☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » ווער האט א גוטע ביזנעס איידיע?

ווער האט א גוטע ביזנעס איידיע?

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5699

hotel » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 3:48 pm

· #176922
ווער האט א גוטע ביזנעס איידיע?
אין די לעצטערע יארן האבן א שיינע צאל מענשטען מצליח געווען לאוו דווקא פון עפענען טיפיקעל ביזנעס נאר פון א גוטע געדאנק דבר יום.קול מבשר .וכו דא ווערט דער עולם געבעטן צו לופטערן סיי וואסערע געדאנק וואס פאלט אייך ביי אבער פליז נאר א חידוש און אויך עפעס וואס קען זיין א דימענד [למשל נישט קיין ספעיס שאטל צו די לבנה ,גענוג קלאר?] און אויך עפעס וואס איז נישט צו א גרויסע אינוועסטמענט

לעמיל » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 4:05 pm

· #176929
דו מיינסט אז איינער וואס האט אזא איידיע וועט דיך עס זאגען אז דו זאלסט מאכען געלט דערויף??

hotel » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 4:14 pm

· #176931
גערעכט אבער אסאך מאל איז דא איינער וואס פאלט אים ביי עפעס אבער פאר סאם ריסאן העט ער עס נישט טון

איש עברי » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 6:38 pm

· #176965
איך האב אפשר א איידיע אבער איך האב מורא אז דו וועסט עס טאקע טוהן און איך בין חושש אז ס'קען ארויסקומען דערפון גילוי ח"ו

days » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:19 pm

· #176997
די ערשטע איידיע וואס איז גוט פאר ביסנעס... איז נישט זיצן אויף קאווע שטיבעל דארינג ביזנעס...

איש עברי » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:27 pm

· #177000
וואס טוט זיך וועגן שפילן פידעל אין די סאבוועי?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 7:35 pm

· #177003
כולל "פרק שירה" 4 לאקאציעס.

היימישער ליטוואק » פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:16 am

· #177075
אויף ענגליש איז דא א ווארט - טרעף א באדערפניש, און ערפילל עס.
טא, די וועלכע ווילן נישט אוועקשענקן זייערע ביזנעס איידיעס מוזן נישט. לאמיר אבער מאכן א ליסט פון אלע באדערפנישן וועלכע דארפן נאך ערפיללט צו ווערן. אולי וועט מיר איינפאלן וויאזוי איך קען דאס ערפילן.
1.
2.
3.
4.
נו רבותי, וואס א סירוויס פעלט נאך?

יוסף מ » פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:26 am

· #177077
A kosher bar. Instead of hanging out with friends in shul by an open gemreh.

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:20 am

· #177095
שוין געשריבן אין פאנטאזיע אשכול.
אן FDA אפראווד פיל וואס שטילט איין וויינענדיגע בעביס.
אדער שלאף פילן פאר די בעביס.
גאראנטירט צו זיין א בעסט סעלער.

רויטע וואנצעס » פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:28 am

· #177097
עפן א פארום אזוי ווי ק"ש. אנשטאט פארהערן ניקס פאר צוטריט אין מאחורי, נעם א מאה א קאפ. לאמיר זעהן, ישיבה בקברו האט 800 בחורים, קווינס אפשר נאך 500, האלטסטו שוין ביי 130 אלפים. ס'איז א גוטע התחלה.

ונבנתה העיר » פרייטאג יאנואר 17, 2014 4:14 am

· #177110
בסוד סודות קען איך דיר אוועק-געבן די איידיע וואס איך האב מחדש געווען אין ישיבה קטנה, עפ"י חשבון האב איך געדארפט ווערן א טריליאנער...

מאך א דזענערעיטאר וואס לויפט אויף די אייגענע קראפט, א חלק פון די ערשטע רגע'ס עלעקטריק זאל גיין צו דרייען דעם דזענערעיטאר אין רגע ב'.

[דיסקלעימער: מיר האבן נאך פון קיין ויקי נישט געוואוסט...].

גנדי » מוצ"ש יאנואר 18, 2014 8:20 pm

· #177232
לייג א שיך פיצער בענקעל ביי די מקוה ערב שבת.

איך וויל אויף איינמאל ווערן געשוירען. געשניטען די נעגל. און געפוצט די שיך.

מצטמק ויפה » מוצ"ש יאנואר 18, 2014 8:24 pm

· #177233
גנדי
לייג א שיך פיצער בענקעל ביי די מקוה ערב שבת.

איך וויל אויף איינמאל ווערן געשוירען. געשניטען
די נעגל. און געפוצט די שיך.


און וואס איז מיט עסן טועמיה, און ליינען די דבר יום ביומו / לוח הציבור?!

שמעקעדיג » מוצ"ש יאנואר 18, 2014 8:26 pm

· #177235
וואס, בשעת'ן שערן? טמא'נערהייט אן א קאפל?...

מצטמק ויפה » מוצ"ש יאנואר 18, 2014 8:34 pm

· #177237
טומאה איז א דין אויף דער שערער? צו דער וואס ווערט געשוירן? .

רויטע וואנצעס » מוצ"ש יאנואר 18, 2014 8:41 pm

· #177238
ווי אזוי קען מען פיצן די שיך, בעת ער שניידט דיר די פיס נעגל?

שטילע אינגערמאן » מוצ"ש יאנואר 18, 2014 8:42 pm

· #177239
שטיי אין די פאסט אפיס מיט די צונג אינדרויסען אין יעדער וועט קענען נאס מאכן די ענוועלאפ כדי עס צוקלעבן,
רעכן 5 צענט א לעק,

הוגה » מוצ"ש יאנואר 18, 2014 8:56 pm

· #177241
איך האב אן ערענסטע איידיע, דער וואס טוט דאס ווערט אן עושר.

מאך דענטיסט דרילס וואס אנשטאט די nagging terrifying גערודער וואס דערשרעקט קינדער זאל עס שפילן קלאסישע מוזיק בשעת'ן דרילען און אזוי בארואיגען די פאציענט.

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 19, 2014 12:26 am

· #177258
רויטע וואנצעס
ווי אזוי קען מען פיצן די שיך, בעת ער שניידט דיר די פיס נעגל?

אדרבה, עס איז גרינגער צו פוצן ווען עס ליגט נישט אויפן פוס 😎