עצות פאר שעמעוודיגע שרייבערס
37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5747
עצות פאר שעמעוודיגע שרייבערס
עס מאכט זיך גאנץ אפט אז איך באקום בקשות פון מעמבערס צו באקומען צוטריט צו דעם פריוואטן פארום אן דעם וואס זיי האבן די נויטיגע
קוואליפיקאציעס. א טייל שרייבן אז זיי זענען גאר שעמעוודיג און נישט נאר וואס זיי קענען נישט עפענען די מויל ברבים, קענען זיי אויך זיך נישט ברענגן צו שרייבן ברבים. און דערפאר זאלן מיר זיי אריינלאזן אפילו אויב זיי שרייבן נישט גענוג.
עס איז נישט געשמאק אפצוזאגן, אבער פאר דעם טובה פון קאווע שטיבל און די פריוואטע פארום מאכן מיר קיינמאל נישט קיין אויסנאמען.
אבער אפשר קענען די חשוב'ע חברים געבן גוטע עצות ווי אזוי מ'קען זיך שטארקן אויף די בושה, און זיך נעמען שרייבן.
צוויי ווערטער, "דריי ווערטער אשכול"!
אבער ערענסט גערעדט, א גוטע עצה זיך צו שטארקן אויף בושה, איז זיך צו שטארקן אויף די בושה.
איך מיין אז דו בעסטע עצה איז אז מען זאל שרייבן אונטער א פאלשע נאמען למשל מען קען זיך רופן שמעקעדיג מאראנצןזאפט אדער אפילו איש עברי
דער שורש פון א בושה צו שרייבן קומט לכאורה פון א פחד "וואס וועט יענער זאגן?" אפשר וועט ער מיר אוועקמאכן, אפ'חוזק'ן, סתם איגנארירן, און דעמאלט וועל איך פילן ווי צוויי סענט. דאס איז בעצם אויך דער פחד פון א מענטש צו עפענען דעם מויל ברבים אדער אפילו ביחיד. אלזא, אויף א פארום, וואו אין ערגסטן פאל וועט דער אנאנימער ניק באליידיגט ווערן, און דער כבוד פון דעם אמת'ן מענטש בלייבט גאנץ, איז א גוטע פלאץ זיך צו אנהייבן ברעכן די בושה. נעמט זיך אריין אין קאפ אז נישט קיין חילוק ווי אזוי מען רעאגירט צו אייך, בלייבט איר פונקט אזוי חשוב און דערהויבן ווי פריער. אייער מיינונג איז פונקט אזוי רעלעוואנט ווי א צווייטנס, (כאטש עס מוז נישט זיין אמת, פונקט ווי יעדנ'ס מיינונג), און עס פעלט אייך גארנישט אויסער די קוראזש צו זאגן וואס איר האלט פאר ריכטיג. געדענקט אז א מענטש וואס האט מורא פון אנדער'נס מיינונגען וועט נישט קענען אנקומען צו ווייט אין לעבן, ווייל פאר יעדע זאך וואס מען טוט וועלן זיין אנדערע וואס קרומען מיט די נאז, און יעדער מענטש וואס איז ערגעץ אנגעקומען האט געהאלטן ביי דעם שטאפל וואו איר האלט יעצט. נאכמער, נעמט אייך אריין אין קאפ אז איינער וואס קרומט מיט די נאז און באטראכט אייך מיט'ן קאפ אראפ איז בכלל נישט ווערד צו זוכה זיין אין אייער חברותא'שאפט. איז פארוואס זאלט איר אים וועלן געפעלן?
גייט צו פראדוקטיוו קאורסעס, אדער להשיג, וכדומה.
נישט אלע מעמבערס דא האבן די קוואליפיקאציעס (נישט וועגן בושה - יאיר) אנצוהייבן א נייע טעמע אפילו אונטער א פאלשן נאמען (איש עברי) און שרייבן אין די "דריי ווערטער אשכול" (געפילטע פיש) איז נישט גענוג ווייל די באהערדע דא פארלאנגט זאכליכע הודעות מיט עט ליעסט 100 ווערטער פער הודעה
איך זאג מ'זאל פרובירן גוט ווערן אין אישי מיט א שרייבר און דער לעצטער זאל ארויסהעלפן.
נישט גוט ווערן אין אישי מיט א שרייבר און נישט ווערן א "פראדוקט" פון שיעורים מאכט געבוירן פרישע קוואליפיקאציעס ביי א מענטש, די שיעורים זענען נאר גוט (אויך נאר ביז ווילאנג די האסט נאך די עקסייטמענט פון עס) אויף ארויסצוברענגען א מענטשענ'ס באהאלטענע קוואליפיקאציעס
ווערי סארי! בי עס.
צו טראכטן און חלומ׳ען שעמען זיי זיך אויך?
האו עבאוט טרינקען?
אנאנים איז נישטא קיין בושה, נאר זיי האבן נישט קיין צייט/געדולד/כח צו שרייבן, נו פארדעם זענען זיי נישט אין פריוואטן פארום.
Re: עצות פאר שעמעוודיגע שרייבערס
אין וואס איז מיט איינער וואס קען נישט ספעלן?
Sent from my SCH-I535 Using ForumTouch for Android
און - נישט אין
אבער אויב רעדט מען צו די זאך דארף מען נישט קענען ספעלען איך מיין אז עס שטערט נישט קיינעם די דקדוק כל זמן אז מ'רעדט דברים של טעם
itsnotmeאין וואס איז מיט איינער וואס קען נישט ספעלן?
אזא איינער דארף הערשט זיך נעמען אסאך שרייבן.
איך האב זיך זייער אסאך אויסגעלערנט שרייבן און ספעלן, אויסלייג און גראמאטיק, טאקע פון שרייבן דא אין שטיבל.
itsnotmeאין וואס איז מיט איינער וואס קען נישט ספעלן?
Sent from my SCH-I535 Using ForumTouch for Android
נולד יוכיח
יאך האב א גוטע עצה, נעמטס אפיר אלטע קלאסישע אידישע ביכער, צו איז עס א מעשה ביכל אדער א אינטרעסאנטע היסטאריע ביכל וכדו', און שרייבטס עס אראפ דא אינעם שטיבל.
די פארדינסט וועט זיין צווייפאכיג, סיי ס'וועט זיין אינטרעסאנטע מאטעריאל צו ליינען דא, און סיי עטס וועטס קענען אריין אין מאחורי.
און אויב די פראבלעים איז נישט בושה נאר ער קען נישט שרייבן, ער איז פשוט נישט קיין שרייבער! האט איינער אן עצה?
וואס מיינט דאס שרייבער, נישט שרייבער? אין א שמועס אין בעסמעדרעש בלייבסטו אויך אלץ שטיל ווייל ביזט נישט קיין רעדנער?
מ'קען אפילו צושרייבן פון וואו מ'נעמט דאס, אויב ס'איז גוט איז גוט דער עיקר דער עולם האט הנאה.
אויב קרעדיט מען דעם מחבר איז עס נישט קיין פילאגיאריזם, כ'האב געמיינט ער מיינט עפעס מער.
איך דארף לפעמים ארבעטן אויף כובש זיין די בושה וואס איך האב מיט.. ענק.
itsnotmeאין וואס איז מיט איינער וואס קען נישט ספעלן?
Sent from my SCH-I535 Using ForumTouch for Android
רעט צו
@פרישער ועיגן דעים עראט אנייצע פארדעים
איך בין אויך בטבע א ביישן ,בעבר האב איך אסאך געסטראגעלט דערמיט (ווי איר קענט זעהן פון מיין ניק 'איך אויך' כאילו איך בין נאר חזי לאצטרופא און נישט בפני עצמי) אבער ב"ה היינט איז אסאך בעסער. אז מען פראבירט נישט וועט מען זיכער נישט קענען ,אבער אפשר דארפן מיר אלע טוהן מער צו אינקארעגן נייע שרייבערס (עפעס גוטס מען מעג זיך אפלערנן פון אייוועלט..).
איך בין באמת א שטארקע פחדן ביים שרייבן. כ'בין א שטארקע ביישן, כ'ווייס נישט צו ביישן איז די ריכטיגע ווארט, אבער כ'האב שטארק מורא וואס יענער וועט זאגן אדער דער וועט זאגן. אוי, וואס וועל איך טון אויב מיין תגובה שרייט יעצט סטופידעטי, און מ'וועט זאגן אז מיין ענגליש איז נאריש, אדער איך בין א בעיבי? און די עצה איז אפצומאכן פאר א רגע אז דו ביסט די קלוגסטע מענטש אויפ'ן פלאנעט, און וואס דו זאגסט אצינד איז קודש קדשים.
משל דיך אויס א מינוט ווי אלע אויפ'ן סייט זענען נישט מער ווי שטיקער פלייש אין א פארלאזטע בעיסמענט ווי בערל זאגט, מיט אביסל ליידיגע צייט אויף די הענט, וואס גייען א מינוט נאכ'ן לייענען דיין תגובה, אויפמאכן דעם בראוזער צוריק צו "וואס איז נייעס", און אפילו א טיימס טעיבל קענען זיי נישט; זיי האבן נאך אין זייער לעבן נישט געמאכט אן אפוינטמענט אין צייט; און זיי האלטן שוין ביי זייער פיפטע מאל דורכפאלן די דרייווינג טעסט; זעלטן וואס זיי פאלגן נאך דירעקציעס און פארבלאנדזען זיך נישט. בקיצור טאטאלע מעסס אפס.
דו אבער שטעל אן א פנים פון א שיינע ברייטבייניגע מגושמ'דיגע סטאד, מיט א רוימישע געזיכט און מוסקלען ווי א מתיוני; ביסט אזוי אנגעשטאפט מיט געלט אז דו נוצט זיי פאר סעפאזיטאריס. דו טוסט די לייענער א גאנצע טובה אז דו קומסט אהער. ביסט אזוי געלערנט און דיינע רייד זענען אזוי געמאסטן אז דיינע עסייען ווערן נגנז פאר א נייער בייבל.
און דו ביסט יעצט אזוי הויעך אויף דראגס אזוי אז דו גייסט ניטאמאל פראפרידן וואס דו שרייבסט.
שפענד נישט קיין צייט פאר לאנגע מגילה'ס. האק א שורה, זאג עפעס א אומפארשטענדליך ווארט, און געב א לייג צו אז "געפילטע פיש און ווייסער ווער נאך וועט שוין פארשטיין וואס דו מיינסט".
אויב שרייבט עמיצער עפעס א תגובה דערויף, און דו פיהלסט באליידיגט, איז די בעסטע נאך אפילו, בכלל נישט מגיב צוזיין דערויף. נאך בעסער אז דו געסט יענעם א לייק.
פארקערט ווי מער מענטשן ס'דא וואס האלטן ביסט סטופיד, אלס וויכטיגער שפיר דיך, אז מ'מאכט אזא עסק פון דיר.
און אומבאדינג, האלט דעם כלל פאר די אויגן "די יוזשיועל חכמים זענען קיינמאל נישט אויף איין פעידזש מיט די דזשעניס".
טאמבל סאס
דו אבער שטעל אן א פנים פון א שיינע ברייטבייניגע מגושמ'דיגע סטאד, מיט א רוימישע געזיכט און מוסקלען ווי א מתיוני; ביסט אזוי אנגעשטאפט מיט געלט אז דו נוצט זיי פאר סעפאזיטאריס. דו טוסט די לייענער א גאנצע טובה אז דו קומסט אהער. ביסט אזוי געלערנט און דיינע רייד זענען אזוי געמאסטן אז דיינע עסייען ווערן נגנז פאר א נייער בייבל.
דאס איז דאך ממש מיר! נאו וואנדער כ'בין נישט קיין ביישן.
טאמבעלע 👍 👍 👍
שוין לאנג נישט זיך אזוי געטאמבעלט, דו מאכסט נאך דעם פראצעדור יעדעס מאל דו שרייבסט א תגובה?
טאמבל, בשעת'ן שרייבן דעי תגובה האסטו אזוי געטראכט??
.
איך בין דאך אזוי! און מיט מיין גוט הארץ האב איך פארגינען, אייך צו געבן קלסתר פני איר זאלט קענען אפשפיגלען זיך במדותי.
האב א יעדעם דארט ווי זיי האבן דיך
אין טאמבי כטאמבינו.
מענין לענין באותו ענין
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1428">viewtopic.php?f=4&t=1428</a><!-- l -->
איך בין די ריכטיגע נמשל. איך בין א שטילע אינגערמאן וואס מ'טרעפט נישט אויפט. ממש איך קום צו ביהמ"ד נאר צו דאוונען, איך האב נישט קיין איין חבר, איך גיי קיינמאל נישט ארויס פון הויז נאר טאמער ס'איז קריטיש וויכטיג
ביי מיין בעשהוי האט מיין ווייב געמיינט אז איך בין געבוירען אן א צונג. (זי האט מיר גענומען עני-וועי וויל זיי איז א 300 פונטיגע)
טאקע דערפאר איז ק"ש פאר מיך א רפואה ווי קיינמאל ביפאר
דא קנאק איך ארויף וואס איך וויל, דא איז נישט דא אזא זאך ווי זיך שעמען, ווייל קיינער קען מיך נישט
ממילא
@גבאי טייערע, איינער וואס שרייבט נישט דא אין וויל זיך אריין זעהן אין מאחורי איז פשוט א פוילע שטריק אין וויל אריין קומען א אונזער חבורה אן א ערליך פארדינטע פאס
אין אנדערע נייעס: ״פוילע שטריק״ איז נישט אקצעפטירט אלס א ניק.
Re: עצות פאר שעמעוודיגע שרייבערס
איש עברי,
די גייסט האבן א שווערע job מיר צפארעכטען אלע מיינע ספעלינג,
און( ווייס איך שוין אז עס איז נישט אין) פיו יעצט אין( יא גיט? )ווייטער גיי איך האקען שטיקער!!!
Sent from my SCH-I535 Using ForumTouch for Android
itsnotmeאיש עברי,
די גייסט האבן א שווערע job מיר צפארעכטען אלע מיינע ספעלינג,
און( ווייס איך שוין אז עס איז נישט אין) פיו יעצט אין( יא גיט? )ווייטער גיי איך האקען שטיקער!!!
Sent from my SCH-I535 Using ForumTouch for Android
דיר פארשטיי איך אינגאנצען נישט פארוואס דו שעמסט זיך. עס איז ניטאמאל דיר? שעמסט זיך פאר מיר?
איך וויל אויך זיין פון די זוכים אריינצוקומען לפני ולפנים אבער צופיל צייט האב איך נישט.
ס'הייסט אזוי. צייט האב איך אביסל אבער צו זוכן א נושא וואס צו שרייבן און אריינצוטראכטן טיף דערינען ערלויבט מיין זייגער נישט, ווייטער, צוגעבן צו אנדערע אשכולות איז א געדאנק, אבער נאר אויב ס'איז נישט קיין אנגעפילט אשכול.
איז דא א נושא אדער ענין וואס קען מיר העלפן שנעלער אנפילן דעם פופציג קוואטא פון זאכליכע תגובות?
א גוטער עצה וועט צוהעלפן מיין ווערן מער אריינגעשלעפט אין שטיבל בכלליות.
ואני, גדר גדרתי לעצמי. איך גיי נישט קיין מאחורי. לויט ווי איך האב מיך נאכגעפרעגט, איז עס א ריכטיגע על טהרת הקודש'דיגע פלאץ, ורבים נושעו על ידו. אבער שתי תשובות בדבר. איינס, מען "מוז" שרייבן אפט, און מיין דעי דזשאב ערלויבט דאס נישט. והשנית, האט מיך א חשוב'ע ניק מייעץ געוועהן אין טשעט, אז מען רעדט דארטן מער פערזענליך, און עס איז גרינגער פאר ריעל לייף פריינט זיך צו דערקענען דארט, און וביום פקדי ופקדתי, ווען מען ווערט חלילה נתגלה בזדון או בשגגה, וועלן אלע די שמועסן דארטן קענען גענוצט ווערן ווי געווער.
ממש א שאד. כ'האב געהאפט אז וועסט איין טאג ארויסגעבן "מאחורי בלעטער" און פארשפרייטן אין די ווייבער שולן.