געדאנקען: זענען די דייטשען טאקע אזוי שרעקליך גילטי?
דאס איז יעדער מודה, חוץ די לונאטיקער און די שכל'לאזע שווארצקייטען, אז היטלער ימ"ש איז געווען א שרעקליכע טיראן, א שווארצע גייסט וואס האט געדורשט נאך בלוט אין רציחה,
וואס כ'ווינדער זיך אבער, איז איבער דאס דייטשע פאלק, זענען זיי טאקע גרעסערע רשעים ווי אנדערע אייראפעאישע לענדער, אדער זיי האבען פשוט געהאט דאס מזל אז צווישען זיי איז אויפגעשטאנען אזא היסטארישע רוצח אין אנגעדרייט דאס לאנד מיט כל מיני פראפעגאנדע,
ניין, כ'קום נישט דא זאגען אז די דייטשען זענען אידען ליבהאבער, די רוב זענען לכאורה נישט, חאטשיג ס'דא פין זיי וואס זענען מאראליש און א צאל פין זיי האבען געהאלפען אידען ביי די צווייטע וועלט קריג, זיך איינשטעלענדיג זייער לעבען דערביי,
אבער מיין פראגע איז צי די זעלבע קען נישט געשען צי עני אנדערע פאלק וואס זאל דארעך גיין אזא פראפעגאנדע, אז אידען זענען זייער אומגליק, אין אז אידען ברענגען א אומגליק אויף דאס גאנצע פאלק, אין בפרט מיט די נארישע אזוי געריפענע רעיס סייענס וואס איז דעמאלץ געווען די רוח הזמן, וואס זיי האבען איינגערעדט די דייטשע פאלק אז זיי זענען קלאמפיש געבוירען צי זיין הארען אין די איבריגע וועלט זענען שקלאפען, אין די אידען פארסם'ן פשוט די וועלט און מען ברויך זיי חלילה צי ... ,
כ'טראכט אזוי צי מיר, אז עני אנדערע פאלק וואס מען זאל זיי פארקויפען אין אריינפראפעגאנדירען אזא באבע מעשה, גענוג לאנג אז דאס זאל ווערען ביי זיי די רעאליטי , וואלטען זיי געטוהן די זעלבע זאך וואס די דייטשען האבען געטוהן אדער אפשער ערגער,
כ'זיץ אין טראכט, כ'ווייס נישט צי מ'מעג אזוי טראכטען, אבער קוקטס אן דעם מנשה לוסטיג, לויט וויזוי ער האט געשריבען איבער דעם ראטענבערג ממש מיט קללות אין ער האט זיך נאך בארעכטיגט אז דאס איז גאר דעם רצון השם, אלץ ווייל אין סקווירא האט מען אים געברעינוואשט אזוי ממילא פאר עים איז דאס די רעאליטעט, אין ראטענבערג'ס לעבען איז אין זיינע אויגען נישט ווערד, איז ווען לאמיר זאגען "זשאולענד" ווערט א ריאליטי, אין סקווירא רבי איז ווען דער עכטער מושל אין "זשאולענד" וואלטען זיי ווען נישט אפגעפירט אלע מתנגדים אין די גאז קאמערן, אין אפשער נאך געהאלטען אז זיי טוען מיט דעם א טובה פאר זייערע זינדיגע נשמות,
באטעם ליין, ווען מען ברעינוואשט א סאוסייעטי פארלירען זיי די געהעריגע בחירה, זיי ווערען ראבאטען, אין די עיקר שולד גייט לכאורה אויף די מענטשען וואס פירען דאס,
עכ"פ איך שרייב דאס בדרך אפשר, דא איי מיס סאומטינג ? איז דא נאך א שטיקעל צי דעם פאזעל וואס כ'האב נישט גערעכענט ?
ווען דאס דייטשע פאלק וואלט געטון ״נאר דאס״ געווען הארכזאם צו זייערע אויבערהארן, דאן וואלט געווען א מקום לדון. אבער דער פאקט אז זיי האבן נישט נאר אויסגעפירט באפעלן, נאר געגאנגען דעם עקסטערן מייל, געקאפעט,געשינדען,זיך פאסמאקעוועט, אפילו במקום וואו אויבערהארן האבן דאס נישט דירעקט פארלאנגט, איז על הכלל כולו יצא.
תמחה את זכר עמלק מתחת השמים לא תשכח. זיי זענען אלע שולדיג איינס ביי איינס ימ"ש און נישט נאר זיי נאר זייערע קינדער און אייניקלעך און אור אייניקלעך עד סוף העולם פארן דורכפירן אזא פארברעך אויף סוסייעטי ובפרט על עם ישראל. אזוי האט אונז די תורה געהייסן לגבי עמלק און אנדערע רשעים. ארץ ארץ אל תכסי דמם. קיינער קען זיי נישט מוחל זיין ובתוכם די זעלבסט געקרוינטע אפוטרופסים פאר כלל ישראל. גילטי גילטי גילטי. דער אייבערשטער זאל העלפן סזאל שוין מקיום ווערן דעם ... וויאזוי גייט נאר די סקולענע ניגון פון ... אנקת אסיר כגודל זרועך... וכו.
ווען דאס דייטשע פאלק וואלט געטון ״נאר דאס״ געווען הארכזאם צו זייערע אויבערהארן, דאן וואלט געווען א מקום לדון. אבער דער פאקט אז זיי האבן נישט נאר אויסגעפירט באפעלן, נאר געגאנגען דעם עקסטערן מייל, געקאפעט,געשינדען,זיך פאסמאקעוועט, אפילו במקום וואו אויבערהארן האבן דאס נישט דירעקט פארלאנגט, איז על הכלל כולו יצא.
איך האב דאס שוין געשריבן מערערע מאל דא אין שטיבל. אלמלי די רשעים וואלטן נאר גע'הרג'עט ווי באפוילן - כאטש עס איז נישט קיין תירוץ - וואלט מען נאך געקענט אקצעפטירן זייער געדאנקען-גאנג, אז זיי האבן פשוט געמוזט פאלגן און אויסראטן כלל ישראל היל"ת; אבער די שוידערליכע רציחות, עקסטערע עינויים, אומבאשרייבליכע ברוטאליטעט, האט געוויזן אז זיי האבן אויך געטון רשעות מדעת עצמם און נישט נאר געפאלגט בלינדערהייט געצווינגענערהייט. ימח שמם.
ייש"כ חזקיהו המלך: דו האסט זייער גרונטליך און גוט אדורכגעטון די אלע זייטן פון די נשא. (נאויסע. נישט משא, תורה?). איך גיי דיר בעז"ה ענטפערן כיד ה' הטובה עלי. נאר צוערשט א שטיקל הקדמה:
איך בין נישט געבוירן אין וויליאמסבורג. אלס קליין יונגל האב איך געוואוינט אין א אייראפעאישע מדינה, וואו די גוים האבן דערמאנט א איד א יעדע מינוט אז ער איז א איד. איינס פון די ערשטע זאכן וואס כ'האב געוואוסט איז וויאזוי מ'זאגט "שמוציגער איד" אויף עטליכע שפראכן. ווייל כ'האב עס אייביג געהערט פון די לאקאלע גויים. מיינע עלטערן זענען געווען "האלאקאוסט סוירווייווערס". מיין מאמע איז געווען אן אוישוויץ איבערלעבער. א חוץ דעים האביך א ספעציעלע אינטערעסט אין פארשן אט די נושא. כ'האב געליינט עטליכע ביכער און געזעען מערערע פילמס/ווידיאס. ע"כ ההקדמה:
איכ'ל קודם פרובירן צו ענטפערן אויף דיינע שאלות און נאכדעים שרייבן די בעקגראונד. א) דאס דייטשע פאלק, אלס א פאלק, איז שולדיג אין האלאקאוסט. ווייל אן זייער דירעקטע הילף און הסכמה וואלטן היטלער און די נאציס ימ"ש נישט געקענט קומען צו די מאכט און אנהאלטן זייער גיפטיגן פראגראם: לאמיר געדענקען אז אין די 20'ער און אנהייב 30'ער יארן זענען זיי געווען די קלענסטע גרופ פון די אלע וועלכע האבן געהאט א פראגראם פאר א רעגירונגס טויש. אזוי ווי די קאמוניסטן, סאציאליסטן און אנדערע. ב) ס'קען (ח"ו) געשען אין אנדערע לענדער, אבער אין מציאות איז עס זייער שווער, ווייל די דייטשן זענען זייער אן ארגאניזירט און פלייסיג פאלק. נעם למשל פוילן. הגם זיי זענען פונקט אזעלכע שרעקליכע רוצחים. אבער זיי האבן נישט דעם שכל און ארגאניזאציע אדורכצופיהרן אזא גרונטליכע און סיסטעמאטישע מאסן רציחה. לאמיר געדענקען אז די דייטשן ימ"ש זענען זייער א שטאלץ פאלק. און זיי האבן זיך געשפירט דערנידעריגט און באליידיגט דורך די ווערסיי טריעטי. דער אפמאך וועלכן די לענדער האבן אויף זיי ארויפגעצווינגען אלס שטראף פאר'ן זיין שולדיג אין אנהייבן די ערשטע וועלט קריג. וואו מ'האט אויף זיי ארויפגעלייגט שווערע געלט שטראפן און צוגענומען זייערע קאלאניעס אין אפריקע און אויך שטיקער פון דייטשלאנד און אוועקגעגעבן פאר פראנקרייך. אזוי ווי רהיינלאנד. און היטלער ימש"ו האט זיי צוגעזאגט צו לייזן אט די אלע פראבלעמען. נאר א טייל פון זיין פראגראם איז געווען די אבסאלוטע שנאת ישראל. ער איז געווען דער וועלכער האט צוריק אויפגעבויט די דייטשע עקאנאמיע און ער האט געהאט די גאטס און די חוצפה זיך אקעגנשטעלן די אייראפעאישע גרויסמאכטן.
חוץ דעם איז איינס פון די כאראקטער שטריכן פונ'ם גאנצן דייטשן פאלק אז זיי קענען זייער שנעל און גרינג טוישן זייער אויסקוק און מעשים. זיי קענען אין מינוטן גיין פו גוט צו שלעכט אן שטערונגען פון וואס מ'רופט "קאנסשיענס" (אויף עברית הייסט עס "נקיפת מצפון"). נעם למשל די נאציס ימ"ש אין אוישוויץ און אנדערע פלעצער. אין די זעלבע צייט וואס דאס איז געווען א קאנצענטראציע און מארד לאגער פאר די אידן איז עס אויך געווען א רעזארט ארט פאר די אלע נאציס וועלכע האבן דארט געארבעט. איך רעד שוין נישט פונ'ם קאמאנדיר רודאלף האעסס, ימ"ש, וועלכער האט געוואוינט אינ'ם שטח פון לאגער און איז אהיימגעגאנגען יעדן טאג צו זיין הויז און זיך אויפגעפיהרט ווי א "נארמאלער מענטש" אין אלע ענינים, כאילו איינער קומט אהיים פון א דזשאב אין אפיס אדער פעקטארי און אינטרעסירט זיך וואס די קינדער טוען, וויאזוי זיי לערנען וכדומה, בשעת נישט מער ווי 150 פיס פון דארט האבן די גאז קאמערן און די אויוונס געארבעט מיט די פולע פארע. ס'איז נאך דא זייער א סאך צו רעדן און שרייבן איבער דעם. ודי בזה. 🙄 😳 😢 😲 😮
מ'איז נישט דן א מענטש לויט זיין סביבה אדער השפעה, נאר איש איש לפי מעשיו. ס'איז אזוי סיי ביי אידן, און סיי ביי א גויאישע משפט. א דייטש וואס האט נישט געטוהן קיין שלעכטס איז א וואוילער גוי פונקט ווי יעדער גוי. א דייטש וואס איז א רשע סיי אן א השפעה סיי מיט א השפעה איז א רשע.
יא. אבער דעם תירוץ וואס אלע נאציס ימ"ש האבן גענוצט און נוצן נאכאלס איז אז זיי האבן נאר אויסגעפאלגט באפעילן. נאר איינס פון זייערע כאראקטער סימנים איז (אזוי ווי כ'האב געשריבן אין מיין תגובה.) אז זיי קענען זייער שנעל טוישן פון גוט צו שלעכט. און פארקערט. למשל. תיכף נאכ'ן צווייטן וועלט מלחמה (וואס כ'ווייס נאר פון שמועסן מיט עלטערע אידן און ליינען אין ביכער.) האבן זיך רוב דייטשן אויפגעפיהרט סיי לגבי אידן און סיי אין זייער טעיגליכן לעיב ווי גלייך די גאנצע געשיכטע פון האלאקאוסט און די מלחמה איז קיינמאל נישט געשעען. זיי האבן געשמייכלט און זיך באצויגן מיט די גרעסטע מאס פריינטליכקייט צו אידן. כאילו ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין נאציזם אין דייטשלאנד. 🙄 😳 😢 😮
ווען דאס דייטשע פאלק וואלט געטון ״נאר דאס״ געווען הארכזאם צו זייערע אויבערהארן, דאן וואלט געווען א מקום לדון. אבער דער פאקט אז זיי האבן נישט נאר אויסגעפירט באפעלן, נאר געגאנגען דעם עקסטערן מייל, געקאפעט,געשינדען,זיך פאסמאקעוועט, אפילו במקום וואו אויבערהארן האבן דאס נישט דירעקט פארלאנגט, איז על הכלל כולו יצא.
איך האב דאס שוין געשריבן מערערע מאל דא אין שטיבל. אלמלי די רשעים וואלטן נאר גע'הרג'עט ווי באפוילן - כאטש עס איז נישט קיין תירוץ - וואלט מען נאך געקענט אקצעפטירן זייער געדאנקען-גאנג, אז זיי האבן פשוט געמוזט פאלגן און אויסראטן כלל ישראל היל"ת; אבער די שוידערליכע רציחות, עקסטערע עינויים, אומבאשרייבליכע ברוטאליטעט, האט געוויזן אז זיי האבן אויך געטון רשעות מדעת עצמם און נישט נאר געפאלגט בלינדערהייט געצווינגענערהייט. ימח שמם.
די טענה אז די דייטשן האבן מוסיף געווען צום קושי השעבוד און פאר זייער אייגענער הנאה איז גענונג נאר צו אפווענדן אז זיי האבן בלויז אויסגעפירט באפעלן. ווי אויך די מיליגראם עקספירימענט. חזקיה ערוועקט אן אנדערע טענה. א מענטש קען ווערן איבערצייגט אז ער טוט די ריכטיגע זאך, און דאן וועט ער שוין צולייגן מדעת עצמו. דאך קען ער באטראכט ווערן אלס אומשולדיג ווייל זיין דעת איז אין געפענגעניש. ער גיבט טאקע א משל שאול שפיטצער. אפילו קיינער האט אים נישט דירעקט געשיקט, האט ער געטון על דעת רבו. מ'קען עס פארשטיין אין א רעליגיעזע קאנטעקסט, וד"ל.
מענין לענין באותו ענין, איך האב שוין אסאך מאל געטראכט א זאך, אבער כ'האב אייביג מורא עס צו זאגן הויעך. והנה, צו קומט זיך פאר היטלער ימש''ו א עונש עפ''י תורה?
וואס איך מיין איז, אונז האמי'ר דאך א הלכה אז 'אין שליח לדבר עבירה'. און אזוי ווייט ווי איך ווייס האט היטלער במו ידיו קיינמאל נישט גע'הרג'עט קיין מענטש, ער האט נאר באפוילן פאר אנדערע אזוי צו טון. אויב אזוי על סמך מה קומט זיך אים אן עונש? ס'דא א שיטה אין די פוסקים אז ביי א גוי זאגט מען יא אז יש שליח לדבר עבירה. אבער רוב פוסקים האלטן נישט אזוי.
די זעלבע קשיא פרעגט מען ביי פרעה, ער האט נישט אליין געוארפן קינדער אין ים, אלע ספרי דרוש רעדן ארום דערפון, סוף פסוק זעסטו אז ער האט מיטגעליטן מיט זיי ס'איז דא שיטות אז ביי א מוחזק איז יש שליח לדבר עבירה, נו לפי זה גייט מען שוין אריין, אויב די דייטשע פאלק איז בעצם א שלעכט פאלק זענען זיי מוחזק, ממילא איז דער פירער ימ"ש יא חייב
די זעלבע קשיא פרעגט מען ביי פרעה, ער האט נישט אליין געוארפן קינדער אין ים, אלע ספרי דרוש רעדן ארום דערפון, סוף פסוק זעסטו אז ער האט מיטגעליטן מיט זיי ס'איז דא שיטות אז ביי א מוחזק איז אין שליח לדבר עבירה, נו לפי זה גייט מען שוין אריין, אויב די דייטשע פאלק איז בעצם א שלעכט פאלק זענען זיי מוחזק, ממילא איז דער פירער ימ"ש יא חייב
דאס איז פשט אין פסוק וכו'....
======
אליצפן
אונז האמי'ר דאך א הלכה אז 'אין שליח לדבר עבירה'. און אזוי ווייט ווי איך ווייס האט היטלער במו ידיו קיינמאל נישט גע'הרג'עט קיין מענטש, ער האט נאר באפוילן פאר אנדערע אזוי צו טון. אויב אזוי על סמך מה קומט זיך אים אן עונש?
אגב אין שליח לדבר עבירה מיינט אז דער משלח איז חייב, און יש שליח לדבר עבירה מיינט אז דער משלח איז פטור
שרייבער: די אנדערע זייט פון די מטבע (צו יש אדער אין שליח לדבר עבירה) איז אז דער וואס איז עובר די עבירה אלס שליח איז חייב אדער פטור. אויב לערן איך אין שליח לדבר עבירה קען ער נישט טענה'ן אז ער האט נאר אויסגעפאלגט אדער געטון א שליחות. אויב ער טוט די עבירה איז ער דער שגץ. 🙄 😠 😛 😳 😮
לגבי די עצם פערסאנאליטעט פין דעם דייטשען פאלק, קוקט מיר אויס אז ס'פעלט זיי א היבשע פאר שראפלעך,ס'קוקט מיר אויס ווי זיי האבען אזא סארט ראבאטישען נאטור, זיי ווייסען נישט וויזוי עכט צי ענזשויען די לעבען ווי די פראנצויזען למשל, זיי האבען אזא סארט טריקענקייט,
יא זיי מאכען גוטע אוטומאבילען, אין מאשינען, אבער קוקט אויס אויך פאר די זעלבע סיבה, ווייל אלעס פארט מיט אזא סארט "אוי סי די" פינקטליכקייט, אויסגערעכענט צי די האר,
די אידען האבען דארט אריינגעברענגט אביסעל געשמאקייט אין די יארען פאר די וועלט מלחמה, די אידען זענען געווען זינגער מיט אקטיורען, זיי האבען אביסעל אויסגעלערענט די טרוקענע דייטשען וויזוי צי לעבען,
אזוי ווי יאיר האט שוין פריער געשריבען, די דייטשען זענען א אינטערדרוקט פאלק, יארען ענען זיי געווען אינטערדרוקט אונטער די מאנארכיעס די פירשטען אין די פריצים, אין ס'קוקט אויס ס'זייאריין אין די ביינער, אין דייטשלאנד איז נישט געווען אזא רעוואלוציע אזוי ווי אין פראנקרייך אין אין אמעריקא, אין ביז היינט האט נאך דייטשלאנד אזא סארט מענטאליטעט,
אין די אידען האבען געמאכט א לעבען דארט, זיי זענען געווען די גרעסטע דאקטורים, לויערס און סייענטיסטען, און באנקירען, און די דייטשען האבען געברענט פאר קנאה, זיי האבען זיך געווינדערט פארוואס די אידען זענען אזוי מצליח אין זיי קענען זיך עפעס נישט אזוי ארויף דראפענען דעם לייטער, ווייל אידען בטבע האבען א פרייע גייסט אין ווען זיי האבען לופט צי אטעמען וואקסען זיי שנעל,
אין די שטן ווייסט דאס אויך אין ער האט מורא פין דעם אז אידען זאלען געניסען פין פרייהייט, פארדעם האט ער אנגעברענגט די פארשאלטענע רבי'ס (כ'מיין נישט די וואוילע, וועלכע רבי ס'טראכט אז איך מיין עים, עים מיין איך טאקע...) צי אונטערדריקען דאס ביסעל אידען וואס האבען איבערגעלעבט די קריג,
צו קענען אויספירן אזעלכע משונהדיגע רציחות אזוי הארצלאז דארף מען צו זיין גאר רשעותדיג איך ווייס נישט צו גילטי אבער חיות זענען זיי זיכער געווען
זאג דו מיר, צו זאגן פאר א אידיש קינד "ביטע שעהן, אין אויוון אריין", דאס האט מיט מענטשליכקייט?
איך האב אסאך געהערט דעם ברך משה ז"ל רעדן פון זייערע רציחות, איך געדענק ווי ער האט אזוי אראפגעלייגט וואס מיינט אז די תורה איידלט אויס א מענטש, די דייטשן האבן געהייסן די אינטיליגענטעסטע פאלק און די גרעסע אריסטראקראטן, ועכ"ז אין די מלחמה יארן האבן זיי ארויסגעוויזן זייער חי'שקייט במלא מובן המלה
חזקיהו המלך: מיט די לעצטע שורה פון דיין מאמר ביניך נישט מסכים. כ'בין זיכער אז דו זאגסט נאר א ווערטל. ווייל סוכ"ס די רעבעס זענען די פארקערפערונג פון גוטסקייט און אהבת ישראל. אויף דעים איז דאך געבויעט די תורת החסידות. נאכמער. אין די גמרא'ס צייטן איז עס שוין געווען א מנהג. ווי די גמ' זאגט "מי שיש לו חולה בתוך ביתו, ילך אצל חכם ויבקש עליו רחמים." נאר אפילו די מועט פון די רעבעס וועלכע זעען אויס אביסל סעלפיש און נאריש, ביניך זיכער אז זיי זענען זיך משתדל דאס בעסטע צו העלפן און טרייסטן אנדערע אידן. נאר ווען ס'קומט צו פאליטיק האנדלען זיי אמאל קליינקעפיג און נאריש. ווייל זיי זענען שוין געבוירן מזרע המלוכה. און זיי האבן (ליידער) : נישט געארבעט אויף זייערע מידות. איך ווייס פון א רבי'ן (פונקט איז ער מיין רבי זז"ג) וועלכער האט צוזאמגעשטעלט גרויסע סכומים געלט, אפילו פאר מענטשן וועלכע האבן איהם בארעדט. 🙄 😂 😠 😛 😮
חזקיה זעה איך גיט? אזוי שרייבסטו אויף די רביס פון פריעדיגער דור? איך וויל דיר זייער שטארק לייקן אבער איך קען נישט לייקן אזאלכע ווערטער !!
פארדעם האב איך ציגעלייגט "מסתם נישט אלע",
כ'מיין נישט דוקא די רבי'ס פין פריערדיגען דור, כ'האב זיי נישט עכט געקענט, כ'מיין די רביס פינעם היינטיגען דור,
אין ניין כ'מיין נישט סאטמארע רב זי"ע, ער האט אויך געהאלטען אזוי ווי איך, אין ער איז אויך געווען קעגען היינטיגע רביסטווע, וואס איז גארנישט מער ווי עבודה זרא ביהרג ועל יעבור,
אין אויך ס'מיז נישט זיין אלע, אבער בדרך כלל די מצב וויזוי רביסטווע פארט היינט איז א מצב פין ציקוועטשען די מענטשהייט, פין איינרעדען פאר די יונגווארג אז ווען די "הייליגע רבי" דרייט דעם שטריימעל שאקלען זיך אלע עולמות, אין אז זייער הקפדה איז גאר שרעקליך, וכו' וכו' ...
אין דאס פארגעטערען א מענטש דאס איז א סתירה מיט תורת משה אין א סתירה מיט נארמאלקייט, אין שאפט א אפמאסטפער פין דערשטיקעניש, ווי אלע שטייען אין קוקען ווי די האזעלעך ממיט ארויס געשטארצטע אויגען ווי די "הייליגע רבי" פרעסט קוגעל, לויטער עבודה זרא, אין נישט איך זאג עס ס'שטייט שוין אין אונדזער הייליגע תורה, איטס זשאסט טו בעד, מען טאר נישט דינען עבודה זרא,
יעדער איינער וואס האלט אז די דייטשן זענען בטבע סתם אכזרים און שלעכטע מענטשן וועט דארפן ערקלערן פארוואס די לעצטע זיבעציג יאר פירן זיי אזוי שיין זייער מדינה און זיי זענען אפילו גוט צו די אידן. ווי אזוי האבן זיי זיך פלוצלינג טראנספארמירט?
פון מיין עקפיריענס איז לאו דווקא אזוי אין דייטשלאנד, דייטשלאנד לעבט נאך היינט אין שאטן פון די האלאקאוסט די וואונד איז נאך פריש, זייענדיג א פאלק וואס איז זייער סענסעטיוו צו זייער אימעדש און האלטן זיך פאר מער מאראליש ווי אנדערע פעלקער איז געפערליך שווער פאר זיי אראפצושלינגען די שולד געפיהלן פון די קריג. אבער דאס איז מער ווייניגער נאר די עסטעבלישמענט, די פראסטע המון איז נאך אלץ גרויליגע ראסיסטן, עס איז פשוט א מיסקאנסעפציע אז די גאנצע קאלעקטיוו האט תשובה געטוהן, און נאך א טעות איז דא כאילו זיי זענען עפעס א פאלק פון בעסערע מענטשן, די פאקט איז אז אין דייטשלאנד [בעיקר אין מזרח] איז א גרויסע חלק פון די באפעלקערונג בעיקר די דארפסלייט זייער נידריגע מענטשן און זיי האבן נאך אלץ פיינט אידן. דאס שרייבט איינער וואס האט געכאפט א שפיי אין פנים פון א באאמטער אין די פראנקפורטע באן סטאנציע....
יעדער איינער וואס האלט אז די דייטשן זענען בטבע סתם אכזרים און שלעכטע מענטשן וועט דארפן ערקלערן פארוואס די לעצטע זיבעציג יאר פירן זיי אזוי שיין זייער מדינה און זיי זענען אפילו גוט צו די אידן. ווי אזוי האבן זיי זיך פלוצלינג טראנספארמירט?
פון מיין עקפיריענס איז לאו דווקא אזוי אין דייטשלאנד, דייטשלאנד לעבט נאך היינט אין שאטן פון די האלאקאוסט די וואונד איז נאך פריש, זייענדיג א פאלק וואס איז זייער סענסעטיוו צו זייער אימעדש און האלטן זיך פאר מער מאראליש ווי אנדערע פעלקער איז געפערליך שווער פאר זיי אראפצושלינגען די שולד געפיהלן פון די קריג. אבער דאס איז מער ווייניגער נאר די עסטעבלישמענט, די פראסטע המון איז נאך אלץ גרויליגע ראסיסטן, עס איז פשוט א מיסקאנסעפציע אז די גאנצע קאלעקטיוו האט תשובה געטוהן, און נאך א טעות איז דא כאילו זיי זענען עפעס א פאלק פון בעסערע מענטשן, די פאקט איז אז אין דייטשלאנד [בעיקר אין מזרח] איז א גרויסע חלק פון די באפעלקערונג בעיקר די דארפסלייט זייער נידריגע מענטשן און זיי האבן נאך אלץ פיינט אידן. דאס שרייבט איינער וואס האט געכאפט א שפיי אין פנים פון א באאמטער אין די פראנקפורטע באן סטאנציע....
עס איז ריכטיג אז עס הערשט דארט היבשע אנטיסעמיטיזם, אזוי ווי אין אסאך לענדער אין דער גוטער אלטער היים. אבער מיין עיקר שאלה איז, אויב די דייטשן זענען אין נאטור שלעכטע און אכזריות'דיגע מענטשן, וואלטן זיי זייער אייגענע לאנד אויך נישט געקענט צוזאמהאלטן', אזוי ווי למשל סאמאליע. פון דעם וואס זייער אכזריות און פיינטשאפט איז געווענדט בעיקר צו די אידן, זעט מען אז אפילו א נארמאלער מענטש וואס ווערט געברעינוואשד דורכאויס הונדערטער צו טויזנטער יארן אז אידן זענען א שלעכט פאלק קענען נאכדעם באגיין די ערגסטע מעשים. דאס בארעכטיג אודאי נישט זייערע מעשים, עס ברענגט נאר ארויס אז מ'זאל זיך נישט איינרעדן אז ס'איז דא עפעס א "חברה שטארבערס" וואס זיי זענען עלול צו באגיין מעשים אכזריים. ניין, יעדער מענטש וואס ווערט פארקויפט בלינדערהייט פאר אן איינציגע אידעאלאגיע אדער פארטיי אדער מענטש זענען דא שאנסן אז ער וועט צום סוף באגיין שרעקליכע מעשים אין איר נאמען. אויב איר האט אפאר מינוט, הערט אויס פון איינעם פון די חכמי ישראל המפורסמים, אליין א האלאקאוסט איבערלעבער, פארוואס די האלאוקאסט איז צושטאנד געקומען:
יעדער איינער וואס האלט אז די דייטשן זענען בטבע סתם אכזרים און שלעכטע מענטשן וועט דארפן ערקלערן פארוואס די לעצטע זיבעציג יאר פירן זיי אזוי שיין זייער מדינה און זיי זענען אפילו גוט צו די אידן. ווי אזוי האבן זיי זיך פלוצלינג טראנספארמירט?
יאיר: כדאמרן. אזוי ווי כ'האב געשריבן אין א פריערדיגע הודעה. אז די דייטשן האבן עפעס א מין טבע אין זייער כאראקטער אז זיי קענען זייער שנעל טוישן פון גוט צו שלעכט און פארקערט אויך. כ'האב געברענג עטליכע דוגמאות פון אוישוויץ און נאכ'ן מלחמה אין דייטשלאנד. אזויפיל דארף מען געיבן קרעדיט פאר די היינטיגע דייטשע רעגירונגס פיהרערס אז זיי האבן איינגעפיהרט געזעצן וועלכע פארבאטן סיי וועלכע אנטיסעמיטישע פראפאגאנדע אדער האלאקאוסט לייקענונג. פאר וועלכע מ'קען גיין זיצן יארן אין דזשעיל. א חוץ זיי און עסטרייך איז נישט דא קיין שום אנדערע מדינה וואו ס'דא אזעלכע געזעצן. 🙄 😮
איך האב אמאל געליינט אין א ביך איבער דעם האלאקאסט, איבער א סטאדי וואס מען האט געמאכט מיט סטודענטן אין א קאלעזש, ווי מען האט געשפילט אזא סארט פאליס גנבים שפיל. מען האט צוטיילט א גרופע, א חלק האבן געהאט די רעכט צו האלטן די אנדערע חלק איינגעשפארט, און געמעגט טוען מיט די ארעסטאנטען וואס זיי האבן געוואלט. נאך א גאר קורצע צייט. האט מען געמיזט אפהאקן די סטאדי, פשוט ווייל די מצב פון די ארעסטאנטען איז געווארן אזוי אומדערטרעגליך, אז עס איז שוין ממש צוגיקומען צו א סכנה.
דער סטאדי האט געוויזן, אז איינמאל מען געט די רעכטן פאר א מענטש, צו אינטערדריקן א צווייטן, דארף מען אים שוין אפילו גארנישט זאגן, זיינע אריינגעבויטע חיה'שע אינסטינקטן וועקן זיך פון זיך אליין אויף, און ער פארגעסט פון אלע מאראלען וואס מען האט אים געלערנט.
א כל שכן ביי די נאציס, וואס מען האט זיי קלאר באפוילן צו טוען רשעות, איז אודאי נישט קיין שום קשיא.
למעשה פארשטיי איך נישט די גאנצע שאלה, יחזקיה המלך האט שוין פארגעסן אז די דייטשן זענען געווען די וואס האבן אויסגעטראפן פלארייד צו פארטעמען די מאסן?
למעשה פארשטיי איך נישט די גאנצע שאלה, יחזקיה המלך האט שוין פארגעסן אז די דייטשן זענען געווען די וואס האבן אויסגעטראפן פלארייד צו פארטעמען די מאסן?
נאופס, כ'מיין אז ס'נישט געווען די דייטשען ערשט, ס'געווען סטאלין ימח שמו וואס האט עס געניצט ערשט, אין זיינע גולאג'ס, אין די נאציס האבען זיך אויסגעלערענט פין זיי,
אבער ווייטער דאס קומט פין די אפיציעלע עסטאבלישמענט נישט פין די המון עם,
דאס אז זיי זענען געווארען ברעין וואשד, איז נישט קיין תירוץ צו זיין א רשע, מען האט קיינעם נישט געצווינגען אין דייטשלאנד צו גיין הרג'נן אידען, און אפילו די וואס זענען געוועהן סאלדאטן, האט מען נאך די מלחמה ווען מען האט דן געוועהן אין די געריכטען, טאמער איינער האט נאר געהרג'ט ווען זיין אויבערהאר האט אים געהייסען, האט מען אים אויף דעם נישט דן געוועהן. די וואס מען האט מרשיע געוועהן, זענען אזעלכע וואס האבען געהייסען, אדער וואס האבען מוסיף געוועהן נופך משל עצמם.
די אוקריינא גוים זענען געוועהן פיל ערגער פין די דייטשען, אזוי אז די דייטשען האבען אפילו באוואנדערט די רשעות פין די אוקריינא גוים, פלענטי מאל וואס די דייטשען איז געוועהן שווער ביז א סאלדאט האט זיך צוגעוויינט צו שיסען אידען, אבער זיי זענען געוועהן כאילו מתחילה געוויירט אויף דעם. די שנאה פין די אוקריינא גוים גייט שוין הונדרעטער יאר, מחמת די פרומע קירכעס און גלחים וואס האבען אייביג געפרעדיגט קעגען די אידען אז זיי האבען געהרג'ט יאשקע.
לייג שוין אויך צו די באקאנטע עקספערימענט ווי גרינג ס'איז צו איבערצייגן א מענטש צו ווערן א ראסיסט על לא דבר <a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Jane_Elliott">http://en.wikipedia.org/wiki/Jane_Elliott</a>