☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » פעיוואריט ניגונים

פעיוואריט ניגונים

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5621
בלאט: 1 2

שמן למאור » פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 2:21 am

· #513964
דעם לעגענדארן ניגון אני בא פונעם לעגענדארן שלמה ארצי.

שאלתיאל » זונטאג דעצעמבער 18, 2022 5:52 pm

· #514050
יש לפעמים-דער מענטש דרייט זיך ארום פארלוירן, צומישט,ער שווימט אין ים הספיקות, ער זוכט א שטיקל גרונד פאר זיינע פיס.
יש לפעמים-עס איז טונקל און פינסטער, דאס הארץ שרייט 'פארוואס' ? 'פארוואס איך'? 'וואס גייט דא פאר'?

''אל נבקש הכל לדעת''- זינגט אונז זוהר ז"ל א וויכטיגן מעסעדזש מיט זיין טיפע שטימע ''יש לפעמים שסיבה לא נודעת, יש לפעמים שנסתר הדבר''.
אבער נעם אריין אין קאפ: -''יש דברים נסתרים'' און וויפיל מען וועט נאר וויסן און חוקר זיין דאך -''לא נבין לא נדע'' -מען וועט קיינמאל אנקומען צום ענדגילטיגן ענטפער.

איי וועסטו פרעגן ווי גייט מען ווייטער אין א וועלט פיל מיט שאלות און אומזיכערקייט?
''לא צריך כל דבר לחקור ולשאול''- העלפט אייל גולן ארויס מיט א שטארקע געדאנק פארן לעבן: ס'גארנישט געשען, לערן דיך אויס אראפבייגן די קאפ מיט ענווה,
אנערקען אין דיינע באגרעניצונגען און אקצעפט דער פאקט אז, נישט אייביג אבער ''לפעמים''- קען מען זיך ערלויבן די פרעווילעגיע- ''מותר לא לדעת הכל'.
און טראץ וואס מען ווייסט אז מען פארשטייט נישט אלעס דאך ''נעשה גם דברים שנראים בלי סיבה''- מען קען טון זאכן אפי' ווען מען ווייסט נישט פונקטליך דער טעם.

וכמאמר @תוהו ובוהו:
''און דער רגע מ'מאכט שלום מיט דעם פאקט, איז אלעס לייכטער. גארנישט איז שוין נישט קריטיש-נוגע. אלע קריטישע-עקזעסטענשל-נושאים פון נעכטן ווערן פלוצים פארוואנדלט אין אומרעלעווענטע פרשת-דרכים-דרושים וואס מ'איז עוסק דערין ווען די תאווה כאפט אן, און ס'איבריגע צייט לאזט מען זיי רוען אין שאנק און זאלן זיך אנדערע פארסמאקעווען דערמיט''

https://youtu.be/rukP-7E7AuU

שאלתיאל » דינסטאג יאנואר 10, 2023 9:19 pm

· #515342
Redemption Song איז איינער פון באב מארלי'ס גרעסטע לידער. געשריבן האט ער עס אין 1980 שוין נאכן ווערן דייעגנאזד מיט קענסער פון וועלכע ער איז געשטארבן א יאר שפעטער אין עלטער פון 36. ער האט געוויסט אז ער גייט שטארבן און עס איז מעין א צוואה זיינע. איינער אליין האט ער זיך געזעצט מיטן גיטאר און געזינגן דער ניגון וואס איז אנדערש פון זיין אלע אנדערע reggae-סטייל ניגונים.ער קלאגט דארט איבער די עוולת קעגן די שווארצע, אלץ אייניקל צו דזשעמאקיינער קנעכט אבער איז גלייכצייטיג פוהל מיט האפענונג. ווען מארלי זינגט מיט זיין פשטות און תמימות-

Won't you help to sing''
These songs of freedom? -
'Cause all I ever had:
Redemption songs -
All I ever had:
''Redemption songs:

-גייט מיין הארץ אויס.
איך ווייס נישט פארוואס אבער מארלי האט געפאנגען מיין הארץ מיט זיין אטענטישעקייט, ליבשאפט און פשטות, עפעס אין זיינע לידער רירן טיפע סטרונעס אין מיין הארץ. איך וואלט זיך געפרייט אויב איינער קען שרייבן מער איבער אים.

https://youtu.be/9ZpxaeICYyg

אַן ארטיקל וואס באשרייבט דער ניגון
https://www.udiscovermusic.com/stories/bob-marley-redemption-song-story/

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 11, 2023 12:23 am

· #515353
די גויאישע הענטעלעך ניגון ( 😃 ) האב איך פונקט באמערקט לעצטנס, כ'האב עס איבערגעהערט עטליכע מאל, און יעצט איז די תנועה סטאק אין מיין קאפ...

איך הער.. » מיטוואך אפריל 26, 2023 3:57 pm

· #522838
Re: פעיוואריט ניגונים
בת קול
מי ימצא
מי ימצא
Hallelujah איז א ניגון וואס צוטרענט און וויפיל איך הער עס קען מען עס צוריק אויפמישן צום אנפאנג.
אויב איינער ווייסט מער פרטים וועל איך זייער הנאה האבן צו הערן. סזעהט אויס א קריסטליכע ניגון, אבער סאיז דאך אזוי הללויה.

פון די שענסטע קאווערס:

https://youtu.be/4l9Givb2Owk

https://youtu.be/4hjgkvuKES8
געטראפן זייער א אינטערעסאנטע און זיסליכע קאווער. אויף יידיש, פון פארווערטס.

https://youtu.be/XH1fERC_504

ד ניגון איז פון לעאנארד כהן, א איד.
דא איז דעם אריגינעלן ווערסיע.

https://youtu.be/YrLk4vdY28Q
אז מען רעדט שוין פון לעאנארד כהן איז אינטערסאנט צי דערמאנען אז זיין לעצטע אלבום איז ארויס געקימען ממש אפאר טאג פאר ער איז אוועק.

איינע פון די שטארקע ניגנום אויף יענע אלבום איז דער ניגן Darker ( נישט מיין טעסיט אבער נאך אלץ נישט אפגעפרעגט), האב'עך געהערט אז משה מייער'ס היימישע באטעל ( פון wine cave) מיטן נאמען Darker איז לכבוד דעם ניגן אין לעאנארד כהן בכלל, הער איך ווידער אז ער האט געשיקט א באטעל פאר לעאנארד'ס זון נאכדעם וואס זיין טאטע איז אוועק וואס ער האט שטארק מכיר טובה געווען.

צקון לחש » מיטוואך אפריל 26, 2023 6:58 pm

· #522847
איך הער..
אז מען רעדט שוין פון לעאנארד כהן איז אינטערסאנט צי דערמאנען אז זיין לעצטע אלבום איז ארויס געקימען ממש אפאר טאג פאר ער איז אוועק.

איינע פון די שטארקע ניגנום אויף יענע אלבום איז דער ניגן Darker ( נישט מיין טעסיט אבער נאך אלץ נישט אפגעפרעגט), האב'עך געהערט אז משה מייער'ס היימישע באטעל ( פון wine cave) מיטן נאמען Darker איז לכבוד דעם ניגן אין לעאנארד כהן בכלל, הער איך ווידער אז ער האט געשיקט א באטעל פאר לעאנארד'ס זון נאכדעם וואס זיין טאטע איז אוועק וואס ער האט שטארק מכיר טובה געווען.
די פולע נאמען פון די ניגון איז: You Want It Darker
איך קאך מיך לעצטנס דערין, ס'איז געוואלדיג...
אויך איז ווערד צו באצייכענען זיין ניגון Dance Me To The End Of Love (קען זיין אז מ'האט שוין גערעדט דערפון אויבן)

איך הער.. » מיטוואך אפריל 26, 2023 8:53 pm

· #522869
Re: פעיוואריט ניגונים
צקון לחש

די ווערטער זענען טיף, נאכדערצי ווען ער שרייט דארט הנני, אבער די דיפרעסיע איז נישט פאר מיר.

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

איך הער.. » מיטוואך אפריל 26, 2023 8:59 pm

· #522873
Re: פעיוואריט ניגונים
נאך א שטארקע ניגן, פון אריק סיני טאקע פאר קינדער אבער גאר גוט.

https://www.youtube.com/watch?v=RQTOqacWdOA

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

שערי יושר » מיטוואך אפריל 26, 2023 9:07 pm

· #522876
Re: פעיוואריט ניגונים

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 4, 2023 2:37 am

· #523737
דריי הערליכע ניגונים
https://youtu.be/0D2MvNWOVk0

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 25, 2023 3:07 am

· #526075
אשר בחר בנו (לכבוד שבועות)
https://youtu.be/9PcE-RmIhjQ
בלאט: 1 2