☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » עש"ק לסדר וירא ישראל את 'היד הגדולה' אשר עשה ד'

עש"ק לסדר וירא ישראל את 'היד הגדולה' אשר עשה ד'

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5655

פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 10, 2014 10:26 am

· #175417
עש"ק לסדר וירא ישראל את 'היד הגדולה' אשר עשה ד'
יד הגדולה.

יד החזקה.

יד על כס י-ה.

ימין ד' עושה חיל.

וימינו תחבקני.

וואס איז דאס דער האנט פון הקדוש ברוך הוא? קען מען עס אמאהל זעהן מיט אונזערע גשמיות'דיגע אויגן?

אני מאמין... אין לו גוף ולא ישיגוהו משיגי הגוף. דאס איז פון די פונדאמענטן פון אמונה, און חלילה אז דער אשכול זאל אויסגעטייטשט ווערן אויף א אופן וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט דעם.

אט איז א ציטיר פון א לעצטיגע נייעס, וואס איז א חלק טשיקאווע - טאנג אין טשיק - און א חלק סייענס.

רעליגע מיט סייענס קלאפן זיך נישט צאם זייער אפט, אבער א נייע נאס"א עקס רעי בילד האט אראפגעכאפט א סעלעסטיאלע אביעקט וואס ענדלט אין א ג-טליכע האנט.

די קאסמישע "האנט פון ג-ט" בילד איז געשאפן געווארן ווען א שטערן האט עקספלאדירט און ארויסגעשאסן א ריזן קוואנטום פון גאזישע מאטעריאל, וואס נאס"א'ס נוקלעאר ספעקטראסקאפישע טעלעסקאפ עררעי, "נו-סטאר" אין קורצן, האט אויפגעכאפט דורך הויכע ענערגיע X שטראלן, געוויזן אין בלויע פארב אויפן בילד. נאס"א'ס טשאנדרא X-רעי אבזערוואטארי האט אויפגעכאפט די גרינע און רויטע שטראלן שוין מיט א צייט צוריק, נוצענדיג נידעריגע ענערגיע X שטראלן.

"נו-סטאר'ס וואונדערבארע קוקווינקל, קענענדיג זעהן מיט די העכסטע ענערגיע X שטראלן, ווייזט אונז פון פריער שטודירטע און אבזערווירטער אביעקטן אין גאר אן אנדער ליכט", האט די הויפט פארשערן פון נו-סטאר, פייאנע הערריסאן פון די קאליפארניע אינסטיטוט פואר טעכנאלאגיע אין פאסעדענא, געזאגט אין א סטעיטמענט.

📎 nustar-hand-of-god.jpg

זעה דא אריגענעלע באריכט.

פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 10, 2014 10:35 am

· #175420
מיינס איז מידת הרחמים, און דיינס זעהט אויס ווי מידת הדין...

הילל » פרייטאג יאנואר 10, 2014 10:40 am

· #175421
כ'פארשטאנען אז דו מאכסט א פיינעם הלצה, אבער דו ברענגסט אזויפיל פסוקים אז עס הייבט שוין אן סאונדן ערנסט...

דא האט מען געטראפן די טאץ קעיק וואס מלאכים עסן שבת נאכמיטאג...

s.jpg

פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 10, 2014 10:45 am

· #175424
הילל
כ'פארשטאנען אז דו מאכסט א פיינעם הלצה

איבערהויפט נישט קיין הלצה. לאמיר דא האלטן אביסל ערענסטקייט אין שטיבל [קלאפ אין שטענדער] שטיל זאל דא זיין [בייזע בליקן]...

דאס איז גענומען פון דער פרעזטידשזפולע ספעיס דאט קאם, און דא איז וויאזוי זיי אליינס באשרייבן עס.

'Hand of God' Spotted by NASA Space Telescope

Religion and astronomy may not overlap often, but a new NASA X-ray image captures a celestial object that resembles the "Hand of God."

The cosmic "hand of God" photo was produced when a star exploded and ejected an enormous cloud of material, which NASA's Nuclear Spectroscopic Telescope Array, or NuSTAR, glimpsed in high-energy X-rays, shown in blue in the photo. NASA's Chandra X-ray Observatory had imaged the green and red parts previously, using lower-energy X-rays.

"NuSTAR's unique viewpoint, in seeing the highest-energy X-rays, is showing us well-studied objects and regions in a whole new light," NuSTAR telescope principal investigator Fiona Harrison, of the California Institute of Technology in Pasadena, said in a statement.

The new image depicts a pulsar wind nebula, produced by the dense remnant of a star that exploded in a supernova. What's left behind is a pulsar, called PSR B1509-58 (B1509 for short), which spins around 7 times per second blowing a wind of particles into material ejected during the star's death throes.

As these particles interact with nearby magnetic fields, they produce an X-ray glow in the shape of a hand. (The pulsar is located near the bright white spot in the image but cannot be seen itself, NASA officials said.)

Scientists aren't sure whether the ejected material actually assumes the shape of a hand, or whether its interaction with the pulsar's particles is just making it appear that way.

"We don't know if the hand shape is an optical illusion," Hongjun An, of McGill University in Montreal, said in a statement. "With NuSTAR, the hand looks more like a fist, which is giving us some clues."

The red cloud appearing at the fingertips is a separate structure called RCW 89. The pulsar's wind may be heating the cloud to produce the low-energy X-ray glow, astronomers believe.

The X-ray energies seen by NuSTAR range from 7 to 25 kiloelectron volts, or keV, whereas the energies seen by Chandra range from 0.5 to 2 keV.

The Hand of God is an example of pareidolia, the psychological phenomenon of perceiving familiar shapes in random or vague images. Other common forms of pareidolia include seeing animals or faces in clouds, or the man in the moon. Despite its supernatural appearance, the Hand of God was produced by natural astrophysical phenomena.

הילל » פרייטאג יאנואר 10, 2014 10:52 am

· #175429
פישעלע,
זעסט נישט דארט פון דעם אינהאלט אז עס איז בלויז א שיינע אויסדרוק פאר איבערבלייבענישן פון א שטערן וואס האט אויפגעריסן און קוקט צופעליג אויס ווי די פארעם פון א האנט? וויבאלד עס איז הויך אויפ'ן הימל דארט ווייט אוועק אין ספעיס, רופן זיי עס מיט א זיסן נאמען: "די הענט פון גאט". זיי מיינען גארנישט מער ווי דאס. און אויב דו גלייבסט מיר נישט, קוק דעם לעצטן שטיקל וואס דו אליין האסט אראפגעברענגט פון זיי.

פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 10, 2014 10:56 am

· #175433
הילל
נו, זעסט נישט דארט פון דעם אינהאלט אז עס איז בלויז א שיינע אויסדרוק פאר איבערבלייבענישן פון א שטערן וואס האט אויפגעריסן און קוקט צופעליג אויס ווי די פארעם פון א האנט? וויבאלד עס איז הויך אויפ'ן הימל און דארט ווייט אוועק אין ספעיס רופן זיי עס מיט א זיסן נאמען: "די הענט פון גאט".

שכויח פאר'ן מסבירן... והמבין יבין.

ווי ערווענט שוין איבער די שפאלטענעס פון (ווער איז שולדיג אין דעם זינלאזן פראזע?) קאווע שטיבל, איז נישט דא אזא זאך ווי א "עכטע" זאך וואס מ'זעהט ווערסוס א "פאלשע" זאך וואס מען דמיון'ט אז מ'זעהט. אלעס איז איין שטיק דמיון. דעריבער איז אזא ערשיינונג פונקט אזוי אינטרעסאנט ווי ווען א "עכטע" שווארצע האנט קומט ארויס אונטערן וואכנאכט קינד און נעמט עס צו זיך, למשל.

די חכמי השטיבל קענען דאס עלאקווענטער מסביר זיין, אדער אנצייכענען ווי פונקטלעך מען האט שוין גערעדט דערפון.

געפילטע פיש » פרייטאג יאנואר 10, 2014 11:20 am

· #175439
די אשכול שמעקט פון הגשמה.

פישלע העררינג » פרייטאג יאנואר 10, 2014 11:29 am

· #175446
געפילטע פיש
די אשכול שמעקט פון הגשמה.

ראתה שפחה על הים מה שלא ראה יחזקאל בן בוזי.

טאקע דאס איז די נקודה פון דער אשכול.

נאר,,פרייליך » פרייטאג יאנואר 10, 2014 11:30 am

· #175449
מיר זאגען לפי הוראות רבותינו הראשונים ואין לו שום דמיון כלל

דאס שרייבען אזעלכע דברי הגשמה צו רעדן בכלל איבער מושגי גשמיים כלפי דעם בורא עולם דער אחד יחיד המיוחד שמעקט מיט אפיקורסות

@הילל אזא חשובער מחנך ווי אייך ברויך זיך וואטשען די דיבור

הילל » פרייטאג יאנואר 10, 2014 11:39 am

· #175456
געפילטע פיש
די אשכול שמעקט פון הגשמה.


ריכטיג, און טאקע פאר דעם האב איך געוואלט קלאר מאכן אז מען זאל ניטאמאל מיינען אז די חכמי ספעיס האבן דאס געזאגט. נאר עס איז סתם א וויץ.

הילל » פרייטאג יאנואר 10, 2014 11:40 am

· #175458
@נאר פרייליך,
וואס הייסט? וועלכע חלק שמעקט נישט גוט?
(אגב, פליז הער מיך אויף צו רופן מחנך. יישר כחכם.)

נאר,,פרייליך » פרייטאג יאנואר 10, 2014 11:44 am

· #175462
דאס מגשם זיין די יד הגדולה פינעם הייליגען באשעפער רעד זיך געווענליך פון 'אפיקורסישע' גערעדעכצער

(בנוגע דיין צונאמען, ס'קוקט אויס ווי דאס איז דיין ספעשעלטי, נאר רצונו של אדם זהו כבודו)

הילל » פרייטאג יאנואר 10, 2014 11:48 am

· #175464
נו, פונקט פארקערט, איך בין דאך געקומען מסביר זיין, להוציא מלבן פון וועם עס מיינט אנדערש , אז דא רעדט מען בכלל נישט פון קיין הגשמה, נאר פון א שיינע וויץ.

יאיר » פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:11 pm

· #175490
דאס איז די האנט פון דעם גאט פארטיקל. וויסנשאפטלער זוכן יעצט די רעכטע פיס.