☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » קאמענטארן אויף שריפט.

קאמענטארן אויף שריפט.

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5652

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 11:38 pm

· #175273
קאמענטארן אויף שריפט.
אין ליכט פון היימישער ליטוואקס נייע משוגעת צו שרייבן זיינע תגובות מיט א העל בלויע קאליר האב איך געפענט אן אשכול פון דער עולם זאל קענען קאמענטירן און דעבאטירן אלעס אויף שריפט און ארום.

בנוגע היימישערס העל בלוי קאליר געשרייבאכטס זענען דא וואס דרשנ'ן לשבח און עס זענען דא וואס דרשנ'ן לגנאי. ס'דא וואס זאגן אז דאס האט צוטוהן מיט דעם וואס ער האט נישט דאס נאטירליכע חסידישע פארכט פון אן עבירה ולכן ברויך ער זיך כסדר דערמאנען פונעם קאליר בלוי, וואס דאס איז דער קאליר פון תכלת, וואס דאס איז דער קאליר פונעם הימעל, וואס דאס איז דער קאליר פונעם כסא הכבוד וכו'... עשרת (כהאב שוין קיין כח מער כדארף כאפן דעם אטעם).

ס'זענען דא וואס דרשנן לגנאי אז דאס קומט פון א פסיכלאגישן דראנג פאר אטאנציע ארויסצושטארצן ווי א בלויער צווישען א באנדע שווארצע שרייבער. אנדערע טוען דאס מיט אונטערעסאנטע אוואטארן, אונטערשריפטן, און יעצט איז געקומען ליטוואק און מחדש געווען אז מען ברויך נישט קריכן צו חיבוק ונישוק אוואטארן אדער משוגעים הויזן אונטערשריפטן צו כאפן דעם אטענשען פונעם עולם נאר מען איז ביכולת מיטן עצם חלות פונעם קאליר פונעם שריפט ארויסנעמען יענעמס אויגן.

ס'דא וואס זאגן לא לגנאי ולא לשבח אלא להצליף, אז עס האט מיט דעם געזעץ פון אנערשיאע ער האט איינמאל געטוישט זיין קאליר לכבוד זיין חתימה און ער האט נישט געזען פאר וויכטיג צוריקצוטוישן.

בכל אופן איז דא אסאך צו רעדן און שרייבן וועגן סטייל פונעם עולם'ס שריייבעריי. למשל, חזקיהו המלך און פראפעססער שפירא וואס נוצ(ט)ן נאר קאממעס און לייג(ט)ן קיינמאל נישט קיין פינטלעך. אדער וועגן איחוד פעלד וואס לאזט איבער דריי שורות ספעיס פון איין שורה צום צווייטן. (וועגן בערל בעל עגלה'ס פענימער און סמייליס וויל איך אפילו נישט רעדן דאס ווערט שוין קעירגענומען מיט מסירות נפש דורך שמעקעדיג און נאך אפאר ניקס).

עניוועי חברה העוו פאן.

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 11:49 pm

· #175277
לאמיר אביסל ארומרעדן פון דעם מנהג צו לייגן א פינטל נאך דעם ווארט "שריפט", כזה "שריפט." צדיקים דערציילן אז ווען פרענקלין האט געוואלט פארן פון ניו אמסטערדאם קיין פילאדעלפיע האט ער נישט פארמאגט קיין שריפטן, און ער איז אריין צו הייליגן ניו אמסטערדאמער, וועלכער האט אויפ'ן פלאץ גענומען א ווייסע שיכט פאפיר און געמאכט דערויף א פינטל. פרענקלין האט עס געגעבן פאר די וועכטער און זיי זענען אלע אראפגעפאלן טויט, כן יאבדו כל אויביך ה'. זייט דעמאלט פירט ער זיך צו לייגן א פינטל נעבן די שריפט צו דערמאנען די גרויסע ניסים וואס האבן פאסירט ווען ער איז ארויסגעגאנגען פון ניו אמסטערדאם.
אנדערע זאגן אז דאס איז די (פינטעלע) איד פון וואס פרענקלין האט געזוכט פטור צו ווערן, (כידוע אז ער האט געשטאמט פון משפחת בית ברק בזמן הבית וואס האבן איבערגעגעבן דעם סוד פון די בליץ כאפער בירושה).

אפטעמיסט » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 11:50 pm

· #175279
א וויכטיגע אשכול.
כ'האב עטליכע זאכן וואס כ'פארשטיי נישט, דא זענען אפאר:
1) וואס איז פשט פון "שפתים קישאק", כ'זעה דעם שפרעך ווארט היפש אסאך.
2) אסאך מאל זעה איך ניקס ציטירן שטיקלעך אנע מוסף זיין קיין כלשהו. למה?
3) נאכן ענדיגן שרייבן זיין הודעה, לאזט @הוגה איבער אפאר ליידיגע שורות, ווארפט א פינטעל, און יאגט פון שטח. וואס איז פשט?
4)צום סוף פון געוויסע הודעות זעהט מען אפט אפאר ליינס (כזה: ----) און דערנאך: "פלוני אלמוני האקט", וואס איז די סוד אונטער דעם?

רויטע וואנצעס » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:07 am

· #175283
שפתים קישאק TM איז אן אויסדריק coined ביי חברינו @שפתים ישק. ס'מיינט אז איינער זאגט אזוי גוט אז מ'קען אים קושן ווי אין הילל'ס אלטע אוואטאר. נעקסטע מאל @אפטעמיסט דו שרייבסט עס, מאך זעכער צוצולייגן TM. שפתים האט שוין געשלעפט אפאר ניקים אין ערכאות איבער דעם.

מאראנצןזאפט » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:14 am

· #175288
אדער מיינט עס קענסטוך גיין קישן ודפח''ח וש''י.

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:20 am

· #175289
אפטעמיסט לעבן, האסט געפרעגט 4 קשיות, זיי מוחל און הער אויס דעם תירוץ

וועגן "האקן" האט מען שוין דעבאטירט דא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4330">viewtopic.php?f=7&t=4330</a><!-- l -->

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג יאנואר 12, 2014 12:51 am

· #175603
אפטעמיסט
2) אסאך מאל זעה איך ניקס ציטירן שטיקלעך אנע מוסף זיין קיין כלשהו. למה?

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 12, 2014 1:03 am

· #175604
לאשמועינן שמסכים לדבריו.

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 12, 2014 1:15 am

· #175608
איך האב במקרה באמערקט דעם אשכול. בנימין האט מיך נישט ג'טעג'ט, פאר די זעלבע סיבה פ"וו ער לייקט מיר זעלטן.
איך שרייב בדרך כלל נישט אין די בלוי קאליר. בעיקר האב איך דאס גטוהן זייט די שטארק טראגעדי. איך בין גווארן שטארק צוטראגן, און שרייען העלפט.
איך זע אז עס ציהט אטענשון ווי א רויט קלייד, גיי איך עכ"פ איצט ממשיך זיין. אפשר וועלן א פאר פריינט מיך באמערקן און שענקן איטליכע "לייקס".
קוקט אויף מיין פראפיל, איך מיין אז דער פרופארשין צווישן גיבן לייקס און באקומן - איז זייער הויך ביי מיר. דהיינו, איך פארגין א סאך מער ווי איר פארגינט מיר.
איינע פון די סיבות פ"וו איך קלער צו פארלאזן דעם שטיבל. איך בין נישט אנערקענט.

petergrifin » זונטאג יאנואר 12, 2014 1:22 am

· #175612
איך האב מיך אײנגשריבען נאר כדי דיך צו געבן א לײק.
יו פיל דאה לאװ?

zurich » זונטאג יאנואר 12, 2014 1:32 am

· #175613
היימישער ליטוואק פארוואס פילסטו אזוי? גיי נישט אוועק!
ס'קען זיין אז מ'גלייכט נישט דיין ניק קען זיין אז דו וועסט טוישן דיין ניק וועט מען דיך מער עקסעפטען.

בד"וו וואס איז טאקע פשט אין דיין ניק?

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 12, 2014 1:34 am

· #175615
zurich
היימישער ליטוואק פארוואס פילסטו אזוי? גיי נישט אוועק!
ס'קען זיין אז מ'גלייכט נישט דיין ניק קען זיין אז דו וועסט טוישן דיין ניק וועט מען דיך מער עקסעפטען.

בד"וו וואס איז טאקע פשט אין דיין ניק?

איז דא א מעגליכקייט צו טוישן א ניק? אדער דארף מען פשוט מגולגל ווערן אין א צווייטע ניק?

zurich » זונטאג יאנואר 12, 2014 1:35 am

· #175616
מגולגל ווערן איז דיין איינצוגסטע אפציע 😂

zurich » זונטאג יאנואר 12, 2014 1:38 am

· #175617
zurich
ן.

בד"וו וואס איז טאקע פשט אין דיין ניק?

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 12, 2014 2:17 am

· #175622
וועלכע חלק פארשטייסטו נישט?
אזוי ווי דו ביסט זרח, אדער שטאמסטו פון צוריך - אזוי זעלבסט בין איך היימיש און שטאם פון די ליטא.
וועלכע פארט איז שווער צו פארשטיין?

zurich » זונטאג יאנואר 12, 2014 2:39 am

· #175623
ליטוואקס האבן נישט געווענליך אזא היימישע יודישע שפראך

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 12, 2014 2:48 am

· #175626
zurich
ליטוואקס האבן נישט געווענליך אזא היימישע יודישע שפראך

דו האסט נישט מדייק גווען נישט אין מיין ניק און נישט אין וואס איך האב דיר גענטפערט.
והשנית, זרח'ס האבן אויך נישט אזא שפראך...
און , בד"וו, וויפיל ליטוואקס קענסטו?

משה געציל » זונטאג יאנואר 12, 2014 3:37 am

· #175630
היימישער ליטוואק
איך האב במקרה באמערקט דעם אשכול. בנימין האט מיך נישט ג'טעג'ט, פאר די זעלבע סיבה פ"וו ער לייקט מיר זעלטן.
איך שרייב בדרך כלל נישט אין די בלוי קאליר. בעיקר האב איך דאס גטוהן זייט די שטארק טראגעדי. איך בין גווארן שטארק צוטראגן, און שרייען העלפט.
איך זע אז עס ציהט אטענשון ווי א רויט קלייד, גיי איך עכ"פ איצט ממשיך זיין. אפשר וועלן א פאר פריינט מיך באמערקן און שענקן איטליכע "לייקס".
קוקט אויף מיין פראפיל, איך מיין אז דער פרופארשין צווישן גיבן לייקס און באקומן - איז זייער הויך ביי מיר. דהיינו, איך פארגין א סאך מער ווי איר פארגינט מיר.
איינע פון די סיבות פ"וו איך קלער צו פארלאזן דעם שטיבל. איך בין נישט אנערקענט.

אוי, כ'גלייב נישט!
געמיינט אז נאר חסידים ליידן פון נידרידע זעלבסט אפשאצונג... זעט אויס עפעס היימישקייט פארמאגט איר טאקע...
הער אויף מיט די בי"ת שי"ן, דו שרייבסט גאר גוט!

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג יאנואר 12, 2014 3:42 am

· #175633
משה געציל אמור מעט ולייק הרבה. מ'ברויך טוען למעשה לייקן דעם ליטוואק עד שיצא מאפו.

איש עברי » זונטאג יאנואר 12, 2014 3:44 am

· #175634
היימישער ליטוואק! אויב דו פלאנסט צו פארלאזן די שטיבל וועלן מיר נעמען די אלטע חסידישע טאקטיק
מיר וועלן זיך אונטערווארפן די רעדער פון די פערד און וועלן דיך נישט לאזן אוועק!

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג יאנואר 12, 2014 3:47 am

· #175635
פאר פילע וואס פרעגן אין אישי פשט אינעם פינטעל אינעם קעפל העל איך זאגן אזוי: דאס האב איך מיר געמאכט א צייכן אז ווען מען וועט אנפאנגן צו רעדן פון דעם פינטעל העל איך וויסן אז אלעס אויסער דעם בין איך אלרייט, וברוך שהחיינו וקיימנו לזמן הזה.. הקב"ה אנחנו אוהבים אותך...ולמי עוד יש קוקו? שיבא.

משה געציל » זונטאג יאנואר 12, 2014 3:59 am

· #175637
לייג דעם קעפל צום סוף וועסטו וויסן אז אלעס ביז דארט איז מסודר... דער עולם שטעלט זיך אויף דעם ווייל דעס איז פשוט דער ערשטער און בולט'דיגער פון א רייע קריאזן...

הוגה » זונטאג יאנואר 12, 2014 9:08 am

· #175667
אפטעמיסט

3) נאכן ענדיגן שרייבן זיין הודעה, לאזט הוגה איבער אפאר ליידיגע שורות, ווארפט א פינטעל, און יאגט פון שטח. וואס איז פשט?


נישטא קיין כוונות וייחודים. ווען איך שרייב אביסל א לענגערע תגובה טו איך עס ליתן ריוח למען ירוץ בו הקורא און עס זאל נישט אויסזעהן ווי די תגובה פארט אריין אין די חתימה.

טעפל » זונטאג יאנואר 12, 2014 9:35 am

· #175674
בקיצור, בענדזעמין איז דא און האקט אריין כדרכו יעדע שטיקל צייט מיט א גוט'ס..קיפ איט אפ, לייג פינטלעך, סמיילי'ס, לייקס אבער שרייב..

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 12, 2014 9:44 am

· #175679
בענדזשאמין פרענקלין
משה געציל אמור מעט ולייק הרבה. מ'ברויך טוען למעשה לייקן דעם ליטוואק עד שיצא מאפו.

בנימין, גצוואונגנע ליבע איז קיין ליבע.
מיין הרגשה דא די גאנצע צייט איז אז קיינער איז נישט פאראינטערסירט אין וואס איך שרייב/זאג/טראכט.
איר קענט זען אין אנדרע אשכולות וואו אנדרע ווערן דערמאנט, א שטייגער פון מסכמי סיכומים, און מיין נאמן ווערט פארפעלט.
מיינע בויך שמערצן בלאנגן אפשר נישט אין דעם "שמייכל" אפטיילונג, אבער איך האב נישט גטראפן דעם "פראון" סעקשין...
אין עני קייס, אייערע אהבת חינם אפילו צו איינער וועלכער איז נישט פונקט ווי אייך, דאוונט אן אנדער נוסח, לעבט אין א סלאיטלי אנדערשע קולטור דארף א פארבעסרונג.

אפטעמיסט » זונטאג יאנואר 12, 2014 9:49 am

· #175683
ליטוואק, איך נעם מיך אונטער צו לייקן דיינע הודעות- יעדעס איינס אן אויסנאם, אבער טו א טובה, הער שוין אויף שרייבן מיט בלויע טינט. ס'קריכט מיר אויפן נערווען.

מאראנצןזאפט » זונטאג יאנואר 12, 2014 9:53 am

· #175686
Ouch!
דער היימישער פראקט אונז אויס אויפן נאקעטן לייב. אוי ווי סציפט. איי דאנט נאו, כהאב אלעמאל אים אנגעקוקט ווי פון די עליטע דא.
וואס טוט מען דא ווייטער?

טעפל » זונטאג יאנואר 12, 2014 10:04 am

· #175690
היימישער ליטוואק
אין עני קייס, אייערע אהבת חינם אפילו צו איינער וועלכער איז נישט פונקט ווי אייך, דאוונט אן אנדער נוסח, לעבט אין א סלאיטלי אנדערשע קולטור דארף א פארבעסרונג.

נישט פון היינט!

הילל » זונטאג יאנואר 12, 2014 7:38 pm

· #175848
היימישער ליטוואק
קודם כל, כאפסט נישט אז עס איז א גרויסע זכיה אז בענדזשאמין פרענקלין האט געעפנט א אשכול וועגן דיר. עס מאכט נישט אויס די טעם פארוואס, עס מעג אפי' זיין קריטיק אויף דיין בלויע פעדער, אבער פאבליסיטי איז נאך אלץ פאבליסיטי, כידוע. א נארישן ניק'ל וואלט ער נישט געגאנגען קריטיקירן. אבער אז דער "טיימס" טוט עפעס מאדנע, אפי' א קלייניגקייט, כאפט זיך יעדער ארויף דערויף. די זעלבע אז א ליטוואק הייבט אן שרייבן מיט א בלויע פעדער, ווייסט יעדער אז עס קען ליגן אונטער דעם א גאנצע פלפול...
וועגן די צאל לייקס, מאכט נישט אויס צי יענער לייקט צי נישט. אפשר איז עס דער חסרון פון יענע וואס כאפן נישט די טיפקייט אדער שיינקייט פון א ליטווישע תגובה... און בכלל, זעסטו דען ווייניג מאל ווי א הערליכע תגובה קען באקומען דריי לייקס בשעת א קומענדיגע תגובה וואס באשטייט פון איין שורה ליצנות קען באקומען צען לייקס? דאס מאכט נישט ווייניגער דעם ערשטן תגובה, עס מאכט אפשר בלויז ווייניגער די לייק-געבערס... און אפשר דאס אויך נישט, עס ווייזט בלויז די נאטור פון מענטשן און יעדער גלייכט עפעס אנדערש און יעדער גלייכט אנדערע צייטן ווען צו ארויסווייזן זייער לייקינג.
אגב, זעענדיג אז דו רעדסט זיך אפ האב איך א קוק געטון צי איך בין אויך שולדיג דערין, שטעלט זיך ארויס אז איך האב דיך שין געלייקט אכט מאל... איז קודם האסטו פרוף ווי שטארק איך שעץ דיך... נאר אינטרעסאנט איז געווען ווען ביים נאכקוקן אין די לייקס בלעטל באמערק איך אז דו האסט מיר נאר געלייקט איין מאל! אבער בין איך דען יעצט באליידיגט? אבסאלוטלי נישט. האלט איך יעצט אז דו האסט נישט ליב מיינע תגובות? ניין (אפילו עס קען זיין אז כ'בין זיך טועה...). נאר זעסטו אז כך דרכה של שטיבלעך, אמאל לייקט מען און אמאל נישט, און עס מיינט נישט אז מען שעצט נישט דיינע רייד.
סך הכל, מיר דארפן דיך האבן, דייווערסיטי איז זייער וויכטיג, און אלע שעצן דיך. אפשר ליידן גאר טייל חסידים פון א "אינפיריאריטי קאמפלעקס" קעגן די ליטוואקעס און קענען זיך נישט ערלויבן דיר צו שענקען צופיל לייקס... צוקראץ דיך נישט און האלט דיך פעסט. ביסט א "גברא" מיט אלע מפוירשים.

מאטי » זונטאג יאנואר 12, 2014 8:22 pm

· #175865
הילל איך לייק דיר נישט אויף דיין תגובה, בלויז ארויסצואווייזן סאלידעריטעט מיט היימישער. דאס געזאגט... איך בין דער ליצנות תגובה וואס קומט נאך דיין תוכנ׳דיגער תגובה, העמיר זען וויפיל לייקס איך באקום ..

שוין כ׳האבעס אפגעהארגעט...

איינגעמיירעט » דינסטאג יאנואר 14, 2014 12:10 am

· #176194
היימישער.
איך אומפאפלערער ק״ש ניק האב שטארק ליב דיינע תגובות,איך האלט אז די שרייבסט זייער אייגענארטיג,און די שרייבסט וואס די האלטסט באמת,די שרייבסט ערענסט,און ארויס פון דיין פערסאנאליטי.
למעשה רוב פאפולערער שרייבערס דא זענען געבענטשט מיט גוטע פעדערס, און מיט א געזונטע חוש ההומור.
און דער עולם פלאצט אויס פון דעם תגובה און שענקט א לייק, מיינט אבער נישט אז ווען די שרייבסט א פלעינע אבער תוכנדיגע תגובה,ביסטו נישט מהנה דעם עולם דא.

אויך איך האב שוין כמה פעמים געוואלט אויפהערן שרייבען דא,
איך קום דיך אהער זיך צו סאישעלייזעין, אבער אסאך מאל שפיר איך מיך נישט אזוי באקוועם דא, איך פלעג שרייבען אמאל אויף איי, דארט האב איך געהאט אסאך אוהבים, אבער ווער דארף זיי, למעשה דא האב איך הנאה פון די תוכן פון אסאך פון די שרייבערס, ממילא קום איך צוריק דא, איך עקספעקט נישט קיין סאך אוהבים פון דא ווייל א שיינע חלק פון די שרייבערס טראכטען נישט די זעלבע וועג ווי מיר, אבער נאך אלעם enjoy איך דעם פלאץ.