☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » קאווע שטיבל עפענט פיזישע לאקאציע!

קאווע שטיבל עפענט פיזישע לאקאציע!

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5624

יידל » דינסטאג יאנואר 7, 2014 5:19 pm

· #174394
קאווע שטיבל עפענט פיזישע לאקאציע!
מיט גרויס אינטערעסע האב איך ענהאלטן די נייעס אז נישט מער און נישט ווייניגער נאר קאווע שטיבל פלאנט צו עפענען א פיזישן לאקאציע אין בעדפארד סטיי, הארט נעבן חסידיש-מאדערנעם ניי וויליאמסבורג. פאר מער, ליינט דא <a class="postlink" href="http://www.brownstoner.com/blog/2014/01/coffee-house-kava-shteeble-to-open-in-bed-stuy/">http://www.brownstoner.com/blog/2014/01 ... -bed-stuy/</a>

לכבוד דעם מאורע, האט קאווע שטיבל געעפנט א נייעם טוויטער אקאאונט <a class="postlink" href="https://twitter.com/kavashteeble">https://twitter.com/kavashteeble</a>

ברסלבער » דינסטאג יאנואר 7, 2014 5:33 pm

· #174398
מער אינפארמאציע ביטע. עס גייט זיין א צימעס אפטיילונג? א מאחורי?

טאמבל סאס » דינסטאג יאנואר 7, 2014 5:41 pm

· #174401
לאמיך שנעל זיין פון די ערשטע תגובות אינעם אשכול.

פשיהא. איך טאנץ שוין פאר שמחה. ענדליך רעדט מען ווערטער. קען איך זיין די סארווער? 😂

טאמבל סאס » דינסטאג יאנואר 7, 2014 5:52 pm

· #174405
נאר לידיעת הרבים, אויב קומט איר אהין און איר פרעגט פאר טאמבל סאס און מ'דערלאנגט אייך א קאווע איבערן קאפ, ווערט נאך נישט דערשראקן אז ס'איז א דזשאוק. ס'קען זיין אז דאס איז טאמבל סאס'נס יוניק וועג פון טיילן קאווע...
פרובירט צו מאכן אויג קאנטאקט און זאגט די קאוד 'אתרוג'

מאטי » דינסטאג יאנואר 7, 2014 6:04 pm

· #174407
איך טרונק א קאווע אין קאווע שטיבל אויף קאווע שטיבל ....