☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » וויאזוי יעדער פון אונז קען העלפן זיך און אנדערע

וויאזוי יעדער פון אונז קען העלפן זיך און אנדערע

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5711

יונה כהן » פרייטאג יאנואר 17, 2014 4:14 pm

· #177204
וויאזוי יעדער פון אונז קען העלפן זיך און אנדערע
וויאזוי א יעדער פון אונז קענען העלפן זיך, און דער גאנצער תורה ציבור אידען אין ניו יארק סטעיט
א מעסעדש פון הרב יחיאל קאליש פון אגודת ישראל פון אמעריקע

טייערע עלטערן און מנהלי ישיבות, עלטערן און תומכים
גאווערנער קאומא און געזעצן-מאכער געפינען זיך זייער נאנט ביים איינפירן א געזעץ וואס וועט שאפען 125 מיליאן דולר פון שכר לימוד שטיצע, פאר משפחות וואס האבען זיך אויסגעוועלט צו שיקען זייערע קינדער צו פריוואטע סקול'ס. דער "עדוקעישען אינוועסטמענט טעקס קרעדיט" פארשלאג וועט געבען א דולר-פאר-א-דולר טעקס קרעדיט פאר שטיצערס, סיי פאר א יחיד און סיי פאר א קאמפאני, וואס זענען מנדב פאר "סקאלערשיפ ארגענעזאציעס", וואס שטיצן תלמידים פון פריוואטע סקול'ס. ליידער, די קעגנער פון דעם געזעץ פירן א מערכה איבערצורעדן געזעצן-מאכער'ס צו שטיצן נאר פאבליק סקול'ס.

אהן אייער הילף, וועט מען ח"ו נישט איינפירן דעם נייעם געזעץ! מיר נויטיגן זיך צו צייגן אונזער ערוועלטע פאליטישענס אז עס איז פארהאנען א ברייטע שטיצע און געברויך פאר דעם געזעץ.

ביטע נעמט אייך א מאמענט צו שיקן פאר דעם גאווערנער און פאר אייערע געוועלטע פאליטישענס און שתדל'ען ביי זיי איינצופירן דעם "עדוקעשען אינוועסטמענט טעקס קרעדיט" פארשלאג, אלס א חלק פון דעם 2014-2015 בודשעט. דורך קליקן דא
📎 kalish.JPG

ידען » מוצ"ש יאנואר 18, 2014 7:23 pm

· #177219
יונה שרייבט דאך אז וויפיל מע געט פון פאנד רעיזען געט די גאווערמענט. סע גייט צוזאמען.

אויב מע באקעמט מער וועט יעדער הנאה האבען. מע קען נישט מאכען העכער שכר חימוד סתם אזוי. פאר מיך זעכער נישט....

איך אויך » מוצ"ש יאנואר 18, 2014 9:09 pm

· #177243
שכר חימוד??

ידען » זונטאג יאנואר 19, 2014 12:49 am

· #177261
לימוד

איש עברי » זונטאג יאנואר 19, 2014 6:05 am

· #177286
[ציטאט אראפגענומען]

א בליק פון א ריכטיגע ראש הקהל

יונה כהן » זונטאג יאנואר 19, 2014 10:32 am

· #177305
[quot עe="ידען"]יונה שרייבט אז וויפיל מע געט פון פאנד רעיזען געט די גאווערמענט. סע גייט צוזאמען.

אויב מע באקעמט מער וועט עדער הנאה האבען. מע קען נישט מאכען העכער שכר חימוד סתם אזוי. פאר מיך זעכער נישט....[/quote]

מוסדות התורה אין פלארידא און אין אנדערע סטעיטס האבען שוין באקומען מיליאנען דורך דעם סיסטעם ס'איז 'זה נהנה וזה לא חסר' למשל אויב אן עושר אדער א קאמפאני איז שולדיג $1000,000 טעקסעס מעגען זיי מנדב זיין א חלק פאר אן ארגענעזאציע וואס גיבט געלט פאר'ן חשבון פון די עלטערן דהיינו מה שנקרא סקולערשיפ.

אויב איר ווילט זיך ציען קיין אינדיאנא דארט איז דא א חרד'ישע ליטווישע כולל תלמיד תורה וואס שכר לימוד איז $150 דולר א יאר צוליב דער סיסטעם, וואס אגודה Midwest האט אויסגע'פועל'ט.

איינע פון די סיבות פארוואס מיר דא אין ניו יארק זענען אזוי צוריק געשטאנען מיט שטיצע פאר אונזערע ישיבות איז ציניסיזם פון אונזער עולם. פארוואס דער מצב איז אזוי ווייס איך נישט, לאמיר הערן פון אייך

שרייבער » זונטאג יאנואר 19, 2014 10:38 am

· #177308
איך גיי איבערפרעגן ווייל איך פארשטיי נישט, גייט דאס זיין אזוי ווי אין לאנדאן, אז וואס איך צאל פאר שכר לימוד באקום איך צוריק ביי טעקס?

יונה כהן » זונטאג יאנואר 19, 2014 11:35 am

· #177317
שרייבער
איך גיי איבערפרעגן ווייל איך פארשטיי נישט, גייט דאס זיין אזוי ווי אין לאנדאן, אז וואס איך צאל פאר שכר לימוד באקום איך צוריק ביי טעקס?


בפירוש ניין!

דע גאווערנמענט טאר דאס נישט טוהן אין אמעריקע, אבער אויב איינער גיבט צדקה קען ער דאס אראפ נעמען פון די טעקסעס, אבער נאר מיט א גרעניץ, דא קומט צו א נייע וועג וואס זאגט בעיקר פאר גרויסע פירמעס אז מע קען מנדב זיין פאר ספעציעלע ארגאניזאציעס וואס טיילען סקולערשיפס, נישט קיין חילוק פריוואט אדער פאבליק, אז זיי קענען דאס אראפ רעכענען פון זייער חוב פאר טעקסעס. דער פאטענשעל פון אזא געזעץ קען זיין מורא'דיג פאר אונזערע מוסדות. א חלק פונעם געזעץ, ווי איך פארשטיי איז אז מוסדות מוזען איבערצייגען אז זיי האבען גענידערט שכר לימוד

אין אנדערע סטעיטס האבען שוין מוסדות התורה צוליב שתדלנות פון אגודת ישראל מרוויח געווען מיליאנען. אין פלארידא אליין איבער 35 מיליאן!

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 19, 2014 12:04 pm

· #177322
יונה כהן

איינע פון די סיבות פארוואס מיר דא אין ניו יארק זענען אזוי צוריק געשטאנען מיט שטיצע פאר אונזערע ישיבות איז ציניסיזם פון אונזער עולם. פארוואס דער מצב איז אזוי ווייס איך נישט, לאמיר הערן פון אייך

אפשר ווייל די מוסדות דא ווערן געפירט דורך סעלף סערווינג בנש"ק'לעך?

מאטי » זונטאג יאנואר 19, 2014 12:20 pm

· #177324
ווייל ווען די שטאט טיילט "אייער" פאר UJO קאינסעדענטלי האט וואן סטאפ א סעיל אויף אייער די פאלגענדע דריי חדשים. ועוד. ...

נאר,,פרייליך » זונטאג יאנואר 19, 2014 1:40 pm

· #177343
@יונה כהן מאך א אקציע אויף קול מבשר וועסטו שנעלער אנקומען ווי דא בבית ה'קאווע, מיזט ניש זאגען ס'איז אמעסעדזש פון אגו''י ד'אמעריקא