וויזוי קען איך אויפקלערען דעם עולם, וויזוי ??!!
42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5756
וויזוי קען איך אויפקלערען דעם עולם, וויזוי ??!!
כ'זיץ זיך דא ביים מיין 23 אינטשיגען סקרין, ס'איז א ווינטערדיגען מוצאי שבת, די בילקעס אויף מלווה מלכה ווארעמען זיך שוין אינעם אויווען, און ס'הארץ טוט מיר וויי, ס'ווילט זיך מיר וויינען, האלוואי וואלט איך געקענט וויינען ווען איך וויל אין וויפעל איך וויל, כ'וואלט געוויינט יעדען טאג א פאר שעה על שבר בת עמי,
ס'דא אזוי פיהל אויף וואס צי וויינען, אבער יעצט איז מיר אויפען געדאנק די ענין פין וואקסינס אין סייקאו דראגס אין אנדערע סם המות'ן מיט וואס די מענטשהייט ווערט געשטאפט,
כ'האב געשריבען אין א אנדערען אשכול איבער דעם, און אזוי ווי כ'האב מיר פארגעשטעלט האב איך באקומען בושות, איינער האט מיר געשלעפט די שטריימעל ביי שאלעשידעס (נישט ממש כ'שרייב משלים), דער צווייטער האט מיר אנגעגאסען מיט פיש זאפט, דער הצלה מעמבער האט געזאגט אזוי וויכטיג מאכעריש אז וואקסינס איז זייער וויכטיג, אבער כמעט אלע האבען מסכים געווען אז כ'בין נישט גערעכט,
אין כ'וועל אייך זאגען דעם אמת, ס'באדערט מיר נישט די בושות, איי קאדענט קעיר לעס, אבער ס'באדערט מיר ווי מענטשען גלייבען בלינדערהייט אין די בא'קיטל'טע דאקטורים, און די זעלבע צייט ווען עכ"פ דא אין שטיבל ווען א רב וואלט עפעס געזאגט וואלט מען עס נישט אזוי שנעל אנגענומען פאר קודם זעהן צי ער ווייסט וואס ער רעדט און צי ער שטאמט פין אידען,
יעצט פארשטייט זיך איך קען נישט פארלאנגען אז מען זאל מיר גלייבען אויפען ווארט, פארוואס זאל מען עפעס אננעמען אלעס וואס עפעס איינער וואס באהאלט זיך אונטער א ניק זאגט, אבער די זיכערקייט אז כ'בין נישט גערעכט, דאס פארשטיי איך נישט, קינד אין קייט נאך אין די פעמפער'ס זיך נאכשלעפענדיג די מאמע'ס פארטוך מיט א בערעלע אין די הענט אין א באטי אין די אנדערע "ווייסט" שוין אז איך ווייס נישט וואס כ'רעד,
אטע דאס באדערט מיר (קרעדיט יחצאל - יוסף שפיל), פין ווי ווייסען זיי נאך פאר וואס ווען ווי, אז איך ווייס נישט וואס איך רעד, אפשער איז יש דברים בגוי, אפשער איז די מצב אין דעי ענינים נישט אזוי עולם התיקון ווי מען וואלט געוואלט גלייבען, אין אפשער גאר איז די מצב אסאך ערגער ווי איי איי איי,
איך טוה שוין מסתם בערך צען יאר אין דעי ענינים, כ'האב שוין אסאך אסאך געהערט אין געליינט וועגען דעם, אין פערזענליך בין איך קאנווינסט אז ס'איז א שרעקליכע פראבלעם נאך אסאך ערגער פין וויפעל איך ווייס, כ'האלט אז וויפעל איך ווייס איז נאך דא אסאך מער צי וויסען, ס'דא אסאך וואס איז באהאלטען אונטער די קארפעט אין אונטער די שאנק,
[פאר כ'שרייב ווייטער, זאל קיינער נישט טראכטען אז כ'האב א נגיעה, ניין, ב"ה מיינע קינדער זענען געזונט אין שטארק,]
אין כ'זעה ווי ס'נעבעך דא אזוי פיהל פראבלעמען ביי אידישע קינדער (ביי גוים אויך, אבער כ'רעד פין אידען יעצט) ס'טוט מיר וויי דאס הארץ, אויטיזעם פעלער וואס ציברעכט גאנצעטע משפחות, כל מיני דיסאביליטיס ביי קינדערלאך, אין אזוי ווייטער, עיני עיני יורדה מים, ס'טוט מיר וויי דאס הארץ פאר מיינע ברודערלעך, כ'וואלט געוואלט זעהן אלע אידישע קינדער גליקליך אין ציפרידען, אוי ווי כ'וואלט געוואלט, אוי טאטע זיסער,
ס'דא ארגעניזאציעס פאר קראנקע קינדער, זיי טוען צי העלפען די קינדער מיט די משפחות, אבער חלילה צי טראכטען פין וואס די פראבלעמען קומען, פארוואס די אוטיזעם פעלער זענען שרעקליך געשפרונגען אין די לעצטע פיפציג יאר, למה ? פארוואס?, ניין דאס טאר מען נישט פרעגען, מען ברויך צי גלייבען אז ס'איז עפעס א קללה פין פוטיפר'ס טאטע ספעציעל פאר דעם דור,
קאם אן, נאכאמאל קאם אןןןןןןן, יעדע עפעקט האט א קאוז (cause), גארנישט געשעהט נישט פארגארנישט, ס'דא א סיבה פאר די מגיפה פין כל מיני קרענק וואס איז היינט מער ווי אמאל, ווי דייעביטיס, קענסער, הויעך בלוט דרוק, וכו' וכו' , קרענק וואס איז אין די לעצטע פיפציג יאר געוואקסען מיט אויסטערלישע פראצענטען, אפשער איז צייט זיך צי אויפוועקען אין אנהייבען טראכטען וואס קען זיין די סיבה דערפין, מענטשען לעבען טאקע לענגער, אבער די קוואליטי אףף לייוו איז אסאך ערגער, מענטשען זענען קראנק אין שוואך, מיט די נשמה אויף די שפיץ נאז און שרייען אז הא הא היינט לעבט מען לענגער ווי אמאל , נישטא ווער זאל לאכען,
אזוי פיהל מענטשען העכער די זעכציג טראגען זיך ארום מיט א בארג מעדיקאמענטען וואס מאכט עים מער קראנק ווי געזונט, אבער פרעגען אפשער איז דער דאקטער אביסעל פאריקט ? חלילה וחס, אבער יא דער דאקטער איז פאריקט, לאו דוקא אין פערזענליכען לעבען אין יא אין זיין פראפעסיאנאלע לעבען, די סייענס מיט וואס די מעדיקעל עסטעבלישמענט פארט איז לאו דוקא די ריכטיגע, זייער אסאך מאל פארען זיי נישט גוט, ספעציעל ווען ס'איז אריינגעמישט אזאלכע סארט נגיעות ווי למשל "ביליאנען" אין אזוי אויך אנדערע נגיעות וואס כ'גיי נישט יעצט שרייבען,
עכ"פ, ואילו ווען ס'ווען נישט די בלוט פין מיינע אידישע ברודער אין שוועסטער, החרשתי, אבער כי נמכר עמי להשמיד להרוג ולאבד, און וועגען דעם בעט איך נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי, ס'זאל זיך שוין עפענען די אויגען פין מיינע ברודערלעך אין שוועסטער צי זעהן וואס גייט פאר, ס'גיסט זיך בלוט אויף אלע גאסען ואין איש שם על לב, האלוואי וואלט איך נישט געווען גערעכט, אבער וואס זאלעך טוהן אז ס'נאך לכאורה ערגער פין וויפעל איך ווייס, ווען מ'הייבט אביסעל אן צי טוהן אין דעי נושאים ווערט מען אויפגעציטערט, אין מען טראכט ווער ווייסט וואס נאך ס'גייט פאר אונטערען טיש,
שוין גיימער גיין ציגרייטען ס'מלוה מלכה, אין ברודער'לעך טייערע כ'ווייס אז ס'געשמאק אין פאפולער צי טרייבען שפאס ווען איינער שרייבט אזוי ווי איך, אבער אפשער, נאר אפשער, בין איך איין פראצענט גערעכט,
אין ממילא חמול על עוללנו וטפינו, דאס איז היינט א פליכט פין יעדע טאטע אין מאמע צי אליינס מברר זיין וואס איז גוט פאר זייערע קינדער נישט גלייבען קיינעם וואס שטעלט זיך אהער מיט א ווייסע קיטל אין טענה'ט אז ער ווייסט וואס ער רעדט, ניין, יעדע טאטע אין מאמע דארף אליינס אדורעך טוהן די זאך מיט א ווילען צי דערגיין דעם אמת, דאס קומט פאר אלעס אנדרעש,
וה' הטוב ירחם על פליטת עמו, אין האטס מיר א גוטע וואך
ביזטו דער וואס פלעגט שטייט מיט א טישל אינדרויסען פון שומר שבת אין פארקויפן ביכער איבער וועקסינס?
חזקיהו, כ'שפיר דיין ווייטאג, דו דארפסט אבער פארשטיין אז נאכ'ן שרייבן
אזא מאמר זענען דיינע שאנסן גאנץ קליין...
אעפ"כ האב איך בקבלה אז עס איז נישט קיין חילוק ווער עס זאגט און וואס ער זאגט, אלעמאהל דארף מען אנהייבן פון אלף און גיין שטייטליך, דו קענסט נישט אריינווארפן יעדע שטיק צייט מסקנות פון דיין צעהן יאהריגע ריסערטש, שרייב אפ א מאמר פון אנפאנג, מיט הארטע באווייזן, וועלן מיר זעהן וואס גייט פאר.
ווי אזוי שלעפסטו דיין 23 אינטש סקרין אריין אין טוילעט?
אויב וואקסינען העלפט אז מ'זאל נישט גלייבן יעדע קאנסיפירעסי דיינו. איך וואלט געוואלט וויסן וועלכע דראג מאכט דיר טראכטן אז אמעריקע האט דורכגעפירט 911 אד"ג? טאלק אבואט ביאינג סייקאטיק.
חזקיה פרעגט באמת א ווייטאגליכע שאלה. אפגעזען אויב זיינע שיטות זענען ריכטיג אדער נישט, איז ער איבערצייגט אין זיי, און ער וויל וויסן ווי אזוי מען קען אויפקלערן מענטשן איבער א זאך וואס איז אנגענומען אלס דברי אלקים חיים און יעדער וואס איז נאר מטיל ספק דערין איז אויטאמאטיש באטיטלט אלס א נאר אדער משוגענער.
אין מיין עקספיריענס האב איך געזען אז עס ארבעט קיינמאל נישט אנצוהייבן מיט די מסקנא און שפעטער ברענגען באווייזן, ווייל דעמאלט האט מען פארלוירן דעם דעבאטע גלייך ביים אנהייב. יענער וועט שוין אפילו נישט הערן וואס דו זאגסט. די בעסטע וועג איז בכלל נישט ארויסצושטעלן א שיטה, נאר סתם פרובירן אריינצואווארפן לעכער אין יענעמ'ס זיכערע מסקנות און ארגומענטן. למשל:
- אלע שטודיעס באשטעטיגן אז וואקסינען האבן נישט קיין שום ריסקס!
- פון וואנעט ווייסטו? וועלכע שטודיעס האסטו געליינט?
- יעדער איינער ווייסט אז מיט מעדיצין קען מען אויסהיילן יעדע סארט מענטאל דיסארדער!
- גראדע איז לעצטנס ארויסגעקומען א בוך וואס ווייזט אויף אז אנטי דעפרעסענטס זענען בכלל נישט אזוי ווירקזאם ווי מ'האט אמאל געמיינט.
אויף אזא אופן פילט זיך נישט יענער אטאקירט, און ער וועט גרינגער הערן וואס מען זאגט.
הצלחה!
יאיר האסט א פוינט, אבער פין די צווייטע זייט האב געזעהן דורעך די יארען אז ברענגען באווייזען איז אויך נישט קיין וועג וואס ארבעט גוט, די סיבה פאר וואס א גרויס חלק עולם גלייבען וואס זיי גלייבען איז נישט וועגען א מאנגעל אין באווייזען, ס'איז עפעס אזא איינגעווארצעלטע אמונה וואס מען ווערט פשוט באמת ברוגז ווען איינער דערווייגט זיך צי זאגען מיט א זיכערקייט פארקערט,
ס'איז עפעס מער ווי א ראציאנאלע שיטה, ס'איז א גלויבונג, אזא מאדנע אמונה טפילה, דוק ותשכח,
פארקערט, כ'האב באמערקט אז אמאל ארבעט די וועג פין שיסען א מסקנא מיט א זיכערקייט, בעסער ווי אנציהייבען מיט קאמפליצירטע באווייזען וואס רוב האבען אפילו נישט קיין נערווען צי ליינען, ווייל ס'שאקעלט אויף די געפיהל ווען מען זעהט אז איינער קען אזוי שטארק האלטען פארקערט, אין די שורש פין די פראבלעם איז אין די געפיהל, ס'איז נישט ראציאנעל,
קוק אין דעם אשכול וויפעל כ'בין שוין אטאקירט געווארען, אין דאס איז שוין נאכדען וואס כ'האב מיר פרובירט צי פראטעקטען מיטען שרייבען אינעם ארטיקעל אז ס'מאכט מיר בושות, וואס פסיכאלאגיש דארף דאס העלפען אז כ'זאל נישט חאפען אזוי פיהל בושות,
בעליוו מי, די גאנצע מעשה איז א אמונה טפילה געפירט דורעך'ען ס"מ, ס'האט גאר קנאפ מיט שכל, רוב מענטשען הייבען נישט אן צי וויסען בחייכון וועגען וואקסינס דאך זענען זיי גאר שטארקע שטיצער דערפין, אין רוב וואס וואס ווייסען מער דערפין זענען קעגען וואקסינס ...
חזקיהו כבין נייגעריג וואס איר האלט וועגן האמאפעטיק רעמעדיעס?
חזקיה, איך הער זאגן אז די ווירוסן וואס גייען ארום אויף די אינטערנעט לעצטנס קומען פון יענע חברה, איז דאס ריכטיג?
sefishאויב וואקסינען העלפט אז מ'זאל נישט גלייבן יעדע קאנסיפירעסי דיינו. איך וואלט געוואלט וויסן וועלכע דראג מאכט דיר טראכטן אז אמעריקע האט דורכגעפירט 911 אד"ג? טאלק אבואט ביאינג סייקאטיק תלוש איינער.
איך האב געזאגט אז אמעריקא האט עס געטוהן ?! איך ווייס נישט ווער ס'האט עס געטוהן, וואס כ'ווייס איז אז די אפיציעלע מעשה איז א באבע מעשה, ס'דא א מעידזשער קאוועראפ, פארוואס אין פארווען, קען מען שוין זאגען סברות, אבער ווען מען קוקט אויף די פאקטען זעהט מען גלייך אז די אפיציעלע סטארי איז א האלבע מעשה, אין די אנדערע האלב איז א קאוועראפ, פארוואס, כ'ווייס נישט, ווער האט עס געטוהן אין פארוואס . כ'ווייס נישט אויף זיכער,
די ביסט דער וואס ווייסט זיכער אלעס אן קיין ספיקות, איך ווייס נישט, כ'ווייס איין זאך אז כ'קויף נישט אפ קיין קרעפ, באלאני זאלען זיי פארקויפען פאר א צווייטען, די ווילסט זיי גלייבען אויפען ווארט, ס'איז דיין גאט געגעבענע רעכט, אבער שריי נישט אויף מיר תלוש ווייל כ'ווארף דיר באלד א אייער אין פרצוף אריין ..... 😞
יאירחזקיה, איך הער זאגן אז די ווירוסן וואס גייען ארום אויף די אינטערנעט לעצטנס קומען פון יענע חברה, איז דאס ריכטיג?
כ'ווייס נישט, כ'האב אפילו נישט געוויסט אז ס'דרייט זיך עפעס ספעציעלע קאמפיוטער וויירוסען לעצטענס ארום,
וואס איז בכלל דיין מיינונג אויף טעכנאלאגיע? מ'זעט ממש ווי מ'איז אריינגעטון דערין ראשו ורובו. דאס איז גאר א שלעכטע סימן. מ'קען זיך נישט אויפוועקן אויף אזא אופן.
חזקיהו המלך
די ביסט דער וואס ווייסט זיכער אלעס אן קיין ספיקות, איך ווייס נישט, כ'ווייס איין זאך אז כ'קויף נישט אפ קיין קרעפ, באלאני זאלען זיי פארקויפען פאר א צווייטען, די ווילסט זיי גלייבען אויפען ווארט, ס'איז דיין גאט געגעבענע רעכט, אבער שריי נישט אויף מיר תלוש ווייל כ'ווארף דיר באלד א אייער אין פרצוף אריין ..... 😞
מאך זיכער ס'איז אן ארגאניק אייער 😁
ר' חזקיהו, צינעם אביסל די זאך דא.
דער עולם איז נישט סתם נאריש אין מען גלייבט "סתם אזוי". נאר וואס דען? מען הערט אלע שרעקעדיגע קרענקען וואס קענען חלילה ארויסקימען אויב מען נעמט נישט, נעמט מען!
אויב די ווילסט אויפקלערן דעם עולם דא דארפסטו טאקע "אויפקלערן" נישט וויינען אויפן חרבן.
הייב אן ציביסלעך איעדע וואקסין צינעם די זאך וואס דער זאגט וואס יענער זאגט אין אזוי ווייטער.
נו נו, אי"ה,
אין מסתם ווען עס טאקע האבען א ניצען פאר געוויסע,
אבער כ'בין כמעט זיכער אז ס'וועלען זיין די וואס וועלען לאכען פין מיר אין די פויסטען, נישט קיין חילוק וויפעל לאגיק ס'וועט זיין אין די ווערטער, אין מסתם אנדערע וועלען פרובירען מיר אפפרעגען מיט אלע קרומע סברות וואס מען קען נאר טרעפען, אבער איי געס ס'איז פארט אףף דע געים,
אן אמתער חוצפעניאק דערשרעקט זיך נישט פון יענעמס געלעכטער אין די פויסטען, ואל יבוש מפני המלעיגים איז געזאגט געווארן פאר יעדן איד, און אודאי דארף א מחוצף זיך באנוצן דערמיט לעת הצורך.
שמעקעדיגאן אמתער חוצפעניאק דערשרעקט זיך נישט פון יענעמס געלעכטער אין די פויסטען, ואל יבוש מפני המלעיגים איז געזאגט געווארן פאר יעדן איד, און אודאי דארף א מחוצף זיך באנוצן דערמיט לעת הצורך.
גערעכט
אויב האט דיין וואקסינען מערכה אזויפיל האפט ווי דיינע איבערצייגענדע פאקטן לגבי 9/11 איז באמת א שאד די צייט.
קאנספיראציע טעאריקער וועלן אפירקראצן יעדע נאריש שטיקל אינפארמאציע און בויען דערויף תילי תילים של פרידאם טאוערס, און ציען פאראלעלן צו זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות מיט די מציאות.
למשל די קשיא איבער די פליגלען פון די פליגער אינעם פענטעגאן ווייזט אז די מענטשן האבן קיין השגה אין בעיסיק פיזיקס, אבער מען טרואימפירט מיט די פאקט, און דאס נוצט מען אלס אן הנחה אויפן קאווער אפ, און פון דארט ביז אונטערלייגן אויפרייס מאטריאל אויף צוויי הונדערט צוואנציג עיקער שטח (יעדע שטאק איז גרויס געווען אן עיקער, סך הכל צווישן ביידע בנינים איז געווען צוויי הונדערט צוואנציג שטאק) און קיינער זאל נישט וויסן איז אזוי גרינג ווי טרינקען פלארייד וואסער
,חזקיהו
הער אויף וויינען און ענטפער ביטע אויף דער קשיא,
די פרעגסט פארוואס האבען היינט מענטשען דייעביטיס און הויכע בלוט דרוק, די זאגסט די ווייסט פארוואס, אבער די שרייבסט נישט פארוואס. פארוואס?
כ'וועל דיר זאגען פארוואס. ווייל א דאנק די פארשאלטענע מעדיצינען, טאקע צוליב זיי האבען היינט מענטשען מערערע מחלות, אין פאקט, רובא דרובא מחלות וואס מענטשען האבען, זענען א דירעקטע ריזאלטאט ווייל מען נעמט אזויפיל מעדיצינען.
ווען זיי הערען אויף נעמען די מעדיצינען, וואלטען אלע מחלות אוועק געגאנגען, און מיט זיך מיטגענומען די נשמה.
אמאהל האט מען געלעבט ביז די זעכציג, פינף און זעכציג, און זיי זענען טאקע נישט געוועהן קראנק, טאמער יא, זענען זיי געשטארבען.
ביטע ענטפער אפ אויף דעם.
ס'זייער מעגליך אז אין די וואקסינען זענען אריינגעמישט טרענס פעט מיט קארן צוקער ווייל ווי רב מייזליש האט אנטעדקט איז דאס די איינציגסטע סיבה פאר די אלע היינטיגע מחלות, אויב יא דארף מען פשוט טוישן די רעסעפי אין אנשטאט דעם אריינלייגן שמאלץ מיט פעטע מילך והכל על מקומו יבא בשלום.
די ערשטע תנאי צו קענען אויפקלערן א צווייטען איז צו זיין 100% זיכער ביי זיך זלעבסט.
לדעתי, זעהט מיר נישט אויס אז דו האלסט באמת באמת אז מ'האנדלט דא פון א פסיק רישיה.
איחוד פעלד,חזקיהו
הער אויף וויינען און ענטפער ביטע אויף דער קשיא,
די פרעגסט פארוואס האבען היינט מענטשען דייעביטיס און הויכע בלוט דרוק, די זאגסט די ווייסט פארוואס, אבער די שרייבסט נישט פארוואס. פארוואס?
כ'וועל דיר זאגען פארוואס. ווייל א דאנק די פארשאלטענע מעדיצינען, טאקע צוליב זיי האבען היינט מענטשען מערערע מחלות, אין פאקט, רובא דרובא מחלות וואס מענטשען האבען, זענען א דירעקטע ריזאלטאט ווייל מען נעמט אזויפיל מעדיצינען.
ווען זיי הערען אויף נעמען די מעדיצינען, וואלטען אלע מחלות אוועק געגאנגען, און מיט זיך מיטגענומען די נשמה.
אמאהל האט מען געלעבט ביז די זעכציג, פינף און זעכציג, און זיי זענען טאקע נישט געוועהן קראנק, טאמער יא, זענען זיי געשטארבען.
ביטע ענטפער אפ אויף דעם.
כראנישטע קרענק ביי יונגע מענטשען איז אויך געשפרונגען ווי משוגע, אמאל פשוט זענען ווויניגער מענטשען קראנק געווארען אויף דיזע מחלות, נישט זיי זענען קראנק געווארען אין געשטארבען, אין היינט בלייבען זיי פשוט לעבען, ניין די כראנישע קרענק האלטען אין איין וואקסען, אין ליידער אסאך ביי יונגע מענטשען,
חזקיהו סא שאד די צייט, איינע פון די זאכן וואס וואקסינס שעדיגן, איז דער כח המחשבה. און דאס איז פארוואס רוב מענטשן זעען נישט קליפ קלאר דאס וואס דו זעסט מיט אזא אפענקייט.
טענה זיך נישט מיט וואקסין פארפעסטעטע בריאים ווייל ח״ו איינער וועט נאך ווערן אויפגעקלערט דערפון וועסטו נאך האבן אסאך explainings to do.
ענדערש פארלייג זיך אויף די וואס פראדאצירן דאס, זיי ווייסן דאך זיכער איר שעדליכקייט. זיי דארפן פשוט זיין משוגע דאס איינצונעמען. קלאר זיי אויף אז זיי קענען מאכן שווערע געלטער פון געזונטערע ארטיקלען, וכדומה.
זיצן דא או אויפקלערן פאר א דור וואקסינירטע מוחות דאס שעדליכקייט דערפון איז אקסימאראניש.
דאס ערשטע פארבינדנוג פון וואקסינען צו אוטיזם איז ערשינען אין תשנ"ח אין די לענסעט, א פרעסטיזשפולע בריטישע מעדיצינישע זשורנאל. דר. אנדרו וועיקפיעלד האט פאבליצירט זיין שטודיע וואס פארבינד MMR וואקסין צו אוטיזם.
א זשורנאליסט פאר די סונדעי טיימס, מר. ברייען דיער, האט צום ערשט געפונען לעכער אין וועיקפיעלד'ס שטודיע, און שפעטער איז אויפגעשווימען נאך און נאך באווייזן וואספארא חברהמאן דער וועיקפיעלד איז, און די לענסעט האט זיך אנטשולדיגט. צום סוף האט מען אים צוגענומען די לייסענס אין ענגלאנד, און די שטודיע איז באצייכענט געווארן אלס דאס ארגסטע מעדיצינישע שפיצל פונעם יאר הונדערט.
וועיקפיעלד איז א פארגאנגענהייט, אבער זיין פורים שפיל און די שאדן וואס דאס האט אנגעמאכט עדיין מרקד בתוכינו. כאטש וואס עטליכע זעלבסטשטענדיגע רעגירונג און דאקטורים פאראיין שטודיעס ווייזן קיין פארבינדונג פון MMR וואקסין צו אוטיזם, איז דער לעגענדע פארבליבן, און געוויסע עלטערן האלטן אז שב ואל תעשה עדיף. ביי די פארלאפענע פרעזידענט קאמפיין, צוויי א האלב יאר צוריק, האט קאנגערספרוי מישעל באכמאן דערקלערט אז HPV וואקסין פאראורזאכט מענטל רעטארדעישן, ווייל אזוי האט איר א (וויינענדע) מאמע געזאגט, ממש. אסאך עלטערן, ספעציעל אין ענגלאנד, וועיקפיעלד'ס היים, האלטן זיך אפ פון געבן MMR וואקסין. דאס האט שוין גורם א שטייג אין מומפס פעלער. דער פאציענט זערא אין די תשס"ט אויסברוך פון מומפס אין היימישע געגענטער איז געווען אן ענלישער יונגל. אמת, די אויסברויך האט אויך ארויסגעברענגט די שוואכקייטן פונעם מומפס וואקסין, דהיינו אז רובא דרובא פון אנגעשטעקטע זענען געווען אימיון, אבער די וואקסין אהני ליה על כל פנים אז די קרענק איז געווען א מילדע, און מ'ווייסט איז די וואקסין צריך תיקון.
די טובה וואס מיר האבן פון וואקסין איז אומשאצבאר. סמאלפאקס אויסברויכן איז געווען ביטערע נייעס פאר די לעצטע פאר הונדערט יאר. היינט, עבר ובטל מן העולם, נישטא מער, חוץ ערגעצוואו אין אפאר געהיימע לאבאראטריעס וואו עס ווארט פאר א טעראריסט צו קומען מאכן א מגיפה. פאליא, די מחלה וואס האט פאראליזירט מיליאנען, (העלען העיס שפיטאל אין העווערסטראו איז געבויט געווארן מתחילה פאר א ריהעביליטאציע צענטער פאר פאליא געליטענע), כמעט פארשווינדן, אחוץ אינעם ראגא פראווינץ אין סיריע און אין אנדערע פארשטופטע ערטער וואו ראדיקאלן הערשן און באטראכטן די UN נורסעס ווי שליחים פונעם טייוול. און די ליסטע גייט ווייטער ואטו כי רוכלא.
חזקיהו האט א שפיץ. למעשה איז דא וואס חושש צו זיין ווען יעדער מוז נעמען אן איינשפריץ פון א קרייטעכץ וואס זייער ווייניג ווייסן פונקטליך וואס ליגט דערין. ס'האט עפעס א פארלעסליך הכשר? FDA טענה'ט אז יא, זענען זיי באגלייבט? אויב וועט עמיצער דוקא יא וועלן פאר'סם'ן כל הקהל הקודש, ווער וועט אים דען אפשטעלן?
גערעכטיגע טענות, אבער די חששות זענען יצא שכרו בהפסדו. נישט וואקסינירין איז א ודאי סכנת מוות פאר מיליאנען. קאנספיראציעס זענען ווייטע חששות, ולשמא ימות לא חיישינן. חזקיהו וסייעתו וואס טענה'ן אז די וואקסינען זענען פארפעסטיגט, עליו הראיה. די קאנוועניציאנעלע מיינונג האט די שטיצע פון די CDC, WHO, און אנדערע. חזקיהו, על מי בטחת לך על משענת הקנה הרצוץ?
א ווייטאגליכע קאפיטל אין שאדן פון אומבאגרינדטע טענות אויף וואקסינען, איז די מעשה מיט ליים וואקסין. ליים, כידוע, האט זיך לעצטענס שטארק פארשפרייט אין אונזער סטעיט, און הונדערטער מענטשן אין היימישע געגענטער האבן דאס שוין געהאט אדער האבן דאס יעצט. ליים איז נישט קיין קינדער שפיל. מ'דארף נעמען אנטיביאטיקס כאטש א חודש, מיט א מעגליכקייט אז דאס קומט צוריק שפעטער. הפנים, איז געווען א
וואקסין אויפן מארק. ערצייגט בשנת תשנ"ח, און געענדיגט בשנת תשס"ב. ס'געווען וואס האבן גע'טענה'ט די וואקסין מאכט זיי ארטרייטיס, און כאטש וואס די CDC האט געפינען קיין באזיס צו די באשולדיגנוגנען, האט זיך די קאמפעני נישט געזוכט קיין צרות, און וחסל, נישטא מער. גיי האב ליים דיזיעס. שוטים שקלקלו.
הערשילמעשה איז דא וואס חושש צו זיין ווען יעדער מוז נעמען אן איינשפריץ פון א קרייטעכץ וואס זייער ווייניג ווייסן פונקטליך וואס ליגט דערין. ס'האט עפעס א פארלעסליך הכשר? FDA טענה'ט אז יא, זענען זיי באגלייבט? אויב וועט עמיצער דוקא יא וועלן פאר'סם'ן כל הקהל הקודש, ווער וועט אים דען אפשטעלן?
מיין פליאה איז אז די זעלבע מענטשן וואס פארפירן אז מען טאר נישט גלייבן די FDA מיט בלינדע אויגן, אין די זעלבע צייט גלייבן זיי די אלע געזונטהייט ווערבן/שמירעכטץ/טראפן. די FDA קענסטו כאטש נאכקוקן, אויב איינער וויל דוקא קען ער אליין איבערקוקן די שטודיעס און אליינס אפמאכן אויב זיי זענען גערעכט אדער נישט, משא"כ ביי די אלע געזונטע זאכן קען מען פארקויפן לאקשן מיט קניידלעך שיין איינגעפאקט, און דו קענסט אים אפילו נישט אפפרעגן ווייל ער שרייבט א דיסקלעימער אויפן לעיבל אז עס נישט געווארן עפראווט. פארוואס דא באקומען די אלע סקעפטיקער פלוצלינג אזא אמונה שלימה אין די טראפן בלי שום פקפוק?
עס וואלט מיר נישט אזוי אנגעגאנגען, זאל יעדער טוהן וואס ער פארשטייט.
אבער ס'טוט מיר וויי דאס הארץ פאר מיינע ברודערלעך, כ'וואלט געוואלט זעהן אלע אידישע קינדער גליקליך אין ציפרידען, אוי ווי כ'וואלט געוואלט, אוי טאטע זיסער (קרעדיט - חזקי'). איך זעה ביי מיינע קרובים און באקאנטע וואס קוקן מיר נעבעך אן מיט רחמנות בליקן ווי אזוי איך לאז מיר פארפירן פון די נארישע דאקטורים און איך געב פאר די קינדער אנטיביאקיטקס און וואקסינען, זיי ווייסן דאך יא דעם אמת ווי שעדליך די אלע זאכן זענען, זיי נעמען נאר די געזונטע טראפן און ווייטעמינען.
איי פארוואס זענען מיינע קינדער ב"ה געזונט און שטארק, און ווען זיי האבן אן אינפעקשאן גייט דאס אוועק בעז"ה ביז עטליכע טעג מיט די אנטביאטיקס, משא"כ ביי זייערע קינדער וואס נעמען יעדן טאג א גאנצן זאק מיט ווייטעמינען (נישט קיין גוזמא, קליינע קינדער נעמען יעדן טאג א 20-30 פילעכלעך) און זיי קענען זיך נישט ארויסזעהן פון זייערע געזונט פראבלעמען.
קומען זיי מיט גאנצטע נארישע הסבירים, אז די אנטעביאטיקס זענען בלויז אזא אויבערפלעכליכע קלאפ פאר די מחלה, אבער מיט די אלע וויטאמינען גייט מען צו די שורש פון די פראבלעם, און מען איז עס ממש עוקר מן השורש, און דאס קען נעמען א לענגערע צייט. די פראבלעם איז אבער אז די לענגערע צייט נעמט שוין יארן לאנג, ועוד ידו נטי' רח"ל.
איך האב עטליכע קרובים וואס איך האב במו עיני צוגעזעהן ווי אזוי זייערע קינדער גייען ממש צוגרינד פון די געזונטע (=קראנקע) דעות, א קינד האט אמאל סרעפ, מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות. אבער אנשטאט גיין צום דאקטער גייען זיי צו די אלע רוחות. פארשטייט זיך אז עס העלפט ווי פאר א טויטן באנקעס, און די סטרעפ גייט זיי אריין אין די בלוט, און דאס ברענגט אז די קינדער ווערן זייער הייפער, זיי באקומען ADHD וחבר מרעיו, דאן גייט מען פארשטייט זיך ווייטער נישט צום דאקטער, נאר מען באקומט פרישע פילן, וואס ברענגן פרישע פראבלעמען, און פאר די פראבלעמען איז דא פרישע טראפן, וכן חוזר חלילה, די מעדיצען טשעסט ווערט פילער און פילער, די טאש ווערט ליידיגער און ליידיגער, און די פראבלעמען ווערן ווייטער מער און מער, און עס ברענגט נאר צרות און עגמת נפש, יסורים וחולאים. און מען זעהט נישט דעם עק.
עס איז נישט מיין ליין, אבער עס טרעט מיר צו צום געזונט, ווען איך זעה מיט מיינע אויגן ווי אזוי אידישע קינדער גייען אויס ווי ליכט, זיי באדן זיך אין צרות ויסורים, אלעס צוליב עטליכע בהמות וואס רייטן אויף כלל ישראל און ברענגן אריין די אלע געזונטע זאכן, און כדי זיי זאלן מאכן געלט מוזן זיי אנשרעקן דעם עולם אז די דאקטורים ווייסן נישט וואס זיי רעדן, זיי זענען נאר דא צו פאר'סמ'ן די מענטשהייט צוליב אומבאקאנטע סיבות.
און ווי איך האב אנגעהויבן, פארשטיי איך נישט פארוואס די דאקטורים טאר מען נישט גלייבן, משא"כ די אלע געזונט עקספערטן וואס קענען פארקויפן וואס זיי ווילן און מען קען זיי נישט אפפרעגן, זיי מעג מען יא גלייבן בלינדערהייט?
אפשר איז אויף דעם אויך דא עפעס א האמאפעטיק טראפן?
עס איז גראדע לעצטנס געווארן באשטעטיגט אין א שטודיע אז דאס נעמען איבער די מאס וויטאמינען טוט גארנישט אויף. עס איז דא א סיסטעם אין דעם מענטש און מען קען נישט סתם אריינשטיפן וויטאמינען אין די וועלט אריין, ווייל דער קערפער שפייט עס אויס.
אי"ה כ'וועל נאך ארויסשטעלען קלארע ארגומענטען קעגען וואקסינען, ס'איז א גרויסע אין פארצווייגטע נושא, מיט אסאך פאלטשע ארגומענטען בפרט אויף די זייט פין פרא וואקסין, כ'וועל פרובירען צי צאמנעמען א פרט אויפאמאל און עס מסדר זיין אויף א אופן גרינג צי ליינען אין פארשטיין, אין ווען ס'וועט זיין גרייט וועל איך עס פובליצירען אין א אשכול פאר זיך,
די נושא פין וועיקפיעלד איז אויך פארצווייגט, אבער די סוף פסוק איז אז וועיקפיעד איז יא גערעכט !, אין ברייען דיער איז א ביליגע שקרן, ואידך פירושא זיל גמור, כ'האב נישט קיין נערווען צי גיין יעצט זיך אריינלייגען אין די וועיקפיעלד פרשה, אבער כ'דענק אז בשעתו האב איך געליינט דערוועגען, אין די גאנצע זאץ איז געווען א מידיא בליץ צי פראמאוטען וואקסינס, אבער ווען איינער גראבט אביסעל טיפער זעהט ער די שקר, וואס געוויסע האבען דעמאלץ געטוהן, אין געזעהן די שקר, רוב שקר איז נאר אויבענאויף ס'נישט זייער שווער צי זעהן די אמת, בפרט פאר אידען וואס לערנען גמרא תוס',
חזקיה, אבי דו האסט דעם מיטל ווי אזוי צו אויפקלערן דעם עולם. ווען דו וועסט זיין גרייט מיט א גרונטליכע אנאליז אויף די פאקטן וועסטו קענען אויפקלערן די מענטשהייט.
און זאל דא קלאר געזאגט ווערן: אויב קומט נישט חזקיהו מיט באווייזן אזוי ווי ער האט אקארשט פארשפראכן. איז דאס אן אנדייטונג אז אלע זיינע טעאריעס /קאנספיראציעס אנטי עסטאבלישמענט רעטאריק, איז למפרע בטל ומבוטל כעפרא דארעא, לא שרירין ולא קימין כאילו הייתה פורטם.
ענליך צו הערשי האב איך געזאגט אין חזקיהו׳ס אנדערע ארטיקל וועגן וואקסינען. איך ווייס נישט ווי אזוי צי לינקען אהין.
למעשה, וועיקפיעלד׳ס גאנצע צוזאם שטעל פון MMR צי autism איז געווען אז MMR causes GI issues, און קינדער מיט אוטיזם האבן אויך GI issues. מיז זיין אז MMR causes autism.
די עיקר וואס מען דארף געדענקן איז די נומבערס פון מיזעלס, מאמפס, און רובעלע וואס איז א דאנק וועקסינען אזוי ווייניג אז מען הערט כמעט נישט דערפון. און איך ווייס אז ער וועט קומען מיט טיעריס אז די נומבערס זענען נישט אמת, אבער זענען און פאקט יא אמת.
אויך מאכט ער (און די אלע קאנספיראטן) (גראדע גלייך איך אויך א גיטע קאנספירעסי, אבער דאס איז נישט פון מיינע פעיוועריט טיאריס, אפשר ווייל איך האב א קינד וואס איז אוטיסטיק) די אויסקוק ווי אלע אוטיסטיק קינדער זענען וועגן וואקסינען. וואס איז קלאר נישט אמת, ווי איך האב געזאגט אויף די אנדערע אשכול, עס זענען טאקע דא פעלער וואס קען זיין אז די וואקסינען האבן געמאכט א קינד אוטיסטיק, אבער זייער אסאך קינדער ווערן דייעגנאוזד נאך פאר די וואקסין.
MickyMouse אבער זייער אסאך קינדער ווערן דייעגנאוזד נאך פאר די וואקסין.
וואס הייסט נאך
פאר די וואקסין, אין אמעריקע געבען זיי האפעטייטעס בי וואקסין גלייך ביים געבוירען, אפגעהיטען זאל מען ווערען דערפין, נישטא קיין שום ריזען צי געבען פאר א ניי געבוירעס א האפעטייטעס בי וואקסין, אין אין קאנאדא געבט מען עס טאקע נישט, אבער חלילה צי פרעגען א פראגע אויף די פארשאלטענע CDC, ווייל מען גייט עס ריפען "קאנספירעסי"......., אין דאס איז דאך שרעקליך, "קאנספירעסי", קאאאאננננסססססספפפפפפירעעעעעסססססססי......... יווווואאאא.
העלאו, ס'צייט צי אויפשטיין פין שלאף, מען רעדט נישט פין קאנספירעסי
טעאריעס מען רעדט פין קאנספירעסי
פאקטען, וואקסינס פעלט נישט אויס, ס'העלפט א רעטעך, און ס'שאדט אסאך, ואידך פירושא זיל גמור,
😮
חזקיהו המלך
אין קאנאדא געבט מען עס טאקע נישט,
😮
נו וואס איז דארט דער גורם פאר אוטיזם?
די טענה איז דאך נאר אויף MMR אז עס איז גורם אוטיזם.
דאס גיבט מען נאך 18 חדשים, און אסאך אוטיסטיק קינדער זענען שוין דייעגנאוזד פארן ווערן וואקסינירט.
יעצט קומסטו שרייען אויף העפיטייטעס וואקסין? וואס איז דאס אזוי שעדליך?
און וואס הייסט עס העלפט א רעטעך?! עס העלפט פיין!!
גארנישט איז פונקט. כ'האב מיך יעצט אנגעשטויסן ערגעץ אין א שפאנענדע מעשה'לע איבער די וויכטיגקייט פון "זיך נישט לאזן ווערן אויפגעקלערט קעגן נעמען וואקסינען".
עלטערן פון א קינד אין לאוואל קוויבעק שילדערן פארן בארימטן "שכל כולל", וויאזוי זיי האבן שיעור נישט פארלוירן זייער קינד פאריגע וואך, צוליב פארנאכלעסיגן וואקסינען.
מילא האב איך באשלאסן דאס אהערצוברענגן, שלא תמות כדרך שמת (כמעט) פלוני.
<a class="postlink" href="http://m.theglobeandmail.com/globe-debate/deadly-bugs-dont-just-attack-other-people/article16462745/?service=mobile&click=tglobe">http://m.theglobeandmail.com/globe-deba ... ick=tglobe</a>
MickyMouseדי טענה איז דאך נאר אויף MMR אז עס איז גורם אוטיזם.
דאס גיבט מען נאך 18 חדשים, און אסאך אוטיסטיק קינדער זענען שוין דייעגנאוזד פארן ווערן וואקסינירט.
יעצט קומסטו שרייען אויף העפיטייטעס וואקסין? וואס איז דאס אזוי שעדליך?
און וואס הייסט עס העלפט א רעטעך?! עס העלפט פיין!!
די טענה איז אויף אלע וואקסינען נישט נאר MMR, גוט מארגען, טאמער די ווייסט אזוי ווייניג איבער די נושא אז די טראכסט אז די גאנצע התנגדות איז נאר אויף MMR איז אפשער א עצה זאלסט עס אביסעל ריסערטשען די נושא פאר די טענה'סטעך,
אויך זעט מען אז ווען מ'נעמט נישט וואקסינען ענדיגט מען אלעמאל מיט א קאמע,,
יואבגארנישט איז פונקט. כ'האב מיך יעצט אנגעשטויסן ערגעץ אין א שפאנענדע מעשה'לע איבער די וויכטיגקייט פון "זיך נישט לאזן ווערן אויפגעקלערט קעגן נעמען וואקסינען".
עלטערן פון א קינד אין לאוואל קוויבעק שילדערן פארן בארימטן "שכל כולל", וויאזוי זיי האבן שיעור נישט פארלוירן זייער קינד פאריגע וואך, צוליב פארנאכלעסיגן וואקסינען.
מילא האב איך באשלאסן דאס אהערצוברענגן, שלא תמות כדרך שמת (כמעט) פלוני.
<a class="postlink" href="http://m.theglobeandmail.com/globe-debate/deadly-bugs-dont-just-attack-other-people/article16462745/?service=mobile&click=tglobe">http://m.theglobeandmail.com/globe-deba ... ick=tglobe</a>
ס'איז שיין שטיקל פראפעגאנדע, כ'וואלט אפילו נישט געגלייבט אז די מעשה איז בכלל געשעהן, אין טאמער יא ווי קומטעס בכלל אהער יעצט, כאגעמיינט אז H1N1 איז געווען א צווייטע יאר ווי קומטעס אהער דעי יאר, אין בכלל H1N1 איז א פלו, וואס קאמפליקאציעס דערפין קען אמאל ברענגען צי א לונגען אנטצינדונג, אבער ווי קומט אן א לונגען אנטצינדונג פאר ער זאל בכלל האבען די פלו פאר אביסעל, ס'איז טיפיקעל נאקעטע פראפעגאנדע פאר וואקסינס, אין
פתי יאמין לכל דבר .....
sefishאויך זעט מען אז ווען מ'נעמט נישט וואקסינען ענדיגט מען אלעמאל מיט א קאמע,,
הער שוין אויף צי סיקירען וועגען די קאמעס, האסטע קוטשע פייעט נעקי ....
די קאמעס אין נאר,,פרייליך'ס ניק קומט אויך א דאנק די זעלבע וואקסין?
נישט זיכער אין וועלכע אשכול דאס צו לייגן, צופיל רעדן וועגן דעים.
<a class="postlink" href="http://mobile.nytimes.com/blogs/well/2014/02/12/dental-group-advises-fluoride-toothpaste-before-age-2/?smid=fb-nytimes&WT.z_sma=HL_DGA_20140212&bicmp=AD&bicmlukp=WT.mc_id&bicmst=1388552400000&bicmet=1420088400000&_r=1">http://mobile.nytimes.com/blogs/well/20 ... 00000&_r=1</a>
ארטיקל אין די נו יארק טיימס צי געבן פלארייד אזוי אינג ווי 2 יאר. 🙂
די ניו יארק טיימס איז איין גרויסע שטיק פערדען צואה, מיסאינפארמאציע רשעים,
<a class="postlink" href="http://healthimpactnews.com/2014/cdc-caught-hiding-data-showing-mercury-in-vaccines-linked-to-autism/">http://healthimpactnews.com/2014/cdc-ca ... to-autism/</a>