דער 'עירוב' אין מאנטשעסטער
דעי וואך האט די עירוב אין מאנטשעסטער באקומען איר סטעמפל אז עס איז פערטיג און מען קען מיט איר מטלטל זיין בעצם יום שב''ק אינעם שטאט
ווי מען הערט האט'ס א התנגדות פון די רבני המקום
ווייסט איינער מער איבער די סוטיאציע צו ס'איז ווי די בארא פארקער, פלעטבושער אדער וויליאמסבורגער עירוב?
די שטאט לאנדאן האט אן עירוב?
דאכט זיך מיר אנטווערפן האט אן עירוב
לאנדאן האט נישט קיין עירוב
לעמיללאנדאן האט נישט קיין עירוב
די מיינסט סיי סטעמפארד הילל אין סיי גאלד'ס גרין?
יעשיווע ווארלד צייכענט אהן אז מהרי''י קריגט זיך איבער'ן עירוב
<a class="postlink" href="http://www.theyeshivaworld.com/news/general/210043/uk-satmar-zalis-fighting-jewish-communitys-approved-eruv-in-manchester.html">http://www.theyeshivaworld.com/news/gen ... ester.html</a>
פינעם בריוו זעהט מען אז אלע סארטען זענען זיך מתנגד לאו דוקא מהרי''י
וואסי פשט פינעם באריכט?
נאר פרייליך: זאג פשוט. ביי ענק איז מען זיך נוהג אז מ'האלט נישט פון עירוב. קיין שום עירוב. מ'שמועסט ביי אינז אין ביהמ"ד אז די גאנצע מסכת עירובין האבן עטליכע משכילים אריינגעשמוגלט אין תלמוד בבלי. אזוי אויך מסכת כתובות. אינז ערליכע אידן האלטן נישט פון די מיני זאכן. דאס איז א המצאה פון די משכילישע, ציוניסטישע רבנים וועלכע האבן געוואלט באקומען סערטיפיקאטן קיין פאלעסטינע דורך די אגודה האבן זיי דאס געשריבן. יש אומרים אז די וועלכע האבן אויסגעטראפן דעם דף היומי, ר"ל זיי האבן אהערגעשטעלט די געפעלשטע ארבעט. (אלו דברי הרב סענדער המכונה דער דייטש. זכותו יגון עלינו.( 🙄 😂 😈 😠 😛 😈 😳 😮
בערעלע דיין נאמען איז פאסיג ביטע קלונג אהן די אויווען דערמאנטע רבנים און פרעג זיי צו זיי האבען פארזעהן א מסכתא והלכתא בתורתינו הק'
אויב די האסט דוקא אין מיינד צו לאכען פון ערליכע דאן שרעק זיך ניש
ביסט עפעס געוואלדיג זיס און קלוג ווען די כאפסט אריין תגובות איינס נאכען צווייטען קעגן ערליכע רבנים, ווער קען זיך דען פארמעסטן מיט זוינע געאוינעת
דא בין איך שוין טאקע שאקט. אפילו אין א פרשת עירוב איז ער שוין פארמישט און שעלט.
(כ'טויש איבער וועם כ'האב געמיינט ער איז....)
דא אידאך סאטמאר רב אין לאנדאן אינוואלווד
כ'אב געמיינט אז דא ביסטו מיט אים
איימ'סארי כ'בין חוזר פינעם גאנצען אשכול
נאר,,פרייליךדא אידאך סאטמאר רב אין לאנדאן אינוואלווד
כ'אב געמיינט אז דא ביסטו מיט אים
איימ'סארי כ'בין חוזר פינעם גאנצען אשכול
איך זעה די ביסט שטארק פארן סאטמאר רב אין לאנדאן
זאג נאר וואס איז זיין מיינונג בנוגע בית שמש
קום אריין אבער אן רעדן אויף ערליכע יודען
זלמן זאפירלעמיללאנדאן האט נישט קיין עירוב
די מיינסט סיי סטעמפארד הילל אין סיי גאלד'ס גרין?
סטעמפארד הילל האט נישט דערווייל, גאלדערס גרין האט א עירוב אבער נאר די LBD לאנדאן בית דין האלט דער פון, כדתיא ווידעראוים האלט נישט דערפון.
It is so sad to see that always when someone wants to make a eiruv, all the frimakes are getting wild about it? What are they scared of? That old ppl. Will be able to go to shil? That women will be able to go out from thiere prison on shabes? Aha they are scared of pritzus. . But wait! Who made the takone of erivin? He didn't think of the problem of tsnius? ? ?
טודעי דער ער אינאף העפקעירעס און אודער טינק'ס, ווי דאונט ניד מאור אוף דעט.
דער סיבה פארוואס ס'איז נישט דא קיין עירוב אין לונדון איז א הלכה'דיגע טענה. מיין טאטע זאל זיין געזונט האט א בריוו אין דער היים געשריבן געווארען דורך בעל 'חשב האפוד' זצ"ל אז לונדון איז א חשש רשות הרבים דאורייתא און דערפאר קען מען נישט מאכען קיין עירוב.
אינטערסאנט איז אז ביז תש"ס איז נישט געווען א מושג פון מאכען אן עירוב אין שטאט וואס האט מער ווי ששים רבוא.
דער עירוב אין גולדרס גרין איז געגרינדערט געווארען אויף יעדער קולא שייך - לכאורה סיי דער משנה ברורה, סיי דער חזון איש, סיי ר' משה, סיי ר' אלישיב, סיי דער סאטמארער רב, סיי דער קלויזנבורגר רב, און סיי כמעט אלע פוסקים ומנהיגי הדורות האבען ג'אסר'ט דער עירוב אין ג"ג albeit יעדער פאר א באזונדערע סיבה - און זיי גייען נאך שרייען אז ס'איז כשר למהדרין! אין זייערע fancy glossy brochure וועגען דער עירוב שטייט אז זיי האבען access צו 90% פון דער צורות הפתח צו בודק זיין, דער אנדערע 10% קען מען נאר נאכקוקען איין מאל א יאהר!!! און דעס הייסט כשר למהדרין! איך וויל נישט וויסען וואס זייערע basic standards זענען.
ליידער ליידער, דער תוצאה פון פרשת Halperngate איז אז אויב דער האלפערן'ס זענען corrupt איז דער עירוב כשר. גיי רעד מיט א גראבע בעל הבית אויף דעם, אבער למעשה זינט יענער פרשה האבען אסאך היימישער אידען אנגעהויבען צו טראגען אין גולדרס גרין. וכדי בזיון וקצף.
איך האב געמיינט אז נאר אין וויליאמסבורג טאהר מען נישט האבען א עירוב
Re: דער 'עירוב' אין מאנטשעסטער
איך ווייס נישט צו אין וויליאמסבורג איז דא א מחלוקת להלכה אדער בהשקפה, אבער אין לונדון האבען דער אוסרים הלכה׳דיגע טענות.
Sent from my LG-H525n using Tapatalk
Re: דער 'עירוב' אין מאנטשעסטער
דער סיסטעם אין לאנדאן שטימט נישט פאליטיש. ר' הענאך זצ"ל איז ווייט פון א מחמיר געווען, ר' חנה הלפרין וואלט געדארפט זיין מראשי המתירים לויט'ן עולם הפאליטיק.
דער וואס פאררופט זיך היינט דער ערב רב איז אזא איינער וואס לא קרא ולא שנה בעירובין, און ער האט זייער הנאה פון זיין פאזיציע אלס א בעל מחלוקת. ער איז פון כולל הרבנים ארויס געווארען א דיין אין א ב"ד וואס דארף דן זיין האקעלע שאלות אם קיין שום גרונטליכע לערנען אין די סוגיא. גיטין האט עד געלערנט פון קוקען אנדערע, נישט פון די סוגיא און ניטאמאל דער שו"ע. ממזרות פסקנ'ט ער, ווען דער לעצטע מאל וואס ער האט געלערנט כתובות איז אלס בחור אין ישיבה. מיט אזא קלות הדעת איז מען צוגעגאנגען צום ענין.
זיין פארגייער איז יא געגאנגען לערנען הלכה ווען ער איז אריבער פון זיין ראש ישיבה פאסטען אויף דער דיינות פאסטען, און ער האט אנגעהויבען אין א קלענערע דיינות פאר'ן ארויפגייען צום לאנדאן ב"ד.
ס'איז אן עולם שמם
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk