבה, ילמדנו רבינו וואס איז דער גבול?
איך האב מורא אז אזויווי אסאך זאכען אין לעבן, האט דאס נישט קיין קלארער הגדרה און גבול, עס בלייבט תלוי בדעת המורה. און מען דארף נוצען די שכל בצירוף יראת שמיים צו וויסען.
קומט דאך אויס אז די ליטווישע זענן די איינציגע אמת'ע טרו-ארטהאדאקס...
היימישער ליטוואקקומט דאך אויס אז די ליטווישע זענן די איינציגע אמת'ע טרו-ארטהאדאקס...
לויט אונזער שמועס ביסטו גערעכט. אבער ס'נישט א מעלה מיט וואס מען קען זיך גרויס האלטן....
היימישע פריי דיך נישט אזוי
עין כאן ותמצא נחת וואס דיין הירא ר' משה פיינשטיין ז"ל האט געהאלטן וועגן מוטב שיהיו שוגגין. דאכט זיך דא זעט מען א שטיקל גבול . לעיקוואד האלטסט מיט? ס'איז א גאנצע סוגיא אין עירובין ווען מ'זאגט מוטב ווען נישט.
מאטי, די סוגיא פון מוטב שיהיו שוגגים איז א גוטע מראה מקום, ועיין גם הלכות יום כיפור שמבואר בזה. הגם איך ווייס נישט אויב עס קען קלאר מאכען די גאנצע נושא. עס זענען דא נאך פרטים און הלכות וואס מ'קען דא מצרף זיין, און איבער אלעס, רעדט מען דאך דא פון זאכען וואס שטיין נישט, איז וואס עס שטייט קען דאך זיין אלץ מוטב שיהיו שוגגים וכדומה. (רעפרענס יאנקל'ס ארטיקל וויאזוי גדולי ישראל שאפן איסורים לצורך השעה)
אינטרעסאנט טאקע צו באמערקען, עס זענען דא הלכות וואס זענען 'הלכה ואין מורין כן'. פרשיות וואס 'נקרא ולא מיתרגם', וכו'. וואס פון דעם וואס דאס שטייט למשל אין די גמרא זעהט מען אז די גמרא זעהט זיך נישט ווי א ספר פאר דער המון עם, נאר דאס איז אזא מין פריוואטע פלאץ ווי די תלמידי חכמים רעדן זיך צווישען זיך, דאס איז א סמך צו די נקודה פון נאן טרענספערענסי וואס איך רעד אין הוגה'ס טשעט. איך געדענק נישט ווי איך האב געזעהן דער הערה, אז דאס איז די סיבה פארוואס די גמרא ערלויבט זיך טרייבען שפאס און אוועקמאכען עמי הארצים, און אפילו חכמים צווישען זיך רעדן אמאל שלא בדרך כבוד, ווייל דאס איז אזא היימיש ארט געווען, אבער אוודאי אין די גאס בפני ההמון וואלטן זיי נישט אזוי גערעדט.
איז לעניינו, א הלכה ואין מורין כן שרייבט מען אין שולחן ערוך, איז דאך א סימן אז שולחן ערוך איז דער ספר פון הלכה נישט פון הוראה. די הוראה בלייבט תורה שבעל פה, און דאס איז די סוד, בלשון חז"ל מסתורין, וואס איך רעד דא.
פון תורה קען מען זיך נישט ריקן קיין זיז כל שהוא.
אבער ווען מען רעדט פון חומרות און גדרים, כל מורה הוראה יעשה בדעת ווי איין און ווי אויס. אזויווי איך האב אמאהל געהערט בשם אחד הגדולים, פארוואס הייסט א גדר (=חומרא/גזירה) גדר? ווייל געווענטליך א גדר האט א טיר, אויב עס האט נישט קיין טיר הייסט עס א כותל. ווען חז"ל/רבנים מאכן א גדר מוז עס האבן א טיר (loopwhole בלע"ז).
בנוגע מראות יעדער וואס האט גענומען שימוש וועט זאגן אז די מעשה פון רב ניישלאס איז זייער פארשטענדליך. ווייל די אופן וויאזוי די רבנים לערנן איז, אז עס איז דא אסאך צירופים מיט קולות וואס מען קען ניצן כדי לטהר אשה לבעלה במקום הצורך.
עס האט מיר פארציילט א איד אז איינמאהל פסח ביינאכט האט ער געהאט א שאלה וואס ער האט געברענגט פארן דעברעצינער רב ז"ל. ער קומט צו הויז בליל שימורים, די טיש איז געדעקט די רעבעצין זאגט אז ער איז געגאנגען צו ר' חזקאל ראט שליט"א. ווי עס איז נתברר געווארן אז ער האט געדארפט א קולא להתיר אשה לבעלה במקום צורך, וואס ער האט נישט געקענט. איז ער געגאנגן צו ר' חזקאל, וואס כידוע איז ער באקאנט מיט זיינע קולות.
עוד סיפור ממקור ראשון, אז מען האט געברעגט 20 שאלות וואס ר' חזקאל האט מטהר געוועהן פאר הגאון רב אלישיב ז"ל, וואס אויף אלע האט ער אוסר געוועהן. רב אלישיב האט געוואלט ארויס קומען מיט א קול קורא קעגן ר' חזקאל. הרב קרייזווירטא איז ספעציעל געפארן ראטעווען די מצב. האט הרב קרייזווירטא געפרעגט רב אלישיב,אויב איך זאג אייך אז די טשעבינער רב האט דאס מטהר געוועהן,וואלט איר אויך ארויס מיט א קול קורא קעגן די טשעבינער רב? פרעגט רב אלישיב, וואס די טשעבינער רב וואלט דאס מתיר געוועהן? האט רב קרייזווירטא נאכאמאהל געפרעגט צו ער וואלט ארויס מיט א קול קורא קעגן די טשיבינער רב. האט רב אלישיב געזאגט ניין! האט רב קרייזווירטא געזאגט ר' חזקאל איז א תלמיד מובהק פון די טשעבינער רב! און רב אלישיב האט נישט ארויס געגעבן די קול קורא!
ראש הישיבהפון תורה קען מען זיך נישט ריקן קיין זיז כל שהוא. אבער ווען מען רעדט פון חומרות און גדרים, כל מורה הוראה יעשה בדעת ווי איין און ווי אויס. אזויווי איך האב אמאהל געהערט בשם אחד הגדולים, פארוואס הייסט א גדר (=חומרא/גזירה) גדר? ווייל געווענטליך א גדר האט א טיר, אויב עס האט נישט קיין טיר הייסט עס א כותל. ווען חז"ל/רבנים מאכן א גדר מוז עס האבן א טיר (loophole בלע"ז).
אודאי קען מען זיף נישט רוקן פון די תורה קיין זיז כל שהוא. די שאלה איז אויב די תורה אליינס האט אריינגעלייגט א מעקיניזם וויאזוי מען זאל איר אליינס קענען בייגן. לדוגמא, קיינער האט נישט קיין רעכט צו מתיר זיין חילול שבת, אבער די תורה אליינס זאגט אונז אז פאר א חולה זאל מען יא, און פאר די צער פון א ציבור מעג מען אפשר על ידי נכרי וכודומה. די זעלבע איז מיט אסאך אנדערע loopholes וואס די תורה אליינס האט אונז געגעבן ווי בוחר את הרע במיעוטו, ביטולה היא קיומה, מוטב שיחלל שבת אחת וכדומה הרבה אופנים. די ריכטיגע "ארטאדאקסישע" תורה איז גארנישט clear cut. און די מנהיגי הדורות האבן דורכאויס די יארן גענוצט דער מהלך כדוגמה די מלכים ע"פ החת"ס הנ"ל.
ראש הישיבהפון תורה קען מען זיך נישט ריקן קיין זיז כל שהוא.
אבער ווען מען רעדט פון חומרות און גדרים, כל מורה הוראה יעשה בדעת ווי איין און ווי אויס. אזויווי איך האב אמאהל געהערט בשם אחד הגדולים, פארוואס הייסט א גדר (=חומרא/גזירה) גדר? ווייל געווענטליך א גדר האט א טיר, אויב עס האט נישט קיין טיר הייסט עס א כותל. ווען חז"ל/רבנים מאכן א גדר מוז עס האבן א טיר (loopwhole בלע"ז).
בנוגע מראות יעדער וואס האט גענומען שימוש וועט זאגן אז די מעשה פון רב ניישלאס איז זייער פארשטענדליך. ווייל די אופן וויאזוי די רבנים לערנן איז, אז עס איז דא אסאך צירופים מיט קולות וואס מען קען ניצן כדי לטהר אשה לבעלה במקום הצורך.
עס האט מיר פארציילט א איד אז איינמאהל פסח ביינאכט האט ער געהאט א שאלה וואס ער האט געברענגט פארן דעברעצינער רב ז"ל. ער קומט צו הויז בליל שימורים, די טיש איז געדעקט די רעבעצין זאגט אז ער איז געגאנגען צו ר' חזקאל ראט שליט"א. ווי עס איז נתברר געווארן אז ער האט געדארפט א קולא להתיר אשה לבעלה במקום צורך, וואס ער האט נישט געקענט. איז ער געגאנגן צו ר' חזקאל, וואס כידוע איז ער באקאנט מיט זיינע קולות.
עוד סיפור ממקור ראשון, אז מען האט געברעגט 20 שאלות וואס ר' חזקאל האט מטהר געוועהן פאר הגאון רב אלישיב ז"ל, וואס אויף אלע האט ער אוסר געוועהן. רב אלישיב האט געוואלט ארויס קומען מיט א קול קורא קעגן ר' חזקאל. הרב קרייזווירטא איז ספעציעל געפארן ראטעווען די מצב. האט הרב קרייזווירטא געפרעגט רב אלישיב,אויב איך זאג אייך אז די טשעבינער רב האט דאס מטהר געוועהן,וואלט איר אויך ארויס מיט א קול קורא קעגן די טשעבינער רב? פרעגט רב אלישיב, וואס די טשעבינער רב וואלט דאס מתיר געוועהן? האט רב קרייזווירטא נאכאמאהל געפרעגט צו ער וואלט ארויס מיט א קול קורא קעגן די טשיבינער רב. האט רב אלישיב געזאגט ניין! האט רב קרייזווירטא געזאגט ר' חזקאל איז א תלמיד מובהק פון די טשעבינער רב! און רב אלישיב האט נישט ארויס געגעבן די קול קורא!
איך וויל עפנען אן אשכול אין מאחורי מיטן נאמן "ככל אשר אני מראה אותך", פאר די אלע וועלכע פארמאגן סקעננערס. און דערנאך זאל מען איבערגעבן דעם פיינעל פסק פון דעם דיין.
ווער עס האלט פון די איידיע זאל מיר גיבן א לייק.
היימישער ליטוואק
איך וויל עפנען אן אשכול אין מאחורי מיטן נאמן "ככל אשר אני מראה אותך", פאר די אלע וועלכע פארמאגן סקעננערס. און דערנאך זאל מען איבערגעבן דעם פיינעל פסק פון דעם דיין.
ווער עס האלט פון די איידיע זאל מיר גיבן א לייק.
איך בין מוכן צו זיין די דיין!
איך בין גרייט צו פאסטן מיין היתר הוראה. פארשטייט זיך בעילום שם. 🙂
די סקענערס קענען שמוציג ווערן..
נישט קיין וויץ, מען האט שוין געהאט אמאל געשמועסט פון שיקן שאלות אויפן בלעקבערי (היינט איז עס אייפאון/ענדרויד), אבער עס איז קלאר אז דער קעמרע נעמט נישט א בילד פונעם פונקטליכן קאליר וואס טוישט אינגאנצן די שאלה.
lll
אינטערסאנט צו באמערקן , אז אין ליקוואד זענען רוב גרויסע דיינים תלמידים פון ר' יחזקאל ראטה אין דעם מקצוע . און די אנדערע וואס האבן פון ר' משה פיינשטיין און ר' משה ניישלאס האבן ווייניגער שואלים ...
פאראיאר איז געווען א גרויסע טומל אין א"י מיט חשובע דיינים וואס חשובע יונגלייט האבן זיי געכאפט לטענתם מיט גראבע טעותים!
שמעקעדיגדי סקענערס קענען שמוציג ווערן..
נישט קיין וויץ, מען האט שוין געהאט אמאל געשמועסט פון שיקן שאלות אויפן בלעקבערי (היינט איז עס אייפאון/ענדרויד), אבער עס איז קלאר אז דער קעמרע נעמט נישט א בילד פונעם פונקטליכן קאליר וואס טוישט אינגאנצן די שאלה.
א עלאקטאראניש אויג קען בעסער זעהן קאלירן ווי א מענטשליך אויג, די עצה איז פשוט צו סקענען טויזענטער מראה'ס און פראגראמירן די קאמפיוטער זאל אליין קענען זאגן על טהור טהור ועל טמא טמא, און מען וועט אראפנעמען די ארבעט פון די רבנים זיי זאלן זיך קענען מער אפגעבן מיט אנדערע זאכן [גיין אויף חתונות וכדומה]
הערה: אויב איך געדענק גוט איז יא ארויס א בריעף פון הרב אלישיב אנטקעגן ר' חזקאל, און ער האט צוריקגענטפערט. איך האב נישט פאר זיך די דאקומענטען. והבקיאים יציינו.
אבער דאס אלץ איז אן עקסטערע נושא, נישט דער נקודה פון דער אשכול.
אויש אבער גיין אויף חתונות פראדאצירט מער מראות..
איך אויךאויש אבער גיין אויף חתונות פראדאצירט מער מראות..
ס'ווענד זיך ביי וועמען ודו"ק
זאגסט אז געוויסע קאפלס האבן נישט קיין מראות ,האביך נישט געוויסט דערפון.
המטורף הרב נחום ראזענבערג רב המקוואות ובעמ"ח אש יצאה מחשבון האט שוין געוואלט מאכן אזא מאשין וואס זאל זיין פראגראמירט צו דערקענען כל'ערליי מראות לויט אלע שיטות שוין פאר צוואנציג יאר צוריק אזוי ווי ער שרייבט בקונטרס הנ"ל נאר רבנים האבן צו אים געטענה'ט אז די מראות דארף דוקא געזעהן ווערן דורך א מענטשליך אויג, איך מיין היות ס'שטעלט זיך שוין היינט ארויס אז די רבנים זענען די גרעסטע נואפים איז די העכסטע צייט ער זאל זיך אריינפייפן און פאראויס גיין מיטן פלאן.
דרך אגב, הגאון מגדולי המורים הרב מטעפליק ז"ל האט זייער מיקל געווען און מראות און האט אזוי מדריך געווען די אלע וואס האבן גענומען שימוש ביי אים, איינע פון די וואס האבן גענומען התרת הוראה ביי אים איז הרב יחזקאל ראטה וואס פירט זיך אויך מיקל צו זיין אין מראות אנגעבליך לויט די אנווייזונגען פון טעפליקער רב.