☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הייליגע חבורה ללימוד ש''ס מיט חודש'ליכע בחינות

הייליגע חבורה ללימוד ש''ס מיט חודש'ליכע בחינות

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5689

נאר,,פרייליך » מיטוואך יאנואר 15, 2014 10:49 am

· #176553
הייליגע חבורה ללימוד ש''ס מיט חודש'ליכע בחינות
א שיינער חבורה איז נתייסד געווארען בק''ק סאטמאר מהרי''י
מיטען נאמען זכרו תורת משה על שם אביו הגדול ווי עס וועט געטיילט ווערן בחינות אינעם שיעור פון ישראל ואורייתא, עס איז א נחת דקדושה צו זעהן ווי די קנאת סופרים ברענגט אריין א געוואלדיגע רייץ פאר נאך און נאך לומדי תורה צו שטייגען על במתי התורה והיראה
עס איז אין ארט צו לויבען דעם ממציא הרעיון הרב שווארץ מק''ק מהר''א וואס איז אריין מיט א מסי''נ און זיך געלאזט קאסטען גרויסע געלטער אריינצוברענגען א חשק און תשוקה ללימוד תורתינו הק' בקרב קהילה קדושה סאטמאר
נאך א רינגעלע פינעם הערליכען קייט פון פעלים לטובה למען הציבור ולמען תוה''ק זינט די פילוג הידוע ונידון ירושת גזע התמרים

(הלוואי זאלען אזעלכע באריכטען זיין וועכנטליך אין די אידישע פאפיר און צייטונגען ווי ערליכע יידען ארבעטן שכם אחד להגדיל תורה ולהאדירה)

smart » מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:00 am

· #176554
זייער א שיינע אינטערנעמונג מצד קהילות מהרי"י

לאמיר האפן עס זאל טאקע מצליח זיין אזוי שטארק וואו קהילת מהר"א

(אגב א חידוש וויאזוי זיי מעגן נאכמאכן קהילת מהר"א ווען אלעס וואס זיי טוען איז דאך חדוש אסור מן התורה (על זה אמר הקרא הא לן והא להו....)

דער (פינטעל) איד » מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:03 am

· #176555
ביידע מאכן נאך דרשו

שרייבער » מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:07 am

· #176556
איך הער זיי האבן עפעס א אינטערוויאו מיט ר' משה וואלף זארגער צו מען מעג מאכן אזא חבורה אויב ס'איז נישט אזוי ווי דף היומי, זיי כאפן נישט עמוד יומי איז סאך ערגער, דף היומי איז נאר אגודה, עמוד יומי איז דאך ארונים, ר"ל!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
איך ציטער אז נעקסטע זאך גייען זיי נאכאמאכן כשר'ע ווייץ, כשהם יורדים יורדים

מ גפני » מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:09 am

· #176557
ביטע נישט פארצימעס'ן דעם אשכול BE POSITIVE!!

גאנצל » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:47 pm

· #176601
ר' חיים יושע פון מאנסי האט אויך געפנט אזא חבורה

להודעה בעלמא דעס איז די צווייטע שטארקע זאך וואס ווערט נאכגעמאכט דורך די צוויי די ערשטע זאך איז געווען די חתונה האל ביי מהר"א האט מען אנגעהויבן ש"ס פאריאר זאת חנוכה און מ'האט שוין ב"ה גענדיגט און זיך פארהערט צוויי מסכתות מ'האלט יעצט אינמיטן די שווערע מסכת עירובין מ'לערנט 5 בלאט א וואך
אויסער דעם האט ר' אהרן געמאכט אז די אלטע חבורה הסודי התורה ווי מ'האט שוין דורכגעלערנט 17 מסכתות אין ש"ס מ'האט געלערנט צוויי א האלב בלאט א וואך האט מען יעצט נאך כ"א כסליו אנגעהויבן ש"ס ווי מ'האט שוין גענומען א בחינה אזוי אז פארוועם א בלאט א טאג איז צופיל זאלן קענען מיטהאלטן די חבורה

אשריכם תלמידי חכמים שדברי תורה חביבין עליכם

נאר,,פרייליך » מיטוואך יאנואר 15, 2014 3:18 pm

· #176637
אל תמנע טוב מבעליו
דער מייסד הרעיון בקהילת סאטמאר איז א חשובער אינגערמאן שווארץ
אשרי לו פאר'ן מזכה זיין אזויפיל יידען מיט לימוד התורה

זלמן זאפיר » מיטוואך יאנואר 15, 2014 5:15 pm

· #176688
העמיר האפן אז כשרות זאל מהרז"ל אויך אנהויבן צי פארסירן אנהייבן מיט כשר'ע פלייש ווי עס דארף צי זיין

איש עברי » מיטוואך יאנואר 15, 2014 7:09 pm

· #176719
וכפי שנתבאר לעיל הייבסט אלע פיס און טראגטס ענק אפ אין צימעס אריין

נאר,,פרייליך » מיטוואך יאנואר 15, 2014 9:15 pm

· #176749
אין 'די צייטונג' איז דא א שיינער באריכט איבער די חבורה און אירע פלענער כמותם ירבו בישראל.

sefish » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:29 am

· #176807
זלמן זאפיר
העמיר האפן אז כשרות זאל מהרז"ל אויך אנהויבן צי פארסירן אנהייבן מיט כשר'ע פלייש ווי עס דארף צי זיין

ביטע נאר דאס נישט! ווען איך וויל עסן כשר פלייש איז דא גענוג וואו צו גיין קויפן. אבער ווען ס'גלוסט פאר א גוטן פעט שטיקל צום הגידין איז נאר דא 82 צו קויפן. זיי פרום פאר דיר און קויף כשר פלייש אין אלע צענדליגער געשעפטן. און לאז מיר עסן וואס איך וויל.

gergele » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 9:50 am

· #176820
Yisrual V OIRAIYSA
Lman Huemes..is it NOT the Magid Shiur Hurav F Klein who started this..

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 1:07 pm

· #176880
די חבורה האט זיך אנגעהויבען דורך עטליכע עסקנים ומרביצי תורה אויף קליימער סט. אין וומ''ס מיט א ציל פון חזר'ן פילע בלעטער און אנקומען ש'ס על הסדר מיט די צייט האט זיך עס פארברייטערט אריין אין די קהילה היינט איז שוין דא אין דעם א פרישער גרופע זכרו תורת משה צו נעמען בחינות
אויכעט א כולל בוקר האט זיך געפענט לעצטענס דורך די חבורה

על טהרת הקודש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:33 am

· #186365
'קידוש השם' די חבורה גרייט זיך שוין צום צווייטען בחינה,
להגדיל תורה ולהאדירה

דריידל » דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:01 am

· #186372
איך גיב קרעדיט פאר קהילת מהרי"י. ווי איך האב געהערט פון איינער וואס איז אינוואלווד אין זכרו האט מען שטארק דן געווען איבער דעם מה יאמרו הבריות - וויאזוי וועט עס אויסקוקען אז זיי קאפירן קהילת מהר"א, און מען איז געקומען צי די מסכנה אז מ'גייט זיך נישט רעכענען מיט דעם נאר טיען וואס איז ריכטיג.
דעיס איז א שיינע שריט וואס איז ווערד צו באגריסן
נ. ב. ביטע נעמט נישט אן אז איך בין א שטיצער פונעם עצם ראיון. עס איז א באזינדערע שמועס פאר זיך.

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:03 am

· #186373
געקומען די די מסכנה? חמירא מאיסורא!

על טהרת הקודש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:36 am

· #186417
איך האב געהערט אז די חסידים האבען געזיכט מטכס עצה צו זיין עס זאל נישט אויסקוקען ווי קאפי-קעטערס אבער די רבי האט געזאאגט עס איז קיין פעלער צו נאכטון דברים טובים.