☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » פרשת באר שבע בית החיים, באנייט

פרשת באר שבע בית החיים, באנייט

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5673

נאר,,פרייליך » מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:38 pm

· #176065
פרשת באר שבע בית החיים, באנייט
כידוע איז די התחלת החפירות בריש גלי שוין א המשך פון באר שבע
ווען לעיני השמש האט יעדער געזעהן דעם זויל וואס די בויער'ס האבען אריינגעלייגט אין א קבר,

אין די קומענדיגע טעג איז ערווארטעט א משפט אויף הגאון הגדול רבי דוד מיכאל שמידעל שליט''א וואס איז בימים ההם ארעסטירט געווארען בעמדו על משמר הקברים, דער ערליכער אידנטום וועט איינרייסען להצלחתו בבית המשפט

(עס איז צו ערווארטען אז די רוקדים ושמחים על הדם די מושחתים וועלן ווידער זיך פרייען דא בצערו של אותו גאון וצדיק)

זלמן זאפיר » מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:40 pm

· #176067
נשר איז אונטערן טיש ?

נאר,,פרייליך » מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:41 pm

· #176069
דער רוצח הידוע מיט די ארכילאגען וואס גראבען אין בית שמש זענען דערמיט באקאנט פרעג דיר נאך בעסער
זלמן זאפיר
נשר איז אונטערן טיש ?

זלמן זאפיר » מאנטאג יאנואר 13, 2014 3:44 pm

· #176073
דער נער פרייליך באשלוסט ווער ס'איז דער רוצח היודע אין ווער סאיז דער צדיק היודע

איך האב אויך א מעסטער איך וויל נאר וויסן ווי באקומעט מען דעם גענויען מעסטער'ל

נאטרוליסט » מאנטאג יאנואר 13, 2014 4:12 pm

· #176083
ר' דוד שמידל קען גערן באשטיין צו גיין אין דזשעיל אזוי וועט מען כאטש רעדן פון אים.

היינט האלט מען שוין נאך די עצרת'ן אין לאנדאן, מאנטרעאל, ווילי און מאנסי, און מפטירין כדאתמול.

ווייסט פארוואס:

ווייל א מחלוקה לשם EGO, א מחלוקה לשם פאליטיק קוקט אזוי אויס ברוך השם!

פארדינער » מאנטאג יאנואר 13, 2014 4:27 pm

· #176089
נאר,,פרייליך

עס איז צו ערווארטעטן אז די רוקדים ושמחים על הדם די מושחתים וועלן ווידער זיך פרייען דא בצערו של אותו גאון וצדיק

חס ושלום, אלע ערליכע אידן זענען מתפלל אז דער גאון וצדיק זאל באפרייט ווערן, און חלילה נישט שמאכטן אין תפיסה,
כדי ער זאל זוכה זיין בקרוב צו זעהן מיט זיינע אויגן ווי די שיינע ערליכע בנינים זענען שוין אויפגעבויט אין בית שמש, לשם ולתפארת צו יהדות החרדית,
און ווי די הונדערטער חסידישע און ליטווישע משפחות זינגען אום שבת קודש "מחבלי משיח יצלו לרוחה פדותנו תצמיח ונס יגון ואנחה" אמן ואמן.

נאר,,פרייליך » מאנטאג יאנואר 13, 2014 4:38 pm

· #176096
פארדינער רעדט כאטש מיט א יידיש הארץ,
ס'דערקענט זיך ס'ניש פון די נארוינישע סארט געשרייבעכץ

נאטרוליסט » מאנטאג יאנואר 13, 2014 10:16 pm

· #176181
נאר,,פרייליך
פארדינער רעדט כאטש מיט א יידיש הארץ,
ס'דערקענט זיך ס'ניש פון די נארוינישע סארט געשרייבעכץ


איך הער אז מ"פלאנט נאך אן עצרת אין ראדני וועגן די גראבונגען?

נאטרוליסט » מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:52 am

· #176573
די באמבע נייעס אז די ביד"צ פון קיט"ל לאנדאן האט ארויסגעגעבן אן אפיציעלע קול קורא מודעה האט אויפגעשאקלט די וועלט.

עס האט זיך געטאן עטליכע וואכן א גאנצע דין ןדברים, למעשה האט זיך די לאנדענע קהילה נישט געבראכן און האבן געוויזן מורא'דיגע שטארקייט,

יעצט הייסט וועלן די אנדערע קהילות אין מאנטרעאל און אין מאנסי זיך אויך אנשליסן מיט אפציעלע מודעות פון זייערע קהילות. נאכדעם וועט שוין קיט"ל אין וויליאמסבורג רואיג נאכקומען מיט א מעכטיגע אויפרוף.

פרטים יבואו - פאלגט נאך ווייטערדיגע פרטים.

היסטאריקער » מיטוואך יאנואר 15, 2014 3:32 pm

· #176645
פארוואס פונקט קהל ייטב לב לאנדאן?
קהל ייטב לב פון לאנדאן (מהרז״ל) האט זיך ארויסגעשטעלט ביי די מערכה פון בית שמש ווי קיינמאל פריער

זיי האבן געמאכט א אסיפה א צייט צוריק, ווי זייער ראש הקהל ר׳ בעריש בערגער האט געהאלטן א דרשה (אויך קיינמאל געווען ביפאר), יעצט האבן זיי אויפגשאקעלט די גאנצע וועלט מיט זייער שארפע בריוו וואס וועט זיכער אפשטעלן די חפירות

יעדער ווינדערט זיך מה יום מיומים

די איינציגע הסבר וואס מ׳ געט אן איז אז ר׳ בעריש בערגער האט געוואלט אינוועסטן אין דעם פראיעקט אבער ר׳ אברהם סלאנים האט נישט געוואלט

אויב אזוי איז שוין אלעס פארשטענדליך

נאר,,פרייליך » מיטוואך יאנואר 15, 2014 3:34 pm

· #176647
ערליכע יידען וועלן ממאס זיין די צוויי ניייע שמוץ בראשורען וואס גייען ארויסקומען נגד האי גאון וגדול וואס שטייט יעצט אויס א שווערע משפט איבער באר שבע

בריוו פון קהל סאטמאר ב'לונדון ווי די רבנים ובפרטיות רבי בעריש זענען געווען אינוואלווד מחמת די געלד אישוס צו צאלען די הוצאות
B1C8BFBCEC014FBEB65B0C041AFCFA02.jpeg

שעפטל » מיטוואך יאנואר 15, 2014 3:42 pm

· #176649
כ'בין אן ערליכע איד, און כ'פלאן נישט ממאס צו זיין די בראשורען!

ודי בזה לעת עתה!

נאר,,פרייליך » מיטוואך יאנואר 15, 2014 3:58 pm

· #176653
די קויף עס טאקע אפ מיטן גאנצען נאמנות גראדע איז'ס געשריבען נוסח זאלוני וואס איז ממש שאקירט קעגן דיין י-ם אבער ס'ניש געפערליך לעת הצורך ווערט מען א זאלוני וחסיד פון אלע שונאים דיינע ס'דאך למען כבוד שמו צו ממאס זיין די ערליכע יודען ודע''ת עי' דבר''י דף צ''ב

שעפטל » מיטוואך יאנואר 15, 2014 4:05 pm

· #176654
אפגעקויפט בכסף מלא.

מיר איז נאך לייכטער געווארן, און דו וועסט ווייטער האבן וואס צו טוהן

זלמן זאפיר » מיטוואך יאנואר 15, 2014 4:20 pm

· #176661
זיי שרייבן זיך נישט אונטער קיין נאמען ווייל ווען יא וואלט מען געזעהן אז מען רעדט פין רעכט נערווען קראנקע מענטשן

נאטרוליסט » מיטוואך יאנואר 15, 2014 4:24 pm

· #176662
איך האב היינט דורכגעלערנט דעם הייליגן ספר דברי יואל עמ' צ"ב, און מ'זעט דארט ווי דער הייליגער רבי זי"ע שרייבט געפערליכע זאכן אויף די אפיקורסים וועלכע גייען אריין אין כנסת המינים, מכלומרשט אויפצוטאן.

מ'דארף זיך מוסר נפש זיין נישט אריינצוגיין אין אזא מקום טומאה וזוהמא. נאך א וואונדער אז די וועלכע זענען אריין אין כנסת המינים רח"ל זענען איינגעזינקען אין שאול תחתית רח"ל.


פרלייך, לערן דעם דברי יואל וועסטו געוואויר ווערן ווי געזונקען איר זענט נעבעך.

נאר,,פרייליך » מיטוואך יאנואר 15, 2014 4:42 pm

· #176671
שוין דורכגעלערנט איבער די הליכה לכנסת ובג''ץ

שוין יעצט איבער'ן בכור וועגן בני תורה שנישאו ל...
נו ? פתחי שערים האט'ס פארזעהן וואס האט פאסירט?

זלמן זאפיר » מיטוואך יאנואר 15, 2014 4:57 pm

· #176678
נער פרייליך איז פין די ריכטיגע אתרא קדישא חברה וואס זייער סלאגן איז
IN GOD WE USE
ניצט אויס דעם באשפער די תורה דעם רבי'ן נאר ווען ס'קומט אים אויס גוט

ער האט נאך קיינמאל נישט פארדאמט דעם דוד שמידל פארן אריין גיין אין כנסת המינים בעטן פאר טמא'נענ געלטער

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 10:08 am

· #183459
עס קוקט איצט אויס אז א שטורמישער און גרויסער קאמפיין ערווארטעט אין די קומענדע טעג ווען אין חו''ל איז ערווארטעט די באזיך פינעם ירושלימער רב
צו העלפן הגאון רבי דוד וואס גייט איצט דורכגיין א שווערע געריכט איבער'ן פרשת באר שבע ווען מען האט ר''ל צולעכערט א קברים מיט זוילען
און בעת עמדו על משמר הקברים האט ער געהאט צו דורכגיין עינויים קשים

ווי די פלאן לויטעט גייט געפענט ווערן א קאנטער קאמפיין מיט גרויסע געלטער און לעגאלע עקספערטן אפצושטעלן דאס ארעסטירען פרומע אידען דורך פאליציאנטקעס

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 10:12 am

· #183460
אקעי, מ'גיימער רעדן פון באר שבע.... כ'פארשטיי דיך...

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 10:20 am

· #183461
שעפטל
אקעי, מ'גיימער רעדן פון באר שבע.... כ'פארשטיי דיך...

אלע פרטים איבער די נעכטיגע אטאקע פינעם מתיר וועט אי''ה מארגען נאכפאלגען,

עס איז פריידיג צו זעהן ווי דער וועלט זעהט ווער דאס מתיר'ל איז און ווי צושפילט ער איז, היצ ווען מ'זעמיר ווער דאס איז לאמיר צוריקגיין צום ערשטער אטאקע זיינער וון ער האט באשלאסען צו אויסלעכערן א גאנצער בית החיים אין באר שבע
און דאן איז הגאון רבי דוד ארעסטירט געוארען וועלן די אידען איבער די וועלט זיך פאראייניגען אין א קאמפיין צו היטען די שומרי קברי קדמונים פון פאליציאנטקעס וואס טוען זיי ארעסטירען

אז די ווילסט עפן נאך אן ארץ החיים אדער מניעת חילול צו היטען אויף די פאליציאנטקעס צו קענען פרייערהייט אטאקירען די מוחים

עס איז דא פלענער ביים מסע המלכות מעגלאך צו מחזק זיין אזא סארט נייע אירגון

א,,פרייליכער אדר

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 10:28 am

· #183463
ס'גוט ס'גוט, האלטעך דא, ווייל דעם גאנצן אנדערען אשכול מיט אירע זעכציג זייטן וואלסטו אויסגעמעקט אין א רגע ווען דו האסט ווען א ברירה...

מחר יהי' האות הזה!!! צענדליגע דאקומענטן מיט טעיפס וכו' גייען מארגן - סוף וואך ארויסקומען ווי ס'וועט אויפדעקן אז נער איז ווייט פון א ליגנער.. אלעס איז עכט יא פאקטן און ס'גייט זיי יא גוט. איי קענט וועיט

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 10:34 am

· #183466
קיין שום דאקומענט קיין שום טעיפ גארניש ברויך מען מער ניש

דער אשכול זאל הלוואי שוין גרייכען הינדערט זייטען דער מתיר'ל זעלבסט זיין שגעון וטירוף און די שמועסן וואס קומען פאר ביי די בית האבלים דארטען אין זיין הויז אויף הר נוף איז דער גרעסטער דאקומענט און אות איבער זיין פרצוף ווי דער איז מוכן לחטט ולהפקיר המתים רח''ל

לא היו ימים טובים לישראל כערב פורים קטן תשע''ד

אוי הלוואי אז די קענסט פועל'ן ביי אים נאך איטלאכע אויסברוכען

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 10:39 am

· #183469
בזמן וואס ערליכע אידען וועלן נעמען א טייל אינעם קאמפיין צו באפרייען די גאון רבי דוד פון די קלאגעס איבער באר שבע,

הערט מען אז די פאלעי באנדע ואתם עמם די גאנצער הייליגער אירגון הק' ארץ החיים און אירע העלפער די ארכילאגען וכותבבי ה'נעט וחביריהם פה עיר ה'קאווע, זענען ערווארטעט צו קעגן קומען די הילף פון די ממשלת הציוני צו אריינשליידערן רח''ל אין טורמע דעם גאון וצדיק

העפטיגע בעפארגרייטונגען קומען פאר להרעיש תבל צו אפראטעווען דעם גאון וצדיק על עמדו במסי''נ להגן בעד קברי קדמונים

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 10:42 am

· #183471
יאפ, לאמיר דיר העלפן פארדרייען דעם שמועס פון די פלאמעדיגע קלעפ וואס עטס כאפטס.... וואס נאך טוט זיך אין באר שבע?

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 10:50 am

· #183476
יעצט זיך גרייטענדיג צום גרויסער לעגאלער און געלט קאמפין איבער די געריכט אויף הגאון רבי דוד קומט די פרייליכע בשורה

אז דער יעמאלטיגער מתיר לחטט בהמתים 'הידוע' איז אצינד במצב עגום און פילע פילע חשובע פערזענליכקייטען קומען קיין הר נוף לנחם את האבלים

מערערע פרטים מארגען אין בי''ש אשכול

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 10:53 am

· #183478
נאר,,פרייליך
מערערע פרטים מארגען אין בי''ש אשכול

העמער ווארטן

נאטרוליסט » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 1:36 pm

· #183534
נאר,,פרייליך
יעצט זיך גרייטענדיג צום גרויסער לעגאלער און געלט קאמפין איבער די געריכט אויף הגאון רבי דוד קומט די פרייליכע בשורה

אז דער יעמאלטיגער מתיר לחטט בהמתים 'הידוע' איז אצינד במצב עגום און פילע פילע חשובע פערזענליכקייטען קומען קיין הר נוף לנחם את האבלים

מערערע פרטים מארגען אין בי''ש אשכול


דער עקסטארשעניסט שמידל האט גענוג געלט!

ער מיינט דעם רבנו של עולם פינקט ווי די ליצים פונעם "סיין בית דין".

נאך א וואונדער אז פשעווארסקער רבי איז קעגן זיי!

פלעין יודיש » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:03 pm

· #183549
נטרולוסט
דיין אהרונישע נאטור ווי אלעמאל פייערט זיג צו פרי
אדער בעסער געזאגט פראווערט זיג אויף א גארנישט
אבי עטץ קענטס ענק האלטן פריש און העפי
און דער בלאט וועט קענען ארויסגיין מיט איר באוויסטן סלאגאן מיר געווינען אייביג

נאטרוליסט » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:26 pm

· #183571
פלעין יודיש
נטרולוסט
דיין אהרונישע נאטור ווי אלעמאל פייערט זיג צו פרי
אדער בעסער געזאגט פראווערט זיג אויף א גארנישט
אבי עטץ קענטס ענק האלטן פריש און העפי
און דער בלאט וועט קענען ארויסגיין מיט איר באוויסטן סלאגאן מיר געווינען אייביג


איך בין מיט פשעווארסקער רבי'ן....

ואל יבוש מפני המלעיגים!