טיטאניק
"שטימע", ער האט זייער א שטארקע שטימע, הויעך און שארף
"דרייען", ער דרייט ממש ווי א פידעלע ארויף אראפ מזרח מערב צפון דרום לארבע כנפות זייער לייכט און פלעקסעבעל
"שיינע שטימע" מאנכע מיינען אז אלע חזנים האבען די זעלבע שטימע אבער לא כן הדברים דער חזן שטארק האט זייער א זיסער שטימע זייער געשמאק צי הערען
"הארץ" דאס איז זיין גרעסטער מעלה, זיין הארץ און געפיל...
על כל פנים ווען חזן שטארק לייגט אראפ א שטיקעלע איז דאס אראפגעלייגט סיי העכסט פראפעשאנאל און פונקליך און אפילו ווען ער לייגט צי א קוועטש איז דאס אקעי ווייל דאס קימט אריין, ער לייגט עס אראפ מיט א פעסטקייט און מיט שטארקע ביטחון עצמי, אבער על כולנה איז די "געפיל" מיט וואס ער זינגט דאס, דער צינעמט דאך יעדעמס הארץ
אסאך גרויסע חזנים האבען מיר דאס מודה געווען אז דער חזן שטארק איז לכאורה דער מלך החזנים בדורינו
אז מען רעדט, זענען דא וואס זאגען אז חזן העלפגאט איז מלך החזנים, איך פארשטיי פארוואס מאנכע זאגען אזוי, ער איז אויך זייער זייער שטארק אבער ער האט צוויי חסרונות איינס ער הייסט נישט "שטארק"..... צוויי ער איז א קאלטער פוילישער גערער ווען ער זינגט זינגט ער שטארק אבער אן געפיל זייער טריקען און מיט דעם איז חזן שטארק שטערקער פון עם
מער ווייניגער האט איר ריכטיג א פוינט, ער ווארעמט די נשמה און באצויבערט דעם צוהערער.
איך דאגעגן, ניץ עירפאונס ווען איך הער א גוט שטיקל חזנות אדער פיין מוזיק, כדי נישט צו זיין מערדערליך שלעכט פאר די וואס פאפ ראק און כלערליי מגיפות כאלערעס און אנשיקענישן איז פאר זיי מוזיק...
דער איטטשע מאיר האט צוויי מעלות; 1 זיין שטימע איז קריסטאל ריין, 2 ער וועט קיינמאל חלילה פיטשן ה"י... דעטס איט!
ווער עס גלייכט קוויטשערייען און קאלטע טיי, זאל אויך זאגן אז ער פארשטייט אין חזנות... הלמאי... יעדער זאגט ער איז קינג....