☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע בלעטער #3 - חצי שבט א' תשע"ד

קאווע בלעטער #3 - חצי שבט א' תשע"ד

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5693

פישלע העררינג » מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:43 pm

· #176781
קאווע בלעטער #3 - חצי שבט א' תשע"ד
בייגעלייגט איז נאך א אינסטאלאציע פון "קאווע בלעטער".


וויבאלד עס איז דער דריטע קובץ, מאך איך דא א מחאה דרבים אזוי אז איך מוז זיך נישט בינדען צו א חזקה...

כמעשהו בראשונה, האב איך צוויי כללים ביים אריינשטעלן אן ארטיקל: דער ארטיקל מוז געלייקט ווערן פון לכל הפחות 10 אקטיווע ניקס, און עס איז עטוואס לענגער ווי סתם א תגובה.

איך בין ספעציעל צופרידן פון דער דאזיגע אויסגאבע, ווייל עס רעפלעקטירט וויאזוי מען האט דא רעאגירט צום ערשיטערדיגע מארד פון אחד מבני החבורה. עס איז נישט פארגעקומען קיין פריטשינג טו דע קווייער, אבער אסאך אידיש הארץ איז אויסגעגאסן געווארן איבער די אשכולות מיט סענסעטיוויטי אבער אייגנארטיגקייט.

ידידנו @מאראנצןזאפט האט גאר שטארק בייגעשטייערט, עפענענדיג א קוואל פון טאלאנט ביי די ניקס.

פון די ארכיוון זענען אפירגעקראצט געווארן א שיינע חינוך ארטיקל פון אונזער געשעצטער @ברסלבער, און א הומאריסטישע ארטיקל פון אונזער באליבטע @יואב.

בסך הכל, איז עס געוועהן א פראדוקטיווע צוויי וואכן.

אויב האב איך איינעם אויסגעלאזט, אדער פאר סיי וועלכע הערות, ביטע שיק אין אישי. איך בין אין פארבינדונג מיט א פאר באזעסענע ניקס בעצה ותושייה, ותשואת חן חן להם.

ועל כולם, טייערע לייענער, אויב דו האסט הנאה פון א ארטיקל, זיי דיך מטריח און לייק עס! דאס געבט א שטופ פאראויס פאר דער מחבר צו שרייבן נאכמער און נאך שענער.

קאווע בלעטער נומער 3

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 1:00 am

· #176805
אנטשולדיגט, פריער איז דער לינק נעלם געווארן לפי שעה.

לייענט און האט הנאה...

שעפטל » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 9:02 am

· #176817
פישל'ע העררינג
ועל כולם, טייערע לייענער, אויב דו האסט הנאה פון א ארטיקל, זיי דיך מטריח און לייק עס! דאס געבט א שטופ פאראויס פאר דער מחבר צו שרייבן נאכמער און נאך שענער.

אה יע...

shem-tov » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 9:16 am

· #176818
יישר כח א העליכע ארבעט. גרויס הנאה אז מיין אשכול וויאזוי צו פארמיידן דראגס ביי די יונגווארג ווערט פארשפרייט סקען געוואלדיג צוניץ קומען פאר די וואס פלאגן זיך ליידער

קרעקער » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 9:59 am

· #176823
סתם עצה טובה
גיי ציריק צו די ערשטע בלעטער ווען קאווע שטיבעל האט זיך געפענט דעמאלץ איז געוועהן עכט גיטע סחורה

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 10:10 am

· #176826
שעפטל
פישל'ע העררינג
ועל כולם, טייערע לייענער, אויב דו האסט הנאה פון א ארטיקל, זיי דיך מטריח און לייק עס! דאס געבט א שטופ פאראויס פאר דער מחבר צו שרייבן נאכמער און נאך שענער.

אה יע...

כא כא כא. נישט באמערקט דיין חתימה....

גד החוזה » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 10:50 am

· #176833
גד החוזה: גארבידזש גארבידזש גארבידזש ווי ביסטו?
פישל: האסט גארנישט געשריבען איבער גארבידזש, פארוואס זאל דן יא זיין?
גד החוזה: ווער וואלט דען געגעבן א לייק פאר גארבידזש?
פישל: איך וואלט אויב איז עס גוט אהער געשטעלט
גד החוזה: אזוי איך בין נישט דער איינציגסטער וואס האט ליב גארבידזש?
פישל: גד, יעדער איינער איז א שטארקע חסיד פון גארבידזש, נאר זיי רעדן נישט דערפון.
גד החוזה: אקעי, וויבאלד מיין צייט איז מצמצום (שיטת קאפוסט), בעט איך איינער זאל מזכה זיין דעם קומענדיגע קונטרס מיט א פאהר עמודים גארבידזש.

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 10:54 am

· #176836
גד החוזה
גד החוזה: גארבידזש גארבידזש גארבידזש ווי ביסטו?
פישל: האסט גארנישט געשריבען איבער גארבידזש, פארוואס זאל דן יא זיין?
גד החוזה: ווער וואלט דען געגעבן א לייק פאר גארבידזש?
פישל: איך וואלט אויב איז עס גוט אהער געשטעלט
גד החוזה: אזוי איך בין נישט דער איינציגסטער וואס האט ליב גארבידזש?
פישל: גד, יעדער איינער איז א שטארקע חסיד פון גארבידזש, נאר זיי רעדן נישט דערפון.
גד החוזה: אקעי, וויבאלד מיין צייט איז מצמצום (שיטת קאפוסט), בעט איך איינער זאל מזכה זיין דעם קומענדיגע קונטרס מיט א פאהר עמודים גארבידזש.

איך האב הנאה אז אינעם איצטיגע קונטרס האסטו גארנישט געטראפן וואס קען באטראכט ווערן ווי גארבעדזש... 😃

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 11:05 am

· #176838
דער פי די עף איז יעצט רעדאגירט געווארן כדי צוצילייגען א חשוב'ע ארטיקל פון @shem-tov מיט א תגובה פון @הילל, וועלכע זענען פארדריסלעך ארויסגעפאלן בטעות (ווארטענדיג פאר 10 לייקס).

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:01 pm

· #176854
נאכאמאהל אפגעידעט, צוגלייגענדיג דער "פאעזיא" פאעזיא פון @אנאנים, מיט די תגובות פון @משה געציל און @אפטעמיסט.

יישר כח פאר אלע מעוררים.

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:13 pm

· #176861

פיש כאפער » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:15 pm

· #176862
א גרויסן ייש״כ פיש׳לע. איך מיין דאס איז נאך די בעסטע אויסגאבע. ייש״כ פאר אלע טייערע אויבנדערמאנטע קאנטריביוטערס, איר האט מחי׳ געווען א(סאך) איד(ן)

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:57 pm

· #176875
יישר כוח פישל ס'איז מיר א כבוד צו זיין אויף איין ליסטע מיט אזעלכע גדולי דורינו עפר אני תחת .. ובכן וואלט געווען א גלייכע זאך אז אויב אימיצער האט צוויי אדער מער ארטיקלען צוצושרייבן דעם נומער צו זיין ניק.)

איש עברי » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 1:17 pm

· #176885
moti107
יישר כוח פישל ס'איז מיר א כבוד צו זיין אויף איין ליסטע מיט אזעלכע גדולי דורינו עפר אני תחת .. ובכן וואלט געווען א גלייכע זאך אז אויב אימיצער האט צוויי אדער מער ארטיקלען צוצושרייבן דעם נומער צו זיין ניק.)

האלט דיך נישט אזוי קליין ביזט זייער א געשמאקע און תוכנ'דיגע שרייבער, אבער דיין ניק גייט מיר אויף די הינער אויג'ן ביטעעעעעעעעעעעעעעע טויש עס ווי פריער

לעמיל » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 1:21 pm

· #176888
א גרויסען יישר כח ר' @פישל'ע העררינג אויב מעגליך לייג עס ארויף אלטס א פי די עף וואלט געוועין אינטערסאנט צו זעין וויפיל דאונלאודס עס וועט האבען

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 1:25 pm

· #176891
לעמיל
א גרויסען יישר כח ר' @פישל'ע העררינג אויב מעגליך לייג עס ארויף אלטס א פי די עף וואלט געוועין אינטערסאנט צו זעין וויפיל דאונלאודס עס וועט האבען

עס איז צו א גרויסע פייל. אויב דו קענסט עס מאכן קלענער, בי מיי געסט.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:04 pm

· #176902
הערליך פישעלע, א יישר כח. ס'ווערט דיקער און דיקער. מ'קען געבן מעות קדימה פאר די נעקסטע? דו נעמסט ביטקאינס?

לעמיל » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:34 pm

· #176911
געטראפען אויף לדעת
<a class="postlink" href="http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20140118&gil=1390">http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20140118&gil=1390</a>

שעפטל » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:48 pm

· #176916
שכח פארן מיך אריינלייגן... ס'איז א שטופ אויף נאך...

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 3:07 pm

· #176918
@אנאנים, זאל איך מוחה זיין אויף לדעת.נעט? איז נישט בעסער אז דער וואס הערט דערפון זאל דא אריינקליקען?

פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 17, 2014 10:49 am

· #177138
ביי אונז אין שטיבל האט מען שוין געבליקט דעם אשכול איבער 500 מאהל! און פון לדעת.נעט האט מען עס שוין ארפגעלאדענט איבער 200 מאהל! דראפבאקס זאגט מיך אז עס איז שוין אראפגעלאדענט געווארן 936 מאהל!

דערפאר וויל איך ענק דערמאנען, אויב עטס האט הנאה פון א געוויסע ארטיקל, נעם דיך די פאר רגעים און גיב עס א לייק, אדער שרייב צו א תגובה להגדיל ולהאדיר.

רויטע וואנצעס » פרייטאג יאנואר 17, 2014 10:55 am

· #177140
!WOW

קרעקער » פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:45 pm

· #177162
אוי וועט עס מאכען א עולם התיקון און עפענען די אויגען פאר מער מענטשען
יעדער זאל עס ארויספרינטען און אראפלייגען אין בית מדרש אדער אין ביכ"ס

טאמבל סאס » פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:56 pm

· #177165
איך האב נעכטן אריינגעטראגן א פעקל גליונות אין עפעס א עווערידזש באנוצטע ביהמ"ד, און אויסגעלייגט אין די ביסקיסעס. ס'פונקט שטיל געווען.
צו מיין מזל האט מיך עפעס א אלטע קוטשער באמערקט. כ'זע ער קוקט זיך אין דערין א רגע, ווען ער האט געזען פונוואס ס'האנדלט זיך געט ער אזא ברום ארויס אזוי האלב צו מיין ריכטונג
"יא יא..אין קראלע האט זיך עס אויך אזוי אנגעפאנגען"

פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:24 pm

· #177170
טאמבל סאס
כ'זע ער קוקט זיך אין דערין א רגע, ווען ער האט געזען פונוואס ס'האנדלט זיך געט ער אזא ברום ארויס אזוי האלב צו מיין ריכטונג
"יא יא..אין קראלע האט זיך עס אויך אזוי אנגעפאנגען"

❓ ❓ ❓

סאשי פיש » מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:14 pm

· #177765
די קאווע בלעטער זענען עושה רושם #אייוועלט #קנאה

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=794794#p794794">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 94#p794794</a>

zurich » מאנטאג יאנואר 20, 2014 7:33 pm

· #177806
סאשי פיש
די קאווע בלעטער זענען עושה רושם #אייוועלט #קנאה

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=794794#p794794">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 94#p794794</a>

איך ווייס נישט צו מען קען עס אנרופן קנאה. וואס פונקטליך איז ער מקנא דא? ער האט עפעס א אינטערעסע? רוף עס בעסער אן איי וועלט: מחאה!

טאמבל סאס » מאנטאג יאנואר 20, 2014 8:14 pm

· #177818
די מעלה דארט איז, אז למשל אין אזא אשכול ווייס איך איז מיר גענוג צו לייענען איין תגובה. ווייל אלעס ווייטער איז פשוט איבערגעחזר'ט.

כ'מיין, די נושאים דארט זענען אזוי מין אומאינטערעסאנט, און זיי האבן אזוי ווייניג וואס צוזאגן, אז אפ' ווען ס'קומט שוין יא צו א זאפטיגע סומאטאכע זע איך אלס נאכאמאל דעם זעלבן רמב"ם, דעם זעלבן כת שמאץ, און דעם זעלבן דשנים ורענענים'ס שירות זמירות איבערגעזונגען, חוזר ושונה, ככלב שב על קיאו.

אזא לאנגווייליגער פאלק!

רויטע וואנצעס » מאנטאג יאנואר 20, 2014 8:22 pm

· #177819
די סיבה איז וויבאלד רוב עולם דארט איז געקנויטן פונעם זעלבן שוויציגן דרעק, ס'איז נישטא קיין דייוערסעטי. איינער זאגט דער צווייטער איז מסכים. צו ווייזן זיין טאלאנט לייגט ער אויס די ווערטער אביסל אנדערש אבער גרעפסט די זעלבע זאך. פאר די זעלבע סיבה איז דא דארטן 113 בלעטער אויך יעדע דרעקעשע ענין.

יאיר » מאנטאג יאנואר 20, 2014 8:38 pm

· #177821
צו צוגלייכן קאווע שטיבל צו די השכלה איז א שרעקליכער בזיון אויף די חכמי ההשכלה, און אויב פון קאווע בלעטער קען מען אראפגיין פון וועג איז אידישקייט אויף געהאקטע צרות.

לעיקוואד » מאנטאג יאנואר 20, 2014 8:49 pm

· #177825
זיי נישט אזוי מעריך די משכילים און זיי נישט אזוי מזלזל אין קאווע שטיבל. וועגן אידישקייט וועל איך נישט רעדן דא.

יאיר » מאנטאג יאנואר 20, 2014 8:50 pm

· #177827
לעיקוואד
זיי נישט אזוי מעריך די משכילים און זיי נישט אזוי מזלזל אין קאווע שטיבל.

ערשט האט דא איינער דערמאנט אז קאווע שטיבל איז א גוטע דוגמא ווי אזוי יעדער איז ביזי מיט נארישקייטן. אויסער דער איינער לאונלי חכם, פארשטייט זיך 😂.

מ גפני » מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:47 am

· #184844
נא פישעלע ווען קומט שוין ארויס נאך א אויסגאבע????
@פישל'ע העררינג דיין בעיבי שלאפט נאך אלס נישט ביינאכט? מיר ווארטן מיט שפאנונג פאר נאך קאוועדיגע בלעטער

פישלע העררינג » מיטוואך פעברואר 19, 2014 12:25 pm

· #184853
על ראשון ראשון. יא די בעיבי וויינט. און ניין, נישט נאר ביינאכט. איך בין אהיים פון מיין שווער בשעה טובה דעם זונטאג. עס קומט א גוטס אי"ה.