☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » פארלוירען אינמיטען די רוישיגע ים!!

פארלוירען אינמיטען די רוישיגע ים!!

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5687

סאשי פיש » מיטוואך יאנואר 15, 2014 6:38 am

· #176521
פארלוירען אינמיטען די רוישיגע ים!!
עס קומט יעצט אריין די שרעקליכע נייעס אז א שיף וואס האט גערייזט אינעם מיטעלענדישען ים איז פארשוואונדען געווארען פונעם האריזאנט,
מען האט פרופירט צו שיקען ראדיא סינגאלען צום שיף אבער זיי האבען נישט גענטפערט,

טייל באריכטען געבען אן אז די שיף איז דעטראנקען, אבער אנדערע ווארפען עס קאטיגאריש אפ און זיי טענה׳ן אז פאר אזא גוטע קאפיטאן לייגט זיך נישט אויפען שכל אזא מעשה,

אבער אין די זעלבע צייט אין די געגענט פון די שיף ארויפגעשווימען צום אויבערפלאך א באטעל פרישע @מאראנצןזאפט, טייל זאגען אז עס קומט פון די שיף ווי דער באטעל @מאראנצןזאפט האט זיך אויסבאהאלטען צוזאמען,
אנדערע באריכטען זאגען אז די מעשה מיט די באטעל @מאראנצןזאפט איז שקר נאר @מאראנצןזאפט איז געווען אין א הייל פאר באלד א האלבע יאר זיך צו לערנען פאזיע, זיי טענה׳ן צוריק טאקע דאס אז @מאראנצןזאפט האט גערייזט מיטען שיף איבער די גארע וועלט זיך צו לערנען פאזיע,

איין באריכט געט איבער אז @זר זהב איז געווען א מאטראז אויפען שיף, אבער ער האט באוויזען צו ראטעווען זיין לעבען אבער פון די טראומע איז נאר געבליבען א פינטעל פון אים...

@שעפטל איז געווען דער קא קאפיטאן און ער ווערט אויך געזוכט,

די שטערנזעהר אויפען שיף איז געווען @אנאנים וואס מען ווייסט אויך נישט וואס זיין מצב איז,

אין די לאבעטאריע אויפען שיף האט געארבעט @יידל צו פארשען dna (מיר בענקען) פון די פישען,

בקיצור די מעשה איז נאך זייער פארנעפעלט איך גיי פראופורען צו האלטען דעם עולם אפטעידיט ווי מער מעגליך ווי נאר נאך באריכטען גייען אריינקומען.

ביזדערווייל זאל מען מתפלל זיי אז זיי אלע זאלען צוריקומען בשלום

געברענגט געווארען צו אייך דורעך #סאשיפיש_וועלטליכע_נייעס

יואב » מיטוואך יאנואר 15, 2014 6:51 am

· #176523
געוואלדיג!
מ'האט זיך צוזאמען געזעצט ביי א דשי 8 סאמיט פון די גרעסטע קארפן קעפ, און דן געווען בכובד ראש ווער ס'קען זיין א פאסיגער אמבאסאדאר פון קאווע שטיבל צום ים. האט מען מחליט געוועזן נאר א פיש, וואס דרייט זיך סיי אויף ק"ש און סיי אויף די וואסערן, קען מען פארטרויען מיט אזא מיסיע.

געפילטע האט מען נישט געוואלט שיקן ווייל ער איז אלץ אן אויבער חכם, פישעלע הערינג האט מען נארוואס איינגעשוואוירען אויפן אייער קיכל, נמנו וגמרו מ'שיקט סושי פיש.

מאטי » מיטוואך יאנואר 15, 2014 8:42 am

· #176530
אבער לעצטענס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער אמבאסעדאר שפירט זיך מער ווי א "פיש אין וואסער" און לאזט איבער זיינע משלחים זינגען פיש פיש ולא מצא.....

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 15, 2014 8:55 am

· #176531
עס ווערט אויך באריכטעט אז חוץ די גאלדענע זר זהב איז דארט אויך געווען ריזיגע שטיקער @גאלד וואס מען הערט נישט דערפון שוין א לאנגע צייט.

טעפל » מיטוואך יאנואר 15, 2014 9:42 am

· #176536
פונקט יעצט זוכסטו איהם? ער איז ביזי יעצט ביים שבע ברכות אין באבוב.

געפילטע פיש » מיטוואך יאנואר 15, 2014 10:00 am

· #176542
א שמועה האט איך געהערט, אז @ליסקא האט דערציילט מעשיות דארט, און די מאטראזן האבן פארגעסן פון די שיף אנלעגענהייטן, און די שיף האט אריינגעקראכט אין @שמואל הלוי הי"ד.

רויטע וואנצעס » מיטוואך יאנואר 15, 2014 10:17 am

· #176544
@פרישער איז צופרעסן געווארן פון פיש, זיי ליידן יעצט פון פרידיש ווייטאג.

smart » מיטוואך יאנואר 15, 2014 10:35 am

· #176550
עס איז נישט קיין דשויק... אונז פארלירען דא שרייבערס איינס בעסער פונעם צווייטען.

וויאזוי ארבעט דאס - שרייבער וואס האלט אין די הויעכע טויזענטע תגובות הונדערטער לייקס - און מען האקט אפ פון איין מינוט אויפן צווייטען?

סאשי פיש » מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:34 am

· #176564
רויטע וואנצעס
@פרישער איז צופרעסן געווארן פון פיש, זיי ליידן יעצט פון פרידיש ווייטאג.

ניין!! ניין!!! @פרישער לעבט נאך!
נאר ער האט באקומען די עבודה צו ארויסצושעפן די וואסער וואס האט פארפלייצט די שיף, אינמיטען האט אים א ברויזענדיגע כוואליע א כאפ געטאן און פון די כח ארויפגעפלויגען אין די לופט און ער האט געלאנדעט אויף א דעק פון א שיף וואס האט אים געפירט צו א נייע וועלט, א גרויסע בית הקברות מיט פיל מצבות זיי האלטען זיך עקסטער פון די גאנצע וועלט רופען זיי זיך #אייוועלט.

טעפל » מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:38 am

· #176568
@סאשי פיש דיין שפראך איז ריזיג!

קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 15, 2014 10:27 pm

· #176762
פון די קאווע שטיבל ארכיוון, א דערציילונג פון א אידישע טראק דרייווער

סאשי פיש » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 8:55 am

· #176816
ביזדערוויל איז שוין אדורעך איבער פיר און צוואנציג שעה און מען הערט גארנישט פון זיי!
כלל ישראל ובפרט שותי קאווע זענען וויטער מתפלל פאר זייער באלדיגע אומקערונג.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 10:24 am

· #176830
דער מילקשעיקער האט געמאכט א ירידת נשמה, ראטה האט געבראטן בליי, אבוחאצירא האט געשיקט אן אימעיל קיין עמוקה. אלע פה אחד זאגן אז זיי זעהן די פארשווינדענע זענען נאס, זיי זאגן ס'איז שטארק מעגליך ס'קומט פון די וואסער.

יין שרף » מאנטאג יאנואר 20, 2014 4:27 pm

· #177736
יתכן ס'איז געווען פלארייד אין די וואסער...
מ'קען שוין זיצן שבעה!

zurich » מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:22 pm

· #177741
סאשי פיש זאגט אז פון זר זהב איז געבליבן א פינטל, ווייסט איינער פון וואס ער רעדט?

סאשי פיש » מיטוואך מערץ 26, 2014 12:23 pm

· #192852
א שטראל פון האפונונג האט זיך פארשפרייט אין קאווע שטיבעל, אז אפשר גייט מען יעצט אפגעפונען די פארלוירענע שיף מיט די מאנשאפט וויבאלד אלע וואסערען ווערן יעצט דורעכגעזוכט צוליב די פארשוואונדענע מאלעזשיען פליגער.

אין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז די פאליציי פארשט אויס @איש עברי צו ער ווייסט עפעס.
@פארוואס איז זייער בייהילפיג מיט די אויספארשונגען.

מ גפני » מיטוואך מערץ 26, 2014 2:26 pm

· #192879
zurich
@סאשי פיש זאגט אז פון זר זהב איז געבליבן א פינטל, ווייסט איינער פון וואס ער רעדט?

לעצטענס איז אבער דער "פינטל" אויך פארלוירן געגאנגען

יין שרף » מיטוואך מערץ 26, 2014 2:51 pm

· #192884
לכאורה האט עם זיין טאטע געכאפט מיטן סעלפאן...

סאשי פיש » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 1:57 am

· #299086
די @טעפל אנגעפילט מיט קענדיס האט זיך אריינגעגליטשט אינעם ים אריין!!