☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » דריי נייע לידער

דריי נייע לידער

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5628

שלום בערגער » מיטוואך יאנואר 8, 2014 7:57 am

· #174551
דריי נייע לידער
צוליב צילן

צוליב צילן
װערט דאָס בילד באלױכטן
מיט שטרענגע רעפלעקטאָרן
און די רעצענזיעס אָנגעשריבן
פון קאטעגאָרישע װינקלען.

מיט צופאַלן
פארשפעטיקן זיך די אײזנבאנען
און װיכטיקע אױפטוען
פארזאמען.

ערגעץ אין צװישן
לעבט דאָס מענטשל.
אמאָל להוט צו שפירן
אמאָל איבערצײגט
אז פארפאלן.


אָפּשאצונג

א רונד פנים באגריסט אַ הײסע נאכט.
צוליב סטרוקטור איז אלץ געװאָרן װאנט.
מחמת סדר האָב איך געגעבן אכט.
מאך מיך פאר א סיג מיט דײן האנט.

א האלבע װעלט צעפאלט זיך — איז צעשטרײט
בײ מײן פארשטאנד. איך קען נישט תופס זײן
די שטענדיקײט פון שײנקײט, די טערפקײט פון דײן װײן.
איך שטײ אין דרױסן, קוק אהין ארײן.


אטמאָספעריק

א געװיקס איז א תירוץ צו קושן די ערד.
מע לעבט נאָר פונעם אײנגעזאפטן אין יענעם.
די זונענשײן איז אן אָפגעצאָלטער חוב.
די לופט איז דײן ערשט צי דײן לעצט מאנטל?



Read more: <a class="postlink" href="http://blogs.yiddish.forward.com/sholem-berger/175413/atmospheric/#ixzz2poMGrAFh">http://blogs.yiddish.forward.com/sholem ... z2poMGrAFh</a>

משה געציל » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 12:15 am

· #174934
@פשוט קאמפלעצירט איך ווארט אויף א הסבר.
#לאהביישןלמד

שלום בערגער » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 8:41 am

· #174978
גוט, לאמיר דאס ארומרעדן
מסכים אז דאס זיינען ניט די פשוטסטע זאכן וואס כ'האב א מאל אנגעשריבן. זיי זיינען דריי באזונדערע לידער און האבן ניט קיין פארמעלע שייכות צווישן זיך. לאמיר אנהייבן מיטן ערשטן. דארט באשרייבט זיך דער מענטש ווי איינער וואס געפינט זיך צווישן צוויי עקסטרעמען אדער השקפות. ווי אזוי פארשטייט איר דאס?