☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » נסיעה צי ארץ ישראל דורעך קאנאדישע PM סטיווען הארפער יר"ה

נסיעה צי ארץ ישראל דורעך קאנאדישע PM סטיווען הארפער יר"ה

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5732

חזקיהו המלך » דינסטאג יאנואר 21, 2014 6:12 pm

· #178195
נסיעה צי ארץ ישראל דורעך קאנאדישע PM סטיווען הארפער יר"ה
חאטשיג כ'האב שוין באריכטעט די נייעס פין הארפער'ס וויזיט קיין ארץ ישראל אין ארץ ישראל אשכול,

דאך האב איך באשלאסען צי ווידמען א עקסטערען אשכול לכבודו פין סטיווען הארפער וואס האט זיך אין די לעצטע יארען ארויס געשטעלט צי זיין א אויסגעשפראכענע שטיצער פין אידען אין פין די אידישע מדינה, אויף א פארנעם וואס מען האט נישט געזעהן אין די לעצטערע צייטען פין א פירער פין א לאנד,

ס'דא וואס זאגען אז זין טאטע דזשאסעף הארפער האט אים געזאגט אויף זיין טויטען בעט, אז טאמער ער וועט אמאל זיין אין א מאכטפולע פאזיציע זאל ער וויסען צי געבען שטיצע פאר אידען, קען זיין אז ער שפירט דאס ווי א צוואה פין זיין טאטע, אזוי צי אזוי, האט ער זיך ארויס געשטעלט מיט אזא שטארקייט אויף די אומפאפולערע פאזיציע פין שטיצען אידען אין די אידישע מדינה, אז ס'קומט זיך אים איינערקענונג דערפאר,

אזוי ווי מען האט שוין געשריבען איז ער געפארען אויף זיין ערשטע אפיציעלע נסיעה צים הייליגען לאנד מיט א גרויסע קאנאדישע דעלעגאציע פין 21 רבנים, אין א צאל אידישע ביזנעסלייט, אין אזוי אויך אסאך פין זיינע מיניטארען אין מיט זיין אשת איש לארין הארפער,

ער איז גאר ווארים אויפגענומען געווארען דורעך מדינת ישראל אין דורעך דעם ישראל פריים מיניסטאר בנימין נתניהו וואס זעהען אין אים א גאר גאר גוטען פריינד פאר מדינת ישראל אין דאס אידישע פאלק, דא קען מען זעהן א קליפ פין די אפיציעלע קבלת פנים,

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 21, 2014 6:21 pm

· #178201
i'm going crazy for that guy!

חזקיהו המלך » דינסטאג יאנואר 21, 2014 6:31 pm

· #178206
נעכטען האט סטיווען הארפער געגעבען א היסטארישע דרשה פאר'ן כנסת, די ערשטע קאנאדישע פריים מיניסטאר צי רעדען פאר'ן כנסת, ער האט אויפגעטרעטען מיט א גאר שטארקע אין קלארע דרשה איבער זיין פאליסי לגבי מדינת ישראל,

אין פאר ער האט גענדיגט האט ער געזאגט אז " אין פייער און אין וואסער וועט קאנאדא שטיצען מדינת ישראל,

דא האט איר די פולע דרשה, (פין צייט צי צייט זאגט ער איבער געוויסע זאצען אויף פראנצעזיש)
[פאר א מער קלארע אודיאו קוקט דא]

חזקיהו המלך » דינסטאג יאנואר 21, 2014 6:42 pm

· #178208
דעקונג אין די קאנאדישע מידיא

חזקיהו המלך » דינסטאג יאנואר 21, 2014 6:48 pm

· #178209
היינט האט הארפער באזוכט ביים כותל המערבי אין ירושלים עיר הקודש, דא איז א קליפ,



לאנגע ווערסיע:

חזקיהו המלך » דינסטאג יאנואר 21, 2014 6:51 pm

· #178210
פרעס קאנפרענץ אין רמלה מיט מכמוד אבאס,

חזקיהו המלך » דינסטאג יאנואר 21, 2014 7:02 pm

· #178213
הארפער'ס מאטארקארדע אין ארץ ישראל,

איך אויך » דינסטאג יאנואר 21, 2014 7:18 pm

· #178216
ער קוקט אויס ווי א אראפ צום ערד קיינדע גיי.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג יאנואר 21, 2014 7:26 pm

· #178219
חזקיהו ס'איז א קאנספעראציע ער איז א שפיאן פןן חאמאס. גוגל עס. ער האט אויך געגעבן פאר ביבי פלארייד וואסער מ'האט עס געכאפט באצייטענס

אליצפן » דינסטאג יאנואר 21, 2014 7:52 pm

· #178227
אריין אינעם "עס האט מיך געברענגט טרערן" אשכול.

elter-zeide » דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:53 pm

· #178310
Vivre le premier menister du canada (פרענטש)
לעבן זאל דער פריים מעניסטער אף קאנאדא

הוגה » דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:08 pm

· #178312
מכתב התנצלות מאת משב"ק האדמו"ר מטאהש על השתתפותו בנסיעה.


.
IMG-20140121-WA0043.jpg

קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 22, 2014 12:14 am

· #178328
ספינקא גבאי אין חובבי תורה
טאהשע גבאי אין כנסת המינים
רבש"ע! לייז אונז אויס אלץ אידן.

איש עברי » מיטוואך יאנואר 22, 2014 2:44 am

· #178359
<a class="postlink" href="http://www.inn.co.il/News/News.aspx/269279">http://www.inn.co.il/News/News.aspx/269279</a>
א מאניפעסטאציע צו דאנקען דעם קאנאדישע פרעמעיער פאר זיין שטיצע

מ גפני » מיטוואך יאנואר 22, 2014 9:41 am

· #178383
וואס איז פשט אז דער PM האט זיך אזוי שטארק איינגעבעטן ביי טאהש'ע גבאי אז ער זאל מיטקומען?

חזקיהו המלך » מיטוואך יאנואר 22, 2014 10:21 am

· #178389
איינגעבעטען ?

זיי זענען מסתם דורעך געגאנגען א ליסטע, אין געריפען איינעם יעדע קאמיוניטי, טאהש איז א אויך א קהילה האבען זיי געריפען איינעם פין די דארטיגע קהילה פירער,

לגבי די אישו אליינס, איך האלט נישט אז משה ראטמאן ברויך זיך פארענפערען פאר איינעם, אפילו סאטמאר וויל אפשער שפילען אז טאהש איז מיט זיי אינגאנצען מיט די שיטה, איז אבער די מציאות אז טאהשער רבי האט כמעט קיינמאל נישט גערעדט פין דעם, אין לדעתי איז ער נישט געווען 100% בדעה אחת מיט דעם דברי יואל זי"ע, נאר ער איז געווען גענוג קלוג נישט צי רעדען דערפין,

נאר וואס דען, למעשה איז דא אין טאהש היבש סאטמאר געשטימטע משפחות, אין אזוי אויך איז מסתם דא סאטמאר געשטימטע עשירים וואס שטאפען די טאשען אין די טאהשער הויף, ממילא איז עס געווען פאליטיקלי קארעקט אז ער זאל זיך פארענפערען, אזוי איז יעדער ציפרידען וד"ל,

אויס מענטש » מיטוואך יאנואר 22, 2014 10:26 am

· #178390
קאווע טרינקער
ספינקא גבאי אין חובבי תורה
טאהשע גבאי אין כנסת המינים
רבש"ע! לייז אונז אויס אלץ אידן.


האדמור מאביש ספינקא בחופה הצנועה שכחת??

דער (פינטעל) איד » מיטוואך יאנואר 22, 2014 10:27 am

· #178391
נישט אביש. א נעפיו

גאלד » מיטוואך יאנואר 22, 2014 10:40 am

· #178396
טאהש איז בעיקר סאטמארע מיט אביסל וויזניצע מורדים

BLOOMINGBURG NY » מיטוואך יאנואר 22, 2014 10:53 am

· #178397
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=63926">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=63926</a>

BLOOMINGBURG NY » מיטוואך יאנואר 22, 2014 10:54 am

· #178399
📎 article1_cd82825ffae04172ae978d31b46ad936.jpg

BLOOMINGBURG NY » מיטוואך יאנואר 22, 2014 10:57 am

· #178402
📎 69139_news_20012014_7711.jpg

BLOOMINGBURG NY » מיטוואך יאנואר 22, 2014 10:58 am

· #178403
📎 69139_news_20012014_2752.jpg