היימישע עולם שאקירט פון אפענע שקרים אין די חרדישע צייטונגען
92 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5716
היימישע עולם שאקירט פון אפענע שקרים אין די חרדישע צייטונגען
עס רעדט זיך פון די זעהר פארווייטאגליכע פרשה פון די שרעקליכע חינוך גזירה אין אנטוורפן בעלגיע, און ווי באקאנט איז דער עולם זעהר באזארגט, און וועגען געוויסע פאליטיק וואס טוט זיך אין אנטווערפען זענען געגאנגען געוויסע אינשי דלא מעלי און ערלעדיגט ביי חרד׳ישע צייטונגען צו פארשפרייטען שקרים אין דעים עניין, וואו זיי האבן באריכטעט איבער א געוויסען פסק פון בית משפט אדער החלטה פונ׳ם בעלגישען מיניסטער צו אפשטיפען די גזירה, וואס נישט נאר אז די אללע זאכען וואס שטייען אין די צייטונגען איז נישט געשטויגען און נישט געפלויגען אן קיין שום אחיזה במציאות, איז דאס א געוואלדיגע עוולה כלפי די אללע אומשולדיגע עלטערן וואס וואלטען חס ושלום געקענט אומגליקליך ווערן ווען זיי בלייבען ווען גלייבען די שקרים און זיי שרייבען זיך נישט איין צו די בחינות וואלט מען געקענט ח״ו אוועק נעמען די קינדער פון די עלטערן רח״ל.
די צייטונגען וואס האבען צווישען אנדערע געשריבען זענען: המבשר, לדעת, JDN, המודיע, ערוץ 7 וכו׳
עס איז נישט צו גלייבען אז זיי האבען אפילו געהאט קאמפעטישען צווישען זיך ווער ס׳וועט קענען בעסער פארשפרייטען דעים ליגענט, ווען זיי האבען אללע קלאר געוואוסט אז ס׳איז כל כולו שקר און געוואוסט וואס פאר אן עוולה זיי באגייען כלפי די היימישע עלטערן.
ווי באקאנט האבען די צייטונגען שוין געשריבען אסאך שקרים בעפאר אויך, און די מוסר השכל פון דעים איז ווי ווייט דער אמת שווימט צום סוף ארויף און אז מען קען ליידער נישט גלייבען די חרד׳ישע צייטונגען קיין איין ווארט.
ידע הקהל וישפוט....
דא איז די המבשר:
📎 המבשר.jpg
ארטיקעל אין בחדרי חרדים:
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=63809">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=63809</a>
אנטוורפן: החרדים יחוייבו ללמוד ליבה
בניגוד למה שדווח בכלי תקשורת שונים בסוף השבוע, משרד החינוך הבלגי לא חזר בו - מוסדות החינוך החרדי באנטוורפן יחוייבו בלימודי ליבה • על פי החוק, הרשויות יוכלו להוציא ילד מרשות הוריו, באם לא ייגש למבחנים • בעקבות הדיווחים כי אכיפת החוק תידחה בחצי שנה, משרד החינוך במדינה פרסם מכתב: "דיחוי לא בא בחשבון" • כל הפרטים
תדהמה ואכזבה באנטוורפן החרדית: בית המשפט לענייני חוקה סירב להורות למשרד החינוך להעניק הארכה ליישום חוק לימודי ליב"ה במוסדות החינוך החרדי באנטוורפן.
לפני שבוע פרסמו עסקנים בכירים באנטוורפן ידיעה לפיה העניק בית המשפט לחוקה בבריסל דחייה של שנה וחצי ליישום תקנת משרד החינוך בעניין לימודי ליב"ה. מדובר בתקנה שחייבה את כל הילדים בגילאי חינוך ללמוד מקצועות חול שאין מלמדים בחיידרים החסידיים או בישיבות הקטנות.
לפי תקנות משרד החינוך הבלגי כל ילד שאינו לומד בבית ספר ממלכתי מוכר חייב לעבור בסוף השנה מבחן מקיף על לימודי חול. במידה והילד לא עבר את המבחן ניתנת לו אפשרות לעבור שנית את המבחן. במידה והילד אינו עובר את שני המבחנים מחייב משרד החינוך את ההורים לרשום את הילד בבית ספר ממלכתי מוכר. ילד שלא יתייצב למבחנים רשאית פרקליטות המדינה להורות על הוצאת הילד מחזקת ההורים.
בדיון שנערך בשבוע שעבר בבית המשפט לחוקה בבריסל, הופיעו שלושת עורכי הדין של המוסדות החרדיים, ומנגד הופיע נציג משרד החינוך ומשה אריה פרידמן.
השופט סגר את הדיון באומרו כי תם שלב הדיונים ובקרוב יינתן פסק הדין. השופט סירב להיעתר לבקשת עורכי הדין להורות למשרד החינוך לדחות את יישום תקנת משרד החינוך.
במכתב ששיגרה ביום שישי, הגב' תמרה קריסטנס למשה אריה פרידמן נאמר "אנחנו רוצים לאשר בזאת שהתקנות החדשות על חינוך ביתי וחוק החינוך החדשה, עומדים בתוקף ועומדים על כנו. על החוק הזה אין שום שינוי עמדה, דיחוי כל שהוא לא בא בחשבון בכלל ולא בא בכלל על סדר היום לדחות אותו".
לפי הוראה זו ייאלצו כל הילדים הלומדים בבתי הספר הלא מוכרים להירשם למבחנים הממשלתיים, עד ר"ח סיוון. ילדים שלא יירשמו למבחנים, שמותיהם יועברו לדיון בבית משפט, אשר על פי החוק יאפשר לרשויות החוק להוציא את הילדים מחזקת הוריהם.
באנטוורפן ניסו העסקנים להרגיע את הציבור ואף פרסמו ידיעה בכלי התקשורת החרדיים לפיה כביכול הורה בית המשפט לחוקה, למשרד החינוך לדחות את ההוצאה לפועל. הדברים הגיעו לאוזני משרד החינוך הבלגי ואלו מיהרו לשגר הבהרה חד משמעית שבה נאמר כי הגזירה בעינה עומדת.
דא איז די אריגינעלע בריוו פון די חינוך מיניסטעריום:
📎 חינוך.jpg
און א טרענסלעישן אין לה"ק:
יום שישי, 17 לינואר 2014, 02:32
מר פרידמן היקר,
אנחנו רוצים לאשר בזאת שהתקנות החדשות על חינוך ביתי וחוק החינוך החדשה, עומדים בתוקף ועומדים על כנו. על החוק הזאת אין שום שינוי עמדה, דיחוי כל שהיא לא בא בחשבון בכלל ולא בא בכלל על סדר היום לדחות אותו.
בכבוד רב,
תמרה קריסטנס
משרד החינוך הפלמי
כתובת
אימייל וכו׳
איך בין נישט שאקירט.
בין איך א היימישער איד? 🙄
עס שטימט נישט, אז צוליב רייבערייען זאל מען פארהוילען פאר עטליכע מינוט פינעם ציבור דעם אמת, נאכדערצו אז דר'עולם וועט ווערן אנגעצינדען אז מ'שפילט ארום מיט זייערע געהירען אין אזא זמן.
נח בעראיך בין נישט שאקירט.
טא עפן א אשכול "היימישע עולם שאקירט פון אפענע שקרים אין די קאווע שטיבלעך" 🙂
די אימייל איז צו די מסור פרידמאן (לאה רוזנצווייג איז זיין ווייב) ווי קומט עס אהן צו דיר ?
און פארוואס זאל איך מער דיר גלייבן ווי די למען תדע און אנטווערפענער צייטונג ?
איך האף אז איך שרייב זיך נישט מיט ............................................
דער חשבון איז געווען אז טאמער די עלטערן וועלן זיך נישט איינשרייבן אויף די בחינות וואלטן זיי זיך ערשט דערוואוסט אין יוני ביים סוף פון די שוהליאהר אין וועלכע צרות זיי זענען אריין, ווייל דעמאלס וואלט זיך אנגעהויבען די עונשים פון צונעמען די קינדער רח״ל. און ווי פנחס קארנפעלד האט זיך אויסגעדרוקט אין למען תדע אז ביז דעמאלס וועט שוין זיין עוד חזון למועד און אדער וועט די מיניסטער אדער דער שופט פייגערען.
און ס׳איז טאקע א גרויסע ישועה פאר די עלטערן אז עס איז טאקע נתגלה געווארן מעהר פרטים איבער וואס ס׳גייט באמת פאר.
גיבור - עס איז דאך געווען מפורסם:
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.be/2014/01/blog-post_855.html">http://bshch.blogspot.be/2014/01/blog-post_855.html</a>
איך זעה יעצט נאך 3 לינקס איבערן עניין:
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.be/2014/01/blog-post_110.html">http://bshch.blogspot.be/2014/01/blog-post_110.html</a>
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.be/2014/01/blog-post_5396.html">http://bshch.blogspot.be/2014/01/blog-post_5396.html</a>
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.be/2014/01/blog-post_3839.html">http://bshch.blogspot.be/2014/01/blog-post_3839.html</a>
חיים שולהזון גלייב איך פונקט ווי די מסור פרידמן
סא יעדע לינק צו עם מאכט מער קאליע ווי אויפטון
דאס איז דאך לית מאן דפליג אז די בריוו האט געשיקט די מיניסטעריום פון עדשאקעישען און פונ'ם אפיס פון מיניסטער.
ממילא מיין איך אז אין דעי נקודה איז אונזער וויכוח געשלאסען.
משה ארי' פרידמאן איז א צד אין די גאנצע זאך? וואס עפעס שיקט די מיניסטעריום א אימעיל צו אים?
מיילעךדאס איז דאך לית מאן דפליג אז די בריוו האט געשיקט די מיניסטעריום פון עדשאקעישען און פונ'ם אפיס פון מיניסטער.
ממילא מיין איך אז אין דעי נקודה איז אונזער וויכוח געשלאסען.
גארנישט איז נישט זיכער !
אבער אויב האסטו נישט מער פרוף איז עס זיכער די בעסטע ענטפער וואס די קענסט ענטפערן .
איש עברימשה ארי' פרידמאן איז א צד אין די גאנצע זאך? וואס עפעס שיקט די מיניסטעריום א אימעיל צו אים?
בעצם גארנישט אבער ווען ער קען וויי טון ערליכע יודען וועט ער עס טון עני טיים .
משה אריה פרידמן איז שוין פון אנהייב אן געווען נישט נאר א צד נאר אויך געהאט גאר א שטארקע פאזישען ביים אללע קאורט פראצעדורען ביז יעצט, און עס איז געווען אסאך צייטונגס ארטיקלען אין פארשידענע שפראכען איבער דעים עניין.
איך שיק אייך דא וואס איך האב ביי די האנט:
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=60002">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=60002</a>
<a class="postlink" href="http://www.gva.be/regio-antwerpen-stad/geen-joodse-bijbelscholen-en-geen-shariascholen.aspx">http://www.gva.be/regio-antwerpen-stad/ ... holen.aspx</a>
<a class="postlink" href="http://www.inn.co.il/News/News.aspx/269181">http://www.inn.co.il/News/News.aspx/269181</a>
גיבוראיש עברימשה ארי' פרידמאן איז א צד אין די גאנצע זאך? וואס עפעס שיקט די מיניסטעריום א אימעיל צו אים?
בעצם גארנישט אבער ווען ער קען וויי טון ערליכע יודען וועט ער עס טון עני טיים .
איך מיין נישט אז ער וויל וויי טוהן ער איז ענדערש א רחמנות און ער זוכט צו אויסנוצן זיינע כשרונות אויף זייער קרומע אופנים, ער ליידט פון עפעס א דיסארדער מן הסתם
איש עברימשה ארי' פרידמאן איז א צד אין די גאנצע זאך? וואס עפעס שיקט די מיניסטעריום א אימעיל צו אים?
און נאכדערצו אויף עברית, און נישט אויף פלעמיש, די שפת המדינה. 🙄 😠 😛 😮
הערטס שוין אויף צו ווערען פארכאפט אין די דריידעלעך און חוכמות פון ליידיגייער און מסור משה ארי פרידמאן
ער איז דער וואס שיקט אריין צו שאולזאהן און רעאגירט דערנאך אליין אויף פארשידענע שפראכען
ער איז דער וואס האט אריין געשיקט און געמאכט א ווינד ביי חדרי חרדים
ער איז דער וואס שיקט יעצט אריין צו קאווע שטיבעל אונטער "מיילך"
אלעס קומט פון דעם זעלבען מקור הטומאה והטמטום
ער פלאצט אז די עסקנים אין אנטווערפען גייען פאראויס ערגענץ ווי, און עם געלאנגט נישט, וואס ער פארזיכט די גאנצע צייט, אלס נקמה קעגען די אידישע מוסדות, צו ערלעדיגן אז מען זאל יא לערנען ח"ו (!!!) לימודי חול אין די מוסדות הק'
עס טוט זיך טאקע פאזיטיווע ענטוויקעלונגען, מען האט דאס אשפר טיילווייז פארדרייט מפרסם געווען אין פארשידענע צייטונגען, און ער וויל זיך ארויפכאפען אויף דעם מיט "נארישע ראיות" אז עס איז יא צו נישט אמת, פון דעם לעבט דער הונט.
ער פרעגט א גאנצע צייט אז מען "זאל עם אפפרעגען" אזוי האפט ער אז מען וועט עם ברענגען ראיות אדער מער אינפארמאציע וואס עס טוט זיך יא באמת און וועט ער ווידער קענען שטערען, אבער דער עולם אין אנטורפן איז קליגער און ענטפערט עם נישט ב"ה.
די גרויסע ראיה וואס ער ברענגט דא פון אן עימייל פון די עדוקעישן מיניסטריום איז פשוט א חוזק !!
ער שיקט אריין כאילו א פראגע צו יעצט איז עפעס (שוין) נשתנה געווארען, איז ענטפערט די בעאמטע דארט, וואס איז פארשטייט זיך נישט באקאנט פון קיין שינויים, אז ווי ווייט זי ווייסט גארנישט...
דא איז זיין "ראיה" אז מען "שרייבט עם" אז אלעס איז ליגענט...
נו, גיי טענה דיך מיט אזעלכע נארישע שטותים.
ולכל השואלים "וואס האט פרידמן מיט די פרשה, וויאזוי איז ער א קארעספאנדענט פון די ממשלה וכו' :
ער האט טאקע גארנישט מיט די גאנצע פרשה, די רעגירונג לאכט זיך אויס פון עם, ער פארזיכט איבעראל צו שטעקען זיין נאז, ווייל "ער איז אזוי באזארגט כאילו פאר די אידישע קינדער" און רייכט אבעראל אריין קלאגעס ( אזוי ווי אין וויען און ביי אונז אין אמעריקא) במילא אז מען לייגט אריין א קלאגע מוז מען על פי חוק "דער קלאגער געבען דאס ווארט" און -- מיט דעם "ווערט ער א צד"
ער וואלט זייער געוואלט אבער די אנטורפנער עולם איז קלוגער ווי עם און מען לאכט זיך אויס.
קיינער אין אנטורפן איז נישט "דערשוידערט" אדער "אין שוק פון די ליגענד" דאס איז אלעס העדליינס וואס ער מאכט אליין אויף.
שרגא דוד (פנחס קארנפעלד?)
די גאנצע בנין וואס איר פראבירט דא אויף צו בויען ענדערט נישט כי הוא זה לעצם העניין אז די אללע צייטונגס ארטיקלען, וואס דו שטייסט לכאורה אונטער דעים, איז געווען כל כולו שקר, עס האט נישט געהאט אין זיך אפילו שמץ של אמת און אפילו נישט א מינדעסטע אחיזה במציאות.
נאך מער, ביסטו שוין אליין מודה אז עס איז געווען ליגענט, און אז די סיבה איז געווען דאס אשפר צו פארדרייען. (לית מאן דפליג אז די אללע שקרים אין דעים עניין איז געקומען פון פנחס קארנפעלד און כת דיליה און משה אריה פריעדמאן איז דער וואס האט אויפגעוויזען דעים אמת , געברענגט די דברים כהווייתן און מצליח געווען עס צו באוויזען מיט שטארקע פאקטען) ממילא קען שוין נישט זיין א וויכוח אז עס איז געווען כל כולו שקר און ווער און וועלכע סיבות האט אינטער דעים געשטעקט.
און בכלל איז זייער וויכטיג אנצוווייזען אז אט דער דאזיגע ניק נעים ׳שרגא דוד׳ איז כמעט זיכער פנחס קארנפעלד אלליין וואס ער שטייט אינטער די גאנצע זאך או איז לכל הדעות דער גרעסטע נוגע בדבר און איז אויך באקאנט צו זיין גאר א גרויסע פערזענליכע שונא פון משה אריה פריעדמאן, ממילא קען מען זיך בשום אופן נישט רעכענען מיט זיינע מעשות וואס ער פראבירט דא דעים עולם צו פארדרייען א קאפ און האט נישט די מינדעסטע קרעדיביליטי.
דער ניק שרגא דוד וואס איז געעפענט געווארען אנהייב נאבעמבער די זעלבע צייט וואס איז געווען דא אין קאווע שטיבעל ארטיקלען איבער איבער אים פערזענליך אין אנטווערפען, די שפראך און די אינהאלט לאזט כמעט נישט איבער קיין ספק און מען קען מיט זיכערהייט באשטעטיגען אז שרגא דוד איז פנחס קארנפעלד פון אנטווערפען.
לגבי דעים גילוי דעת פונעם בעלגישען מיניסטעריום אין דעים עניין איז געשריבען געווארען דורך די הויכראנגיגען אפישעל ווא האט די אוטוריטי אין דעים עניין וואס איז געגאנגען מברר זיין ביים מיניסטער טאקע אט די שקרים און האט טאקע ערקלערט אז נישט נאר אז ס׳איז לא מיניה ולא מקצתיה אבער האט אויך אויסגעשלאסען אז מען זאל בכלל דן זיין איבער דעים אינעם עתיד.
צום שלוס דאס וואס פנחס קארנפעלד - שרגא דוד - בארימט זיך איבער די קלוגשאפט פון די אנטווערפענע עסקנים מיטן פארשפרייטען ליגענט כדי צו פארדרייען דעים אשפר, ווייזט זיכער אויף פונקט די פארקערטע פון חכמה צו זאגען אזויפיל שקרים במילתא דעבידי לגלויי און מכחיש זיין שמש בצהריים, און באווייזט דייטליך די געוואלדיגע טפשות און הפקרות אויפן חשבון פונעם ציבור.
אוסער די געוואלדיגע עוולות וואס איז געטון געווארען דורך די עסקנים קעגן די חשובע עלטערן אין אנטווערפען איז שוין צייט מען זאל איינזעהן אז דורכ׳ן גיין מיט שקרים מאכט מען אללעס קאליע און מען קומט אין ערגעץ נישט אן.
איך קאן נישט די אנטפערפנע פאליטיק אבער אויב משה אַרי פרידמאן איז מיר געווארן א שרייבער אין קאווע שטיבעל קען שוין די שטיבל זיך פארמאכן, דאס פעלט מיר נאר אויס אַז דער צודרייטער פרידמאן מיט נחום אין שאולזון זאלן אנהויבן צו שרייבן דא.
ער ברעגט גאר א ראי' אז שרגא דוד איז קורנפעלד היות ער האט זיך איינגעשריבן אין נאוועמבר, איז יעדער מכובד צו זעהן ווען דער מיילך האט זיך איינגעשריבן ..... זיין ערשטע תגובה דא אין שטיבל ליינט זיך אזוי
גאר א אינטערעסאנטע אינטערוויו מיט משה אריה פריעדמאן אין בחדרי חרדים:
איז לאמיר דיר זאגן משה ארי' טייערע, מיר אלע ווייסן אז די ביסט חולה אנטענטשן די וועסט טוען אלעס אויף דער וועלט אז מ'זאל שרייבן וועגן דיר, פין זיך טרעפן מיט די איראנען ביז אביוזען דיין אייגענע קינדער,
איך בעט דיר נאר איין זאך טרעט שוין אראפ פין אינזער שטיבל, אבער שוין. אויב די זיכסט אז מ'זאל שרייבן וועגן דיר קענסטו זיך אינטערוויען מיט מנחם טוקר אבער דא וויל קיינער נישט הערן פין דיר.די ביסט שוין לאנג אויסגעשפיגן פין כּלל ישראל, ניטאמאל א קריסלעכע בית הקברות וועטיר וועלן אריינעמען.
אין קץ לדברי רוח, מיין שרייבען דא האט גארנישט צו טון מיט משה אריה פרידמאן. איך זעה דו ווילסט אז הודעות פון דיר זאל אנקומען צו פרידמאן, איך בין אבער ליידער דער פאלשע אדרעס פאר דעים.
מן הסתם איז דא וועגען צוצוקומען, איר זאלט זיך אינטערעסירען ביי די וואס האבען זיין טעלעפאון נאמבער, פאקס, אימייל אדער סעליולאר פאון.
איר האט זיך אנגעטשעפעט אינעם פאלשען אדרעס, ואתכם הסליחה.
דאס גאנצע פארענטפערען פון משה ארי' פרידמן , איז ווי שטענדיג, און אונז אלע גוט באקאנט, געגרינדעט אויף לויזע און באמבאסטישע הצהרות וואס, ווער עס איז באקאנט אין די פרטי פרטים ,פארשטייט און זעהט דעם אמת אדורך.
דעם ציבור אין אנטורפן איז עם אוודאי נישט געלונגען צו באאיינפלוסען אדער צו פארנארען.
דער עיקר שפיטצט ער זיך צו צו א דעבאטע "ווער שרגא דוד" איז, וואס דאס איז דער עולם ווייניג אינטערעסאנט.
אז א צייטונג ( אדער צייטונגען ) "באשיינען" אן ארטיקעל מיט אייגענע צוגעגעבענע פרשנות איז נישט פון היינט, אבער דאס מיינט נאך גענצליך נישט אז די ידיעה איז אן אויסגעטראכטע, ווייט פון דעם וד"ל.
אזוי ווי פריער דערמאנט, גיין די עסקנים זיך נישט אונטערהאלטען מיט דעם קראנקהאפטיגען פערשוין אויף עם "אויף צו ווייזען" ווי זיי האלטען און וואס עס ווערט געטוען אי"ה בנוגע דעם ענין, הגם ער וואלט דאס זייער געוואלט...
וועגען דעם "הויכראנגיגען אפישעל" פון משה ארי' פרידמן נאך דאס פאלגענדע:
די תמרה קריסטנס איז גאר א קליינע און יונגע פשוט'ע איינגעשטעלטע ,( ארבעט דארט שיינט זייט אנדערהאלבען יאר) וואס הייבט אויף דעם טלפון און איז דער "קאנטאקט פערשוין" פאר עלטערען וואס האבען שאלות בנוגע חינוך אנדערהיים, זי זיצט אין די גארער קול סנטר פון די רעגירונג און ווען דער קראנקהאפטיגער פערשוין האט איר געפרעגט א פראגע האט זי געענטפערט "למיטב ידיעתה" אז "ביז היינט" האט זי נישט קיין שום ידיעה פון קיין שינוי ...
( <a class="postlink" href="https://www.facebook.com/tamara.christens">https://www.facebook.com/tamara.christens</a>)
פון דעם בויעט דער פרידמאן זיינע ראיות אויף "שקרים" און דאס זיינען זיינע "באווייזען פון שטארקע פאקטען". מיר ווייסען נישט צו מען דארף וויינען אדער לאכען....
דעם עולם אין אנטורפן געלונגט עם זיכער נישט צו פארדרייען דעם קאפ, פארזוכט ער יעצט אין אויסלאנד, בבחינת הרוצה לשקר ירחיק עדותו...
שלום עליכם שרגא דוד און יישר כח פארען מיר געבן די קאנפידענץ צו שרייבן.
מיילעך- המסור המוסזלים הידוע משה אריה ימש"ו ,איך האב די ערשטע מינוט געכאפט ווער די ביסט און וואס דיין אגענדע איז אבער מען דארף אייביג געבן א טשענס פאר א נייע ניק. אויב עס איז געווען עפעס א ספק בזה בא דיין לעצטע תגובה אנטקעגן שרגא דוד מיט דיין באקאנטע שמוציגע שפראך וגילה מעל כל ספק ווער דו ביסט.
אלזא משה אריה ימש"ו הער דיך גוט צו ,דא איז ניט די זאב ברעננער שאו ווי די קענסט דיך קרוינן 'ראביי' משה אריה פרידמאן ,מצידינו קענסטו געזונטערהייט ווייטער זיין 'רב הראשי לאחמדיניגאד' אבער אזויפיל זאלסטו וויסן אז דא וועט מען נישט פארשווייגן דיינע מעשים טובים.
הפנים די בעלגישע רעגירונג האט שוין נישט קיין בעסערע וועגע ווי אזוי צו מודיע זיין נייע געזעצן נאר דורך א אימייל צו 'מר. פרידמאן היקר'.
אגב ,קענסט שליסן א פאקט מיט אונזער קרני'לה ,ער איז אויך 'בייצופאל' נאר א חבר מיטן מנוול ארז דער פרענק.
עס האנדעלט זיך בכלל נישט איבער פרשנות אדער צוגעלייגטע מיינונגען פון צייטונגען איבער די פרשה, נאר די גאנצע העדליין און די גאנצע תוכן פון די צייטונגען און בראשם דער למען תדע פון פנחס קארנפעלד איז געווען כל כולו שקר. יעצט זענען זיי שוין מודה, ווי מען קען אויך זעהן פון די תגובות דא, אז עס איז נישט געווען קיין שום החלטה פונעם מיניסטעריום און אויך נישט קיין שום פסק פון קארט.
דא קענט איר זעהן די קאפי פון די לעצטע למען תדע פון קארנפעלד וואו ער האט געמאכט א ספעציעלע אויסגאבע, וואו ער האט אויפגערודערט די שטאט מיט זיינע באמבאסטישע ערקלערונגען, מיט די העדליין: ב"ה פארשויבען נייער חינוך-געזעץ, בשעת ווען ס׳איז קלאר ווי דער טאג אז ער האט געוואוסט אז ער זאגט מיט דעם ליגענט פארן עולם.
📎 lemaan1.jpg
📎 lemaan2.jpg
איבער די וויכוחים איבער משה אריה פרידמאן אהער אדער משה אריה פרידמאן אהין איז א לעבנסלענגליכע וויכוח, און איך וויל מיך אויך נישט אין דעם אריינלאזען.
באמבאסטישע קאמענטארען און ניבול פה איז געקומען פון שרגא דוד, און איך האב מיך און וועל מיך קאנצענטרירען נאר לגופו של עניין בלשון נקיה ובדרכי נועם.
איך זעה דער למען תדע ענטפערט דיך פיין און באקומסט פארפרי דעם שיינעם פורים'דיגן נאמען 'קלאון'.
מיילעך איך בין דיר נישט חושד אז דו ביזט משה אריה פרידמן אבער עס זעהט אויס אז דו שטייסט בקשר מיט אים דעריבער אלס איד אפשר וועסטו קענען פועל'ן ביי אים ער זאל זיך לאזן העלפן און גיין נעמען פראפעשאנאל הילף, און ראטעווען זיך מיט זיין ווייב און קינדער.
אויף אזא פאל זאגט די פסוק אז ער קטנ'ט אין די לופטען און עס לאנדעט אים אין פנים, מיט זיינע אלע נארישע פרואווען צו מסר'ן איד'ן און אפילו זיין אייגענע פאמיליע האט ער דערווייל באוויזען נאר צו מאכן אומגליקליך זיך אליין מיט זיין ווייב און קינדער.
מיילעך אפשר פרובירסטו מסביר זיין פאר משה אריה אז ער איז א אינגערמאן מיט אביסל כשרונות און ער שטייט נאך אין די בעסטע יאהרן פון זיין לעבן און אויב ער וועט זיך באצייטנס נעמען אין די הענט אריין האט ער נאך א מעגליכקייט פאר א נארמאלע צוקונפט, אבער טאמער נישט וועט ער נעבעך בלייבן אויסגעשפיגען פון סאסייעטי מיט אלעס וואס דאס ברענגט מיט זיך.
עס איז נישט קיין סוד אז ער האט געהאט א שווערע יוגנט און ער האט אפשר א שווער הארץ אויף די סאסייעטי וואס האט אים נישט ארויסגעהאלפן אין זיינע שווערע מצבים, אבער זיך אליין אפטוהן איז נישטאמאל קיין נקמה עס דערמאנט די מעשה פון א איידעם וואס האט זיך צוקריגט מיט'ן שווער און האט זיך אפגעשניטען די נאז אלס נקמה אז יעדער זאל שמועס'ן אז זיין שווער האט א איידעם מיט א אפגעשניטענע נאז.
אז משה אריה וויל זיך ראטעווען דארף ער נאר גיין פאר הילף און שפעטער זיך אפשאקלען פון אלע זיינע נארישע און שעדליכע מעשים און איך בין זיכער אז ער מיט זיין משפחה קענען האבן א בעסערע צוקונפט.
מיילעך וועסט אים זאגן?
איש עברי
איך זעה אז דו רעדסט מיט הארץ און איך זעה אז דו פראבירסט אויפצוברענגען געוויסע נקודות און מן הסתם מיינסטו עס אויך ערנסט, אבער למעשה זעה איך נישט קיין שום קאנקרעטע פוינט אין די הודעה וואס דו שרייבסט און וואס איר מיינט מיט דעם קאנקרעט.
די איינציגסטע קאנקרעטע פוינט וואס איר ברענגט אויף איז ״פראפעשאניל העלף״, איז אפשר קענט איר מסביר זיין וואס איר מיינט און וואס דאס קומט אהער.
פליז נעם עס נישט פערסאנעל, איך האב נאר געפרעגט.
איך וועל מיך אויסשמועסן
משה אריה פרידמן האט חתונה געהאט אין אנטווערפן און געהאט א נאמען פאר גאנץ א פיינע יונגערמאן, איך האב געהערט פון איינער וואס איז געווען נאהנט מיט אים אז ער איז אייביג געווען א אויבער-חכם אבער א וואוילער
ערגעץ ווי אין זיין לעבן איז ער ווייזט אויס אריין אין א שטיקל שגעון פון נקמה נעמען און אויפרעגן די גאנצע וועלט, קודם מיט די מסע המלכות קיין איראן דערנאך מיט מסירות רעכטס און לינקס.
משה אריה פרידמאן האט ווייזט אויס אסאך ווייטאג אין זיין הארץ און ער געט דאס ארויס אויף זייער א קרומע אופן דהיינו דורך טוהן דווקא זאכן וואס רעגט אויף יעדע רעטדענקיגע מענטש, און זיך שלאגן מיט זיין גאנצע סביבה.
למשל אויב משה אריה פרידמן וואלט אפגעלאזט די חרדיש'ע סביבה און זיך באזעצט במקום שאין מכירין אותו וואלט איך אים פארשטאנען, אבער ער עקשנ'ט זיך דווקא צו בלייבן א חרדיש'ע איד און דווקא זיינע קינדער זאלן לערנען אין היימישע מוסדות און גלייכצייטיג אויך מסר'ן און וויי טוהן יעדן איינעם.
דאס ווייזט אז דער מענטש איז נישט געזונט ער ליידט אויף נפשיות'דיגע פראבלעמען און ער טראגט זיך ארום מיט א פעקל כעס און ווייטאג און ער טוט מיט דעם חרוב מאכן זיך מיט זיין ווייב און קינדער.
דעריבער דארף ער פשוט גיין צו א קלוגע מענטש זאל אים אנווייזן אויף א גוטן פסיכאלאג וואס זאל אים העלפן ארויסנעמען די ווייטאג און אויסהיילן זיין פארוואונדעטע נפש, און אים מדריך זיין וויאזוי זיך צו שטעלן אויף די פיס און עווענטועל קענען נוצן זיינע כשרונות לתועלת פון זיך און אפשר אפילו ווערן א עוסק בצרכי ציבור,
אז ער וועט ווייזן חרטה און זיך טוישן וועט ער זיין א העלד און ס'איז נישט קיין שום בושה אז ער וועט ווייטער אנגיין אויף דעם מהלך וועט ער נעבעך זיין א אומגליקליכע מענטש און השם ירחם וויאזוי דאס קען זיך ענדיגן
גענוג קלאר?
איש ,ער שפילט דיך ווי א פידל און דו כאפסט אפילו נישט. דער משה אריה איז א מומחה עצום אין שפילן תאמעוואטעווע הער נאר צו די אינטערוויו מיט זאב ברעננער ווי דער שפילט זעך ווי דער פרידליכסטער מענטש אויפן כדור הארץ אבער וואס זאל ער טוהן אז זיינע קינדער האבען "פון זיך אליינס" מחליט געווען צו קלאגן די סקולס.
איך ווארט צו זעהן ווי לאנג עס וועט נעמען ביז דו וועסט פלאצן אבער ביזדערווייל אינדשוי די שאו.
וואס יא ,דאס ווייס איך קלאר אז ווען זיי האבען געפליכטעט קיין ווין האט זיך זיין ווייב געבעטעהן ביי די קהילה לייט מען זאל עם געבן זיין עטענשן אויף וואס ער לעכצט אזוי אז נישט וועט ער עס זיכן צו באקומען אויף זיינע שענדליכע דרכים ,וכך הוה.
איך בין נישט מסכים מיט וואס דו זאגסט עס איז זייער מעגליך אז ער איז א פארווייטאגטע נשמה וואס טאמער מען וועט אים העלפן זיך ארויסשלעפן פון די בלאטע וועט ער זיין א נארמאלע מענטש, ווארף נישט אזוי שנעל קיין ימ"ש'ס
לכבוד איש עברי,
איך האב געליינט וואס די שרייבסט, אין ס׳איז ניכרין דברי אמת אז איר מיינט עס ערענסט, אבער א טייל פון וואס איר שרייבט, און בעיקר לגבי די ענטוויקעלינגען פון די לעצטע 2 יאהר אין אנטווערפען, איז אנדערש ווי דער מציאות בשטח.
ביטע ערלויבט מיר טאקע זיך מתרכז זיין לגבי אנטווערפען און אויף די פאקטען וואס איז נישט דא קיין וויכוח איבער דעם.
משה אריה פרידמן האט זיך באזעצט אין אנטווערפען 2 יאר צוריק, נאך דעם וואס ער האט זיך שוין געהאט אינגאנצען אפגעלאזט פין זיין עבר פון אירן וכדו׳ און האט אלעס איבערגעדרייט מקצה אל הקצה פאר א שיינע פאר יאהר.
ער האט נישט געטשעפעט קיין פליג אין אנטווערפען און האט גוטע אין רעספעקטפולע באציהונגען מיט די רבני העיר וכד׳ און ווערט טראצדעם א קורבן פון מסירות ומלשינות קעגן אים און קעגן זיין ווייב און קינדער. זיין משפחה אין אמעריקע (מיט וועם ער האט יאהרן קיין שום שייכות נישט) מיט געוויסע אין אנטווערפען שטייען אינטער דעים מיט די טענה אז מען מוז אים עוקר מן השורש זיין... אין רעדען איין מענטשען אז דורך די מסירות ומלשינות.. וועט ער מוזן אוועקפארן פון אנטווערפען.
משה אריה פראבירט זיך צי פארטיידיגן און דעם המשך קען מען זיך פארשטעלן...
גלייך ביים אנהויב האט ער פרובירט מסדר זיין זיינע קינדער אין די מוסדות, און די רבנים האבען געהייסען מען זאל זאפארט אריין נעמען און, עס גייט נישט, ער בלייבט עקסטרעם געלאסען און שטיל חדשים לאנג און בעט זיך ברחמים ובתחנונים ביי וועם עס איז נאר שייך און בלייבט ביי גארנישט, מען לאזט אים נישט איבער אפילו נישט א נאדעל פתח עס נאך אפשר דאך צי קענען מסדר זיין.
בדרך כלל איז יעדער שוין מודה היינט אז ער האט זיכער נישט געהאט קיין שום אנדערע ברירה נאר גיין צי די רעגירונג ווי אויך אין געריכט.
דער המשך איז באקאנט, אלע זיינע קינדער זענען זייט אלול סעפטעמבער למספרם שיין מסודר אין די יסודי התורה בית יעקב אין אלע צדדים זענען ב״ה זייער ציפרידן.
אנשטאט צי אויסנוצן די געלעגענהייט און מיט אים איבערמישן דאס בלעטל, זענען געבליבן געוויסע קרייזען (ובראשם ר׳ פנחס קורנפלד) וואס ווילען פאר יעדען פרייז אים רודפ׳ן אין זיך נאר מתרכז זיין איבער דעם עבר, אין אזעלעכע אומשטענדען איז אויך נישט געווען אנדערש צי ערווארטען פון פרידמאן...
מצד שני מיט די חדר אין סקולס וואו די קינדער גייען גייט אלעס על דרך המלך. דאס וועט אייך יעדער מאשר זיין.
לדעתי איז נישט יושר צי זאגן אז די שליסעל איז אינגאנצען ביי אים, דער מציאות בשטח איז ווי עס זעהט אויס די פארקערטע.
ער קען זיין זייער לייכט אין וואויל, אין לכאורה קען מען מיט אים אללעס לייכט ענדיגען...
עס זעהט אויך נישט אויס אז די אישוס ווי פארווייטאגט הארץ אד״ג זאל זיין א אישו, עס זעהט אויך אויס ווי ער לעבט אין לאכט...
בכל אופן מיט וואס איך זאל קענען צוהעלפען בין איך גרייט צו טוהן בתשואת חן עס איז זיכער גאר א געוואלדיגע מצוה אין הצלה אויך פאר כלל ישראל.
בשורות טובות
אויב אזוי פארוואס האט ער געפאטשקעט יעצט אין די חינוך סומאטוכע? איך גלייב אז ער לעבט נאך פון נקמה, און ער כאפט נישט אז נאר ער האט שאדן דערפון, ווען ער וואלט באמת איינגעזיצן שטיל א שטיק צייט וואלט מען אים מוחל געווען אויף זיין עבר, דערביער האלט איך אז ער דארף האבן הילף זיך צו קענען באפרייען פון זיינע ווייטאגען
דער ״חינוך סומאטוכע״ אזוי ווי איר באצייכענט עס גייט שוין צוריק היבש פריער פון ווען ס׳איז מפורסם געווארען, און איז היבש פארבינדען, פארוויקעלט און פארפלאנטערט געווארען אלס תוצאה פון די אימגאנג פון די מוסדות אדג. דעמאלט קעגען זיינע קינדער.
איר שרייבט ״ווען ער וואלט ווען איינגעזיצען.... א שטיק צייט.... וואלט מען ווען....״. ער האלט שוין לאנג נאך די אללע מעשיות און היא אשר דברנו אז דער מציאות איז פונקט די פארקערטע.
נאכאמאל, עס קען זיין ער טוט דאס אלס נקמה אין די מוסדות, אבער ווער עס ליידט פון דעם איז נאר ער אליין ליידער, און איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט היבש פארוויקלט פארפלאנטערט... אדרבא זיי מסביר
קען זיין אז היינט האט ער זיך געטוישט אבער סאיז א שאד אז ער זאל נישט ריינוואשן זיין נאמען דורך שרייבן א עפנטליכע בריוו און אויסדרוקן חרטה וכדומה
עס איז נישט א ׳1 וועי ראוד׳ נאר א ׳2 וועי ראוד׳ אין א ׳בעק טו בעק בעיסיס׳ אין אנדערע ווערטער א ׳גיוו ענד טעיק.׳
במילא רעדט איר פון חלומות ווייל דער צד השני איז נישט ביים טיש.
איר שרייבט כאילו סאיז דא צוויי צדדים אפילו משה אריה פרידמאן זאל זיין 200 פראצענט גערעכט איז ער נאך אלעמען א יחיד און ער קען טאקע מאכן אסאך שאדן אבער דאס וועט סוף כל סוף שאדן מאכן פאר אים מער ווי פאר אנדערע,
און אגב איך מיין אז ר' אהרן שיף איז א מענטש מיט וועם מען קען פארהאנדלען און ווען ער זאל ארויפגיין צו אים און זאגן אז ער וויל אנהייבן א ניי בלעטל וואלט ער ארויס א געווינער
היא אשר דיברנו, און ווי איך ווייס איז ער שוין געווען ביי ר׳ אהרן שיף גלייך ביים אנהייב מינימום פיר מאל, און רב שיף האט געזאגט אז ער האט געהייסען און קיינער פרעגט אים נישט...
און ס׳איז דא שמועות, איך ווייס נישט ווי קראנט, אז ער איז אויך לעצטנס געווען ביי ר׳ אהרן שיף איבערצומישען דאס בלעטל און ר׳ אהרן שיף האט געענטפערט אז פנחס קארנפעלד איז דער גאנצע בעל הבית אין שטאט און ער האט גארנישט וואס צו זאגען. אויב דאס איז אמת האט איר דא דעם קלארען בילד.
און קארנפעלד׳ס ״מעשים טובים״ אין דעם געביט און אנדערע איז ווייט באקאנט.
איך בין היבש ביסל באקאנט די פיין און ליידען וואס דער משה אריה פרידמאן האט גורם געווען מערערע מענטשן, אריינגערעכענט צוויי ברודערס וואס איינע פון זיי איז זיינס א קרוב, וואס ער האט פאר'מסר'ט ווייל ער האט געוואלט פון זיי עקסטארטן א הויז, און האבן געדארפט דערפאר וויילן אין טורמע, און צוגאב זיי שאדן געמאכט הונדערטער טויזענטער דאללאר, און דאס האט זיך פארצויגן לאנג נאך וואס ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין אנטווערפן, און האט עד היום נאך נישט אפעלירט צו די באטרעפענדע בעטן פאר פארגעבונג, דער משה אריה האט נאך עד היום נישט חרטה באקומען אויף זיינע מעשים תעתועים און איז נאך ליידער דערווייל שעדליך ווי ביפאר.
זאל דער משה אריה וויסן אז אויב מ'האט חרטה און מ'בעט איבער אלע באטרעפענדעוואס מ'האט אומגליקלעך געמאכט משך די יארן, וועט מען אים אוודאי פארגעבן אבער אז מאיז אוחז מעשיו הקודמים דאן גייט מען אריין לחרפה ולדראון עולם, אם תיטיב שאת ואם לא תיטיב לפתח חטאת רובץ, דעריבער משה אריה חזור בך, די וואלסט געקענט נוצן דיינע כשרונות ווען צו ארויסהעלפן מענטשן.
סאיז א ווייטאג
אבער איך מיין אז ער וואלט באמת געוואלט וואלט ער געקענט איבערמישען א בלעטל אהן םנחס קארנפעלד [אגב ער האט א רעקארדינג ווי אהרן שיף זאגט עס?]
אלא מאי אז ער זאגט פנחס קארנפעלד וויל ער דאך נישט.
גייטס און פרעגטס אים אליין און ער וועט עס אייך זיכער מאשר זיין. איך האב אליין מברר געווען און דאס איז טאקע דער מצב.
בקיצור די אונטערשטע שורה
וויבאלד די קהלה וויל זיך נישט איבערבעטן מיט אים האט ער באשלאסן אויסצוטיילן געהאקטע צרות [מיט די חינוך געריכט]
הוא אשר אמרנו אז ער ארבעט נישט רעאליסטיש נאר ער איז ליידער א זעלבסמערדער ער קען באשטיין מקריב צו זיין זיך מיט זיין משפחה אויף די מזבח פון נקמה, איך שרייב עס מיט ווייטאג ווייל איך קען פארשטיין א מענטש אין זיין סיטואציע וואס ווערט גערודפ'ט דורך זיין משפחה און סביבה אבער דאך ציהט ער איבער די שטריק, ס'איז א גרויסע שאד, איך הער אז ער האט לעכטיגע קינדערלעך און נאר זיי וועלן ליידן פון זיינע נצחונות ה"י
איינער האט דען דא אויפגעברענגט אז מען דארף אים איבערבעטען?
אפשר קענט איר געבען א סיבה פארוואס ער זאל עס נישט טון?
פארוואס ער זאל נישט זיין א רודף קעגן א גאנצע ציבור? וואס הייסט פארוואס ער זאל עס נישט טוהן?
איש היקר ,איך פארשטיי וואס דו ווילסט טוהן אבער איך זעה דו כאפסט נישט וואס ער טוהט מיט דיר. ער דרייט דיך אזוי ארום און ארום ביז ער ברענגט דיך אראפ צו זיין נידריגע לעוועל און דארט וועט ער דיר געווינן ,יעצט האלט ער שוין כמעט אז די גאנצע וועלט דארף גאר איבערבעטן דעם נידערטרעטיגן מסור משה אריה ימש"ו! אבער ער איז ווייטער גאר דער אימשילדיגע זיבעלע.. נישטאמאל ווייסט ער וואס דו ווילסט פון עם האבען..
איך ווייס נישט צו ער איז א רודף קעגען א ציבור, אבער דאס איז זיכער אז דער אלטערנאטיווע בלייבט, און דאס האט זיך ביזען היינטיגען טאג נישט פארענדערט, אז עס איז דא א ציבור וואס האבען א דין רודף אקעגען אים און בני ביתו.און דאס אללעס בלי שום קשר מיטען פרשת החינוך.
איש עבריאיר שרייבט כאילו סאיז דא צוויי צדדים אפילו משה אריה פרידמאן זאל זיין 200 פראצענט גערעכט איז ער נאך אלעמען א יחיד און ער קען טאקע מאכן אסאך שאדן אבער דאס וועט סוף כל סוף שאדן מאכן פאר אים מער ווי פאר אנדערע,
און אגב איך מיין אז ר' אהרן שיף איז א מענטש מיט וועם מען קען פארהאנדלען און ווען ער זאל ארויפגיין צו אים און זאגן אז ער וויל אנהייבן א ניי בלעטל וואלט ער ארויס א געווינער
אויב דו ווייסט ווער משה ארי' פריעדמאן איז, און וועמענס פלימעניק ער איז, איז א שאד יעדעס ווארט.
נחום ראזנבערג אין אנטוורפן: גענוג קלאר?
עס איז די נאטור פון די וואס ליידען פון א שווערע יוגנט צו קוקן אויף די גאנצע וועלט ווי רודפים און האלטן אז יעדער וויל זיי אונטערברענגען דעריבער האב איך פון אנהייב געזאגט אז ער דארף פראפעשאנאל הילף אים ארויסצושלעפן פון די לאך און אים אויסהיילן זיין צובלוטיגטע נשמה
נאטרוליסטאיש עבריאיר שרייבט כאילו סאיז דא צוויי צדדים אפילו משה אריה פרידמאן זאל זיין 200 פראצענט גערעכט איז ער נאך אלעמען א יחיד און ער קען טאקע מאכן אסאך שאדן אבער דאס וועט סוף כל סוף שאדן מאכן פאר אים מער ווי פאר אנדערע,
און אגב איך מיין אז ר' אהרן שיף איז א מענטש מיט וועם מען קען פארהאנדלען און ווען ער זאל ארויפגיין צו אים און זאגן אז ער וויל אנהייבן א ניי בלעטל וואלט ער ארויס א געווינער
אויב דו ווייסט ווער משה ארי' פריעדמאן איז, און וועמענס פלימעניק ער איז, איז א שאד יעדעס ווארט.
נחום ראזנבערג אין אנטוורפן: גענוג קלאר?
עס איז נישט קיין פארגלייך נחום איז א שלעכטע מענטש צו יעדן איינעם, ער זעהט אויס צו זיין מער א רחמנות ווי א שלעכטע מענטש
קיינער האט דא נישט אויפגעברענגט דעם רעיון כאילו ער האלט אז די גאנצע וועלט זענען רודפים, נאר די מדובר איז געווען פון געוויסע יחידים אדער פון א געוויסען ציבור, און ווי שוין געזאגט זעהט ער אויס צו זיין א זעהר העפפי מענטש וואס לעבט און לאכט, און איך ווייס נישט פון וואו איר נעמט די דמיונות אז ער דרייט זיך ארום פארווייטאגט אדער מיט א שווער הארץ אדער אז ער זיכט צו שפילען נרדף.
בכל אופן זעה איך אז איר ווילט האבען דעם לעצטען ווארט, איך שענק עס אייך מיטען גאנצען הארץ, און איך ווינטש אייך דאס בעסטע.
פארשטייט זיך אז די ביהמ"ד וואס דו האסט געגנבט און דערנאך צוגעשפארט אין ווין דארף דיך איבערבעטן אבער דו ביסט זיי גארנישט מחויב.
פארשטייט זיך אז די צוויי ספרי תורה וואס ער האט פון דארט געגנבט און וואס מען האט געטראפן ליגן אויף די ערד בביזיון וון האט אויפגעבראכן די טיר דארף עם איבערבעטן אבער ער איז זיי גארנישט שולדיג.
פארשטייט זיך אז דער קעטערער וואס האט זיך געשלעפט פון לאנדאן קיין ווין ווי משה אריה האט באשטעלט א בר מצוה מכל טוב וטב כאחד הנגידים אבער האט עד היום נישט באצאלט קיין פרוטה אחת דארף דיך איבערבעטן אבער דו ווייסט נישט וואס מען וויל פון דיר.
פארשטייט זיך אז נחום קליין וואס האט רחמנות געהאט און אריינגענומן דיינע טעכטער און ווען ער האט דיר אנגערופן בעטן שכר לימוד האסטו עם געסטראשעט אז די וועסט ם מסר'ן מיט אלעם בייזן אויב ער רופט דיך נאך איין מאל (שמעתי מפי ר' נחום בעצמו) דארף דיך איבערבעטן אבער דו קענסט ווייטער פארקויפן דינע שקרים וואס נאר דו אליינס גלייבסט.
פארשטייט זיך די מוסדות אין ווין וואס האבען אריינגענומן דיינע קינדער ובשכר זה האסטו זיי באלייסיגט מיט א קלאגע פון דריי מיליאן יורא דארפן דיך איבערבעטן אבער דו ביזט דאך פשוט א צדיקל.
פארשטייט זיך מוסדות מיר וואס דיין תכשיטל האט געפעלשט טשעקס אין די גרויסע נאמבערס דארף דיך איבערבעטן אבער דו ביסט אמאל באגאנגן א עוולה? ווי וואס ווען?
פארשטייט זיך אז די צוויי ברידערס וואס האבען דיר געבעטן א טעכנישע טובה זאלסט לייגן א הויז אויף דיין נאמען און דערנאך האסטו עס פשוט פראבירט צו גנבנן פון זיי און געמסרט אויפן ערגסטן אופן דארפן דיך איבערבעטן אבער דו ביסט צח כשלג.
פארשטייט זיך דיין אייגענע שוויגער די אלמנה וואס די האסט דיך איינגעבראכן אין איר הויז און געטוהן דארט כאוות נפשך כאילו עס איז דיינס און זי מוז זיצן אין קארט צוריקצובאקומן איר אייגן הויז דארף דיך איבערבעטן אבער דו ביסט כתינוק בלי חטא.
איך אויך = אברהם חיים פרידמאן?