☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » די לעהרע פון א מאראנץ

די לעהרע פון א מאראנץ

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5650

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 11:09 pm

· #175261
די לעהרע פון א מאראנץ
ס'איז שפעט ביינאכט. שוין גע'מעריב'ט און געשמועסט, פאליטיזירט און דערציילט נייעס. איך זיץ ביי מיר אינדערהיים, א סקרין פארנט פון מיר. כ'קלאפ אויף די בוכשטאבן אין לאנגווייליגקייט. ס'איז מיר קאלעמוטנע אויפ'ן הארץ. איך בין נישט צובראכן, פארווייטאגט אדער פארלוירן. איך בין סתם נישט. כאילו כ'וואלט אראפגעפלויגן פונ'ם נישט-פלאנעט-נישט-שטערן פלוטא און אראפגעפאלן אויפ'ן שווארצן האלב פון די לבנה. איך קוק ארויס פון פענסטער. אן איינזאמער מאן גייט דורך, א גאנצער מענטש אנגעפילט מיט מחשבות, דאגות, פלענער, פרייד, צער, אנטוישונגען, איבערראשונגען, עלטערן, שכנים, פריינט, אן עולם מלא. פאר מיר איז ער נאך איינס אין זיבן ביליאן (אזא פנים האב איך ווען איך גיי אין גאס?) איינער שרייט, (פארוואס שרייט ער, וואס קימערט אים אזוי וויכטיג?) א צווייטער רעגט זיך (ביסטו שוין טאקע דערגאנגען דעם גענוג קריטישן ציל זיך צו רעגן דערויף?) א דריטער איז עוסק אין חיבוק ונישוק (אין דריי חדשים וועט ער מעגליך נישט וועלן קוקן אויף איר זייט). אויפ'ן ערד שלאפט א היימלאזער מאן (וואס פונקטליך פעלט אים?) אין די זייט יאגט זיך איינער (וואס פארפאסט ער שוין?), דער גאנצער אוניווערס און איר תוכן קוקט מיר אויס ווי א שפילעכל, ניטאמאל ווערד צו אנקוקן. איך קוק ארויף צום הימל, די שטערן גלאנצן אין דעם אנטאפנדן חושך, (געפינען זיך דארט אויך באשעפענישן וואס קוקן צוריק צו מיר אויף דעם העל בלויען פינטל?) דער עבר, הוה און עתיד פלעכט זיך מיר איין אין איין קנויל. דער גאנצער יקום איז מיר מאדנע און סתירות'דיג. וויכטיג און אומוויכטיג. גארנישט און אלעס. דער אטמאספערע איז איינגעהילט אין א קהלת'דיגער שטימונג. כ'שפיר דעם מאדנעם בליק פון די לבנה אויף מיר. כ'דריי זיך אויס. ער לאכט פון מיר, טרייבט שפאס פון מיין נאאיוויטעט, (מיינסט האסט ערפינדן דעם הבל הבלים?)
כ'שפיר טרוקן אין מאגן. לאמיר גיין נעמען א מאראנץ. (דער קאליר איז אזוי הערליך און צוציענד). כ'נעם ארויס א טעלער און מעסער, (א שטיקל רויע אייזן באהאלטן אין דער ערד, פאכמאניש ערצייגט) כ'שנייד עס אויף. (ווי וואונדערליך, ביסטו, פרוכט, אז דו לאזט זיך שניידן פאר מיינעטוועגן). כ'מאך צו די אויגן (די געבענטשטע שטילקייט, איז די וועלט אין אירע אמת'ע פארבן אייביג אזוי רואיג?) געלויבט ביסטו, עקזיסטענץ פון אלע עקזיסטענצן, פאר'ן פראדוצירן דעם פרוכט מיר צו זעטיגן דעם געברויך פאר אביסל נאסקייט (מיט די כוחות וואס איך האב די חוצפה אנצורופן געזעצן פון נאטור). כ'נעם אריין א שטיקל אין מויל. כ'צוקיי עס. די צוקערדיגע זויערקייט רירט אן מיין צינג, עס רעאגירט מיט לעבהאפט. די זאפט רינט אריין אין מיין מויל, אראפ מיינע לונגען, עס צוגייט זיך אין מיינע גלידער. איך בין דערפרישט. דערמונטערט. אויפגעלעבט.
האב איך באגריפן די ערהאבנקייט פון דעם מאמענט? קען איך באמת פארשטיין די טיפקייט פון א מאראנצן ברעקעלע? קען איך זיך דען ארומנעמען מיט א שמייכלדיגער שאלאכץ און באנעצן די טרוקנקייט פון באשעפענישן?
אפשאצן די גרעניצלאזע בריאה און די ענדלאזע צייט האט זיך מיר פארגלוסט.

יואב » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 11:16 pm

· #175265
👍
אזא ארטיקל ברויך די מאראנץ שרייבן, אונטערן קעפל: "די לעהרע פון א מענטש"

הילל » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 11:26 pm

· #175269
באמת א קונץ צו מאכן א כלליות'דיגער אנאליז אויף די גאנצע בריאה און בחדא מחתא א פרטיות'דיגע באטראכטונג אויף אזא קלייניגקייט ווי א מאראנצעלע. געבענטשט זאל זיין יענע מאראנץ...
און ווי זאגט מען נאר: ווען איך באטראכט וואספארא קאלאסאלע קאנסעקווענצן קומען ארויס פון קלייניגקייטן, הייב איך אן טראכטן אז עס איז נישטא אזא זאך ווי קלייניגקייטן.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 11:30 pm

· #175271
כהאב מיך שוין געפרייעט ווי מחותן קוטשיק, יאיר רעדט פון מיר.
נע, סך הכל האט ער געהאט א טענזשערין פאר וועטשערע.

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 11:35 pm

· #175272
מאראנצןזאפט
כהאב מיך שוין געפרייעט ווי מחותן קוטשיק, יאיר רעדט פון מיר.
נע, סך הכל האט ער געהאט א טענזשערין פאר וועטשערע.

כ'האב נאכנישט געענדיגט די מעשה. די איבערגעבליבענע מאראנץ האב איך אויסגעקוועטשט און געמאכט מאראנצן זאפט, צוביסלעך האט זיך עס עוואלווד אין א מענטש, און עס האט אנגעהויבן שרייבן אויף קאווע שטיבל. די רעשט איז היסטאריע.

משה געציל » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:06 am

· #175282
מאראנצןזאפט
כהאב מיך שוין געפרייעט ווי מחותן קוטשיק, יאיר רעדט פון מיר.
נע, סך הכל האט ער געהאט א טענזשערין פאר וועטשערע.

נעכטן געהאט דעם זעלבן געפיל. איינער האט געפענט א אשכול אונטערן נאמען 'דער סבלן', כ'בין אריינגעלאפן מיט איין אטעם זען וואס ער שרייבט אויף מיר... און... וואס וואו ווער ווען.... ביזי מיט א שטיקל פאפיר...

מאטי » פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:26 am

· #175293
א זכיה געהאט דער מאראנץ .. הלואי מיין זיידענס נשמה געווען אין איר. האט זיכער באקומען זיין תיקון.
מיין פראגע איז נאר: וואס פאר א זכות האט דער מאראנץ געהאט צו קריגען אזא הייליגער תיקון ? מסתם געהאט א זיידן וואס האט אמאהל מחיה געווען יאיר׳ס זיידן אין לאגער ווען דער אויפזעער האט נישט באמערקט א כאפ געטון פון קעסטל, דערנאך שנעל פארהאקט, און איידער וואס,וואו, ווען, זיך געלאזט א גל של עצמות מאכן אונטערן שונא׳ס נאז.

געפילטע פיש » פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:25 am

· #175331
יאיר
די זאפט רינט אריין אין מיין מויל, אראפ מיינע לונגען

זאל איך רופן הצלה?

פוןדעסטוועגןדאך » פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:42 am

· #175364
הפלא ופלא. פתח דבריך יאיר.

און יעצט אפאר ווערטער צו דיר מיין טייערע מאראנצעלע.
ווי שיין ביסטו, ווי זיס ביסטו. קום לאז מיך דיך ברענגען נענטער צו מיר, איך וויל הערן דיין ניגון. דערצייל מיר נאכאמאל דיין שיינע לעבענס געשיכטע.

דערצייל מיר וויפיל מיילן פון דא ביסטו געוואקסן, וויפיל שאסייען און בריקען האבען צוגעהאלפען דיך אהערצוברענגען צו מיר. דערצייל מיר וויפיל מילאנען מענטשען האבען צוגעהאלפען צו בויען אט די בריקען און שאסייען.
איך הער און שפיר ווי דו דערציילסט מיר פון אט די מענטשן און שאסייען. פון אלע פעלדער תבואה וואס האט זיי ערנעהרט, פון אלע וועלדער ווי מען האט גענומען האלץ צו מאכען אט די בריקן.

יא מאראנצעלע, אין יעדען פיצינקע שטיקעלע פון דיר ווייזטו מיר די גאנצע וועלט. תבל ומלואה.

דו באגענוגענסט דיך אבער נישט מיט סתם ווייזן, דו שטעלסט מיר צו דעם חוש פון טעם. דו ווילסט נישט-מער-און-נישט-ווייניגער אז איך זאל 'טועם' זיין די גאנצע וועלט. טועמים את הנשמע.

דו דערציילסט מיר דיין מעשה מיט דיין אייגענארטיגן ניגון, מיט דיין אייגענארטיגען ארקעסטרא. יעדע פארשידענארטיגע דקותדיגע טעם וואס דו ברענגסט מיר ארויס, איז א באזונדערער מיטגליד פון דיין ארקעסטרא, וואס מיט איר געסטו מיר צו שפירן די גאנצע וועלט.

מיין אבער נישט מיין זיסע מאראנצעלע אז איך הער נאר דיין געשיכטע פון ביז אהער. מיין נישט אז איך בין נישט בכוח צו הערן דעם נאך שטילערען לידעל דיינעם, פונעם עתיד.

איך הער דיין ענערגישען טריאומף ניגון וואס דו זינגסט דיך אונטער. א ניגון פון נצחון און נצחיות.

יא דיין מציאות וואס דאס איז דיין ענערגישע צאמשטעל, גייט אהן. אבער נאך ווי עס גייט אהן.

דו ביסט דאך די ענערגיע וואס שטיפט ארויס אט די ווערטער וואס איך שרייב איבער דיר. צעהן יאר ארום וועט איינער ליינען וואס שטייט דא, אדער זיך דערמאנען וואס זיין חבר האט אים נאכגעזאגט פון דא, און ער וועט נתעורר ווערן אנצופלאנצען א מאראנצען בוים. דו, דיין ענערגיע, וועט דאן זיין דער בוים מיט אלע אירע פרוכט.

ווי שיין איז אט דער תחיית המתים ניגון דיינער. איך בין אויך א חלק פון דעם ניגון.

יאיר » פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:53 pm

· #175503
@פוןדעסטוועגןדאך 👍 ווי אינספירירנד!

נשמה יתירה » פרייטאג יאנואר 10, 2014 2:42 pm

· #175521
פוןדעסטוועגן,
דו האסט מיך מחיה (מתים) געווען. כפשוטו וכמשמעו.
טיפע בעל שם טוב תורות זאגסטו דא.

דו זעהסט און שפירסט וואו אין דיין מאראנצעלע ליגט די גאנצע וועלט, תבל ומלואה.
"ששמעתי ממורי וכו' א"כ אין לך שום דבר נברא בעולם שלא יהא כלול מהכל". [בן פורת יוסף פרשת בראשית].

דיין מאראנצעלע האט תחיית המתים, ווייל איר ענערגיע מאניפעסטירט זיך און פארשידענע פארומען, און זי קומט אן צו ווערן א מאראנצען בוים צוריק.
"ששמעתי ממורי וכו' תשובה למדינה אחת שכפרו בתחיית המתים, ותשובתו נוצחת להם, כי השכל נעשה מברירות הדמים כו' יעו"ש". [צפנת פענח תרומה]. הרי לנו אז לפי דעם בעשה"ק איז די ענין אז די שכל איז נעשה מברירות הדמים ווייזט אויף די ענין פון תחיית המתים.

קוק אויך אין צפנת פענח יתרו בשם מורו, ווי ער רעדט פון דעם זעלבן תחיית המתים שמועס באריכות. ער איז מסביר וויאזוי די נפש האדם איז די מאכל וואס ער עסט. "והנה נפש האדם הוא הדם הנעשה מברירות המאכלים וכו' ומזה נעשה השכל והדעת".
הרי לנו אז די ענערגיע פון די מאכלים ווערט ממש די נפש און די שכל פון דעם מענטש. לפי דעם בעשה"ק איז דעי הבנה און פארשטאנד אין די בריאה, די תשובה נוצחת אנטקעגן די כופרים בתחיית המתים. וחושבנא דדין כחושבנא דדין.

עס נייגערט מיר צו דו ביסט באוואוסטזיניג פון דעם?
והאומר דבר בשם אמרו מביא גאולה לעולם. אימתי קאתי מר כשיפוצו מעינתיך חוצה.

ואסיים מעין הפתיחה,
החייתנו.

פוןדעסטוועגןדאך » פרייטאג יאנואר 10, 2014 4:01 pm

· #175529
נשמה, שיין דיך צו זעהן אינדערויסן פון דיין הייבערנאציע 😃

וויליאם בלעיק האט געשריבען
To see a world in a grain of sand, /and heaven in a wildflower,/ hold infinity in the palm of your hand/ and eternity in an hour”

קען זיין אז ער האט עס גענומען פון בעש"ט 🙂

אבער דא האסטו א Sufi poet, מיטן נאמען Kabir וואס האט געלעבט אין די פופצענטע יאר הונדרעט, און ער האט אנגעוויזען אויף א פשוטען כלי חרס און געזאגט אזוי:

Inside this clay jug
there are canyons and
pine mountains,
and the maker of canyons
and pine mountains!

All seven oceans are inside,
and hundreds of millions of stars.

The acid that tests gold is here,
and the one who judges jewels.

And the music
that comes from the strings
that no one touches,
and the source of all water.

האסטו אויב אזוי איינער נאך פריער וואס זאגט דאס שוין.
ווי דער חכם מכל אדם האט שוין געשריבן,
ואין כל חדש תחת השמש.

ואם כבר אז כבר,
דברי קוהלת בן-דויד, מלך בירושלים. ב הבל הבלים אמר קוהלת, הבל הבלים הכול הבל. ג מה-יתרון, לאדם: בכל-עמלו--שיעמול, תחת השמש. ד דור הולך ודור בא, והארץ לעולם עומדת. ה וזרח השמש, ובא השמש; ואל-מקומו--שואף זורח הוא, שם. ו הולך, אל-דרום, וסובב, אל-צפון; סובב סובב הולך הרוח, ועל-סביבותיו שב הרוח. ז כל-הנחלים הולכים אל-הים, והים איננו מלא; אל-מקום, שהנחלים הולכים--שם הם שבים, ללכת. ח כל-הדברים יגעים, לא-יוכל איש לדבר; לא-תשבע עין לראות, ולא-תימלא אוזן משמוע. ט מה-שהיה, הוא שיהיה, ומה-שנעשה, הוא שייעשה; ואין כל-חדש, תחת השמש.

נשמה יתירה » פרייטאג יאנואר 10, 2014 4:25 pm

· #175533
נו גוט, וועט מען יעצט נישט אריינגיין אין די סאך טיפערע עמקות פון דעם בעשה"ק ווארט. וועט מען עס לאזען ביי דעם אז אנדערע האבן עס שוין אויך געזאגט.
האסטו אבער געוואוסט אז דער בעשה"ק זאגט דאס אויך?
אדער עליך אמר קרא, שָׂמֻנִי נֹטֵרָה אֶת-הַכְּרָמִים--כַּרְמִי שֶׁלִּי, לֹא נָטָרְתִּי? 😃

יאיר » מוצ"ש יאנואר 11, 2014 10:09 pm

· #175579
דער עיקר חילוק איז אז אין בלעיק און די סופיס זעט מען דעם טיפן דערהער אפילו אן א נשמה יתירה 😉.

נשמה יתירה » זונטאג יאנואר 12, 2014 1:06 pm

· #175726
אבער מיט אביסעלע בינה, לאו דוקא יתירה, 😛 זעהט מען אז דער סופי פייטן רעדט נישט פון קיין "פשוטער כלי חרס". ער רעדט פון א בן אדם, א מענטש, הנמשל ככלי חרס (הנשבר?)
דאס אז אין דעם מענטשענס מוח ליגט די גאנצע וועלט, איז גאנץ אן אנדערער ענין ווי דאס וואס ווערט ארויסגעברענגט אין דעם זמר'ל פון פוןדעסטוועגן'ס מאראנצעלע

יאיר » זונטאג יאנואר 12, 2014 2:51 pm

· #175776
נשמה יתירה
אבער מיט אביסעלע בינה, לאו דוקא יתירה, 😛 זעהט מען אז דער סופי פייטן רעדט נישט פון קיין "פשוטער כלי חרס". ער רעדט פון א בן אדם, א מענטש, הנמשל ככלי חרס (הנשבר?)
דאס אז אין דעם מענטשענס מוח ליגט די גאנצע וועלט, איז גאנץ אן אנדערער ענין ווי דאס וואס ווערט ארויסגעברענגט אין דעם זמר'ל פון פוןדעסטוועגן'ס מאראנצעלע

איך בין נישט גענוג באקאנט מיט די סופיס פילאזאפיע און שפראך צו זאגן א מיינונג, אבער וואס ציט דיר צו די מסקנא?
"ששמעתי ממורי וכו' תשובה למדינה אחת שכפרו בתחיית המתים, ותשובתו נוצחת להם, כי השכל נעשה מברירות הדמים כו' יעו"ש". [צפנת פענח תרומה]. הרי לנו אז לפי דעם בעשה"ק איז די ענין אז די שכל איז נעשה מברירות הדמים ווייזט אויף די ענין פון תחיית המתים.

קוק אויך אין צפנת פענח יתרו בשם מורו, ווי ער רעדט פון דעם זעלבן תחיית המתים שמועס באריכות. ער איז מסביר וויאזוי די נפש האדם איז די מאכל וואס ער עסט. "והנה נפש האדם הוא הדם הנעשה מברירות המאכלים וכו' ומזה נעשה השכל והדעת".

דו מיינסט צו זאגן אז לויט'ן בעל שם טוב האבן אלע זאכן אין די וועלט תחיית המתים, נישט נאר מענטשן?

נשמה יתירה » זונטאג יאנואר 12, 2014 4:01 pm

· #175799
די לשון "inside the clay jug", איז משמע אז מען רעדט פון עפעס וואס ליגט אין אן ערדענע כלי. מען רעדט נישט פון די כלי אליינס. פון ווי דארף איך צו וויסן וואס עס ליגט אין דעם אומבאוויסטן ערדענעם כלי. ולא בא הכתוב לסתום אלא לפרש. אלא מאי מוז זיין אז ער מיינט דעם באקאנטען ערדענעם כלי וואס איז דער בן אדם.
וכיהודה ועוד לקרא, זעה דעם פיוט זיינער

It's a heavy confusion.
Veda, Koran, holiness, hell --
who's man? who's woman?
A "clay pot" shot with air and sperm.
When the pot falls apart, what do you call it?

זעה אויך אז ער שרייבט אז די גאנצע וועלט ליגט אין די נשמה פון א מענטש

Thinkers, listen, tell me what you know of that is not inside the soul


בנוגע תחיית המתים.
יא אלעס אין די וועלט חזר'ט זיך איבער. אבער נאר דער מענטש קען מען אנרופן "געלעבט" א פולקאמער לעבן. (יא איך ווייס פון די וואס פרעגן אז מהיכי תיתי א ווארעם איז נישט מער געלעבט, אבער לעת עתה גיי איך מיט די פשוטע מציאות אז דער מענטש האט די טיפסטע און ממילא פולסטע לעבן)
ממילא איז דער עכטער תחייה איז נאר ביים מענטש.

מאטי » זונטאג יאנואר 12, 2014 5:37 pm

· #175821
נו דאס פרעגט דאך יאיר צו ווען א מאראנץ ווערט א מענטש הייסט תחיית המתים

פישלע העררינג » זונטאג יאנואר 12, 2014 5:44 pm

· #175823
ווען א מאראנץ איז אראנדזש = רייף און נארהאפטיג.
ווען א מענטש איז אראנדזש = קראנק אויף די לעבער.

ווען א מאראנץ קוועטשט = גוטע אראנדזש דזוס א מחיה.
ווען א מענטש קוועטשט = מאכט ער נערוועז די ארומיגע.

יאיר » זונטאג יאנואר 12, 2014 7:44 pm

· #175851
נשמה יתירה
די לשון "inside the clay jug", איז משמע אז מען רעדט פון עפעס וואס ליגט אין אן ערדענע כלי. מען רעדט נישט פון די כלי אליינס. פון ווי דארף איך צו וויסן וואס עס ליגט אין דעם אומבאוויסטן ערדענעם כלי. ולא בא הכתוב לסתום אלא לפרש. אלא מאי מוז זיין אז ער מיינט דעם באקאנטען ערדענעם כלי וואס איז דער בן אדם.
וכיהודה ועוד לקרא, זעה דעם פיוט זיינער

It's a heavy confusion.
Veda, Koran, holiness, hell --
who's man? who's woman?
A "clay pot" shot with air and sperm.
When the pot falls apart, what do you call it?

זעה אויך אז ער שרייבט אז די גאנצע וועלט ליגט אין די נשמה פון א מענטש

Thinkers, listen, tell me what you know of that is not inside the soul

דיין ערשטע ראי' זעט מיר נישט אויס מוכרח, אבער אויב מען זעט אויף אנדערע פלעצער אז ער רופט אן דעם מענטש'ס גוף א כלי חרס איז דאס טאקע ריכטיג. כ'בין נייגעריג ווער ס'איז טאקע אויפגעקומען דערמיט דער ערשטער. אפשר דער רמב"ם וועלכער פסק'נט (משכב ומושב פ"ו) כל המטמא אדם מטמא כלי חרס וכל שאינו מטמא אדם אינו מטמא כלי חרס.

נשמה יתירה

בנוגע תחיית המתים.
יא אלעס אין די וועלט חזר'ט זיך איבער. אבער נאר דער מענטש קען מען אנרופן "געלעבט" א פולקאמער לעבן. (יא איך ווייס פון די וואס פרעגן אז מהיכי תיתי א ווארעם איז נישט מער געלעבט, אבער לעת עתה גיי איך מיט די פשוטע מציאות אז דער מענטש האט די טיפסטע און ממילא פולסטע לעבן)
ממילא איז דער עכטער תחייה איז נאר ביים מענטש.

אויב אזוי איז דאך פונקט פארקערט. דער כלי חרס וואס ווערט א שטיין קען מען נאך זאגן אז דאס ווערט צוריק אויפגעלעבט ווייל ביידע האבן די זעלבע מאס חיות, אבער דער "לעבעדיגער" מענטש וואס וועט נאכ'ן טויט ווערן עפר ואפר רימה ותולעה איז דאך אין לך מיתה גדולה מזו. וכי לזה תחייה יקרא?
לפי זה קומט אויס אז לויט מרן הרב דוקינס שטימט נאך די בעסטע די תחיית המתים כפי הבנת נשמה יתירה בדברי מורו, ווייל לויט ווי רבינו הגר"ר איז מבאר בספרו הג'ן האנוכיי אז א מענטש איז אויך נישט מער ווי א Lumbering robot, קומט אויס אז ביי תחיית המתים דארף נישט א מענטש דוקא ווערן א נייער מענטש, אויב ער ווערט א נייער ווארים איז פונקט אזוי גוט.

יאיר » זונטאג יאנואר 12, 2014 7:53 pm

· #175854
פישל'ע העררינג
ווען א מאראנץ איז אראנדזש = רייף און נארהאפטיג.
ווען א מענטש איז אראנדזש = קראנק אויף די לעבער.

ווען א מאראנץ קוועטשט = גוטע אראנדזש דזוס א מחיה.
ווען א מענטש קוועטשט = מאכט ער נערוועז די ארומיגע.

על כגון דא אמרו חכמינו ז"ל, במקום שאין איש השתדל להיות פיש, בא דג מליח והעמידן על ארבע. הרי לך דג כשר והולך על ארבע.

נשמה יתירה » מאנטאג יאנואר 13, 2014 12:05 am

· #175941
יאיר
נשמה יתירה
די לשון "inside the clay jug", איז משמע אז מען רעדט פון עפעס וואס ליגט אין אן ערדענע כלי. מען רעדט נישט פון די כלי אליינס. פון ווי דארף איך צו וויסן וואס עס ליגט אין דעם אומבאוויסטן ערדענעם כלי. ולא בא הכתוב לסתום אלא לפרש. אלא מאי מוז זיין אז ער מיינט דעם באקאנטען ערדענעם כלי וואס איז דער בן אדם.
וכיהודה ועוד לקרא, זעה דעם פיוט זיינער

It's a heavy confusion.
Veda, Koran, holiness, hell --
who's man? who's woman?
A "clay pot" shot with air and sperm.
When the pot falls apart, what do you call it?

זעה אויך אז ער שרייבט אז די גאנצע וועלט ליגט אין די נשמה פון א מענטש

Thinkers, listen, tell me what you know of that is not inside the soul

דיין ערשטע ראי' זעט מיר נישט אויס מוכרח, אבער אויב מען זעט אויף אנדערע פלעצער אז ער רופט אן דעם מענטש'ס גוף א כלי חרס איז דאס טאקע ריכטיג. כ'בין נייגעריג ווער ס'איז טאקע אויפגעקומען דערמיט דער ערשטער. אפשר דער רמב"ם וועלכער פסק'נט (משכב ומושב פ"ו) כל המטמא אדם מטמא כלי חרס וכל שאינו מטמא אדם אינו מטמא כלי חרס.

ווען מען זאגט אינעוויינייג פון א כלי מיינט עס בדרך כלל די זאך וואס ליגט אין די כלי. אויב זאל ער רעדן פון די שטיק חרס דאן וואלט ער געדארפט רעדן פון א שטיק ערד נישט פון קיין כלי.
איינמאל מיר זענען מסכים צו די ערשטע נקודה, שטעלט זיך די פשוטע שאלה אז ער זאגט נישט וואס עס ליגט אין די כלי. איז ער ממש נישט מסביר וואס ער רעדט. וועגן דעם איז זייער מסתבר אז ער רעדט פון א כלי חרס וואס יעדער ווייסט גוט וואס עס ליגט דערין. דהיינו א בן אדם, וואס איז א שטיק ערד און האט אין זיך א שכל ונשמה. וכמבואר לעיל, באניצט ער זיך מיט אזא לשון אויף א מענטש.
באמת איז מיר גאנץ קנאפ וויכטיג וואס דער סופי פייטן האט מכוון געווען. עס איז אבער אן ענין פון הבנת הנקרא.
וואטעווער 🙄

יאיר » מאנטאג יאנואר 13, 2014 12:38 am

· #175947
עס איז מער אן ענין פון ביקורת הנקרא.

נשמה יתירה » מאנטאג יאנואר 13, 2014 1:25 am

· #175957
יאיר
נשמה יתירה

בנוגע תחיית המתים.
יא אלעס אין די וועלט חזר'ט זיך איבער. אבער נאר דער מענטש קען מען אנרופן "געלעבט" א פולקאמער לעבן. (יא איך ווייס פון די וואס פרעגן אז מהיכי תיתי א ווארעם איז נישט מער געלעבט, אבער לעת עתה גיי איך מיט די פשוטע מציאות אז דער מענטש האט די טיפסטע און ממילא פולסטע לעבן)
ממילא איז דער עכטער תחייה איז נאר ביים מענטש.

אויב אזוי איז דאך פונקט פארקערט. דער כלי חרס וואס ווערט א שטיין קען מען נאך זאגן אז דאס ווערט צוריק אויפגעלעבט ווייל ביידע האבן די זעלבע מאס חיות, אבער דער "לעבעדיגער" מענטש וואס וועט נאכ'ן טויט ווערן עפר ואפר רימה ותולעה איז דאך אין לך מיתה גדולה מזו. וכי לזה תחייה יקרא?

לא ירדתי לסוף דעתך. מען רעדט אז די ענערגיע פון די מענטש איז פושט צורה ולובש צורה, ביז ווילאנג עס ווערט נאכאמאל א מענטש. פונקט ווי דער מאראנץ ווערט א נייער מאראנץ.
באמת דארף מען פארשטיין וואס פונקטליך זאגט מען בדרך כלל די הבנה פון תחיית המתים. (די ענינים זענען נישט אייביג אזוי שווער זיך מתבונן זיין. דאס איינציגע זאך איז אז עס איז שווער פאר מענטשען צו טוישען די וועג וואס מען איז צוגעוואוינט צו טראכטן. וגם אני הקטן בתוכם.)

מיר זענען געוואוינט אז תחה"מ וועט מען ווערן צוריקגעשטעלט פונקט ווי ווען מען האט געלעבט. די שאלה איז אבער, וועלכע שלב אין לעבן ווערט צוריקגעשטעלט? מענטשען טוישען זיך מקצה אל הקצה פון ווען מען איז דרייסיג ביז מען איז ניינציג. הן לטוב הן למוטב.
באמת ברענגט דאס ארויס אן אנדערע שאלה. מיט וואס בין איך דער זעלבער 'אני' פון מיין צוויי יאר אלט ביז מיין דרייסיג יאר אלט. כמובן זענען די צוויי מצבים לגמרי צוויי אנדערע מציאותן. לו יצויר אז די שינוים געשעהן אין איין רגע בדרך נס, וועט די שאלה זיך שטערעקער באווייזן. מיט וואס איז דער מענטש בצביון פון א דרייסיג יעריגער, בשייכות מיט א מינוט צוריק ווען די צביון איז געווען פון א צוויי יעריגער? יעדער פיזישער און מענטאל באשטאנדטייל איז לגמרי נישט דאס זעלבע. יעדע איינציגסטע צעל פון מיין גוף וואס איך האב געהאט ביי די צוויי יאר, איז לאנג טויט, רמה ותולעה.
די אויסגעדראשענע משלים פון א סאלאט אדער א שיף איז גארנישט מסביר.
איז דאס וואס דער צוויי יעריגער האט גורם געווען דעם דרייסיג יעריגען, געניג? ווייל די ענערגיע פון דעם צוויי יעריגען, האט זיך מאניפעסטירט אין אן אויסשטעל פון א דרייסיג יעריגען, קענען מיר שוין כולל זיין ביידען און מאחד זיין אלס איינס?
(איך ניץ די ווארט ענערגיע אלס חומר ראשון, דאכט זיך אז דאס איז אנגענומען ביי די פיזיקער).
אויב וואלט דאס געווען ריכטיג דעמאלט בין איך ווייטער איינס ווען מיין ענערגיע מאנעפיסטריט זיך בצורת פון א נייע זרע דארך דעם וואס מיין גוף האט פראדעצורט מאכלים און א מענטש האט דאס געגעסען.
יא עס קוקט אויס מאדנע, אבער מען דארף וויסן צו עס איז דא א חילוק פון דאס ביז מיין פריערדיגע משל פון א צוויי יעריגער וואס ווערט א דרייסיג יעריגער.

די ערשטע טענה וואס מען וועט האבן אויף מיר איז, שאני דער דרייסיג יעריגער ווייל ער "ווייסט" אדער עכ"פ "האלט" אז ער איז די זעלבער. מען וועט זאגן אז איהנ"מ גארנישט איז נישט דאס זעלבע ווי א מינוט צוריק. אפי' א טיש האט בעצם נישט קיין שייכות מיט איר אטאמישע געלויף פון א מינוט צוריק. די אטאמען לאכן אין די פויסטען פון דאס וואס מיר מיינען אז דער טיש איז דאס זעלבע ווי פריער. לגבי זיי האט זיך אלעס, ממש אלעס, געטוישט. מיט דעם אלעם וועלן מיר זאגן אז די 'איינקייט' פון דעם טיש מיינען מיר נישט מער ווי דאס אז מה שנוגע אונזער טעגליכער לעבן איז דאס די זעלבע טיש ווי פריער. דאס זעלבע וועט מען טענה'ן כלפי דעם מענטש. א דרייסיג יעריגער האלט און ווייסט אז ער איז דער זעלבער, ממילא איז ער טאקע איינער. משא"כ ווען מיין ענערגיע איז מזבל פעלדער אין באשאפט עסן וואס ווערט זרע אין א מענטש, דארט זעהן מיר דאס נישט אלס דער זעלבער. ומה שנראה לענינינו הן הן הדברים.
אויף דעם זאגט דער בעשה"ק אז ביאת משיח און תחייה המתים איז בסוד הדעת. דהיינו איינמאל מען פארשטייט די אחדות פון די גאנצע בריאה, די אחדות הווייה, פארשטייט מען די חיבור פון אלעם פונקט ווי די חיבור פון א דרייסיג יעריגער צו א צוויי יעריגער. פונקט ווי קיינער האלט נישט היינט אז דער צוויי יעריגער לעבט נישט, אזוי וועט מען כאפן מיט דעם נייעם דעת כמים לים מכסים אז אלעס לעבט, קיינער איז נישט געשטארבען, און קיינער וועט נישט שטארבן.
הָקִיצוּ וְרַנְּנוּ שֹׁכְנֵי עָפָר כִּי טַל אוֹרֹת טַלֶּךָ.
בִּלַּע הַמָּוֶת לָנֶצַח וּמָחָה אֲדֹנָי יְהוִה דִּמְעָה מֵעַל כָּל פָּנִים

וכמובא לעיל מהבעשה"ק, ווערט די נקודה ארויסגעברענגט מיט התבוננת ווי גארנישט אין די בריאה שטארבט נישט, אלעס גייט פון איין צורה צום צווייטן. וכלשון חכמי הפיזיקער law of conservation of energy.
"ששמעתי ממורי וכו' תשובה למדינה אחת שכפרו בתחיית המתים, ותשובתו נוצחת להם, כי השכל נעשה מברירות הדמים כו' יעו"ש". "והנה נפש האדם הוא הדם הנעשה מברירות המאכלים וכו' ומזה נעשה השכל והדעת".
כל הנ"ל איז בדרך אפשר.

אני מאמין באמונה שלימה שתהיה תחיית המתים בעת שיעלה רצון מאת הבורא יתברך שמו ויתעלה זכרו לעד ולנצח נצחים.

יאיר » מאנטאג יאנואר 13, 2014 1:06 pm

· #176020
נשמה יתירה
אויף דעם זאגט דער בעשה"ק אז ביאת משיח און תחייה המתים איז בסוד הדעת. דהיינו איינמאל מען פארשטייט די אחדות פון די גאנצע בריאה, די אחדות הווייה, פארשטייט מען די חיבור פון אלעם פונקט ווי די חיבור פון א דרייסיג יעריגער צו א צוויי יעריגער. פונקט ווי קיינער האלט נישט היינט אז דער צוויי יעריגער לעבט נישט, אזוי וועט מען כאפן מיט דעם נייעם דעת כמים לים מכסים אז אלעס לעבט, קיינער איז נישט געשטארבען, און קיינער וועט נישט שטארבן.

בקיצור, מיר קומען צוריק צו מיין פריערדיגע שאלה:
יאיר
דו מיינסט צו זאגן אז לויט'ן בעל שם טוב האבן אלע זאכן אין די וועלט תחיית המתים, נישט נאר מענטשן?

דהיינו, ווען מען גייט מיט ראדיקאלע פאנענטעאיזם, דארף אויסקומען לאגיש אז די גאנצע וועלט איז בעצם איינס, און עס איז נישט שייך צו זאגן אז איין זאך לעבט מער ווי אנדערע, אדער אז איין זאך וועט יא איבערלעבן און אן אנדערע נישט.
אפילו אויב מ'וועט מחלק זיין און זאגן אז למעשה פאר אונזערע באגרעניצטע אויגן איז דער מענטש מער "לעבעדיג", דארף מען נאכאלס פארשטיין פון וואו דו נעמסט די מיוחד'דיגע תחיית המתים פון א מענטש, פון וואנעט ווייסטו אז פון די איבערבלייבענישן פון דעם מענטש וועט שפעטער ווערן נאך א מענטש. דער מענטש וועט ווערן רקב וואס מען וועט שפעטער אויפגראבן ווען מ'וועט בויען הייזער. אמת אז א חלק פון זיינע איבערבלייבענישן וועט מעגליך אריינגיין אין א פרי וואס א מענטש וועט עסן, אבער אויב רופסטו דאס אן תחיית המתים איז דאך א כל שכן אז יעדער מאראנץ האט תחיית המתים.
---
יעצט האב איך נאכגעקוקט דעם צפנת פענח, שטעלט זיך ארויס אז מורו האט דאס געברענגט בשם דעם רמב"ם. היות דער רמב"ם איז לויט אלע ווארשיינליכקייטן נישט געווען קיין פאנענטעאיסט (כאטש זיין אמונה אין תחיית המתים איז א גרויסע צריך עיון ואין כאן מקומו), האב איך מקיים געווען גגילים תעשה לך. שטעלט זיך ארויס אז דאס ווערט אויך געברענגט אין ספר בעש"ט על התורה (פרשת האזינו), והא לך לשונו:
שמעתי ממורי(הבעש״ט זי״ע) דיש בכתבי
שאלות ותשובות של הרמב״ם ששאלו ממדינה אחת אל הרמב״ם וחתמו על שאלה זו כמספר
שבעים אלף, ילמדנו רבינו מאחר שאין תחיית המתים מפורש בתורה רק בש״ס, א״כ גם לנו יש
לדרוש ולהוכיח איפכא וכוי. והרמב״ם לא רצה להשיבם בעצמו וציוה לתלמידו מהר״י אבן תיבון
לכתוב תשובתם ותוכן תשובתם הוא זה.
אבאר לכם מאחר שנמשך לכם ספק זה, א״כ אין נשמתכם נמשך מבני אברהם יצחק ויעקב,
רק מאנשי סדום ועמורה וכו', והנה נפש האדם הוא דם הנעשה מברירת המאכלים וכו׳ ומבחר
הדם נכנם בלב ואח״כ במוח, ומזה נעשה הדעת והשכל, ומדבריכם שנראה שאתם כופרים בדברי
חז״ל, א״כ נראה שלא נזהרתם מאכילת איסור ודברים טמאים, והשכל והדעת שלכם נמשך להכריע
אל הטומאה, כי ממנו נעשה, וא״כ איך תוכלו להכריע נגד רבותינו חכמי התלמוד אשר רוחב לבבם
היה רחבה מני ים.

האבן מיר דא געכאפט דעם שורש פון די פאנענטעאיזם פון דעם רמב"ם, דעם בעל שם טוב, און דעם תולדות ביינעזאם. ס'איז אלעס תלוי אויב מען האט געטרונקען חלב סתם.

נשמה יתירה » מאנטאג יאנואר 13, 2014 1:27 pm

· #176022
וועלן מיר יעצט נישט ווערן קיין היסטאריקער און פרובירן טרעפן דעם רמב"ם הנעלם. מיר וועלן זיך באפאסן מיט וואס די בעשה"ק זאגט, און פרובירן פארשטיין וואס ער מיינט מרמז צו זיין מיט דעם תשובה נוצחת.
הבנת הנקרא, אדער ביקורת הנקרא, וויאזוי דו ווילסט. 🙂

יאיר » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:11 am

· #176483
נשמה יתירה
וועלן מיר יעצט נישט ווערן קיין היסטאריקער און פרובירן טרעפן דעם רמב"ם הנעלם. מיר וועלן זיך באפאסן מיט וואס די בעשה"ק זאגט, און פרובירן פארשטיין וואס ער מיינט מרמז צו זיין מיט דעם תשובה נוצחת.
הבנת הנקרא, אדער ביקורת הנקרא, וויאזוי דו ווילסט. 🙂

איך האב דאך געברענגט דעם שטיקל פון בעל שם טוב בשם רמב"ם, נישט פון רמב"ם אליין. אדרבה, אויב איינער קען מיר טרעפן דעם בריוו פון ר' יהודה איבן תיבון אינעווייניג וועל איך אים דאנקבאר זיין.

מאטי » מיטוואך יאנואר 15, 2014 2:56 am

· #176506
לגבי די שאלה ׳וואס איז מאחד דער צוויי יעריגער מיטן דרייסיג יעריגער מענטש די אלטע סעללס זענען שוין לאנג אויסגעשטארבן. דאכט זיך אז דער קאנטשעס/נשמה/זכרון, דאס וואס מאכט די ערדענע כלי פאר א מענטש, דאס איז אייביג איינס און די זעלבע פון אנהייב ביזן סוף.