שידוכים טאן גאר יונג
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5737
שידוכים טאן גאר יונג
מזל טוב. מזל טוב. ב"ה א שיינער שידוך. ווי אלט איז דער בחור. ער ווערט 18 ווי אלט איז די כלה זי ווערט 17 בשטומ"צ.
וואס איז די חשבון פון טאן שידוכים אזוי יונג. כ'טראכט ס'קען זיין איינס פון דריי טעמים.
איינס. קדושה ענינים די עלטערן האלטן אז דאס קינד איז אפגעהיטן מכל מחשבה רעה און זיי שטרעבן ער זאל בלייבן ערליך. ווי נישט ווי נאך די 20 איז דאך שוין שתיפח. און בן שמונה עשרה לחופה אזוי האבן חז"ל געזאגט.
צוויי. די עלטערן באקומען עפעס א פעטען חתונה פאליסי אויף וואס זיי ווארטן שוין בכליון ענים.
דריי. דאס קינד מאכט זיי אן צרות צרורות. איז אנשטאט צו נעמן פרייוועט מלמדים און זיך בעטען ביי ישיבות און זיך עסען דאס הארץ מיט אים יעדען טאג. לייגט מען דאס גאנצע דרוק אויף איין שדכן מען באווארפט מיט געלט און מען מאכט אפ יהי מי שיהי די הערסט גיט דאס ערשטע איז דאס פאסיגסטע. און ב"ה די רעזולטאטן פארשפעטיגט נישט צו קומען.
איז מיין שאלה יעצט דא פאר די חכמי השטיבל. וואס טוט זיך מיט די קינדערלעך די חתן וכלה איז עס גיט פאר זיי אדער שלעכט. איז א נפק"מ וואסערע סארט בחור מיידל מען איז. וואס איז אייערע עקספיריענס אין די ענינים.
אני לכשלעצמי האב טאקע חתונה געהאט גאר פרי און אלעס האט זיך פיין אויסגעארבעט אבער פון אנדערע ידידים הער איך וואס האבן חתונה געהאט ביי די 24 אז סהאט זיי אויך גארנישט געשפעטיגט אנצוקומען. איז פרי א מעלה אדער א חסרון און וואסערע מיינונג קען בכלל א בחור מיידל האבן אין דעם בימינו אלה
מיט אזא "שם טוב" פארשטייט זיך אז די האסט חתונה געהאט גאר פרי און אלעס האט זיך פיין אויסגעארבעט
איך האלט ס'ווענד זיך ווער דער מדובר און ווער די מדוברת איז.
קודם כל, אוודאי זאגט דער שכל אז ווי שפעטער איז בעסער. אבער דא ברויך מען אריינעמען אין פערספעקטיוו די אלע אראפגעשטעלטע זאכן ביינונז ביז אהין.
דאס הייסט, סיי פון אן ארטעדאקסישן בליק, כלפי נסיונות; און פון דארט און ווייטער אלץ איבערן סיסטעם.
אויב איז אראפגעשטעלט ביינונז, אז דער איינציגסטער וועג ארויס פאר א בחור צו זיין זעלבסשטענדיג (לייען: טראגן אליינס די דאגות) איז ארויפשטופן א קדושה רינגל אויף איר האנט, דאן איז דאס פאר פיל חברה א גרויסע ישועה.
הפנים, פאר איינער וואס זוכט אויף א לעגעטימער וועג ארויסצוגיין פון צווישן די ישיבה - עלטערן תפיסה אנשטאלטן, קענען דרייוון, ארבייטן, זיין געסעטעלט אא"וו.
ואידך זיל גמור -- אבער שנעל.
אין "דער איד" איז לעצטנס געווען א דעבאטע דערוועגן (אין די פאמיליע אפטיילונג).
פארשטייט זיך עס האט נישט פארשפעטיגט צו קומען מחאות הלמאי מען טראסט נישט חז"ל מיט בן-שמונה-עשרה-לחופה. (שיינט אז מיטן בן-ארבעים-לבינה האבן זיי נישט דעם פראבלעם..)
לענינינו, ס'איז שווער צו זאגן. ווי יואב זאגט, שכל'דיג קוקט אויס ווי שפעטער איז בעסער, אבער ביי אונז איז פאראן מערערע סיבות יא צו גיין פריער.
מ'לעבט נישט אליינס אין וואלד. אויב אלע חברים גייען ביי 18-19 איז דיין קשיא פארענטפערט קענסט נישט פיקסן דעם סיסטעם, דיין זון וויל נישט זיין אנדערש פון זיינע חברים.
לענ"ד הקלושה איז די בן י"ח לחופה מיטן בן ארבעים לבינה תלוי הא הא. כלומר, אויב זענען די עלטערן קליג גענוג חתונה צו מאכן זייער קינד מיט זייערס גלייכן, דהיינו, א פרומער מיט א פרומע, א לעבעדיגער מיט א לעבעדיגע, א שוטה מיט א משוטה- דאן איז נישט אזא פראבלעם חתונה צו מאכן אינג. טאמער אבער ארבעטן זיי מיטן שפיצל-שפיצל, בנש"ק-בנש"ק סטראטעגיע, איז כדי זיך צו פארזוימען אז דאס קינד זאל ווי ווייניגער ליידן.
איך האלט אז מיט חתונה מאכן א בחור ביי די אכצען ראבעוועט מען עם צו די בעסטע בחורישע יארן, זיי זענען געווען מיינע, און כ'שטעל מיך פאר אייערע אויך אויב האט איר געהאט, בעסטע בחורישע יארן, ווען מ'קען זיך אוועקשטעלן, די גלענצענדע יארן ווען א מענטש קומט ארויס פון זיין שעל, הייבט אן טראכטן אביסל ווי א עדאלט, וואס ער וויל אין לעבן. און אויב מאכסטו עם חתונה פאר דעם דאס מיינט אז ווען ער קומט צום שכל אז ער וויל דאס אדער יענץ, איז ער שוין סטאק, מיט א ווייב און צוויי דריי פיצלעך וואס קריכן שוין ארום.
געוויסע עלטערן מיינען אז א בחור ביי די 18-19 וואס פארלירט אביסל די חשק ביים לערנען, טוט זאכן נגד רצונם, הויבט אן האבן א סאושעל לייף, אז מ'וועט עם חתונה מאכן שנעל וועט אלעס ווערן געפיקסט, ער וועט מוזן איינזיצן, ס'עט דאך זיין ריחיים בצאוורו, מ'קען שוין נישט ארום האצקענען. זיי כאפן אבער נישט אז דאס איז אלעס א חלק פון אויפוואקסן, יעדע מענטש מוז האבן א תקופה פון זיין אביסל לויז, א טראפ reckless אפילו, יעדע טין אין די וועלט האט עס, און פון דעם קומט מען ארויס אן אדאלט, איינער פריער איינער שפעטער. דאס צוצונעמען פון עם איז פשוט גניבה.
@אפטימיסט, א אכצען יעריגע טאטער ווייסט דען אויב ער איז א לעבעדיגער, שוטה, פרומע, אדער באם? ער איז נאך א קטן הצריך לאמו קוים ארויס פון די ווינדלען. וויפיל חברים קענסטו וואס האבן זיך געטוישן למחצה לשליש נאך די אכצען?
שמעקעדיגאין "דער איד" איז לעצטנס געווען א דעבאטע דערוועגן (אין די פאמיליע אפטיילונג).
פארשטייט זיך עס האט נישט פארשפעטיגט צו קומען מחאות הלמאי מען טראסט נישט חז"ל מיט בן-שמונה-עשרה-לחופה. (שיינט אז מיטן בן-ארבעים-לבינה האבן זיי נישט דעם פראבלעם..)
לענינינו, ס'איז שווער צו זאגן. ווי יואב זאגט, שכל'דיג קוקט אויס ווי שפעטער איז בעסער, אבער ביי אונז איז פאראן מערערע סיבות יא צו גיין פריער.
דו זע איך ביזט שוין ביים ארבעים לבינה. איך בין נאך סטאק ביים בן חמש שנים למקרא, בן עשר למשנה, ובן חמש עשרה לתלמוד.
זאגסטו אז חז''ל זענען געווען גנבים? געפילטע
לאמיר אביסעל קלאר הערן, פארוואס זאגט דער עולם אז שכל'דיג איז, אז ווי שפעטער איז בעסער?, פארשטייט זיך אז עס זענען דא פעלער ווי דער בחור/מיידל איז נאך פשוט נישט ראוי לאותו איצטלא, דאן איז א אנדערע מעשה, אבער איך מיין אז אין נארמאלע אומשטענדן ווי ביי די 18-19 איז מען שוין מער ווייניגער אויסגעריבן, פארוואס זאל מען ווארטען? אין הכא נמי א בחור וואס ענדזוט זיין לעבן אלס בחור איז דאך גוט, אבער ווען נישט , פארוואס ווארטען,
יעדער איינער דארף זיך אויסרייבן נאך די חתונה, ווייל כשם שאין פרצופהן שוות וכו ', ( און א רחמנות אוחף דער וואס נישט! ) איז מהיכי תיתי אז ביי די צוויי און צוואנציג איז מען מער באזעצן לגבי זיך פארשטיין מיט א ווייב? אדרבה ווייסט איינער אז די וואס האבן חתונה געהאט יונג האבן א שווערע דורכגאנג? גראדע מיין עקספירעינס האט געוויזן אז ניין, און איך זעה אז שם טוב האט אויך געהאט די עקספירעינס, סא אדרבה זאגט'ס מיר וואס ענק האלט'ן.
דער (פינטעל) אידזאגסטו אז חז''ל זענען געווען גנבים? געפילטע
ניין, נאר די צייטן האבן זיך געביטן, פונקט ווי מ'איז היינט נישט מקיים דעם בן חמש שנים למקרא, בן עשר למשנה, אזוי אויך פארשטיי אז בן י"ח לחופה איז נישט מער ווי א שיינע אגדתא, נישט קיין פסק לדורות.
מצטמק ויפה
יעדער איינער דארף זיך אויסרייבן נאך די חתונה.
אריין אין מאחורי.
איך באוויין אביסל מיינע בחורי'שע יארן, ב"ה איך בין אסאך געשטיגן, און איך האב געלערנט אין מתיבתא ביז געציילטע טעג צו די חתונה און נישט געוואוסט פון די וועלט צו זאגן.
גלענצענדע יארן צו האצקען? מאן דכר שמיה... זיין אביסל לויז? אפשר, אויב דאס מיינט אז אלס חתן האב איך זיך נישט געמוזט שטעלן יעדע וואך צום פארהער 😉
היינט ווען ס'איז שוין טאקע עול ריחיים בצווארו, און איך זעה ווי אנדערע בחורים אדער יונגעלייטלעך טשוכען זיך אויס און האקן א לעבן, שפיר איך אז איי עם ריעלי מיסינג אוט, איך וואלט זיך געוואלט אויסטשוכענען און ארום האצקען היינט... (נאך א מזל איך האב קאווע שטיבל)
ק"ש איז דיין השגה פון האצקענען? קום שעפעלע איך גיי דיר ארויסנעמען איין נאכט 😛
יעי!! כ'קעניש ווארטן...
בכלל, ווען האט מיר די לעצטע מאל איינער גערופן 'שעפעלע'? עס פילט אזוי ווארעם, כ'שפיר כגמול עלי אמו ממש!
האסט עס גאנץ גוט מסדר געווען, עס קען זיין גוט און עס קען זיין נישט גוט, און איז למעשה א געמבעל, דעריבער דארפן עלטערן נעמען אין באטראכט אפאר נקודות
זיין זייער אויפריכטיג מיט די קינדער, זיי אנגרייטן אז זיי נעמען א דראסטישע החלטה, און זיי געבן די געפיהל אז זיי זענען מחליט, אפילו אין אזא עלטער איז מען נאך נישט פעאיג צו פאסן אזעלכע באשלוסן אבער דאך ווען מהאט חתונה מיט א געפיהל אז איך האב געמאכט די באשלוס איז די גאנצע לעבן אנדערש.
די עלטערן זאלן זיין אויפריכטיג מיט זיך אליין צו זיי מיינען טאקע די טובה םון די קינדער אדער זיי האבן הונדערט זייטיגע חשבונות, איך גלייב אז עלטערען וואס האבן גענוג א אפענע קשר מיט די קינדער ווייסן וואס איז גוט פאר זיי, אבער מען דארף זיין זייער עהרליך צו טוהן די שריט באמת לטובת די קינדער.
און ווי געזאגט איז יעדע קינד אנדערש, די ערגסטע זאך איז ווען עלטערן לעבן אין פאנטאזיע אז די חתונה מאכן וועט שטעלן די קינד אויף די פוס, עס זאל זיין קלאר חתונה מאכן דערשטיקט נישט קיין מענטשליכע געפיהלן א טאטע וואס זעהט א קינד וואס הייבט אהן אביסל ווערן קיל און ער מאכט אים שנעל חתונה ברענגט א טראגעדיע אויף זיך און אויף זיין קינד.
און די עיקר איז דאך אז די מחותנים זאללן שטימען. ס'זאל זיין א באמבע שידוך. דער מחותן זאלל זיין א גרויסע אדמו"ר מיט אן אויפרייסערישע טיש בעקישע און האבן פיהר שטאק פארענטשעס. פאהרן אויף די ריכטיגע וואקאציע פלעצער, ווי פאלם-ספרינגס וכדומה. אהיים פארן קיין אייראפע אויף קברי אבות. מסע המלכות מיט הונדערטער (אויב נישט טויזנטער) חסידים. פארן מיט לופטהאנסא די דייטשע נאציאנאלע עירליין. נישט חלילה מיט די טמא'נע ציוניסטישע עירליין פון מדינת ישראל, אל-על. און די נסיעה זאלל זיין באשריבן אינ'ם לאקאלן "אומאפהענגיקן ארגאן פונ'ם ארטאדאקסישן אידנטום" מיט בילדער פון די געהויבענע נסיעה. ווי דער עוילעם האקט אריין סעודות אין אוקריינא און אונגארן. און מ'איז מתפלל ביי קברי צדיקים.". און ביי די חופה וועט די פאליציי, מיט די הילף פון די שוויצערס בחצרות קדשינו אפשפארן עטליכע הויפט גאסן פאר פיהר שעה אדער מער. און גורם זיין צער און שלאפלאזיגקייט ביי אידישע משפחות. און אנמאכן א גרויסן חילול השם אז די גויים זאללן קריצן מיט די ציין און שעלטן אללע אידן און אנמאכן א גרויסע טרעפיק סומאטאכע. עיקר שכחתי: די חתונה הגדולה זאלל זיין באשריבן מיט קאלירפולע בילדער אין די וועכנטליכע מאגאזינען אויף אידיש און לשה"ק. 🙄 😂 😠 😛 😳 😮
מ גפנימיט אזא "שם טוב" פארשטייט זיך אז די האסט חתונה געהאט גאר פרי און אלעס האט זיך פיין אויסגעארבעט
דאס מיינט דאך די גמרא מיט "ענבי הגפן בענבי הגפן" וואס איז דבר נאה ומתקבל. 😂 😃 🙂 😉 🙄
אפטעמיסטלענ"ד הקלושה איז די בן י"ח לחופה מיטן בן ארבעים לבינה תלוי הא הא. כלומר, אויב זענען די עלטערן קליג גענוג חתונה צו מאכן זייער קינד מיט זייערס גלייכן, דהיינו, א פרומער מיט א פרומע, א לעבעדיגער מיט א לעבעדיגע, א שוטה מיט א משוטה- דאן איז נישט אזא פראבלעם חתונה צו מאכן אינג. טאמער אבער ארבעטן זיי מיטן שפיצל-שפיצל, בנש"ק-בנש"ק סטראטעגיע, איז כדי זיך צו פארזוימען אז דאס קינד זאל ווי ווייניגער ליידן.
אפטעמיסט: ס'איז מיר איינגעפאלן א מורא'דיגע געדאנק. אזוי ווי חברינו היקר "פרישער" איז ערגעץ וואו איינגעשלאפן אינמיטן וועיג. מ'הערט שוין נישט פון איהם לעצטנס. און לויט דיין אוואטאר און דיין סטייל שרייבן ביסטו זייער שטארק ענליך צו איהם. ע"כ זאלסטו איבערנעמן זיין פלאץ. נאר איין זאך דו מוזסט דיך אויסלערנען רעדן און שרייבן פרידיש. 🙄 😂 😛 😮 😂
יואבשמעקעדיגאין "דער איד" איז לעצטנס געווען א דעבאטע דערוועגן (אין די פאמיליע אפטיילונג).
פארשטייט זיך עס האט נישט פארשפעטיגט צו קומען מחאות הלמאי מען טראסט נישט חז"ל מיט בן-שמונה-עשרה-לחופה. (שיינט אז מיטן בן-ארבעים-לבינה האבן זיי נישט דעם פראבלעם..)
לענינינו, ס'איז שווער צו זאגן. ווי יואב זאגט, שכל'דיג קוקט אויס ווי שפעטער איז בעסער, אבער ביי אונז איז פאראן מערערע סיבות יא צו גיין פריער.
דו זע איך ביזט שוין ביים ארבעה לבינה. איך בין נאך סטאק ביים בן חמש שנים למקרא, בן עשר למשנה, ובן חמש עשרה לתלמוד.
ס'זעהט אויס ביי דיר קומט בן חמש און בן עשר פאר בן ארבעה. 🙄 😂 😉 😮
ביי די אכצן קען מען זיך גענצליך טוישן, און עס מוז נישט זיין אין א נעגאטיווע וועג.
מיין נאנטע חבר, איז ביז די אכצן געווען א רעגולער פלעינע בחור, נישט שלעכט, אבער נאטינג מאר. קומט פון א פשוטע שטוב, וואו מען זאגט, פלעין סימפל רעגולער.
ביי די אכצן האט ער זיך געגעבן א טויש מקצה אל הקצה, דאס געשמאקקייט זיינער האט ער נישט פארלוירן קיין משהו, אבער ער איז געווארן א גרויסע לערנער, וכו' וכו' ממש נהפך לאיש אחר.
למעשה איז ער א חתן געווארן ביי די איין און צוואנציג (און א האלב....), ווען ער ווערט ווען א חתן ביי די אכצן וואלט ער געטוהן א שידוך ווי רוב פון זיינע געשוויסטער, זייער פשוטע שידוכים, ער וואלט געווען א פלעינע בעל הבית.
למעשה איז ער א חתן געווארן שפעטער (געהאט טאקע זייער גוטע שפעטע בחורישע יארן) אבער ער איז היינט פון די חשובע אינגעלייט אין זיין קהילה.
אזא בחור ווי אים וואלט געדארפט א חתן ווערן פרי?
אקעי איך גיי רעדן וועגן מיר, אבער קודם מוז איך אנערקענען די פאקט אז וויבאלד אלע חברים זענען אין שידוכים ביי די 18 איז נישטא קיין סאך ברירות. ווייל קיינער וויל נישט בליבן פון די לעצטע לוינלי, און קיינער וויל נישט ווערן פרעזידענט פון די שנב קלאב.
having that said איך בין געפארן לערנען קיין א"י ביי די 19 נאכדעם וואס א סאך פון מיין כתה זענען געווארן חתנים, (איך בין געוועהן 1.5 יאהרן אינגער פון די עלסטער פון די כתה) און איך האב געהאט א רויט לייט- איך האב התונה געהאט ביי די 21.
מה נאמר ומה נדבר, דאס איז געוועהן מיינע בעסטע יאהרן, איך האב באמת רחמנות געהאט אויף מיינע חברים וואס האבן שוין 2.5 קינדער, און די צייט וואס איך בין אין א"י. איך האב מיר אסאך געבויט ברוחניות, אזוי אויך בין איך געווארן סאך מער אפן צו ברייטקייט און מענטשליכקייט, וואס איך האב נישט געהאט אקסעס צו דעם ביי מיר אינדערהיים. איך וואלט יעדן צוגערעדט טעק איט איזי, שטופ נישט די קץ, ווייל די צייט איז די בעסטע צייט.
ראש הישיבהאקעי איך גיי רעדן וועגן מיר, אבער קודם מוז איך אנערקענען די פאקט אז וויבאלד אלע חברים זענען אין שידוכים ביי די 18 איז נישטא קיין סאך ברירות. ווייל קיינער וויל נישט בליבן פון די לעצטע לוינלי, און קיינער וויל נישט ווערן פרעזידענט פון די שנב קלאב.
having that said איך בין געפארן לערנען קיין א"י ביי די 19 נאכדעם וואס א סאך פון מיין כתה זענען געווארן חתנים, (איך בין געוועהן 1.5 יאהרן אינגער פון די עלסטער פון די כתה) און איך האב געהאט א רויט לייט- איך האב התונה געהאט ביי די 21.
מה נאמר ומה נדבר, דאס איז געוועהן מיינע בעסטע יאהרן, איך האב באמת רחמנות געהאט אויף מיינע חברים וואס האבן שוין 2.5 קינדער, און די צייט וואס איך בין אין א"י. איך האב מיר אסאך געבויט ברוחניות, אזוי אויך בין איך געווארן סאך מער אפן צו ברייטקייט און מענטשליכקייט, וואס איך האב נישט געהאט אקסעס צו דעם ביי מיר אינדערהיים. איך וואלט יעדן צוגערעדט טעק איט איזי, שטופ נישט די קץ, ווייל די צייט איז די בעסטע צייט.
און דו ביסט טאקע ב"ה אויסגעוואקסן א ראש ישיבה, מיט די ה"א הידועה. 🙄 😎 😂
כ'האב אריינגעבאמפט אין א אלטע
פאוסט אויף ספרים בלאג פון רב מארק שפירא, שרייבט ער אז ר' משה ביק פלעגט זאגן אז דער עולם האט חתונה צו יונג, און אז מ'זאל ארויסגיין מיט די מיידל עטליכע מאל ביז מ'קען זיך גוט פאר מ'איז מחליט צו שליסן שידוך. פארדעם איז ער אויסגעשטאנען אסאך קריטיק פונעם חרדישן\חסידישן עולם, און דער קלויזענבורגער רב האט עם אמאל פארגעהאלטן פאר דעם, האט עם רב ביק געענטפערט אז איר האלט אזוי וויבאלד איר זענט מסדר קידושין, אבער איך בין מסדר די גיטין...
איך האב געהערט פון א אייניקעל אמאל, אז די מעשה איז שקר, און ער איז גאר געווען זייער דערקעגען אז די חתן כלה זאל'ן 'דעטען' פאר די שידוך.
ער האט אמאל געזאגט אויף די גמ' יבמות ( איך מיין סב') אז אין מערבא פלעגט מען פרעגן חתן מצא או מוצא? האט ער געזאגט וואס איז בכלל די שאלה? עס שטייט דאך קלאר "מוצא אני מר ממות" אויב איז עס מוצא אני, אז איך האב דאס אליין אויסגעקליבן, דעמאלטס איז מר ממות, אבער אויב איז עס "מצא אשה", אז מען האט איהם געטראפן א שידוך, און נישט ער אליין האט דאס געקליבן, נאר זיין טאטע און מאמע האבן פארשטאנען אז עס איז א גוטע זאך, דאן איז מצא טוב, ודפח"ח.
הרב שפירא רעדט טאקע אינעם זעלבע פאוסט (געהעריג תורה לשמה!) וועגן קינדער וואס פארדרייען זייער עלטערנ'ס און זיידעס היסטאריע\שיטות, ס'זאל בעסער שטומען מיט זייער פרומערע געזעלשאפט. ער ברענגט דארט אז אין קובץ אור ישראל איז געשטאנען אז הרב ירוחם גורעליק זצ"ל האט פארגעלערענט גמרא אין ישיבה יוניווערסיטי, אבער זיין זון ר' מרדכי לייב האט אריינגעשיקט א בריוו צום קובץ אז זיין טאטע האט קיינמאל נישט פארגעלערענט קיין גמרא דארט, און אדרבא, איז געווען זייער דערגעגן דאס פארלערנען גמרא פאר סטודענטען, און נאר תלמידי ישיבה וואס ווילן זיך מייגע זיין אויף תורה זענען ווערט פארצולערנען פאר זיי. ער טענה'ט אז זיין טאטע האט נאר פארגעלערענט "השקפה" אין YU, בשעת וואס טויזענטער תלמידים געדענקען זיינע שיעורים אין גמרא פאר 40 יאר נאכאנאנד.
נאך א דוגמא ברענגט ער אז ר' גדלי' נדל'ס קינדער און אייניקלעך שעמען זיך מיט זייער זיידעס היסטאריע, און זענען געווען אקעגן דאס ארויסגעבן די ספר 'בתורתו של ר' גדלי', און עס אפילו אראפגענומען פון Hebrew books. ער ברענגט נאך אפאר דוגמאות פון ענליכע מעשיות.
סאו יא, הרב ביק האט עס קיינמאל נישט געזאגט.
ר' געפילטע: לויט ווי זיין זון הרה"צ ר'י--- ה--- שליט"א פראוועט קנאות און פאר וועים ער וויל אלץ געפעלן קענמען פארשטיין דעם מאמר חז"ל וואס איינער פון די חברי השטיבל האט אראפגעברענגט. "יוחנן כהן גדול שימש בכהונה גדולה שמונים שנה ולבסוף נעשה צדוקי". לויט די "אכשר-דרא'דיגע" סטענדערדס איז ער גאר געווארן א "צדוקי". הרב ר' משה ביק ז"ל האט פאר מיר געפסק'נט שאלות. און איך האב מיך מייעץ געווען מיט איהם עטליכע מאל במילי דעלמא. מ'קען שרייבן א גאנץ ספר איבער זיין עניוות'דיגער התנהגות און פיקחות. איינס פון זיינע מידות טובות וואס איך געדענק. ווען איך בין אמאל געקומען צו איהם פרעיגן א שאלה, נישט פון א קאנפידענש'ל נאטור. און ער איז געזיצן אין א שטוב פול מיט מענטשן. רופט ער זיך אן צו מיר. אז אויב איך וויל קען ער גיין אין אן אנדער שטוב ווי איך קען רעדן פריוואט מיט איהם. האביך געענטפערט. ח"ו איך זאלל מטריח זיין די רב. ער איז געווען א איד וואס דער פינפטער חלק שו"ע האט פארנומען א חשוב פלאטץ ביי איהם. 😃 🙂 😞 😢 😮 😐
רב ביק'ס יוצאי חלציו זענען נישט די ערשטע וואס שעמען זיך מיט די אמת פון זייער זיידע. ר' שלמה שלמן'ס א קינד האט לעצטע שמיטה ארויס געגעבן א ליקוט פון זיין טאטע (רש"ז ז"ל) אויף עניני שמיטה, ווי ער האט אינגאנצן אויסגעלאזט אז ער האט געהאלטן זייער שטארק אז די בעסטע היתר בנוגע שמיטה איז די היתר מכירה! וויבאלד היינט איז עס אינגאנצן נישט מקובל, זענען זיי עס משמיט. ועוד פרובירן זיי צו באהאלטן אז רש"ז איז א תלמיד מובהק פון הרב קוק ז"ל.
אזוי גייט עס יעדער וויל פארדרייען די היסטאריע אזויווי ער וויל.
ראש הישיבהרב ביק'סיוצאיחלציוזענען נישט די ערשטע וואס שעמען זיך מיט די אמת פון זייער זיידע. ר' שלמה שלמן'ס א קינד האט לעצטע שמיטה ארויס געגעבן א ליקוט פון זיין טאטע (רש"ז ז"ל) אויף עניני שמיטה, ווי ער האט אינגאנצןאוןיסגעלאזט אז ער האט געהאלטן זייער שטארק אז די בעסטע היתר בנוגע שמיטה איז די היתר מכירה! וויבאלד היינט איז עס אינגאנצן נישט מקובל, זענען זיי עס משמיט. ועוד פרובירן זיי צו באהאלטן אז אש"ז יאז א תלמיד מובהק פון הרב קוק ז"ל.
אזוי גייט עס יעדער וויל פארדרייען די היסטאריע אזויווי ער וויל.
לאמיר האפן אז ס'וועט קומען א תקופה (אפשר דער קומענדיגער דור) 🙄 😃 🙂 😠 😳 😮 😢 😲 ווען מ'וועט צוריקדרייען דעם רעידל פון די היסטאריע. ווען דער היימישער סיקריק'ישער טעראר וועט אראפגיין און בטל ווערן. בעזהשי"ת.
ווער עס האט חתונה בזמן הזה פאר די 22, אדער עכ"פ 20, איז פשוט א מאבד עצמו לדעת.
וכן מורים כל הראשי ישיבות שיחיו
ווער ס'שיסט סטעיטמענטס קעגן חז"ל איז א מאבד עצמו לדעת. אמת אונזער סיסטעם האט זיך אירע פראבלעמען אבער מיר שטייען נאך אלץ מיליאן מאל בעסער פון די פארדרייטע .... און מאדערען ארטאדאקס וועג ובפרט בנוגע שידוכים. די פראגע איז בלויז פארוואס מענטשן כאפן גאר יונג און מאכן חתונה. נעבך
It depends on the boy/girl. Some are ripe at 17 and some aren't at 21
[quote="shem-tov"] אמת אונזער סיסטעם האט זיך אירע פראבלעמען אבער מיר שטייען נאך אלץ מיליאן מאל בעסער פון די פארדרייטע .... און מאדערען ארטאדאקס וועג ובפרט בנוגע שידוכים.
Who told you that
היימישער ליטוואקווער עס האט חתונה בזמן הזה פאר די 22, אדער עכ"פ 20, איז פשוט א מאבד עצמו לדעת.
וכן מורים כל הראשי ישיבות שיחיו
און ווער עס האט חתונה נאך די 22 איז פשוט א מקשה עצמו לדעת!!! 😂 😂 😂
its meshem-tov אמת אונזער סיסטעם האט זיך אירע פראבלעמען אבער מיר שטייען נאך אלץ מיליאן מאל בעסער פון די פארדרייטע .... און מאדערען ארטאדאקס וועג ובפרט בנוגע שידוכים.
Who told you that
ביסט נאך גרין אבער די פרעגסט גוט. וועל איך דיר זאגן פון ווי איך ווייס.
בעניני שידוכים און חתונות דארפסטו גארנישט מער ווי עפענען א יודישע צייטונג. נעם א המודיע, יתד אדער דשואיש פרעס און ליין די בריוון און ארטיקלען בנוגע שידוכים. די צרות און פיין דערגרייכט עד לב השמים, מען הערט וויי געשרייען כבין שוין 40 ואין מרחם און יעדער איז ביזי וויאזוי מקען אביסל זיך מער בייגן צו די חסידישע זייט. ממש א קרייסיס.
יעצט נעם א מער חסידישע צייטונג. ליין בריוון אדער ארטיקלען בנוגע דעם ענין . וועסטו זעהן מער ווייניגער באשטייט די פראבלעם וועגן הוצאות החתונה. נא נישט עק וועלט. כן ירבו וכן יפרוץ
shem-tovווער ס'שיסט סטעיטמענטס קעגן חז"ל איז א מאבד עצמו לדעת. אמת אונזער סיסטעם האט זיך אירע פראבלעמען אבער מיר שטייען נאך אלץ מיליאן מאל בעסער פון די פארדרייטע .... און מאדערען ארטאדאקס וועג ובפרט בנוגע שידוכים. די פראגע איז בלויז פארוואס מענטשן כאפן גאר יונג און מאכן חתונה. נעבך
שוין העכסט צייט צו געבן א נאמען פאר דעם טענה, כדוגמת Godwin's law, Poe's law, Law of exclamation וכדו'.
shem-tov
בעניני שידוכים און חתונות דארפסטו גארנישט מער ווי עפענען א יודישע צייטונג. נעם א המודיע, יתד אדער דשואיש פרעס און ליין די בריוון און ארטיקלען בנוגע שידוכים. די צרות און פיין דערגרייכט עד לב השמים, מען הערט וויי געשרייען כבין שוין 40 ואין מרחם און יעדער איז ביזי וויאזוי מקען אביסל זיך מער בייגן צו די חסידישע זייט. ממש א קרייסיס.
יעצט נעם א מער חסידישע צייטונג. ליין בריוון אדער ארטיקלען בנוגע דעם ענין . וועסטו זעהן מער ווייניגער באשטייט די פראבלעם וועגן הוצאות החתונה. נא נישט עק וועלט. כן ירבו וכן יפרוץ
Man you're good! 😂 😂 😂
shem-tovits meshem-tov אמת אונזער סיסטעם האט זיך אירע פראבלעמען אבער מיר שטייען נאך אלץ מיליאן מאל בעסער פון די פארדרייטע .... און מאדערען ארטאדאקס וועג ובפרט בנוגע שידוכים.
Who told you that
ביסט נאך גרין אבער די פרעגסט גוט. וועל איך דיר זאגן פון ווי איך ווייס.
בעניני שידוכים און חתונות דארפסטו גארנישט מער ווי עפענען א יודישע צייטונג. נעם א המודיע, יתד אדער דשואיש פרעס און ליין די בריוון און ארטיקלען בנוגע שידוכים. די צרות און פיין דערגרייכט עד לב השמים, מען הערט וויי געשרייען כבין שוין 40 ואין מרחם און יעדער איז ביזי וויאזוי מקען אביסל זיך מער בייגן צו די חסידישע זייט. ממש א קרייסיס.
יעצט נעם א מער חסידישע צייטונג. ליין בריוון אדער ארטיקלען בנוגע דעם ענין . וועסטו זעהן מער ווייניגער באשטייט די פראבלעם וועגן הוצאות החתונה. נא נישט עק וועלט. כן ירבו וכן יפרוץ
That is true, however once married they have less shulem bayis problems then we do. I know that because I mingle a lot with these folks.
שוין שלום על ישראל. איטס מי דרייט זיך צווישן מאדערענע און ער זאגט אז קיינער לעקט נישט קיין האניג, דעמאלטס לאמיר אלעס לאזן אזוי ווי סאיז. נישט אזוי...
היימישער ליטוואקווער עס האט חתונה בזמן הזה פאר די 22, אדער עכ"פ 20, איז פשוט א מאבד עצמו לדעת.
וכן מורים כל הראשי ישיבות שיחיו
נישט ממש ווייל גענוג אין נאך פון די ראשי ישובות האבן שוין גע'חתמט פארקערט אז מען זאל יא חתונה האבן ווי פריער
ווי אויך איז די ליטווישע וועלט אויף מיט דער גאר גרויסע פראבלעם וואס מען האט א נאמען געגבן "פארמאכן די געפ"
איז איינער פון די עצות צו דעם וויל מען אז יונגערע בחורים זאלן נעמען מיידלעך וואס זענען עלטער ווי זיי וואס דאן קען דאך נישט זיין אז מען בעט א 26 יעריגי בחור זאל נעמען א 30 יעריגע מיידל נאר א 20 יעריג בחור זאל נעמען א 22 יעריגע מיידל אין ארויסהעלפן פארמאכן די געפ
ועוד ווען אלע בחורים\מיידליך האבן חתונה בערך די זעלבע גיל ווי ביי די חסירישע קרייזן......דאן פאלט דער פראבלאם אויך אוועק
פרעג איבער די ראשי ישיבות.....
שמו יגערהיימישער ליטוואקווער עס האט חתונה בזמן הזה פאר די 22, אדער עכ"פ 20, איז פשוט א מאבד עצמו לדעת.
וכן מורים כל הראשי ישיבות שיחיו
נישט ממש ווייל גענוג אין נאך פון די ראשי ישובות האבן שוין גע'חתמט פארקערט אז מען זאל יא חתונה האבן ווי פריער
ווי אויך איז די ליטווישע וועלט אויף מיט דער גאר גרויסע פראבלעם וואס מען האט א נאמען געגבן "פארמאכן די געפ"
איז איינער פון די עצות צו דעם וויל מען אז יונגערע בחורים זאלן נעמען מיידלעך וואס זענען עלטער ווי זיי וואס דאן קען דאך נישט זיין אז מען בעט א 26 יעריגי בחור זאל נעמען א 30 יעריגע מיידל נאר א 20 יעריג בחור זאל נעמען א 22 יעריגע מיידל אין ארויסהעלפן פארמאכן די געפ
ועוד ווען אלע בחורים\מיידליך האבן חתונה בערך די זעלבע גיל ווי ביי די חסירישע קרייזן......דאן פאלט דער פראבלאם אויך אוועק
פרעג איבער די ראשי ישיבות.....
די ראשי ישיבות קומען זאגן לאפוקי נישט ביי די 25-26
shem-tovווער ס'שיסט סטעיטמענטס קעגן חז"ל איז א מאבד עצמו לדעת. אמת אונזער סיסטעם האט זיך אירע פראבלעמען אבער מיר שטייען נאך אלץ מיליאן מאל בעסער פון די פארדרייטע .... און מאדערען ארטאדאקס וועג ובפרט בנוגע שידוכים. די פראגע איז בלויז פארוואס מענטשן כאפן גאר יונג און מאכן חתונה. נעבך
על פי די משנה דארף מען שוין ביי י"ח חתונה האבן, דאס מיינט חתן ווערן ביי די 17...
על פי גמרא שוין ביי די 14 און אפשר נאך יונגער. וכן נהגו בתימן ובסאויד עראביע ובעוד מקומות.
על פי גמרא דארף א מאן ליב האבן זיין ווייב'ס אויסזען איידער ער נעמט און האט חתונה.
איז דאס אויך א חלק פון אייער אומ"פארדרייטע" סיסטעם?
געהערט פון א גרויסע רב אין וויליאסבורג,
איך זעה בחורים וואס האבן חתונה פאר די 21 אין נאכדעם איז דא מצבים אין לעבן גייט נישט יעדעם איינעם אזויווי געפלאנט זייער אסאך אינגעלייט פלאגן זיך האבן שווערריקייטן אין זיי קענען זיך נישט קיין עצה געבן זיי ווערן פארלוירן במלוא מובן המילא דרייען זיך ארום מען זעהט אויף זיי א אויסגעלאשענקייט זיי האבן נישט צו וועמען צו רעדן זיי ווייסן נישט וויאזוי צו רעדן זיי קענען זיך נישט קיין עצה געבן די אבער וואס האבן חתונה נאך די 21 זיי האבן זיך שוין מתמודד געווען מיט אסאך שווערע מצבים זיי זענען שוין איסגעבויטע מענטשן זיי פארשטייען שוין וואס הייסט א שווערע מצב און פון ווי נעמט מען חיזוק און וויאזוי מען גייט וויטער און זיי האבן דעם מבוגרקייט דעם באזעצענקייט צו פארשטיין וויאזוי מען גייט זיך אום מיט א פרוי וויאזוי מען גייט זיך אום מיט א משפחה וואס מען האט צו טון און ווען עס מאכט זיך א פראבלעם וויאזוי קען מען לייזן דעם פראבלעם , מען ווערט נישט פארלוירן און זייער אסאך מאל מען קעו זאגן רובא דרובא זענען זיי די וואס שטעלן אראפ א אידישע שטוב אזויווי עס דארף צו זיין,
מורא'דיגע דיבורים טאון און צום פינטל. כ'מעג פרעגן ווער דער רב איז?
ס'דא נאך א מורא'דיגע נקודה אין דעם ענין אבער כ'האב עס מורא צו זאגן 😐 ... שוין כ'וועל עס עניוועי זאגן... ווער ס'פארשטייט וועט פארשטיין
די וואס טוען שידוכים פרי האבן מכלומרשט געטאן גוטע פערפעקטע שידוכים און די וואס האבן חתונה שפעט האבן זיך ביידע געמוזט אביסעל פארקוקען. די ביגשאט'קייט פון די מכלומרשטע נארמאלע קענען צוגרינד לייגען א יונגערמאן לעולם ועד בעת וואס די סאו קאלד שוואכערע שידוכים האקן א טאג... סארי פיינע בחורים
shem-tovס'דא נאך א מורא'דיגע נקודה אין דעם ענין אבער כ'האב עס מורא צו זאגן 😐 ... שוין כ'וועל עס עניוועי זאגן... ווער ס'פארשטייט וועט פארשטיין
די וואס טוען שידוכים פרי האבן מכלומרשט געטאן גוטע פערפעקטע שידוכים און די וואס האבן חתונה שפעט האבן זיך ביידע געמוזט אביסעל פארקוקען. די ביגשאט'קייט פון די מכלומרשטע נארמאלע קענען צוגרינד לייגען א יונגערמאן לעולם ועד בעת וואס די סאו קאלד שוואכערע שידוכים האקן א טאג... סארי פיינע בחורים
אויף דעם גײט די װערטל .The rebs and the nebbs go first