☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » פאעזיע (פאעזיע)

פאעזיע (פאעזיע)

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5653

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:24 am

· #175291
שיין!
וועלקאם בעק יאנקל.
We missed you

משה געציל » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:24 am

· #175292
פאטעזירן פאעזיע
שמעקט פאנטאזיע
נישט אומזינסט
א חידוש'דיגער קונסט

א תשובה קלארן
נישט פארהאן
יעדער טוט פארן
לויט זיין שפאן

דאס קעפל גערעכט
(פאעזיע) עכט
איין האלב וואר
נאר נישט קלאר

אפטעמיסט » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:28 am

· #175295
א מאדנע ערשיינונג,
די לעצטע פאר שעה'ן,
די עולם גראמט אויף כוחות,
וואס איז דער שיגעון?

וואס איז דא געשעהן,
האלטס ענק אין די ראמען,
וואס עפעס פונקט,
טוט יעדער היינט גראמען?

פון יאנקל'ס פאעזיע,
א תשובה כ'שעפ,
גראמען קען יעדער,
ווייל מ'קען שרייבן קרעפ.

רויטע וואנצעס » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:30 am

· #175298
מיין לייק באטען ווערט שוין צובראכן!!!!!!!!!!!!

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:33 am

· #175300
מיין הארץ וואקסט פון פרייד.
ממש א מחיה. קאווע שטיבל בתפארתו.
דער שמייכל טוט זיך נישט אפ פונעם געזיכט מבואו ועד צאתו.
פאזיטיוו, געשמאק, רואיג, הומאר, געפיליש... איז עס דען נישט בעסער אזוי?
לעומת די קריגעריי און נעגאטיווע טענות אויף דער גאנצער וועלט....
Way to go, חברה. אזוי, און נאר אזוי!

רויטע וואנצעס » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:37 am

· #175302
@שמעקעדיג, איך האב מיך איינגעהאלטן ביז יעצט... אבער נא... יעלה הייב אן..

מאראנצןזאפט » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:38 am

· #175303
נאך קיינמאל נישט אזויפיל צאמגעלאכט ווי היינט נעכטן.
נאך קיינמאל נישט געטיילט אזויפיל לייקס ווי היינט נעכטן.
גענוג געסיסטעמט. פון היינט און ווייטער פרייליך זאל זיין.
פון מיין מויל צו גאטס אויערן.

רויטע וואנצעס » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:40 am

· #175304
מאראנצן דיין קרעדיט, יו סטארטעד די טרענד!
לכבודך מאך איך היינט נאכט קידוש אויף מאראנצןזאפט!

מאטי » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:41 am

· #175305
קאווע שטיבל אויף סטיראודס...

רויטע וואנצעס » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:43 am

· #175306
@פישל'ע העררינג געבט ארויס צוויי בענדער פאר די ערשטע חצי שבט, מעות קדימה איז וועלקאם.

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:47 am

· #175309
מאראנצןזאפט

פון מיין מויל צו די ניקס אויערן.

רויטע וואנצעס » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:50 am

· #175311
איך מיין ס'איז פשוט אונז וויל מיר אנטלויפן פון אזא שרעקליכע וואך, פיל מיט צער, שמוץ אויף אידן, די עולם דארף א פאזעטיווע ברעיק פון אזא צוקלאפטע וואך.

רויטע וואנצעס » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:55 am

· #175314
ווער איז גרייט פאר 35 בלעטער פאזעטיוו!!!!!!!!