כולל יונגערלייט גייען זיך לערנען א פאך - אדמו"ר מבעלז
47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5635
כולל יונגערלייט גייען זיך לערנען א פאך - אדמו"ר מבעלז
איך האב יעצט גהערט פון א מקור מוסמך אז ביי א גרויסע דרשה ביי א כינוס פאר חסידי בעלז האט איינער פון די גבאים ר' יחיאל מיכל פירר איבערגעגעבןבשם בעלזער רבי אז כולל יונגעלייט זאלען אוועק געבן 2 טעג א וואך אין די נאכמיטאג שעות זיך צי לערנען א פאך. דער גבאי האט מסביר געווען אז תורה איז די חשוב'סטע און העכער אלעס אבער וויבאלד רוב יונגעלייט גייען נישט צו בלייבען ביים לערנען אויף אייביג, אן דאס אז מען לערענט פינף יאר אין כולל און מען גייט שוין ארויס נאר ממש ווען מען האט שוין נישט קיין צייט זיך צי לערנן א פאך טוט שאטען אז דער יונגערמאן זאל קיינמאל נישט זיין מסודר, א יונגערמאן האט א חיוב צו ברענגן פרנסה אין שטוב און מען זאל גיין לערנען א פאך אז עס זאל אנקימען בדרך כבוד. די יונגעלייט וואס וועלן פאלגען און אויסניצען צוויי נאכמיטאג'ס א וואך זיך צי לערנען א פאך, וועלן באקימען זייער כולל געלט פינקט ווי דער יונגערמאן וואס בלייבט א גאנצן טאג אין כולל און גייט נישט לערנען קיין פאך.
ווייסט איינער מער דערוועגן?
לייקענן דאס אפ די בעלזער חסידים?
גייען זיי דאס איינפירן אין אמעריקא און אין קאנאדע אויך?
זענען די בני תורה ובראשם מרן רב שטינמאן שליט"א מסכים?
גייען זיי עס נאכטוהן? (100% אז ניין!!)
לדעתי איז עס א דבר טוב. כאטש איך האב וואס מוסיף צו זיין אך לא עת לאריכות עכשיו.
דא האסטו די נייעס
און
דא איז שוין דא א גאנצע אנאליז צו עס איז א גוטע זאך אדער עס דארף פארדאמט ווערען
הייבט זיך אן א נייע סטייל?
איז דאס א רעפארם מבית מדרשם של בעלז?
וויאזוי גייט סאטמאר, ביידע, רעאגירן?
ווען ער זאל זיך נישט האבן פארפאטשקיט מיט יעדן וואלט ער איצט גווען א מוסטער פאר אלע. אבל...
גייט אזא סארט פלאן גנומן ווערן אין באטראכט דורך די ישראל'ישע ממשלה אלס לימודי חול, און גיבן פינאנציעלע שטיצע?
לעמילדא האסטו די נייעס
און
דא איז שוין דא א גאנצע אנאליז צו עס איז א גוטע זאך אדער עס דארף פארדאמט ווערען
א עקל צו קוקן דארט אנשטאט גראטולירן דעם מנהיג אויף זיין דרייסטע און זאכליכע איינפיר איז מען דארט דן צו עס וואלט יא דער נישט געווען לרוחו פון רעבע'ן זכרוינעלברוכע, און איינער וואס רופט זיך - ווייזט אויס בלשון סגי נהור - בעל דעת שרייבט גאר אז עס איז איבריג דן צו זיין ווייל ממילא מרשעים יצא רשע!
לאמיר האפן אז אלע וועלן נאכגיין אין זיינע פוסטריט און איינמאל פאר אלעמאל טוהן עפעס אויסצולייזן די חרדיש'ע אידן אין ארץ ישראלפון זייער שוידערליכע עניות דחקות און ליידיגגייעריי
גרעכט איש עברי. לעמיל, אז איך וואלט גוואלט גיין קיין אוי-וועלט וואלט איך אליינס גגאנגען...
וואס האט סאטמאר'ע רב ז''ל בכלל געהאלטן וועגן כולל אין א''י?, אין אמעריקע האט ער געשיקט ארבייטען
אונטערעסאנט. סאטמאר האט געשריגען תש''ם, אז דער חתן דינן רבי בערל זז''ג, איז א אויפגעקלעטע אפיקורס, עס האט זיך געדאכט פאר מאנכע אז עס איז גאר איבערגעטריבען, ביזדערווייל זעט כלל ישראל איין, טאג נאך טאג, אז די סאטמורים האבן אים אונטערגעשאצט, ער איז נאך פול א גרעסערע אפיקורס וואו מען האט זיך נאר געקענט פארשטעלן.
ווען עס קימט צו אפשפעטן אדער אריין ברענגען נייע זאכן בכרם ישראל סבא, איז ער דער גרויסער ריזיגער, אלעמאל דער ערשטער, און ער טיט דאס בהידור רב.
ער איז נאר א געריבן סוחר, ער האט נישט קיין חשק אז סאטמאר זאל אים כסדר פארדאמען פאר זיין השכלהשע מעשים, האט ער געמאכט די גאנצע מחילה שפיל, או... איז ער א לייצן, און בעלזא און דער אלטער היים, וואלט ער געווען די מערסט אויסגעשפיגענער באשעפעניש, יבוא בעל הכרם ויכלה את קוציו....
סאטמאר רבי זי"ע וואלט זיכער ברוגז געווען יעצט אויף בעלז. ער האט דאך געהאלטן אז אינגעלייט האבן נישט וואס צו זוכן אין כולל, מען דארף גיין גלייך ארבעטן, און דא קומט בעלז איינפירן אז מען זאל א האלבן טאג גיין אין כולל...
אגב, יארמער רב פרעגט א חתן: גייסט אין כולל נאך די חתונה?
..יא
..א גאנצן טאג אדער א האלבע?
..א גאנצע. און אפשר אפילו פאר עטליכע טעג...
קאך לעפעלע! דו ווייסט וואס טוט זיך אפ אין די כרם פון ישראל סבא? דער זיידע רבי ישראל פרעסט זיך אין קבר איבער וואס גייט פאר אין דעם כרם, דער כרם איז פארלאזט, פוסט און פרוכטלאז, דו ביימער וואס האבן אמאל ארויסגעגעבן פיינע זאפטיגע פירות שטייען צובויגן און פוסט, און סאיז א נעבעך אנצוקוקען דעם כרם.
די כרם וואס פלעגט ארויסגעבן פיינע עהרליכע אידן וואס פלאגן זיך אויף צו ברענגען פרנסה און תלמידי חכמים וואס ארבעטען ביי די זייט צו מפרנס זיין די שטוב, האט אנגעהויבן וואקסן שנארערס, פאראזיטן אין בעסט'ן פאל, אדער גנבים און שווינדלער'ס וואס לעבן נאר אויף רעגירונג פראגראמען,
אויב ביזטו א שטיקל אוהב ישראל ווילסטו אויך אז דו אומרעאליסטישע סיסטעם פון נישט ברענגען פרנסה און אריינפאלן אין דחקות און אין עניות המעביר את האדם על דעתו ודעת קונו זאל נעמען א סוף, און יונגעלייט זאלן פרוט אנהייבן מקיים צו זיין וואס מנעמט זיך אונטער אין די כתובה.
די בעטסט דער בעל הכרם זאל קומען מכלה זיין די קוצים, דו ווייסט וואספארא שווערע דשאב דאס איז? צימערמאנס קלאר'ס אלתר משה גאלדבערגער'ס און נאך געפערליכע קוצים וואס זענען מכלה דעם כרם הלוואי זאל מען קענען אויסרייניגען דעם כרם!
נאר,,פרייליך
דו האלטסט אז דאס איז א הצעה מצד הונליין, און דער בעלזער רבי האט שנעל און תיכף מסכים גווען?
שווער אנצונעמען.
קאך_לעפל
ווען עס קימט (צו אפשפעטן אדער) אריין ברענגען נייע זאכן בכרם ישראל סבא, איז ער דער גרויסער ריזיגער, אלעמאל דער ערשטער, און ער טיט דאס בהידור רב.
פאני איז, אז סאטמאר זעהט אלץ איין 10 יאר שפעטער זיין "חכמה" און מאכט אים נאך!
לעצטנס האט מען געמאלדן ביי מוהרז"ל אז מען גייט שטעלן חבורות און יעדע חבורה וועט האבן א ראש החבורה. פון וואו קומט דאס? דאס איז שוין אזוי יארן לאנג ביי "ר' בערל'ען",
סאטמאר האט ארויסגעגעבן קאסעטעס, ווערצבערגער וכדומה, נאכן פארדאמען יארן לאנג ר' בערל'ען הלמאי ער פראדוצירט אזא מאדערנע זאך ווי טעיפס (אגב, די שענסטע חסידי'שע טעיפס איז פון בעלזא). היינט וואלט זיך סאטמאר געוואונטשן אז מען זאל הערן בעלזא טעיפס.
ר' בערל האט יארן צוריק איינגעזהן אז חינוך מיוחד איז א וויכטיגע זאך, און מען מוז אויפנעמען געלערנטע ספעציאליסטן, ווען אין סאטמאר האט מען געשריגן "ממש השכלה, היינטיגע גוי'אישע דעות" און בשעת מעשה געשמיסן אלע שוואכע קינדער אן רחמנות,
ר' בערל האט נישט פלעין געשריגן 'אינטערנעט איז אסור' א_ווי אלע אנדערע וואס שרייען ג-י-וו-א-ל-ד, נאר ער האט דאס במו עיניו זיך אוועקגעזעצט ביי א קאמפיוטער און אדורכגעטון דעם ענין, גערעדט מיט בעלי בתים און ביזנעסלייט צו הערן די מעלות און חסרונות, די עצות ווי אזוי צו קענען מקיים זיין דעם תוכו אכיל וקליפתו זרק, און נאר נאכדעם האט ער מסדר געווען זיינע תקנות. אין סאטמאר האט מען שפעטער נאכגעטון דאס זעלבע.
די ליסטע איז נאך א לאנגע. איך בין נישט קיין בעלזער, אדרבה, איך שטאם דאך פון חדר שכנגד, אבער דאס מין משוגעת צו נעמען א רבי וואס פרובירט אויפצוטון (זאל-זיין לפי דעתו העניה) און אים כסדר פארשרייען אלס אן אפיקורס אויף יעדע זאך איז נידריג און אוממענטשליך, עס מאכט נישט קיין סענס.
בין איך אלעס מסכים צו אים? אבסאלוטלי נישט. איז ער א דרייסטער מנהיג מיט צופיל גאטס? זיכער אז יא. אבער דאס טוט נישט פארמינערן זיינע מעלות פון זיין א חכם הרואה את הנולד. און נאכמער, די חסרון פון צופיל גאטס קומט אונז אלע צוניץ, טאקע דערפאר ווייל ער האט די דרייסטקייט צו אלעמאל (כלשונך) "זיין דער ערשטער צו אריינברענגען נייע זאכן בכרם ישראל סבא בהידור רב". און אנדערע טוען אים נאך!
אדרבה, פוק חזי ווער עס האט איינע פון די שענסטע חסידות'ער אויפן כדור העולם מיט די ווייניגסטע אפפאל!!
לענינינו: אשרי חלקו פאר די נייע איינפיר פאר כולל יונגעלייט. עס איז וויכטיג, און יישר כחו וחילו פארן אנהייבן א מערכה אז יונגעלייט זאלן ארבעטן אפאר טעג, אין קעגנזאץ צו אנדערע רבי'ס וואס הייסן פרעגן א שאלה צי מען מעג ארויס פון כולל און צי מען מעג דרייוון א קאר.
איך זאג נאכאמאל, איך בין נישט איינשטימיג מיט זיינע שיטות לגבי ציונות, איך בין אויפגעוואקסן אויף דעם פארקערטן דרך; אבער פון דארטן ביז זאגן אז יעדע תיקון וואס ער מאכט איז השכלה און א מעסער אין רוקן פון "דרך ישראל סבא" איז סתם נאריש און זינלאז.
סארי אויב כ'האב מיך צולאזט, איך עקספעקט אפאר באמבעס אויף צוריק ברבים און אין אישית, אבער ההכרח לא יגונה.
(נאר,,פרייליך, ביטע אטאקירן מיט רחמנות.....)
היימישער ליטוואקנאר,,פרייליך
דו האלטסט אז דאס איז א הצעה מצד הונליין, און דער בעלזער רבי האט שנעל און תיכף מסכים גווען?
שווער אנצונעמען.
אזוי זעה'ך נאך אפשאצער דא
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=3036784&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771</a>
די בעלזא זאגן אז זיי האבן פראצענטאל די ווייניגסטע נושרים
טאמיר ס'איז אמת איז עס לכאורה די שטארק חינוך סיסטעם פין בעלז צי פארדאנקן
אדער וועגן זיי האבן נישט קיין מחלוקת וואס מאכט חרוב דעם סיסטעם בשעת די מחלוקה
אדער וועגן דער ס"ם פארלייגט זיך נישט אויף זיי ער פארלייגט זיך נאר אויף חב"ד אויף סאטמאר אין סקווירא
זלמן זאפיר
אדער וועגן דער ס"ם פארלייגט זיך נישט אויף זיי ער פארלייגט זיך נאר אויף חב"ד אויף סאטמאר אין סקווירא
👍 👍
😂 😂
נאר,,פרייליךהיימישער ליטוואקנאר,,פרייליך
דו האלטסט אז דאס איז א הצעה מצד הונליין, און דער בעלזער רבי האט שנעל און תיכף מסכים גווען?
שווער אנצונעמען.
אזוי זעה'ך נאך אפשאצער דא
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=3036784&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771</a>
ביסט טאקע אזא בהמה אדער דו מאכסטעך נאר? פון די שטארקע מקורותדיגע בחדרי פורום ברענגסטו א ראיה אז בעלזא רב האט געהערט פון הונלויין אז מ'זאל שיקען ארבייטען און גלייך דערנאך געשיקט?! בעלזא רעדט מען שוין יארען פון זיך גיין לערנען א פאך, און כ'מיין אז בעלזא רב האט שוין גערעדט פון דעם שוין צעהן יאר צוריק..
הונליין ביים מרן אין דגל התורה
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=63463">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=63463</a>
אצינד איז שוין איינער פארנימען אז די פארטרעטער פון עדה מיט הרב אויערבאך זענען בכעס אויף דעי שריט
וואס לכ' וועט דאס פירען צו א צוזאמארבעט פון די קנאי'ש סארט מיט די אנדערע אינערהאלב אגודת ישראל
זיסע חלומות, ליין דא א ספין,
אתמול נכנס הסיקריק אברהם פרויליך לשמואל אויערבאך בשערי חסד לדבר נגד האדמו"ר מבעלזא על כך שהורה לחסידים ללמוד מקצוע מחוץ לשעות הכולל
שמואל אויערבאך שלמרות שרוב בוגרי מעלות התורה הם אנשים עובדים וחלק גדול ממקורביו מארגנים את השירות האזרחי במקומות שונים הוא רוצה להצטייר כלפי חוץ כאיש השקפה
הוא התבטא בחריפות נגד האדמו"ר מבעלזא, "הוא תמיד היה וילדר חיה ועשה מה שהוא רוצה, הוא הורס את היהדות החרדית, הוא הכניס את השומרים שעושים שירות אזרחי בתוך החסידים שלו"
פרויליך ביקש שיכתוב מכתב נגד האדמו"ר מבעלזא, אמר שמואל אויערבאך "אני לא יכול לעשות את זה, הם כיבדו אותי בחתונה האחרונה ושרו לי ימים אני לא יכול לפגוע בהם, אבל אדרבא אתם צריכים להילחם ולעשות פשקוילים וכתבי פלסתר בכל ירושלים נגדו".
שמואל אויערבאך גם נדב לפרויליך 2000$ למען המערכה
יצויין כי הצביעות של פרויליך עוברת כל גבול, הוא לחם נגד מרן הגרי"ש אלישיב זצ"ל, וכיסה את כל רחובות ירושלים בכתבי פלסתר נגדו בפרשיית הקברים בגבעת זאב ובפרשיות אחרות, גם בכל התקופה שמרן הגרי"ש אלישיב זצ"ל הנהיג את דגל התורה יחד עם מרן הגראי"ל שטיינמן שליט"א לחם פרויליך נגדם ויצא בכתבי פלסתר נגד הנהגתם והיה בקשרים טובים עם נתי גרוסמן כדי לפגוע בהם כשהמייעץ היה נתי גרוסמן שהעיז פניו גם לפגוע במרן הגרי"ש אלישיב זצ"ל כשהגיע ההכרעה של חוק טל.
איינער וואס ליינט אביסעל די הייליגע שיחה צווישען הונליין מיטן מרן זעהט אביסעל על מה אדני היציאה ל'שטודירען הוטבעו עס האט שטארקע מסמרות פון די ראשי השלטון
טעפל ביטע זיי מסביר וואס דא גייט פאר.
ברענג נאך אפאר גוטע מקורות כדוגמת שאוהלזון..
די יושבי חושך וצלמוות די וואס ביי וועם "חדש אסור מן התורה" איז וויכטגער ווי י"ג עיקרים ג' חמורות און עשרת הדברות, די האבן זייער מורא פון די בעלזער רב און וועלן מיט אלע כוחות פרובירן אים צו אפמאלען אלס משכיל, ווייל ער איז א הוכחה אז מען קען אדורכפירן וויכטיגע רעפארמירונגען, אויפטוהן און מחדש זיין, און דאך בלייבן אינגאנצן עהרליך און אנהאלטן די גאנצע חסידישע טראדיציע מיט'ן גאנצן קנאק, און דאס איז שומט די קרקע פון די פאסיווע מנהיגים וואס טוען גארנישט ערנסט צו פאררעכטן פראבלעמען און גלייזן מיט די אויגן און זאגן "חדש אסור מן התורה"
דעריבער מיין איך אז מ'זאל נישט נוצען די ווארט "שטודירן" ווייל די היציגע מוחות אסאציאטירן דאס גלייך מיט מלחמות חרמות און אזוי ווייטער, בסך הכל רעדט זיך דא פון א נאבעלע איינפיהר אז די יונגעלייט וואס לערנען א פאך זאלן קענען בלייבן אין כולל במשך די צייט וואס זיי לערנען דאס,
למעשה דוכט זיך מיר אז ביי די סאטמארע פאכלאזע אידן איז דא פיל מער געלט ווי אין בעלז.
אמת ,ווייל דארט האט מען מקדש געווען ערך הכסף (סיי ביי זיך ,סיי מיטן טיילן צדקה ,און סיי מיטן האלטן אנדערע חסידות אין שפאן מיטן סטראשן מען וועט אפהאקן די קראן) און אויך אנערקענט די גבירים מיט זיי געבן פאוער.
בעלזא איז אייביג געווען א באנדע שנארערס און וועט אייביג זיין ,א גביר האט נישט קיין שום ווארט מער ווי א ארימאן.
איך אויךאמת ,ווייל דארט האט מען מקדש געווען ערך הכסף (סיי ביי זיך ,סיי מיטן טיילן צדקה ,און סיי מיטן האלטן אנדערע חסידות אין שפאן מיטן סטראשן מען וועט אפהאקן די קראן) און אויך אנערקענט די גבירים מיט זיי געבן פאוער.
נע, ס'איז וועגן די סטרא אחרא איז אויף זייער זייט ממילא זענען זיי מצליח.
כשמעקעדיג ועוד לקרא
חברה: א פאראלזירטע מענטש מאכט נישט קיין טעותים! ווי קליגער א מענטש איז, אלץ מער סוקסעס און אזוי אויך דורכפעלער זעהט מען ביי איהם!
מען מישט איבער א בלעטעל פון דרייסיג יאר פון ווען ער איז געווערן א 'שגץ' ביז יעצט, וואס ער האט אלץ געבויעט און אויפגעטוהן, דארף מען זיין בלינד נישט צו אנערקענען אז ער איז דער "געלונגענסטע" (שריי נישט, כהאב נישט געזאגט ערליכסטע...) רבי בדורינו
אלע חסידות'ער מאכן היינט נאר 'רוב' פון זיינע הנהגות!
א זעלטענהייט פון א בעל מחדש! נישט אייביג געלינג עס, אבער זיין סוקסעס רעיט איז זייער הויעך
קיינער האט אים קיינמאל נישט אוועקגעמאכט לגבי דעם אז ער פארשטייט זיך וויאזוי צו מענעדשען זיין וועלטל, א וועלט וואס שטייט אויף מעסס פראדוקשאן. זיי זאגן נאר אז ער איז א מאדערן דעי רבי און ער פירט זיך מער ווייניגער אויס אלע זיינע שאיפות מיט א ברייטע באקוועמליכקייט, אוודאי פארשטייט יעדער אז ער איז א מאמין בה' ובתורתו אבער ער איז אויך א גרויסער מאמין אינעם סעקולערן סיסטעם אזאך וואס די פריערדיגע האבן נישט געהאלטן. און מענטשען זאגן אז ער איז א געזונטער משכיל, ער האט נישט קיין שום פראבלעם מיט דעם וואס ער איז א משכיל, די חסידים זענען פראוד מיט דעם וואס ער איז א משכיל, ער מיט זיינע חסידים גלייבן נישט אין גארנישט אויף די וועלט ובתוכם די פריערדיגע בעלזא אדמורי"ם א חוץ אין די איצטיגע הנהגה. ועכ"ז וואס ער איז אן אדמיטעד משכיל פייפט ער אן די וועלט ווייל ער איז דער גרעסטער מאמין אין דעם איינעם סעיף אינעם רבינס שיטה וואס ברענגט קלאר ארויס איבער דעם השתכחות פונעם דרך הבעש"ט ממילא פירט ער זיך זיין שיפל אויף זיין אייגענער מיטל און ב"ה דערווייל פארט עס דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער
הלוואי ווען ער איז א משכיל, ער איז גאר ווייט דערפון. זיין שטערקסטע מעלה איז נאר זיין חוצפה, דאס אז ער געט נישט קיין &$%# פאר קיינעם, טוט וואס ער פארשטייט, און נעמט נישט אנטייל אין די אכשר דרא פארמעסט. חוץ מזה איז ער פונקט אזא פוסע על ראשי עם קודש און קאנטראל פריק ווי זיי אלע. אבער די דרייסטקייט און די סטעפ אין רייט דירעקציע איז באגריסענדווערט.
געפילטע ווען די האסט אזויפיל פלייש וואס גייען בלינד נאך דיר וואס אימער זאלסט נאר טון וויפיל בזיונות די זאלסט נאר שאפען
גלייב מיר וואלסט אויך געטון ככל העולה על רוחך אהן געבן א דעם פאר קיינעם,
די ווינדער איז נאר וויזוי א ציבור בלע''ה לאלפים האט זיך נישט געלערנט וויזוי ליבאוויטש איז אינגאנצען צופארען געווארען פון א לידער וואס האט געפיפען אויף יעדן און געטון מיט זיין הייליגער עדה ככל העלה על לבו הק',
די פראגע איז וויזוי זיין זון וועט קענען מענעדזשען אזא סארט ביזנעס ווען ער וועט עס ברויכען נעמען אין די לייצעס,
יעצט געליינט וווערטער פון הרבני רבי יצחק האנליין ווי ער זאגט זיינע מאטיווען מיטן ארבעטן מיט בעלז און ר שטינמן
מלקולם הונליין: איני מתווך בין הרבנים לממשלה בענין הגיוס מעולם לא התחייבתי לעשות זאת דעתי שבחורי הישיבה צריכים לתרום למדינה וגם ללמוד תורה
עס קוקט אויס פון זיין דעת תורה אז רבי בערל מיט ר'ארון ליב און רבי יצחק זענען אויף א פארשטענדעניש
שמעקעדיג
איך זאג נאכאמאל, איך בין נישט איינשטימיג מיט זיינע שיטות לגבי ציונות, איך בין אויפגעוואקסן אויף דעם פארקערטן דרך; אבער פון דארטן ביז זאגן אז יעדע תיקון וואס ער מאכט איז השכלה און א מעסער אין רוקן פון "דרך ישראל סבא" איז סתם נאריש און זינלאז.
סארי אויב כ'האב מיך צולאזט, איך עקספעקט אפאר באמבעס אויף צוריק ברבים און אין אישית, אבער ההכרח לא יגונה.
(נאר,,פרייליך, ביטע אטאקירן מיט רחמנות.....)
נאך א מזל די פארגעסט נישט דיין אפשטאם
און די ביסט מוכן עס צו פובליצירען לעיני העמים והשרים,
עס איז נישט דא וואס צו אטאקירען ווען א גברא קומט ארויס אין די פובליק און זאגט זיין שטעלונג אהנע כסויים
האט איינער אטאקירט ווען א געוויסע הנהגה האט פובליצירט אז ס'איז שוין נתגלה געווארען דער מלך המשיח?
יעדער האט מיט א געפיל פון האפענונג אויף א רפואה צוגעקוקט מיט רחמנות אויף די פילע נאכפאלגער
שמעקעדיג
סאטמאר האט ארויסגעגעבן קאסעטעס, ווערצבערגער וכדומה, נאכן פארדאמען יארן לאנג ר' בערל'ען הלמאי ער פראדוצירט אזא מאדערנע זאך ווי טעיפס.
ווער און ווי האט מען פארדאמט? און וועלכע יארן איז עס געווען? כמדומה רעדסטו שטותים פון הארבעל ארויס
בעפאר דו ביסט געבוירן, שעפעלע, איז טעיפס געווען אסור. מען האט שוין ערגעץ מעתיק געווען (דא אין שטיבל) א קול קורא דערוועגן, אז מען זאל עס ח"ו נישט אנצינדן אין חדר פאר די קינדער.
גראדע אין דעם הינזיכט איז באמת אכשר דרא, די אמאליגע איסורים אקעגן הערן נארמאלע טעיפס, און האב א "קעסיא" אינדערהיים. א.א.וו. איז שוין מער נישטא.
פינטי, איך שרייב נישט קיין דמיונות. איך האב גערעדט צו עלטערע אידן.
יענע עלטערע אידן וואס שרייען שייגעצל? ביטע דריי נישט א קאפ היימישע טעיפס זענען קיינמאל קיין פראבלעם נישט געווען און סאטמאר האט קיינמאל נישט געהאקט אויף בעלזא וועגן טעיפס. דו טוסט דיר נישט קיין טובות מיט שרייבן שטותים.
שמעקעדיגבעפאר דו ביסט געבוירן, שעפעלע, איז טעיפס געווען אסור. מען האט שוין ערגעץ דא מעתיק געווען א קול קורא דערוועגן, אז מען זאל עס ח"ו נישט אנצינדן אין חדר פאר די קינדער.
גראדע אין דעם הינזיכט איז באמת אכשר דרא, די אמאליגע איסורים אקעגן הערן נארמאלע טעיפס, און האב א "קעסיא" אינדערהיים. א.א.וו. איז שוין מער נישטא.
פינטי, איך שרייב נישט קיין דמיונות. איך האב גערעדט צו עלטערע אידן.
כ'אב אויכעט גערעדט צו די עלטערע אידען אבער מיט איין זאך ביסטו דיר טועה
דאס אריינברענגען דעם מוזיקאלישע געפיל און אויפבויען זינגער'ס און נאך,
ווי טוישען די שטרענגקייט איבער די אופן וויאזוי צו דריקען די תורות הרביים,
דאס איז געווען 'בעלזע' ריסטריקשענס וואס דער איצטיגער הנהגה האט גענצליך אויסגעראטען אז ס'זאל פון זיי קיין זכר נישט בלייבען צו האבען די גענצליכע שליטה אין די האנט
אט דאס און נאר דאס האט דעמאלטס געשטערט פאר ערליכע יידען
נישט דער געדאנק פון מאכען נגונים און טעיפ'ס נאר די רעפארמירען א עדה אוועקצונעמען זייער אלטע טראדישען.
...
כדוגמת די הייליגע ווידיאו מראות וואס מען צינדט אהן אין אלע שטיבלאך איבער די וועלט ביי די בעלזע צבורים
איז דער 'פוינט' דאס רעפארמירען און נישט אזוי ווייט דער עצם הייליגע מראה וואס ער ווייזט
shem-tovקיינער האט אים קיינמאל נישט אוועקגעמאכט לגבי דעם אז ער פארשטייט זיך וויאזוי צו מענעדשען זיין וועלטל, א וועלט וואס שטייט אויף מעסס פראדוקשאן. זיי זאגן נאר אז ער איז א מאדערן דעי רבי און ער פירט זיך מער ווייניגער אויס אלע זיינע שאיפות מיט א ברייטע באקוועמליכקייט, אוודאי פארשטייט יעדער אז ער איז א מאמין בה' ובתורתו אבער ער איז אויך א גרויסער מאמין אינעם סעקולערן סיסטעם אזאך וואס די פריערדיגע האבן נישט געהאלטן. און מענטשען זאגן אז ער איז א געזונטער משכיל, ער האט נישט קיין שום פראבלעם מיט דעם וואס ער איז א משכיל, די חסידים זענען פראוד מיט דעם וואס ער איז א משכיל, ער מיט זיינע חסידים גלייבן נישט אין גארנישט אויף די וועלט ובתוכם די פריערדיגע בעלזא אדמורי"ם א חוץ אין די איצטיגע הנהגה. ועכ"ז וואס ער איז אן אדמיטעד משכיל פייפט ער אן די וועלט ווייל ער איז דער גרעסטער מאמין אין דעם איינעם סעיף אינעם רבינס שיטה וואס ברענגט קלאר ארויס איבער דעם השתכחות פונעם דרך הבעש"ט ממילא פירט ער זיך זיין שיפל אויף זיין אייגענער מיטל און ב"ה דערווייל פארט עס דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער
איך גיי נישט פארטיידיגען בעלז
אבער אזאנע הבלים צי רעדן דארפסטו קריגן דעם נאבעל פרעמיע
בעלז איז פראוד אז זייערע רבי הייסט א משכיל? אר יו אוט אוו יור מיינט?!
ביטע זאג מיר קודם וואס מיינט א משכיל? אין נאכדעם זאג מיר ווי ער פראקטעצירט עס
זלמן זאפיר
איך גיי נישט פארטיידיגען בעלז
איינס פארוואס טאקע נישט ער האט שוין תשובה געטון
ב' צו וואס ברויכסטו אזוי דעפענדען דיינע רייד אויב נישט דאס איז דיין כוונה
3 ס'גייט געווענליך צוזאמען מיט'ן בי''ש פראיעקט די וואס זענען דארט פאר די ליצים גייען דא לשיטתם
דיין מערכה קעגן בעלז אין בית שמש פרויעקט האט גארנישט מיט יודישקייט בלויז אני ואפסי
ווען דו וועסט פאר ענטפערן נשר גראבעריין פין אתרא קדישא וועסטו האבן דיינע תירוצים
זיך צום ווידערזעהן אין צימעס
פילע גדולי ישראל האבען געפירט די הסברה נגד דעם מנהיג עס האט גארנישט צו מיר און צו די ארגון אגודת אתרא קדישא וואס היט אויף קברי קדמונים
אויב האט איר צוליב משפחה סכסוכים פראבלעמען מיט די גדולי ישראל דיין איז דא אינטערזוך מקומות דא בחו''ל
אזוי אויך הילל פון ק''ש קען שטארק ארויסהעלפן אין נויט
צומאל אויך אזא שמעקעדיג תגובה.
אז מען רעדט אביסעל איבער די היסטאריע ליין אביסעל איבער די הכשר וואס האט געכאפט א שטיקעל זעץ
<a class="postlink" href="http://ladaat.info/article.aspx?artid=9894">http://ladaat.info/article.aspx?artid=9894</a>
נאר,,פרייליךאז מען רעדט אביסעל איבער די היסטאריע ליין אביסעל איבער די הכשר וואס האט געכאפט א שטיקעל זעץ
<a class="postlink" href="http://ladaat.info/article.aspx?artid=9894">http://ladaat.info/article.aspx?artid=9894</a>
די רעדסט פין די בעלזע הכשר צי פין די סיקרוקים הכשר? איך בין שוין צימישט מיט דיר
@זלמן זאפיר @נאר,,פרייליך טוטס א טובה און גייטס צוריק און צימעס
יישר כח פון פאראויס
חברי השטיבל
נאר,,פרייליךפילע גדולי ישראל האבען געפירט די הסברה נגד דעם מנהיג עס האט גארנישט צו מיר און צו די ארגון אגודת אתרא קדישא וואס היט אויף קברי קדמונים
אויב האט איר צוליב משפחה סכסוכים פראבלעמען מיט די גדולי ישראל דיין איז דא אינטערזוך מקומות דא בחו''ל
אזוי אויך הילל פון ק''ש קען שטארק ארויסהעלפן אין נויט
צומאל אויך אזא שמעקעדיג תגובה.
די האסט נישט קיין פראבלעם מיט גדולי ישראל ווייל די סקונדע די גדולי ישראל זאגן אנדערש ווי דיר ווערט ער א זקן ממרא
נאך אמאל דיין מערכה קעגן בעלז צי בית שמש האט מיטן רבונו של עולם נול
אין אישי האב'ך ערהאלטען פון אחד המיוחד דא בעולמינו א לענגערע ערקלערונג איבער דעי טאפיק צוליב חשדות וואס כ'האב געהאט איבער אים
דער וועמען איך האב חושד געווען מיט מחשבות פון א סאטמארע אט''ד זיכענדיג צו לעקן יעדן קרוב למשנאי ד' האט מבאר געווען בארוכה זיין דעה אינעם ענין
אין אנטווארט צו מיינע הערות אויף אים טענה'ט ער אז ס'ליידער פאראן וואס זיכען אנצושמירען אלדאס בייזען אויף זייערע קעגנער און די וואס שטימען נישט מיט זיי אזש אפילו די וואס זענען בלויז סכסוכים'דיגע סארט קעגנער לדוגמת מח' מהר''א מהרי''י וועלן די פארשוינען אויך רעדן און מחנך זיין בניהם ודורתיהם אחריהם אז דער סטרא אחרא איז זומם כל היום אפצושניידען בערד און צו אוסרייסען יעדן ביסעל יודישקייט פון זיין ציבור וכו'וכו' וואס פילע פון זיינע טענות זענען ליידער מרוב גלות הדעת וטפשות ההמון וואס איז ליידער מצוי ביי פילע יידען
מיט אט דעי סארט רייד פרובירט יענער מאנ''ש מסביר צו זיין די אפשיי וואס ער האט צו די וואס רעדן שארף נגד דעם מנהיג דנן
להוי ידוע אז דאס וואס דיין קליינקעפיגקייט און נאך פילע טויזענטער זענען קולט כאילו ווי די אלע גדולי ישראל ובתוכם די רבנים וואס לעבן נאך א טייל פון דיע ובראשם הרב רבי ארי'ליבוש מ'פשעווארסק האבען עפעס געזעהן אז דער פארשוין איז אזא סארט וואס איז ממש ראשו ורובו אריינגעטאהן בלויז צו זעהן ווי ער קען עוקר זיין יודישקייט פון זיין ציבור, און זיי ממש אפקילען פון אלע יודישע הרגשים, און נאך ענליכע בלבולים אויף די גדולי מנהיגי העדות כאילו אזעלכע נארישע געדאנקען איז געווען די סיבה פאר זייער ארויסטריט נגדו
ערעב יוד טייערע איר האט מיאוס געגרייזט און זייער נישט גוט אויפגעכאפט בכלל וואס די ערליכע לייט האבען געוואלט פון דעם יוד בימים ההם
איך וועל דיר בלויז געבן א קליין סיפור וואס רירט נישט צו צו קיין שום סעיף און שולחן ערוך און קיין שום מקובל'דיגע הנהגה אין כלל ישראל און כל שכן אז עס רירט נישט צו צים יסוד פון כלל ישראל אינזער הייליגע אמונה, אבער אז די ביסט דיר אביסעל מתבונן בטיב המעשה וועסטו אביסעל דערגיין וואס די גדולי עולם האבען אין אים געזעהן, וואס אפגעזעהן צו ער וויל נאר זעהן לאנגע פיאות און ריזיגע בערד מיט חסידישע שטובער און שיינע יונגעלייט אויף זיינע פארענטשעס און שטיבלעך וכו' איין זאך זאלסטו אבער אינאכט נעמען אז די גאנצער עסק איז באגלייט מיט א באגער אריינצוברענגען א קרירות און קאלטקייט צום גאנצען עבר וואס דאס איז זייער הארעוואניע און פלאג דורך פארשידענע אופנים וואס דער האט בעבר געטאן און איז נאך זומם בעתיד
די סיפור גייט לערך אזוי נאך פילע יארען וואס בעלז איז געווען פארוויסט זינט תשי''ז ווען דער הייליגער רב מהר''א איז נסתלק געווארען איז דער יונגער יתום'ל רבי רבי בער אינטערגעוואקסען והי' לאיש און זייענדיג קוים א בן עשרים האבען די באהערדע אין בעלז געזאגט עס איז שוין רייף לחדש המלוכה און איבערגעבן די לייצעס פאר דעם אינגען פארשוין
שוין אומר ועושה מ'נעמט אפיר דעם בחור'ל מען זאגט'ם אריין אין שול אין זעץ דיר אויווען אהן און גיי פראווע א טיש פאר די אויסגעהינגערטע בעלזע חסידים וואס לעכצן נאך א רבי
וירץ הנער און קומט אהן צום אויוועןאהן אזוי האלטענדיג פאר קידוש שטעלט מען אוועק כמנהג בעלזא דעם בעכער אויפען טיש, און דער נייער מנהיג קאפעט אז ער ברויך א טאץ די באהערדע האט פרובירט אויף אלע פראנטען אים צו בארואיגען און מסביר זיין אז דער מקום איז שוין געגרינדעט זינט דער הייליגער שר שלום און דא איז דא רעגולאציעס אויף יעדע ריר און אז דער מנהג איז דא נישט צו קידוש מאכען מיט א טאץ מאכט מען אזוי קידוש
דעי חברה האבען ניט געכאפט ווער דער נייער פירער איז דא און מיט וועמען זיי האבען זיך דא אנגעהויבען
דער רבי האט זיך נישט געזוימט און געשווינד ארויסגעריקט פון ביזעם טאש א טעצל און ארונטערגעלייגט אינטערן כוס קידוש און פייערדיג אויסגעשריגען יום הששי.......
פון דעי עובדא און ווייטער ווייסט שוין יעדער וויפיל ס'האלט זיך אלס אפגעשפילט אויף דעם כסא מלוכה
די געדאנק פון דעי מעשה קומט ארויס דער איז גאר א פיפיג'ס געריבענער גאליציאנער בחור אבער האט זילטש א ביטול צו עפעס פון פריער צו א מסורה קבלה א.ד.ג
(למודי זכות איז דא לרחצה הן בנוגע זיין יוגנט,יתמות,די שווערע געריכט וואס ער איז אריבער, און נאך)
אבער למעשה וואס שטעלט זיך ארויס איז אוודאי איז דער פירער זייער גערן צופרידען צו מגדל זיין א הערליך שיין בעלזער פאן ווי ער רופט עס אהן אבער די גדולי עולם וואס האבען אים אזוי פארשריגען האבען זיך געפארכט פאר דעם טעצעלע פינעם קידוש,און דאס אפשפעטן פון גדולי הדור שהעניקו חמה בקומתם וואס דער מיט זיין ביזעם טעצעלע האט פון יעדעם אפגעלאכט מיט א שרעקליכער ביטול
..
יעצט צו די וואס האבען נאריש אפגעלערנט און געטייטשט אז די אלע ערליכע יידען האבען געהאלטען אז דער איז ממש דא מיט א פלאן אריינצוברענגען איין טאג א צלם בהיכל און יעדן הייסען קניען דערפאר פאר אזא נער האב'ך נישט גערעכנט אז די זאלסט זיין סא כ'האף אז די האסט פארשטאנען מיין נקודה
קרעדיט @
,,,,,,,,,
מענין לענין איז דא נאך פילע ענליכע אזעלכע מושגים ווי בלויז עטליכע קליינקעפיגע אדער מענטשען מיט שווערע נאטורען האבען פאלש געלערנט מה שהורינו לנו רבותינו וגאוני הדור ווי כאילו אזוינע קליינקעפיגע און קורצזיכטיגע השגות האבען די גדולי ישראל געזעהן אז כאילו דער מאן דאמר וועמען זיי האבען באקעמפט זאל חלילה וועלן בריש גלי אפשמדען גאנצענע צבורים פינעם יודישען פאלק חלילה, און פון דעם שטאמט פילע אט''ד פינעם דרך הישר ווערנדיג ערצויגען מיט קינדישע און נארישע אפטייטשען במלחמתם של גדולי ישראל.
(און צו ז.פ. וואס פיייערט אזוי מיט זיין ז.מ. האלט'ר מיט'ם און לאז די ערליכע אידען גיין על דרך ישראל סבא)
פריילעך שרייבט איבער א געריכט מיטן בעלזער רבין. וואס איז געווען די געריכט, קיינמאל נישט געהערט
shem-tovפריילעך שרייבט איבער א געריכט מיטן בעלזער רבין. וואס איז געווען די געריכט, קיינמאל נישט געהערט
אין די יונגע יאהרן האבן די בעלזע חסידים רבי שלו בראנדער און רבי משה טוביה גרינצווייג געגאנגען אין געריכט קעגן די בעלזער רב'ס מאמע וואס האט אים געוואלט שיקן שטודירן אבער דער אויפגעקלערטע טריפה'נע משכיל האט נישט געוואלט ואכמ"ל
נאר פרייליך: איך האב דיר נישט געשריבן אין אישי. אבער איך וועל דיר אפענטפערן ברבים. דו זוכסט מיט אלע געוואלדן תירוצים פארוואס צו פסל'ן די הנהגה פון האדמו"ר ר' יששכר דוב רוקח שליט"א מבעלזא. דו ברענגסט מעשיות וואס כאילו דער גדול אדער צדיק האט געזאלט זאגן אויף איהם. דיין עקשנות און פארביסנקייט און אומפארגינערישקייט לאזט דיך נישט מודה זיין על האמת. אז דער בעלזער רב שליט"א פיהרט זייער א שיין חסידות פון הונדערטער יונגעלייט וועלכע זיצן על התורה ועל העבודה ועל תפארת החסידות. די מעשה מיט'ן טעצל, לו יהא אז ס'איז אמת. ווייזט דאס נאר אויף זיין פיקחות. דיין גרעסטער פעלער אויף איהם איז אז ר'האט משנה געווען ממנהגי אבותיו. אבער אין אמת'ן האלטסטו דאס זעלבע אויף צאנז-קלויזנבורג, וויזשניץ, וכו'. קיינער טויג נישט נאר דו און דיי רעבע און דיין קרעימל. אני ואפסי עוד. 🙄 😈 😈 😠 😢 😮 😁
טייערע 'נאר פרייליך'.
ווי עס שיינט, זענט איהר אויפגעוואקסען אין א שטוב, וואס ציזאמען מיט דער מודה אני האט מען אריין געפרעיגלט א וויסטע שנאה צים בעלזער רבי, (אזוי ווי אין רוב סאקמערע שטיבער), בכל אופן, דארף מען נישט זיין קיין גרויסע חכם איינציזעהן אז וואס דער מנהיג דינן האט געטוישט, האט זיך אויסגעשטעלט צי זיין גערעכט, פין חינוך מיוחד, ווואס האט געהייסן אפיקורסות אלע יאהרן, ביז הייסן די יונגעלייט זיך אויסלערנען א פאך, וואס געב עס אפאר יאהר, אין אלע וועלען עס נאך טוהן, אין ווי אויבן דערמאנט, גייט די ליסטע אן ענד אן.
בנוגע די וויסטע שנאה פין ר לייבוש, דאס האט ער אויך נאר יונק געוועהן אין סאטמער, אין קיק ווי סאטמער מונקאטש פשעווארסק זענען אנגעקימען, אין קיק ווי בעלז זעהט אויס היינט, דרייסיג יאהר נאך וואס סאטמער האט געשטורעמט, אז עס וועט ביי זיי נישט בלייבן קיין מנין ערליכע יודען, פרעיגט אייך ארים די פראצענטען פין נושרים, אין סאטמער און אין בעלז, אין רעכען עס צאם פראצענטואל, נאכדעם וועט מען שמועסן צי ער איז א משכיל, אין בכלל פרעיגט זיך דער קשיא, ווי ברענגט זיך ארויס דאס משכילות? אז אין אלע זיינע שטיבלעך פלאקערט א דאווענען , אין איז פוהל ביי קביעות עתים פין 9 ביז 10? אז ביי זיי איז נאך א בושה צי טאטשען דעם בארדע? אז זיי ברענגען ארויס פין די שענסטע פירות ביי כלל ישראל? אדער פשוט ווייל אין סאטמער איז דא 3 דיינים אין אין בעלזא וואקסט ארויס צען דיינים יערליך? האלטסט נישט אז א מנהיג וואס איז שוין קרוב צי 50 יאהר רבי וואלט שוין געמעגט ארויס ווייזען זיין אמת'ע פנים? ווען גיי מיר זעהן די השפעה פין די השכלה? אתמהה!
berlbalagulehנאר פרייליך: איך האב דיר נישט געשריבן אין אישי. אבער איך וועל דיר אפענטפערן ברבים. דו זוכסט מיט אלע געוואלדן תירוצים פארוואס צו פסל'ן די הנהגה פון האדמו"ר ר' יששכר דוב רוקח שליט"א מבעלזא. דו ברענגסט מעשיות וואס כאילו דער גדול אדער צדיק האט געזאלט זאגן אויף איהם. דיין עקשנות און פארביסנקייט און אומפארגינערישקייט לאזט דיך נישט מודה זיין על האמת. אז דער בעלזער רב שליט"א פיהרט זייער א שיין חסידות פון הונדערטער יונגעלייט וועלכע זיצן על התורה ועל העבודה ועל תפארת החסידות. די מעשה מיט'ן טעצל, לו יהא אז ס'איז אמת. ווייזט דאס נאר אויף זיין פיקחות. דיין גרעסטער פעלער אויף איהם איז אז ר'האט משנה געווען ממנהגי אבותיו. אבער אין אמת'ן האלטסטו דאס זעלבע אויף צאנז-קלויזנבורג, וויזשניץ, וכו'. קיינער טויג נישט נאר דו און דיי רעבע און דיין קרעימל. אני ואפסי עוד. 🙄 😈 😈 😠 😢 😮 😁
איך זיך נישט צו פסל'ן זיין הנהגה איך בין פשוט מסביר פארוואס פילע ערליכע לייט האבען געברויזט איבער זיין הנהגה.
אין אישי האט מיר איינער מיט לענגערע הסברה מבאר געווען אז פילע האבען גענימען די דעת הרבנים זייער עקסטרים האב'ך געזיכט אביסעל אויסצוקלארען די בילד,
ווער עס וויל האלטען פון די הנהגה זאל זיך ניש שרעקן פון עפעס א ניק בק''ש
shem-tovפריילעך שרייבט איבער א געריכט מיטן בעלזער רבין. וואס איז געווען די געריכט, קיינמאל נישט געהערט
בנעוריו האט די פארטרעטערשאפט פון בעלז וואס זענען נאך דאן גוט געווען מיטן היינטיגען רב זיך געקריגט מיט זיין מוטער לרפו''ש
און דער יתומ'ל זעלבסט האט געברויכט אויפטרעטן בערכאות לטובת די בעלזע אפוטרופסים, טאקע א גבורה ביי די 'ניין' יאר