☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » מיין מזל איז...

מיין מזל איז...

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #563

דולה ומשקה » זונטאג מאי 6, 2012 6:44 pm

· #10194
מיין מזל איז...
רבינו סעדיה גאון שרייבט (בפירושו לסוף ספר יצירה) אויב ווילסטו וויסען וואס דיין מזל איז, דעמאלס רעכען אויס די בגימטריא פון דיין נאמען מיט דיין מאמע'ס נאמען, צוטייל דער בגימטריא אויף זיבען (DIVIDE IT BY 7), אין וואס בלייבט איבער רעכען אויס דורך שצ"מ חנכ"ל (שבתאי צדק מאדים חמה נגה כוכב לבנה). לדוגמא אויב דיין נאמען מיט דיין מאמע'ס נאמען איז בגימטריא 140, צוטייל דאס ביי זיבען, בלייבט איבער צוויי, קומט אויס איז דיין מזל צדק.

אין ספר עיני יצחק איז מבאר מיט דעם די גמרא (בב"ב צ"א ע"א) אמיה דאברהם אמתלאי בת כרנבו, אמיה דהמן אמתלאי בת עורבתי. לכאורה וואס פאר א נפק"מ איז דאס, צו וואס דארף מען דאס וויסען. נאר לויט די ווערטער פון רבי סעדיא גאון איז פארשטענדיק, ווייל אברהם (248) מיט אמתלאי (482) איז בגימטריא 730, צוטייל דאס ביי 7 (אויב איז דאס מער ווי 10, צוטייל נאכאמאל ביי 7), בלייבט איבער צווי, איז מבורר אז אברהם איז געבוירן במזל צדק.
ביי המן ווערט מתברר איז אונטער דעם מזל מאדים. פארדעם האט מען אונז צוויסען געטוהן זייער מאמע'ס נאמען, כדי צוויסען פון וועלעכע מזל זיי קומען.

שמואל הלוי » זונטאג מאי 6, 2012 6:52 pm

· #10197
מיין נאמען און מיין מאמע'ס נאמען איז 608, וועלכע מזל בין איך?

דולה ומשקה » זונטאג מאי 6, 2012 6:55 pm

· #10200
שמואל הלוי
מיין נאמען און מיין מאמע'ס נאמען איז 608, וועלכע מזל בין איך?


608 צוטיילט ביי 7 איז 86
86 צוטיילט ביי 7 איז 12
12 צוטיילט ביי 7 איז 1

איינס מיינט לויט רס"ג די ביסט געבוירען געווארען במזל שבתאי

חנניה זרח שטיגליץ » זונטאג מאי 6, 2012 7:00 pm

· #10203
און וואס זאגט מזל שבתאי פאר ?

דבילה » זונטאג מאי 6, 2012 8:14 pm

· #10235
שמואל הלוי
מיין נאמען און מיין מאמע'ס נאמען איז 608, וועלכע מזל בין איך?


פון 12 נעם אראפ 7 בלייבט 5, האסטו קליפת נגה בתפארתה

שמואל הלוי » זונטאג מאי 6, 2012 8:21 pm

· #10240
דולה ומשקה
608 צוטיילט ביי 7 איז 86
86 צוטיילט ביי 7 איז 12
12 צוטיילט ביי 7 איז 1

איינס מיינט לויט רס"ג די ביסט געבוירען געווארען במזל שבתאי

דבילה
פון 12 נעם אראפ 7 בלייבט 5, האסטו קליפת נגה בתפארתה

שבתאי אדער נוגה?

דולה ומשקה » זונטאג מאי 6, 2012 8:41 pm

· #10250
שמואל הלוי
דולה ומשקה
608 צוטיילט ביי 7 איז 86
86 צוטיילט ביי 7 איז 12
12 צוטיילט ביי 7 איז 1

איינס מיינט לויט רס"ג די ביסט געבוירען געווארען במזל שבתאי

דבילה
פון 12 נעם אראפ 7 בלייבט 5, האסטו קליפת נגה בתפארתה

שבתאי אדער נוגה?


נישט מיינוס נאר דיוויזשין:
12 דיוויידעד ביי 7 איז 1
איינס איז שבתאי

שמואל הלוי » זונטאג מאי 6, 2012 8:45 pm

· #10255
נו וואס ווייזט די מזל? (אז מ'וועט שרייבן אסאך תגובות? 😉 )

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 7, 2012 10:38 am

· #10341
אמר רבי חנינא:

מי שנולד במזל חמה – יהיה אדם עם זיו יאכל משלו וישתה משלו לא יצטרך לאחרים וסודותיו יתגלו- אם יהיה גנב לא יצליח. רשי:השמש פומבי לכל.
מי שנולד במזל נוגה יהיה עשיר וזנאי. רשי: אש תלוי באותו מזל ויצר התשמיש בוער כתנור.
מי שנולד במזל כוכב יהיה מאיר וחכם. רשי:מזל כוכב הוא סופר של מזל חמה לכתוב דרך הלכו ותקופותיו ומצוי אצלו תמיד.
מי שנולד במזל לבנה יהיה סובל חולאים בונה וסותר סותר ובונה, אוכל לא משלו ושותה לא משלו וסודותיו מכוסים. רשי: שהירח גדל ומתמעט כך יהיה הנולד במזל זה סותר ובונה בונה ו....
מי שנולד במזל שבתאי יהיו מחשבותיו בטלים ויש אומרים כל מה שיחשבו עליו יתבטל.
מי שנולד במזל צדק יהיה צדיק. רשי:במצוות צדקה לעניים.
מי שנולד במזל מאדים יהיה שופך דמים – אמר הזהר הקדוש- כל אדום מושך כוחו מכוכב זה. אמר רב אשי: או שיהיה מקיז דם או ליסטים או שוחט או מוהל. בספר "אהבת יונתן" פירש הפסוק (ישעיה י'): "שוחט השור מכה איש" עפ"י מסכת שבת "האי מאן דבמאדים ר"ל שמקבל מקרה ממזל מאדים הוא ממהר לשפוך דם וכן הנולד בכל אחד מ-ז כוכבי הלכת ע"ש. בספר חסידים: אין לאדם לומר אני בן גדולות ואעניש את חברי אלא יש אפילו עם הארץ שנולד בכוכב מאדים שמעניש ונענשים על ידו- ויש שהשעה משחקת לו.

שמואל הלוי » מאנטאג יולי 23, 2012 10:55 am

· #27364
איך האב געפינען די זעלבע זאך אין א ספר מיטן נאמען "דרך ישרה", ער זאגט דאס לשון אז מ'דארף אוועקנעמען זיבן, און נאכאמאל זיבן, און נאכאמאל זיבן וכו', ביז מ'קומט אן צו אונטער זיבן אדער צו זיבן אליין.

ביי מיין נאמען מיטן מאמע'ס נאמען (608) קומט אויס אז ס'בלייבט א זעקסער, דאס מיינט מזל כוכב.

שמואל הלוי » מאנטאג יולי 23, 2012 10:59 am

· #27366
דא האט איר א אויסצוג, ער זאגט מ'דארף אוועקנעמען זיבן זיבן, דאס הייסט מאכן מיינוס און נישט דעוויידן.
untitled.JPG

שמואל הלוי » מאנטאג יולי 23, 2012 11:05 am

· #27368
ווי מ'קען זעהן אינעם אויסצוג שרייבט ער אויך וויאזוי צו רעכענען אין וועלכע מזל פון די י"ב מזלות מ'איז געבוירן (די פריערדיגע ד.ה. ווען מ'נעמט אראפ זיבן זיבן רעכנט אין וועלכע כוכב מ'איז געבוירן און נישט די מזל) אז אנשטאט אראפנעמען זיבן זיבן, נעמט מען צוועלף צוועלף, לויט דעם בין איך געבוירן אינעם אכטן מזל וואס איז עקרב.

שמואל הלוי » מאנטאג יולי 23, 2012 11:08 am

· #27369
אביסל פריער דארט שרייבט ער בשם דעם רמב"ן אז ווער ס'ווערט געבוירן אינעם ניינטן יאר נאך יובל, אינעם ניינטן חודש, אינעם ניינטן טאג, אינעם ניינטן שעה, דער וועט בלי ספק עולה זיין למלוכה, און אויב איז נתקיים געווארן נאר א חלק דערפון, דהיינו נאר אינעם נייטן יאר נאך יובל, אדער נאר אינעם ניינטן חודש, אדער נאר אינעם ניינטן טאג וכו', וועט טאקע קיין קעניג נישט זיין אבער ער וועט עולה לגדולה זיין.