סקווירא; איר מהות און אייגנארטיגקייט (געווידמעט פאר מנשה)
אזוי ווי מען רעדט אסאך לעצטנס ארום סקווירא, אבער עס איז קיינמאל נאכנישט געגרינדעט געווארן אן אשכול ריכטיג צו באהאנדלען דאס הייליגע חסידות אינדרויסן פון שטעטל. איך האלט אז עס וואלט ריכטיג געווען צו דעבאטירן און ארומרעדן איבער דער דאזיגע מקום קדוש, וואס איז א תל-תלפיות פאר אלע אידן ארום די וועלט און פון איבעראל קומט מען צו דעם צדיק וקדוש כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א. אוודאי וואלט כדאי געווען ווען איינער וועט קומען און שרייבן א זאכליכע באהאנדלונג איבער סקווירא. איך וועל אבער אנהויבן דעם אשכול מיט עטליכע שאלות איבער דער רבי שליט"א, איך וואלט געוואלט אז סקווירא חסידים זאלן ענטפערן און מגיב זיין דערויף. איך האלט אז מנשה וואלט ריכטיג געקענט ענטפערן אויף די אלע פראגעס (אפשר האב איך א טעות?)
איך האף אז דער אשכול וועט זיין א פאזעטיווע אשכול און ברענגען אסאך ליינער. אויב די שמועס וועט זיך ציען געשמאק, וועל איך צולייגן קושיות צו פארענטפערן, אדער איז יעדער געלאדנט צוצולייגן קשיות ככל העולה על רוחם (נישט חס-ושלום לקנטר, נאר אמת'ע זאכליכע שאלות). איך לאדן דעריבער איין מנשה לוסטיג צו ענטפערן אויף די פאלגענדע שאלות:
א. דער סקווירא רבי קען לערנען נגלה?
ב. האט ער שוין אמאל אריינגערעדט בעניני הלכה, גמרא וכדו'? - אויב יא, ווען?
ג. וואס איז זיין שיטה און מהלך אין לימוד? - עיון, בקיאות, עפעס אנדערש?
ד. די זאכן וואס ווערן געטאן אין סקווירא, קעגן מתנגדים (למשל אויסשיסן פענסטער, צוברעכן קארן, פארברענען וכדו'). די זאכן ווערן טאקע געטאן דורך סקווירא צו שעדיגן יענעם, אדער איז עס אן איינרעדעניש פון די וועלט?
ה. אויב יא, איז דאס דער ווילן און דער בפירוש'ער דעת פונעם רבי'ן, אדער טוען דאס חסידים על דעת עצמם? - בכלל, וואס האלט דער רבי איבער די סארט זאכן?
ו. עס איז געווען א דרשה נאך די שפיצער פרשה, וואו דער רבי האט געזאגט אז דאס איז נישט דער דרך פון סקווירא. איז דאס טאקע די דעת פונעם רבי'ן, אדער האט ער אזוי געדארפט זאגן דעמאלס?
ז. וואס איז די היסטאריע פון דער סקווירא רבי שליט"א אלס יונגל? - איז פאראן מענטשן וואס קענען אים פון די יוגנט? - איז פאראן גדלות וואס מען האט געזען אויף אים זייענדיג גאר יונג? - אדער איז ער געווען דעמאלס באהאלטן? - ביטע מרחיב זיין דעם דיבור איבער דעם.
ח. זענען געווען מענטשן וואס זענען געווען חסידים פון אים, נאך בחייו פון זיין טאטע זצוק"ל?
דאס איז פאר דערווייל. ווארטן מיר אויף תשובות.