קאנספיראציע ליבהאבער און זייערע טעאריעס
וואסי פשט פון די מאדנע עלמענטן ביי יעדע געשעעניש וואס די אנגענומענע דעת הקהל וועט זיין גענויגט און איין ריכטונג וועט ער אייביג ארויסגראבן מאדנע קאנספיראציעס צום ביישפיל ביי די שטארק טראגעדיע רופט אריין איינער צו ברענערס שאו מיט א טעאריע אז די באליביע רעגירונג איז געשטאנען אונטער די אקט אלץ נקמה פאר י עסטרייכער אנטלויף אקציע
אזעלכע מענטשן זענען פארהאן וואס האבן דוקא הנאה צו הערן עפעס אן אינטערעסאנטע ווערסיע וואס קיינער האלט נישט אויב יעדער איינער ווייסט עס איז דאס דאך נישט אינטערעסאנט אזוי ווי מענטשן וועלן ענדערש לויפן צו א קבליסט ווי צו סתם א קלוגער מענטש ווייל שכל פארשטייט יעדער וויזוי ס'ארבעט און קבלה פארשטייט מען נישט אויב נאך עפעס איז דיך שווער פרעג
עס איז די נאטור פון אסאך מענטשן צו וועלן האלטן אז עס ליגט סאך מער אונטער א געשעניש אדער פענאמענאן ווי דאס וואס דאס אויג זעט, מער ווי דאס וואס יעדער ווייסט. איבערהויפט ווען עס איז אביסל מיסטריעז, ווען עס פעלט עפעס חלקים פון די געשיכטע, דעמאלט איז פיל גרינגער צו אנהייבן ציען אייגענע מסקנות, און וויבאלד מען האט נישט דעם גאנצן בילד, קען יעדער אריינפילן די ליידיגע חלקים מיט סיי וועלכע מאדנע דעטאלן זיי ווילן.
א שטיקל משל קען זיין, איז אזוי ווי עס איז ידוע ווען דו וועסט נעמען א פאפיר און וועסט געבן א קאטשקע דערויף עטליכע רענדאם ליינס, אויב וועסטו עס ווייזן פאר מענטשן, וועלן זיי קענען זען דערין פארשידענע געשטאלטן. איינער וועט זען א לייב און א צווייטער א וואלקן און א דריטער א מאנסטער (פסיכעלאגן קענען דאס אמאל ניצן צו זען אין וועלכע ריכטונג דער מוח פון א מענטש לויפט, וועלכע סארט בילד וועט ער אויפטראכטן). וויבאלד עס איז נישט קיין קלארע גאנצע בילד, קען יעדנס מחשבה אריינפילן די ליידיגע.
איינע פון מיין פעיוואריט יוטוב'ערס האט פונקט נעכטן געמאכט א ווידיאו אויף דעם נושא,
10 קאנספיראציעס וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אמת.