☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » די טריאומף פון נצחון

די טריאומף פון נצחון

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5671

נהורא נפישא » מאנטאג יאנואר 13, 2014 12:29 am

· #175943
די טריאומף פון נצחון
אויפן שווערן גורל איך וויין
ליידענישן און פיל פיין
די געמיט דערשלאגן
די געוויסן צוטראגן
די הארץ פארקלעמט
די געפילן פארטעמט
די טאלאנטן צודריקט
די פעאיגקייטן דערשטיקט
די האפענונג פארלוירן
דאס שטרעבן אנגעוואוירן

און מיטאמאל א בת קול איך הער
מיין קינד וויין נישט מער
גארטל זיך אן מיט דרייסטקייט
און באלד וועסטו באקומען שטארקייט
די זון וועט ווידעראמאל שטראלן
די טריאומף פון נצחון וועט שאלן

די געמיט באלד דערהויבן
די געוויסן אין זיך גענומען גלויבן
די הארץ דערפרייט
די געפילן געפינען באדייט
די טאלאנטן אנדעקט
די פעאיגקייטן ערוועקט
די האפענונג אפגעפינען
דאס שטרעבן צוריק געווינען

יאיר » מאנטאג יאנואר 13, 2014 12:33 am

· #175944
זייער אינספירירנד. פלייכט וואלט געווען כדאי אריינצופילן די ספעיסעס. רבי נהוראי וכו'

נהורא נפישא » מאנטאג יאנואר 13, 2014 12:35 am

· #175945
מ'מוז אפטיילן דעם עבר פונעם עתיד.

יאיר » מאנטאג יאנואר 13, 2014 12:36 am

· #175946
נהורא נפישא
מ'מוז אפטיילן דעם עבר פונעם עתיד.

מען ברויך דאך אבער וויסן וואס האט פאסירט אינצווישן.

קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 13, 2014 12:40 am

· #175949
דיר צו זאגן, ס'טוט מיר באנג
די זון שיינט נישט אזוי לאנג
קוים האט ער אן עליה
איין דריי איז שוין די שקיעה

שלמה המלך זאגט כהלכה
פון א תוחלת ממושכה
פון א האפענונג א לאנגע
מחלת לב, מ'ווערט א קראנקע

נהורא נפישא » מאנטאג יאנואר 13, 2014 12:43 am

· #175950
די פארמעסטן הויבן זיך אן.

משה געציל » מאנטאג יאנואר 13, 2014 12:52 am

· #175954
זארג נישט נהורא
קאווע איז סחורה
פאר געלעכטער וויינט
וואס ער זאגט נישט מיינט

ס'קוקט אויס ווי אין ווינקל
די וואלקענעס טינקל
דאך שטארק זי שיינט
קלאר ווי דער היינט

טעפל » מאנטאג יאנואר 13, 2014 10:03 am

· #175969
איך ווייס נישט פארוואס די טוסט שטויסען
די זון שיינט נאך אין גרויסען
מיר וועלן דיר מחזק זיין
ס'זאל ביי דיר זיין פיין
די זון טוט נאך שיינען
איז הער אויף צו וויינען