דער מענטשליכער כאמעלעאן (בילדער)
די דאזיגע בילדער זענען געכאפט געווארן דורכן כינעזער קונסטלער (ארטיסט בלע"ז) ליו באלין. באלין האט מיט די בילדער ארויסגעברענגט זיין פראטעסט אנטקעגן די כינעזער רעגירונג וועלכע האט צו ווארפן א גאנצע געגנט אין וועלכע כינעזער ארטיסטן פלעגן וואוינען. די נקודה וואס די בילדער ברענגען ארויס איז אז דער מענטש -בכלל, און דער ארטיסט - בפרט איז כאין וכאפס פאר די כינעזער רעגירונג. די סעריע בילדער האט ער באטיטלט "זיך באהאלטען אין די שטאט". טראכטס נאר א רגע וויפיל קאפ מוח און ארבעט ס'גייט אריין און איין אזא בילד!