☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » שטעלט אפ די זעלבסטמארדען אין אינזער קאמיוניטי

שטעלט אפ די זעלבסטמארדען אין אינזער קאמיוניטי

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5753

קרעקער » פרייטאג יאנואר 24, 2014 1:41 pm

· #179043
שטעלט אפ די זעלבסטמארדען אין אינזער קאמיוניטי
איך רעד נישט פון די פרימע אפגעפארענע וואס אין די לעצטע וואכען איז פארגעקומען א מאסען זעלבסטמארד איין טאג נאך די אנדערע מיט אסאך טויטע
די מצב איז גענוג ביטער מיט זיי נאכ אלעם זענען זיי פרימע היימישע קינדער פון היימישע משפחות זע דא
<a class="postlink" href="http://www.mako.co.il/news-channel2/Friday-Newscast/Article-7f64a9d45bd7341004.htm">http://www.mako.co.il/news-channel2/Fri ... 341004.htm</a>

איך רעד וועגען חסידישע מיידלעך און בחורים פון היימישע עולם וואס מהערט לעצטענס באגייען זעלבסטמארד
אז א 16 יעריגע בחור באגייט זעלסבמארד מיינט דאס אז זיין לעבען איז געוועהן זייער זייער ביטער אז ער האט עס באשלאסען צי טוהן, זיי זענען נארמאלע קינדער נישט קראנקע דעפרעסטע, פשוט מלייגט צופיל לחץ אויף זיי און זיי קענענס מעהר נישט אויסהאלטען

איך האב קיינמאל נישט געוויסט אבער איך האב דע וואך גערעדט מיט א הצלה מעמבער ער האט מיר פארציילט אז פאר יעדע זעלבסמארד וואס איינער שטארבט זענען דא 10 וואס האבען געטרייט און סאיז זיי נישט געלונגען אדער האט מען זיי געכאפט באצייטענס, למשל א מיידעל אין מאנרא וואס איז ארויסגעטאנצען פין פענסטער מיט אפאהר וואכען ציריק און זי האט זיך גיט צוקלאפט אבער נישט געשטארבען, אזוי האט ער מיר פארציילט מעשיות אז איך קען נאכנישט שלאפען זייט דעמאלטס
ער זאגט מיר אז די עולם ווייסט נישט וואספארא מגיפה סהערשט ביי אינזער עולם פין טינ עיזשערס וואס נעמען דאס לעבען

zurich » פרייטאג יאנואר 24, 2014 1:47 pm

· #179046
פחד פחדים
אפשר אריינלייגן מער סיפוק אין זיי וועט העלפן

גראדע נ.ר טענהט גאר אז דאס קימט פון א צווייטע ענגל

דולה ומשקה » פרייטאג יאנואר 24, 2014 2:00 pm

· #179051
און אנדערע ווערטער ווילסטו זאגען אז דער סיסטעם איז געווארען אזוי משוגע עד כדי כך - זעלבסמארד?
קען איך פרעגן נאך מער לשטיתך, אבער דער סיסטעם ווערט ערגער, וועט זעלבסמארד אין אונזער קאמיוניטי ווערן א נארמאלע זאך, פונקט ווי OTD?
אויב אבער איז דאס דער אמת'ע פאקט, דעמאלס...

טאמבל סאס » פרייטאג יאנואר 24, 2014 2:02 pm

· #179052
איך פארשטיי נישט, פארוואס מאכן זיי זעלבסטמארד? איך אלס בחור האב געציטערט דערפון, מ'גייט דאך תיכף אין גיהנום אריין..! זיי האבן נישט מורא דערפון?

דענקער » פרייטאג יאנואר 24, 2014 2:12 pm

· #179054
טאמבל סאס
איך פארשטיי נישט, פארוואס מאכן זיי זעלבסטמארד? איך אלס בחור האב געציטערט דערפון, מ'גייט דאך תיכף אין גיהנום אריין..! זיי האבן נישט מורא דערפון?

זיי פילן ל"ע ווי זיי זענען שוין אין גהינם לעבעדיגערהייט. זיי קענען שוין גארנישט דערלייגן.

sefish » פרייטאג יאנואר 24, 2014 2:15 pm

· #179055
האט מען עס שוין אפגעשטעלט אין אנדערע קאמיוניטיס? למשל ביי די גוים וואו יעדן טאג איז דא צענדליגער סואיסיידס

היימישער ליטוואק » פרייטאג יאנואר 24, 2014 2:22 pm

· #179056
עדת ה' כצאן אשר אין להם רועה
אפשר באלונגט דאס אין א אנדרע אשכול.
שאלה: ווער און וואו זענן אונזערע "מנהיגים"?
ד.מ. ביי די גאנצע וועלט זענן דא צוויי ערליי מנהיגים, ערוועלטע עלעקטיד אפישעלס, אויב טויג ער נישט ווערט ער נישט, אדער ווערט ער אויס. די צווייטע איז די אינטעליגענסיע, אזוינע וואס שרייבן אין ניוספייפערס, רעדן אויף ראדיו און טי.ווי. און בזמנינו בלאגגס וכדומה.
ביי אונז איז אזוי, אדער איז דאס רבי'שע אייניקלאך, א ראש ישיבה וועלכע ירש'נט זיין פאזיציע, א האלב עבסענט-מיינדעד פרופעססור וועלכער איז גווערן אן איידעם ביים ראש ישיבה זצ"ל, איינער וואס איז גווען א ריזיגע מתמיד און איז גווען זייער נאנט מיט דעם פוסק הדור זצ"ל, וכו' וכו'. דאס איז אין פאראלעל מיט דעם ערשטן סוג מנהיגים.
די צווייטע ערליי, מיז דאך אלעס זאגן לויט וואס דעת תורה האט פארגשריבן, קען ח"ו נישט שרייבן אינטערן אייגענעם נאמין - ווייל ער טאר נישט זאגן עפעס אוט-אוו-די באקס. אויב האט ער איינמאל ג'גופ'ט איז ער שוין פסול לעולם ועד, ער איז דאך א כופר. סו, היטן זיי זיך גוט אז זיי זאלן נישט אידענטיפיצירט ווערן אדער נאר נאכשרייבן וואס דער ... רבי האט גזאגט ביים קונווענשין, און דער ..... ראש ישיבה האט גזאגט ביי א שמועס.
רבותי, ווען א קריזיס ברעכט אויס, דאן געפונען מיר אויס אז דער עמפערור העס נו קלאדהס! דער קעניג איז נאקעט ואת ערום ועריה!
ווער קען נעמן א שטעלונג בעת צרה, ובעידן קריזיסתא.

חזקיהו המלך » פרייטאג יאנואר 24, 2014 2:53 pm

· #179070
לדעתי האט עס נישט ציטוהן נישט מיט די חינוך, אין נישט מיט די לחץ, אמאליגע קינדער האבען געהאט אסאך א שווערערע חינוך און אסאך מער לחץ, און ס'נישט געווען קיין זעלבסמארד מגיפות,

מיט וואס האט עס יא ציטוהן, כ'ווייס אז ס'וועלען זיין די וואס וועלען מיר אפלאכען, אבער כ'האב זיי טיף טייער, זיי זיכען נישט דעם אמת, וואלטען זיי געמאכט דאס ביסעל ריסוירטש וואלטען זיי שנעל איינגעזעהן,

די פראבלעם איז אינערליך, נארמאל איז די מענטש געבויעט צי קענען אויסהאלטען שוועריקייטען, מענטשען זענען געמאכט צי קענען אויסהאלטען אין נישט ווערען ציקראכט, נאר דאס איז ווילאנג דער מענטש איז מענטש וויזוי דער באשעפער האטעם באשאפען,

זענען געקומען די פארשאלטענע פסודאו-סייענס אין אנגעהויבען צי פארסם'ען די מענטשהייט,

די וואקסינס, די פויזענס אין די וואסער און אין די עסען וואס איז דירעקט געמאכט צי אפשוואכען די מוח (יא דירעקט !) דאס אלעס ברענגט די מענטש צי א לעוועל אז ער קען פארנעמען אסאך ווייניגער,

ועל כולם איז די פארשאלטענע פסייקאו-אקטיוו דראגס, ווי ריטעלין פאר קינדער אין פראזאק, זאלאפט, פעקסיל, און אנדערע, וואס די דאזיגע דראגס טוען אפהרגענען דעם מענטשליכען מוח אין כוח אין אפילו לויט זיי אליינס ברענגט עס צי זעלבסמארד (זיי שרייבען עס אליינס אין די אינסערט אזס'קען ברענגען צי האומיסייד אין סואיסייד),

זיי ברענגען אז 90 פראצענט פין די מאסען שאוטינגס איז געווען דורעך מענטשען אויף די דאזיגע דראגס, (אין נאכדעם שרייען זיי אז מען דארף אוועק נעמען די גאנס פין יעדעם איינעם אז קיינער איז מער נישט בארעכטיגט צי סעלף דיפענס, אלץ וועגען די פארשאלטענע דראגס, אבער די מידיא רעדט גארנישט וועגען די דראגס וואס איז די עיקר גורם נישט די גאן'ס, ימח שמם פין דעי רשעים),

אין סאו דאס וואס מען טוט פארדראגען די יונגווארג דאס ברענגט אן די זעלבסמארד מגיפות, צי ס'דא ציפיהל לחץ צי נישט איז א נושא פאר זיך, אבער דאס איז נישט די עיקר גורם פאר אזאלכע זאכען ווי זעלבסמארד,

ווען מען וועט אויפהערען מיט די וואקסינס, די פויזען אין די עסען און אין די וואסער, ועל כולם אויפהערען מיט די פארשאלטענע פסייקאו-דראגס, וועלען זיך די זעלבסמערדערייען אויפהערען,

אין פאר די אלע עסקנים וואס זענען ביזי פיטערען דעם עולם מיט דראגס, זאלען זיי וויסען זיי זענען רשעים ארורים, און זיי זענען עתיד ליתן את הדין,

zurich » פרייטאג יאנואר 24, 2014 3:27 pm

· #179078
חזקיה ביסט קליגער ווי דעים

הוגה » פרייטאג יאנואר 24, 2014 3:39 pm

· #179080
קרעקער
איך רעד נישט פון די פרימע אפגעפארענע וואס אין די לעצטע וואכען איז פארגעקומען א מאסען זעלבסטמארד איין טאג נאך די אנדערע


פארוואס זאל מען נישט רעדן אויך פון זיי? זענען זיי דען נישט קיין מענטשן? האט דען זייער לעבן נישט קיין ווירדע? פאר אפאר וואכן צוריק ווען עס זענען געווען דריי (באקאנטע) זעלבסטמארדן דריי טעג נאכאנאנד בין איך געווען אויס מענטש פאר א גאנצע וואך. איך האב ליטערילי נישט פונקציאנירט געהעריג. איין בחור אין מאנסי האט זיך גענומען דאס לעבן אויף א שרעקליכע gruesome אופן. א טאג דערויף איז עס געווען א בחור אין ירושלים, נאכן ווערן פארשוקט פון א משפחה שמחה, און א טאג דערויף איז עס געווען א ספרד'ישע מיידל.

די מעשיות האבן מיר איבערגענומען. וואס קומט דא פאר אויף דער וועלט? א וועלט פון שרעקליכע פיין און ביטערניש אזש ס'שוין בעסער דאס טויט! איז דען דא האפענונג? איז עס ערגער ווען א צורר היהודי ברענגט אום אידישע קרבנות ווי ווען די אויר העולם טוט עס? זענען די זעלבסטמארד קרבנות' בלוט העלער ווי די הרוגי ביתר? און די ערגסטע געדאנק איז אז איך ווייס נישט אויב עס איז בכלל דא האפענונג צו לעהזן די מחלה.

די פותח האשכול פרעגט ווי אזוי מען שטעלט עס אפ. איך ווייס נישט אויב איינער דא קען געבן א צופרידנ-שטעלענדע אנטווארט. אבער איך וויל פרעגן א שווערערע קשיא. "וואס איז געשעהן מיט אונז אז מיר זענען געווארן אזוי גלייכגילטיג צו דעם? וואו האבן מיר פארלוירען אונזער human compassion?" ווי אזוי קען מען הערן אזעלכע מעשיות און נישט ווערן ציבראכן כחרס הנשבר?

מען קען הערן אזעלכע תשובות ווי, "ער איז זיך אליינס שולדיג, איך דארף נישט רחמנות האבן ווייל ער האט עס געברענגט אויף זיך, פוטסטעפס (הלל) איז שולדיג וכדומה". פון וועמען האבן מיר גע'ירשנט אזא מאס אכזריות?

איך בין נישט דן דא בכלל אויב די עצם שריט איז גוט אדער שלעכט, און אויב פאר די קרבן איז יעצט בעסער אדער נישט. איך רעד דא נאר מצד יקרא דחיי, אויב זענען מענטשנ'ס לעבן אזוי ביליג אין אונזערע אויגן איז דען א ווינדער אז בחורים ובחורות נעמען זיך דאס לעבן?



.

נולד מאוחר » פרייטאג יאנואר 24, 2014 4:39 pm

· #179085
איז נישט ביי אונדז היפש קלענער די סאסייד ראטע ווי ביי אלגעמיינער אמעריקאנע קולטאר?
זדשאסטען ביבער איז אויף אנטי דיפרעשען, ביי אונדז די וואס זענען פון די איין פראצענט העכסטע מיצלחם דארפן נישט קיין אנטי דיפרעסשען מעדס.
מיר האבן אונדזערע פראבלעמען מדארף נישט אפירקראצען פרישע.
הוגה'ס נושא איז יא אונדזערס א פראבלעם.

sefish » פרייטאג יאנואר 24, 2014 4:47 pm

· #179086
הוגה דיין לעבן איז דיר בעסער געווען פאר ביזט אנגעקומען אויף ק"ש. מיט יעדע פארבייגייענדע וואך ווערסטו מער פארביטערט און זויער (אפילו ס'איז מער ווייניגער סתם ''שטיק''), איך מיין זאלסט איבערטראכטן צו ס'לוינט זיך דיר צו דרייען דא.

לאליפאפ » מוצ"ש יאנואר 25, 2014 2:44 pm

· #179087
sefish
האט מען עס שוין אפגעשטעלט אין אנדערע קאמיוניטיס? למשל ביי די גוים וואו יעדן טאג איז דא צענדליגער סואיסיידס

פארשטאנען! סאו אויב יעדן טאג שיסן פינף אידן איינער דעם צווייטן איז עס אקעי, ווייל ביי גוים איז דא צענדליגער.. (שכל נישט אינוואלווד)

לאליפאפ » מוצ"ש יאנואר 25, 2014 2:49 pm

· #179088
zurich
חזקיה ביסט קליגער ווי דעים

קוקט בכלל נישט אויס

חזקיהו המלך » מוצ"ש יאנואר 25, 2014 7:02 pm

· #179090
לאליפאפ
zurich
חזקיה ביסט קליגער ווי דעים

קוקט בכלל נישט אויס


כ'האב געוויסט כ'גיי חאפען דערפאר, טובעד, כ'מיז זאגען דעם אמת (עכ"פ וואס איך האלט די אמת איז),

פאר גלויביגע אין סייקאו-דראגס, ליינט ביטע דעם בוך פין דעקעל צי דעקעל, קענסט עס באקומען אויף אמאזאן פאר 0.98 פלאס שיפפינג.

איש עברי » מוצ"ש יאנואר 25, 2014 7:32 pm

· #179096
ווי איך הער גייען די רבנים אין די קומענדיגע טעג שארף ארויסטרעטן קעגן די נייע פירצה פון באגיין זעלבסמארד

מאן דאמר » מוצ"ש יאנואר 25, 2014 7:53 pm

· #179100
איך מיין דאס קומט פון די מערערע יהרג ואל יעבור'ס

בענדזשאמין פרענקלין » מוצ"ש יאנואר 25, 2014 8:32 pm

· #179105
נולד מאוחר

זדשאסטען ביבער איז אויף אנטי דיפרעשען, ביי אונדז די וואס זענען פון די איין פראצענט העכסטע מיצלחם דארפן נישט קיין אנטי דיפרעסשען מעדס.
מיר האבן אונדזערע פראבלעמען מדארף נישט אפירקראצען פרישע.

ביבער איז געווען אויף אנטי ענעקזייעטי מעדיקעשן נישט אויפ אנטי דיפרעשען. ס'העכסט א נארמאלע און פארשטענדליכע זאך ביי סעליבערטי סטארס.

zurich » מוצ"ש יאנואר 25, 2014 8:38 pm

· #179107
פארוואס?

געפילטע פיש » מוצ"ש יאנואר 25, 2014 8:40 pm

· #179108
די מצב איז סאך ערגער ווי ענק מיינען, איר האט נישט אהנונג וויפיל "עקסידענטס" זענען באהאלטענע פארווישטע זעלבסמארד וואס די משפחה באהאלט צוליב בושה. פרעגט נאר אן ביי הצלה מעמבער'ס, חברה קדישא, ס'איז מעשים בכל יום. אויב ס'איז ערגער ווי ביי די אלגעמיינע באפעלקערונג? כ'ווייס נישט, זייער מעגליך אז נישט, אבער זייט ווען באפרידיגט אונז די תירוץ. איין זעלבסמארד איז איינס צו סאך!

די לעזונג איז נישט אייניג, פונקט ווי די סיבה פארן זעלבסמארד איז נישט די זעלבע ביי יעדעם, אבער ביי די שלעכטע גוים געשעהן אסאך קינדערישע און טינעידזש זעלבסארד צוליב bullying, און כ'האב לעצטענס גערעדט מיט א טעראפיסט וואס טוט אין די ענינים, און ער זאגט אז דאס גייט אן איבעראל, אבער די awareness איבער דעם נושא ביי אונז איז נאנ-עקזיסטירענד. אפשר אויב מלמדים וועלן הערן אביסל איבער דעם פענאמענאן קען זיך עס פארבעסערן אביסל.

נאך א זאך וואס איז שוין היינט ב"ה סאך בעסער ווי אפאר יאר צוריק, אבער קען זיך נאך אלס פארבעסערן, איז די בושה פון גיין צו א טעראפיסט. אמאל איז עס געווען אומדערהערט, ס'הייסט? מיין קינד וועט גיין צו טעראפי? ס'וועט דאך שאדטן פאר מיינע קינדערס שידוכים, וואס זעמער דען קראנק? חלילה! די מצב האט זיך שוין פארבעסערט, אבער ס'נאך דא א בושה ביי דעם, אין די אמעריקאנע קולטור איז עס בכלל נישט קיין בושה. "מיין טעראפיסט האט מיר געזאגט... ווער איז דיין טעראפיסט? ער איז גוט?" אפשר אויב די צוויי זאכן וועלן ווערן בעסער וועט מען קענען מציל זיין אפאר נפשות בישראל.

איחוד פעלד » מוצ"ש יאנואר 25, 2014 8:41 pm

· #179109
כ'דענק ליינען אז רוב זעלבסט מארד קומט פין (פילען) געפילען פין נישט זיין אקסעפטעד, אנגענומען, ביי דער צבור.

סא געדענקט ווען איר זענט מחליט צו איגנארירען איינעם און נישט אריין נעמען אין דער קליק, שפילט איר מיט א לעבען. קען זיין אז פארדעם איז געווארען מער זעלבסטמארד, ווייל מען האט מחליט געוועהן באופן סיסטעמאטי נישט אהנצונעמען פארשידענע, וואס אמאהל האט מען נישט געטוהן דאס אזויפיל, ממילא ברענגט עס מער זעלבסטמארד.

מען ברויך א נייע בעל שם טוב זאל מאכען א נייע דרך ווי יעדער זאל פילען אקסעפטעד, דער היינטיגע חריידיזים מיט אירע מנהיגים זענען שוין אויסגעדראשען, מען דארף טשעינדזש.

געפילטע פיש » מוצ"ש יאנואר 25, 2014 8:45 pm

· #179111
ביז דיין לעצטע שורה האב איך געמיינט אז דו רעדסט פון פילן, וואס פסיכלאגן און פסכיאטער געבן. אבער ביידע זענען אמת.

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 25, 2014 9:28 pm

· #179115
איחוד פעלד
כ'דענק ליינען אז רוב זעלבסט מארד קומט פין פילען נישט אקסעפטעד, אנגענומען, ביי דער צבור.

סא געדענקט ווען איר זענט מחליט צו איגנארירען איינעם און נישט אריין נעמען אין דער קליק, שפילט איר מיט א לעבען. קען זיין אז פארדעם איז געווארען מער זעלבסטמארד, ווייל מען האט מחליט געוועהן באופן סיסטעמאטי נישט אהנצונעמען פארשידענע, וואס אמאהל האט מען נישט געטוהן דאס אזויפיל, ממילא ברענגט עס מער זעלבסטמארד.

מען ברויך א נייע בעל שם טוב זאל מאכען א נייע דרך ווי יעדער זאל פילען אקסעפטעד, דער היינטיגע חריידיזים מיט אירע מנהיגים זענען שוין אויסגעדראשען, מען דארף טשעינדזש.

ס'איז דא עטליכע עקסעפשאנ'ס (אויסנאמען) צו דיין סטעיטמענט אין די לעצטע שורה. דער ניקלסבורגער רבי פון בארא פארק, הרה"צ ר' יונגרייז שליט"א. 😎 😃 😉 😞 😮

sefish » מוצ"ש יאנואר 25, 2014 9:33 pm

· #179117
לאליפאפ
sefish
האט מען עס שוין אפגעשטעלט אין אנדערע קאמיוניטיס? למשל ביי די גוים וואו יעדן טאג איז דא צענדליגער סואיסיידס

פארשטאנען! סאו אויב יעדן טאג שיסן פינף אידן איינער דעם צווייטן איז עס אקעי, ווייל ביי גוים איז דא צענדליגער.. (שכל נישט אינוואלווד)

זיכער נישט אקעי, נישט דאס האב איך געמיינט. איך האב בלויז מרמז געווען אז ס'נישטא פאר די אויפגעקלערטע וואו צו גיין נעבעך, געווענליך טוען די אויפגעקלערטע אונטערייסן אונז היימישע אידן מיט עפעס וואס, לויט זיי, איז די גוישע באפעלקערונג בעסער און פון וועם מיר וואלטן זיך געדארפט לערנען. אבער יעצט זענען זיי סטאק נעבעך סטאק דא... געפילטע הוגה קרעקער זענען סטאק אין ראדני. (אדער הופער אדער באבוב)

shem-tov » מוצ"ש יאנואר 25, 2014 10:07 pm

· #179125
ווי שטארק איז שוין א מענטש. די ארגסטע איז ווען סאיז קנאה. יענער האט אלעס און איך גארנישט. וויפיל קעיסעס פון מרה שחורה וואס איך אליינס בין באקאנט, בעיקר ביי עלטערע בחורים. מען קען זיצן שעות ארוכות און וויינען און וויינען און מען ווייסט אפילו נישט פארוואס. סשטיקט מיט טרערען מען וויל נאך וויינען. מען איז אבסעסט מיט עפעס. מען וויל רעדען צו איינעם אבער סאיז נישטא צו וועם קיינער פארשטייט מיך נישט קיינער איז נישט אינטערסירט אויף מיר. פיין האסט געווינען ביסט א בעסערע בחור פון מיר וואס ווילסטו פון מיר. מען האט עפעס מורא און מען ווייסט נישט פארוואס. אין זייער אסאך קעיסעס איז עס פשוט א מעסעדש פון דעספערעישאן. מעןהאט שוין געטאן אלעס אז יענער זאל קוקען אויף מיר אבער סהאט נישט געארבעט. אוי באשעפער. א פחד. מען מיז לאזן יענעם רעדן.

ודי למבין » מוצ"ש יאנואר 25, 2014 11:45 pm

· #179141
איך האב געענדיגט ליינען דעם אשכול בין איך געווארן צומישט און צובראכן. פון איין זייט שרייט דער פותח מיט רעכט אז מ'זאל אפשטעלן די שרעקליכע מגיפה, שרייט ליטוואק אויף דעם אז ס'ווייזט אז אונזערע מנהיגים זענען טיעף אין די ערד, שרייט הוגה אז מ'מוז אויפוועקן אונזערע געפילן און יקרא דחיי, געפילטע טענה'ט (מיט רעכט) אז עס איז פילפאכיג ערגער ווי אונז מיינען, חזקיה האלט גאר אז עס האט מיט סייקאו-דראגס (אגב דיין Logic אז אלע נערדערערס זענען אויף סייקאו דראגס און דערפאר זענען זיי מערדערערס איז כמעט ווי די logic אז דייעט קאוק מאכט גראב ווייל אלע גראבע מענטשן טרונקן עס). אבער למעשה? וואס קען מען טאקע טון למעשה צו סטאפען די שוידערליכע געשעהנישען וואס גייט דא פאר???

איך האב פארמאכט די אשכול און איך בין געווען צוריק אין די געזעלשאפט אפטיילונג, זע איך די "צניעות, צניעות, צניעות" אפטיילונג און איך טראכט צו זיך, איך ווייס נישט אויב ס'איז דא א קליער קאוט עצה פאר די מגיפה וואס ס'גייט פאר, אבער ווילאנג מ'וועט זיין ביזי מיט די צניעות שטותים, ווי לאנג מ'וועט זיך פרובירן צו הענגן אויף יעדע נארישקייט וואס ווערט היינט אנגערופן "צניעות", ווי לאנג די עיני העדה, די מוסדות און אונזער קולטור וועט נאר זיין ביזי צו טרעפן נייע חידושים און פרישע עקסטרעמע אזויגערופענע צניעות גדרים, וועלן אונזערע פראבלעמען קיינמאל נישט אדרעסירט ווערן. די ווארט איז נישט דווקא צניעות, הוא הדין אינטערנעט, הוא הדין די סייז פון די קאפלעך און די שעיפ פון די גלעזער. ווי לאנג מיר פאוקוסן נישט אויף די סיריעס פראבלעמען וואס פלאגט אונז אלץ א סייסייעטי קענען מיר נישט ערווארטן אז זאכן זאלן זיך טוישן...

איש עברי » זונטאג יאנואר 26, 2014 4:36 am

· #179187
אזוי ווי ודי למבין בין איך אויך שוין אביסל צוטומלט, קודם איז מיך די גאנצע פענאמען פון היימישע זעלבסמארד געווען א חידוש איך האב נישט געוויסט אז אזא פראבלעם עקזעסטירט ביי אונז, און אפשר איז דאס גאר די פראבלעם
אנדערע האבן פרובירט זאגן אז מיר זענען גארנישט ספעציעל די ציפערען זענען די זעלבע ווי ביי די אלגעמיינע באפעלקערונג, אבער איך פארשטיי אינגאנצן נישט די טענה, איר דארפט נעמען אין חשבון אז ווען מען רעדט פון אלגעמיינע באפעלקערונג נעמט דאס אריין אין זיך עלנדע מענטשן, דראג און אלקאהאל אדיקטן, און היימלאזע מענטשן אימיגראנטן א.א.וו.
ביי אונז רעדט מען פון נארמאטיווע מענטשן, וואס האבן משפחות וואס דארפן שטיין צו זייער זייט, באלאנגען צו קהלות, וואס די אלע זאכן דארפן שוצן פון טוהן אזעלכע פאריאוש'טע שריט.
א מענטש וואס באגייט זעלבסמארד האט שוין פרובירט אלע אויסוועגן, ער האט שוין געלאזט וויסן פאר אלע זיינע ארומיגע אז ער איז אין א קריזיס און ער זוכט הילף, אדער שפירט ער אז זיין פראבלעם וועט נישט קענען געלעזט ווערן און קיינער וועט אים נישט פארשטיין, אדער איינער וואס שפירט אז ער האט נישט קיין פלאץ אין די געזעלשאפט ווי ער געפונט זיך.

די זעלבסמארד קען קומען פון א בחור וואס האט געהערט א שרעקעדיגע דרשה פון משגיח און נכשל געווארן נאכאמאל און נאכאמאל און אריינגעפאלן און א רינג פון יאוש וואס ער טרעפט נישט די וועג ארויס, צו וועם זאל ער רעדן? צו זיין משגיח וואס וועט אים אנהייבן יעצט פייניגען און דערגיין די יאהרן? צו זיינע עלטערן? זענען זיי דען א אדרעס פאר א אפענע שמועס איבער אינערליכע פראבלעמען?
עס קען זיין א בחור מיט כשרונות וואס מען קען נישט נוצען בין כותלי הישיבה זיינע מחשבות טראגן אים ארום, און זיינע טאלאנטן זענען דערשטיקט, ער שפירט געשטיקט אין די סביבה ווי ער געפונט זיך, ער פרובירט צו רעדן צו זיינע עלטערן זיי הייבן נישט אן צו פארשטיין וואס ער וויל, אדער ווילן נישט פארשטיין ער פאלט אריין אין א דעפרעסיע וואס די איינציגע וועג ארויס איז די וואס פירט צום גן עדן.
עס קען זיין א ווייבל וואס איר הייראט איז צובראכן, אבער זאל זי גיין זאגן אירע עלטערן אז די טשאטשקע איידעם אויף וועם זיי באקומען קאמפלימענטן יעדן טאג איז א פארשטונקענע חזיר וואס פארביטערט איר דאס לעבן? זי קען נישט געפונען קיין סיפוק אויף אנדערע וועגן ווייל עס איז נישטא [שיין דארף מען זיין פאר די מאן כידוע ועיין אשכול צניעות צניעות צניעות] זי קען נישט זיך אנטוהן גאר שיין צו הייבן איר זעלבסווירדע, דעריבער די איינציגע אויסוועג איז די דערענבנדיגע דאך.
עס קען זיין א אינגערמאן אין די מיטעלע יאהרן פון זיין לעבן וואס זעהט זיך מיט א שטוב מיט קינדער אבער נישט דאס איז די וועג וויאזוי ער האט געוואלט לעבן, מען האט אים אריינגערוקט מיט א ווייב און נאך פאר ער האט געהאט א געלעגהייט צו טראכטן האט ער זיך דערזעהן מיט א באנדע קינדער, ער האט נישט ליב זיין ווייב און קינדער און איז פול מיט שולד געפיהלען, און איז צוטראגן, צו וועם זאל ער זיך ווענדן? מען וועט אים דאך לעיבלען אלס פארדארבענער אלס הפקר יונג, קען אים איינער פארשטיין? אז ער זאגט שוין יא באקומט ער נאך א מוסר פארציע. ער זוכט א לייכטע וועג ארויס און דאס איז זעלבסמארד

מען איז ביי אונז מער סענסעטיוו צו באמערקן אז יענעמ'ס זוהן גליטשט פון וועג, אבער צו זעהט מען אויך אז יענער גליטשט אריין אין דיפרעסיע און מען זוכט צו העלפן?

איש עברי » זונטאג יאנואר 26, 2014 7:03 am

· #179192
חזקיהו המלך

ווען מען וועט אויפהערען מיט די וואקסינס, די פויזען אין די עסען און אין די וואסער, ועל כולם אויפהערען מיט די פארשאלטענע פסייקאו-דראגס, וועלען זיך די זעלבסמערדערייען אויפהערען,

אין פאר די אלע עסקנים וואס זענען ביזי פיטערען דעם עולם מיט דראגס, זאלען זיי וויסען זיי זענען רשעים ארורים, און זיי זענען עתיד ליתן את הדין,


מיר יעצט פארענטפערט געווארן פארוואס ער האלט אז נישט די אראבער האבן אויסגעפירט די 911 טעראר אטאקעס, ווייל ער האט געמאכט א פשוט'ע חשבון זיי נעמען דאך נישט קיין וואקסינען טא ווי קומט צו זיי זעלבסמארד!

קרעקער » זונטאג יאנואר 26, 2014 9:59 am

· #179205
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?feature=player_embedded&v=qXaieziZ2rQ">https://www.youtube.com/watch?feature=p ... XaieziZ2rQ</a>

shem-tov » זונטאג יאנואר 26, 2014 2:16 pm

· #179269
קרעקער
https://www.youtube.com/watch?feature=player_embedded&v=qXaieziZ2rQ



איך פארשטיי נישט וואס ער פרובירט צו זאגן.

און ביי די קאמענטס וואס וויל מען פון נעבעך פון דעם אינגערמאן

יאיר » זונטאג יאנואר 26, 2014 2:25 pm

· #179274
פארוואס דארף יעדער וועלטליכער פענאמענען ווערן א קאמיוניטי פראבלעם? עס איז אסאך גרינגער צו אנקלאגן דיינע אומגעזאלצענע אייער שפייז אויף די צניעות אסיפה ווי צו זאגן אז דו ביסט פשוט אן אומטויגליכער קעכער. זעלבסטמארד איז דא אויף די וועלט זינט מענטשן זענען געווארן גענוג קלוג צו כאפן אז מיט א קליין פילעכל קען מען זיך איינשפארן אסאך שוועריקייטן וואס דער לעבן ברענגט מיט זיך, און די רעשט איז היסטאריע.
כ לָמָּה יִתֵּן לְעָמֵל אוֹר; וְחַיִּים, לְמָרֵי נָפֶשׁ.
כא הַמְחַכִּים לַמָּוֶת וְאֵינֶנּוּ; וַיַּחְפְּרֻהוּ, מִמַּטְמוֹנִים.
כב הַשְּׂמֵחִים אֱלֵי-גִיל-- יָשִׂישׂוּ, כִּי יִמְצְאוּ-קָבֶר.
כג לְגֶבֶר, אֲשֶׁר-דַּרְכּוֹ נִסְתָּרָה; וַיָּסֶךְ אֱלוֹהַּ בַּעֲדוֹ.
כד כִּי-לִפְנֵי לַחְמִי, אַנְחָתִי תָבֹא; וַיִּתְּכוּ כַמַּיִם, שַׁאֲגֹתָי.
כה כִּי פַחַד פָּחַדְתִּי, וַיֶּאֱתָיֵנִי; וַאֲשֶׁר יָגֹרְתִּי, יָבֹא לִי.
כו לֹא שָׁלַוְתִּי, וְלֹא שָׁקַטְתִּי וְלֹא-נָחְתִּי; וַיָּבֹא רֹגֶז.

ונבנתה העיר » מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:26 am

· #179445
יא, יאיר, ס'איז אן אלטע מעשה, ובלשון הרמב"ם שטארבט זיך געשמאקער:

שמא מן העמלין מרי נפש הוא המחכים למות, שתוקעין החרבות בבטנם ומשליכין עצמן מעל הגגות.

גאנצל » מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:06 pm

· #179518
foot steps איז לכוארה א גוטע סאלאשען פאר געוויסע

ודי למבין » מאנטאג יאנואר 27, 2014 4:00 pm

· #179579
גאנצל, כאטש דו האסט עס געזאגט אלץ א ליצנות, האב איך דיך געלייקט ווייל עס איז באמת אזוי! פוטסטעפס איז בלי ספק א ישועה פאר אסאך!