זאלונים מקל'ן אן א פון פריער אומבאוויסטע רב אין לאנדאן
זאלונים הרשעים כים נרגש האבן היינט אנגע'רצח'ט אן עלטער'ן איד אין לאנדאן וואס איז לויט זיי געשטאנען אונטער'ן בריוו וואס איז ערשינען צוויי וואכן צוריק אין בללאט. איך האב נישט געקענט באשטעטיגן די מעשה וואס זעט ענדערש אויס צו זיין א פאבריצירטע דראמא געשיכטע (די אינוועסטיגעשן איז צו גוט צו זיין אמת)
די אנגעבלעכע געשיכטע האט זיך אנגעהויבן ווען ס'איז ערשינען א בריוו לעצטענס אין בללאט וואס האקט שרעקליך אונטער די זאלי פארטיי, דער בריוו איז געווען אונטערגעשריבן פון אחד הרבנים פון לאנדאן. דאס האט זייער אויפגערעגט די מיניסטארן פון מהרז"ל ווייל דער בריוו מאכט פשוט צושפאט דאס גאנצע סאטמאר מהרז"ל מלוכה און נאך דערצו אז א רב זאל דאס האבן געשריבן! דאס קען נישט דורכגיין אומגעענטפערט.
דא האט זיך אנגעהויבן א טיפישער עף בי איי אינוועסטיגעשן וואס האט זיך געענדיגט מיט אן איינברעכעריי אין בללאט אפיס און מיט אסאך מזל. די זאליס האבן געוויסט פאר זיכער אז אן עלטערע איד שיקט נישט בריוו דורך אימעיל אדער אנדערע טעכנאלאגישע מיטלען. האט מען איינגעשטעלט שפעט ביינאכט צוויי אינגלעך זאלן זיך איינברעכן אין אפיס און פרובירן צו טרעפן דעם בריוו אדער ענוועלאופ אין וואס די בריוו איז געליגן און זען פון וואו ס'קומט א נאמען א אדרעס. זיי זענען ארויס פון דארט מיט א מיסט זאק אין וועלכע א אפגעוועטשטער ענוועלאופ פון יונייטיד קינגדאם פאסט איז אפגעפינען געווארן.
משה פרידמאן האט נישט געגלייבט וואס ער זעט. יענער איז אים געווען באקאנט, א וואוילער איד אבער ווייט קיין רב נישט. ר' משה האט נישט געוואלט מ'זאל יענעם שאדן טון מיט סיי וואס. די נאמען איז אבער ארויסגערינען און היינט צופרי אין לאנדאן זענען עטליכע צוואנציג זאלונים ארויפגעפאלן אויף אים און געגעבן מכות רצח כדי להמית! ער האט געשריגן ''געוואלד איך האב עס נישט געשריבן''. שפעטער האט ער מודה געווען אז ער האט עס נאר גע'חתמ'ט. ער זאגט יעצט אז זיין זון האט עס געשריבן און אים געצווינגען עס צו אונטערשרייבן.
אפגעזען וואס דא איז געווען איז יעדער אין לאנדאן אויפגעברויזט אויף די זאליס פאר אזא אומדעהערטע
חוצפה, די זאליס האבן אפיציעל עס אויך פארדאמט.
זיין רבי'צן איז שוימיג, זי שרייט אז די גרעסטע שאדן דא איז דאס אז ביז היינט איז איר מאן געווען א ל"ו צדיק און געשטאנען ווייט
פון פרסום און יעצט איז ארויסגערינען דעם אמת אז ער איז א רב.
ווי געזאגט איז דאס אלעס האלב אויפגעכאפטע אינפארמאציע, איך נעם נישט אחריות אויף די אקוראטסי גענוי פון די געשיכטע.
איך גלייב אז יעדער וועט נעמען א לעקציע און אבאכט געבן וואס פארא בריוון מ'שיקט אריין און זיכער נישט שיקן מיט אלטמאדישע מיטלען.
//
דא איז די בריוו וואס יענער רב האט אנגעבלעך אינטערגעשריבן געצווינגענערהייט.