☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » יסוד גדול איבעראל: זיך פארלייגן אויף שטותים

יסוד גדול איבעראל: זיך פארלייגן אויף שטותים

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5613

shem-tov » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:07 am

· #173887
יסוד גדול איבעראל: זיך פארלייגן אויף שטותים
לאור פון די תגובות אז רביס און מחנכים פארלייגן זיך ארום מיט זייערע חסידים אויף נארישקייטן ווי פלאסטיק ברילן, וויל איך דא אויסשמועסן די געוואלדיגע חכמה וואס ליגט באגראבן אין די שיטה און וויאזוי יעדער סוקסעספול מענטש איבער מענטשן האבן גוט ארויס דעם כלל און יעדער איינער באנוצט זיך מיט דעם איינער מער און איינער ווייניגער.

סדא א מעשה ביים רבין ז"ל איך קען נישט די פרטים אז ער האט קלאר געזאגט אז די שטרענגע חינוך איז אז סזאל זיין פון וואס נאכצולאזן

ווען די פארלייגסט דיך אויף קלייניגקייטן וועלן דיינע חסידים, קינדער, ארבייטער זיך נישט וואגן צו טאן עפעס א דראסטישע אקט וואס זאל דיך באמת אויפרעגן. איך זעה נישט וואס איז ראנג מיט דעם. למשל לאמיר זאגן ביסט א בעה"ב און ביסט אויך א צוגעלאזענער מיט דיינע ארבייטער און די לאכסט ארום מיט זיי מיט די צייט וועט ער דיך נעמן לייכט און טון מה שחפץ לבו. אויב אבער ווייסט ער אז סדא זאכן וואס דער בעל בית וועט זייער שטרענג נעמן. למשל ער וועט מאכן קולות אפי אויב די קומסט מיט א מינוט שפעטער. מיט דעם האט ער דיך געשטעלט אויפן פלאץ.

מיין חבר איז א ראש ישיבה פאר שוואכע בחורים. דערציילט ער מיר איבער די גרויסע טעות וואס טאטעס און מחנכים האבן אז זיי גיבן גענצליכע פרייהייט. סאיז א ביטערער טעות ווייל לאמיר זאגן די פארלאנגסט נישט קיין חאלאטל ווייל די האלטס בשיטה אז מען מעג גיין מיט א העמעד און הויזן און נישט אין דעם שטעקט יודישקייט. אבער סגייט דורעך אפאר וואכן און די זעהסט דעם בחור מיט א קאלערדיגע העמעד און א גראבע דשעקעט אום ווייסע סניקערס ביי דיר אין ישיבה וואס זאלסטו דעמאלטס טאן. צומאל איז שוין צו שפעט.

אויב אבער וואלט דער חאלאטל געווען א יסוד עצום וואלט קיין פראבלעם נישט געווען, אפי אויב דער חאלאטל בעצם איז א שטות. פארשטייסט

אזוי איז ביי יעדע זאך ווייז בעלות ביי קליינע זאכן און דאס זאל זיין די באנדעריס ווי איידער אלעס לאזן און מען זאל דיר אויפרעגן מיט איסורי דאורייתא'ס.

איך האף אז דער עולם פארשטייט וואס איך מיין צו שרייבן. נישט אז איך פראקטיציר פרומקייט נאר פשוטע פראקטישקייט נאר אזוי קען זיך א קאמפעני האלטן

shem-tov » מאנטאג יאנואר 6, 2014 4:01 pm

· #173986
נאך א וויכטיגער יסוד אין הלכות קולט כמיין פארטיי-חסידות. צו פארלאנגן עפעס א משוגענע זאך און זיך גאר שטארק עקשנען דערויף. למשל גיין שבת מיט שווארצע זאקן. אדער בחורים שבת מיט שווארצע זאקן. די פאות אזוי אדער אראפ. בקיצור פארלייג דיך אויף ערענסטע שטותים וועט דיר שוין אלעס נאכדעם גיין גרינג ווי פוטער

איש עברי » מאנטאג יאנואר 6, 2014 4:11 pm

· #173989
טאקע א חכמה עמוקה ונפלאה, פאר לאנגע יאהרן וועט נאך שטודירט ווערן אין די אוניווערסיטעטן די סטראטעגישע אקט פון מוהרמ"מ מוויזניץ וואס האט ברוב חכמתו באפוילען דער עולם זאל זיך אנטוהן מיאוסע בריל'ן כדי צו זיי אפהאלטן פון הארבע איסורים [למשל גיין צו רבי ישראל]

הילל » מאנטאג יאנואר 6, 2014 4:12 pm

· #173990
שם טוב, געדענק אויך פון דעם יסוד גדול אז איינמאל ער וועט ברעכן די זאך אויף וואס האסט זיך אזוי שטארק גע'עקשנ'ט, קען ער שוין ענדערש גיין אלל די וועי, ווייל ער וועט זיך שוין סייווי באטראכטן פאר א טאטאלער שייגעץ.
אן אנדערע יסוד גדול איז אויך אז אנשטאט ארויפצווינגען זאכן, דארף מען ענדערש פרובירן מסביר זיין, אריינגעבן א טעם, און מאכן אז יענער זאל עס פארשטיין און זאל עס וועלן.
אויב נישט, וועט ער אין בעסטן פאל טאקע בלייבן מיט'ן אויסערליכן חאלאטל אדער הוט, אבער אונטער דעם וועט זיין ליידיג און לער. מ'וועט קענען זינגען לעבעדיג "הוט, הוט, וואו איז דיין איד?". אין ערגסטן פאל, ווען ער וועט אראפווארפן דעם הוט, וועט נישט זיין קיין אידישע נשמה וואס צו בלייבן. אן א חאלאטל וועט ער אנהייבן שפירן ווי א גוי גמור, ווייל אויף דעם האט דאך זיין טאטע און מגי"ש אזויפיל אריינגעבאכעט און געווען אזוי שטרענג דערויף. און ווען ער וועט זיך כאפן אז דאס איז גארנישט ווערד, וועלן די גרינגערע זאכן פון וואס מ'האט קוים גערעדט און נישט געלייגט אזא דגוש, זיכער אוועקפאלן דערמיט. ווי אן אנערקענונג וועט בלייבן א שווארצער כאלאטל הענגען אויפ'ן הענגער, וזהו.

איש עברי » מאנטאג יאנואר 6, 2014 4:13 pm

· #173991
לויט די מעשה וואס דו ברענגסט פון רעבין זכרוינע קומט אויס אז סאיז ערלויבט בשעת הדחק נאכצולאזן פון געוויסע זאכן, איז שייך למשל היינטיגע צייטן אז מען זאל זיך צוזאמנעמען אין באשליסן אויף א געוויסע תקנה פון רבי'ן אז פון דעם איז שוין געקומען די צייט נאכצולאזן?

געפילטע פיש » מאנטאג יאנואר 6, 2014 6:13 pm

· #174030
געווען אמאל א מעשה מיט א בוים וואס מ'האט פון איר נישט געטארט עסן. געווען דארט א פרומע מאן וואס האט מורא געהאט אז זיין ווייב וועט נישט גענוג שטארק נזהר זיין, האט ער איר באפוילן אז צו דעם געאסרטן בוים טאר מען בכלל נישט אנרירן. שפעטער געווען עפעס א מעשה מיט א שלאנג, כ'געדענק שוין נישט פונקטליך... אבער דעמאלס האט יעדער איינגעזעהן ווי וויכטיג ס'איז צו לייגן גדרים.

אליצפן » מאנטאג יאנואר 6, 2014 6:35 pm

· #174037
shem-tov


סדא א מעשה ביים רבין ז"ל

וועלכער רבי??? דא איז א נייטראלע פלאץ.

איש עברי » מאנטאג יאנואר 6, 2014 6:38 pm

· #174041
די רבי וואס זיינע נאכפאלגער פארשטייען אז מלא כל הארץ כבודו און ער איז די אויסשליסליכע רבי זכרוינע לברכה איבער אלעמען

געפילטע פיש » מאנטאג יאנואר 6, 2014 7:01 pm

· #174047
מעשיות פונעם רבי'ן ברענגט ער? ער איז דאך געווען א טיפש עצום, משם ראיה?

shem-tov » מאנטאג יאנואר 6, 2014 7:20 pm

· #174051
געפילטע פיש
מעשיות פונעם רבי'ן ברענגט ער? ער איז דאך געווען א טיפש עצום, משם ראיה?


מעשיות פון וועלעכען רבין ברענגט ווער. ווער איז דער טיפש עצום און וואס א חילוק צווישן א פשוטער טיפש און א טיפש עצום. און פון דארטן איז נישט קיין ראי אז וואס. און פון וועלעכען רבין איז יא א ראי און אויב רעדסטו איבער וואס כהאב געברענגט פונעם רבין ז"ל האב איך דאך געמיינט דיין רבין. ביסט צימישט אדער וואס

פיש כאפער » מאנטאג יאנואר 6, 2014 7:30 pm

· #174053
אזויווי נועם כאמסקי זאגט ״די קלוגער וועג צו האַלטן מענטשן פּאַסיוו און איינגעצוימט (אין א סיסטעם) איז צו שטרענג באגרעניצען די ספּעקטרום פון אנגענומענע מיינונגען, אָבער לאָזן זייער לעבעדיגע דעבאַטעס אין דעם ערלויבטן ספּעקטרום....״

קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 6, 2014 8:02 pm

· #174061
כ'האב געפרעגט ר' שלום בער פישעל און ר' אביגדור אסטרייכער, זיי זאגן אז די רבי ז"ל האט דאס קיינמאל נישט געזאגט.

קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 6, 2014 8:06 pm

· #174065
shem-tov

מיין חבר איז א ראש ישיבה פאר שוואכע בחורים. דערציילט ער מיר איבער די גרויסע טעות וואס טאטעס און מחנכים האבן אז זיי גיבן גענצליכע פרייהייט. סאיז א ביטערער טעות ווייל לאמיר זאגן די פארלאנגסט נישט קיין חאלאטל ווייל די האלטס בשיטה אז מען מעג גיין מיט א העמעד און הויזן און נישט אין דעם שטעקט יודישקייט. אבער סגייט דורעך אפאר וואכן און די זעהסט דעם בחור מיט א קאלערדיגע העמעד און א גראבע דשעקעט אום ווייסע סניקערס ביי דיר אין ישיבה וואס זאלסטו דעמאלטס טאן. צומאל איז שוין צו שפעט.

א פחד וואס מ'הערט אלץ נעבעך פון מחנכים.

shem-tov » מאנטאג יאנואר 6, 2014 8:09 pm

· #174067
קאווע טרינקער
כ'האב געפרעגט ר' שלום בער פישעל און ר' אביגדור אסטרייכער, זיי זאגן אז די רבי ז"ל האט דאס קיינמאל נישט געזאגט.


חכם, דארטן איז שוין אן אנדערע מעשה. דארטן איז נישטא אזא זאך ווי שטותים בכלל

דעת תורה » מאנטאג יאנואר 6, 2014 8:29 pm

· #174077
פיש כאפער
אזויווי נועם כאמסקי זאגט ״די קלוגער וועג צו האַלטן מענטשן פּאַסיוו און איינגעצוימט (אין א סיסטעם) איז צו שטרענג באגרעניצען די ספּעקטרום פון אנגענומענע מיינונגען, אָבער לאָזן זייער לעבעדיגע דעבאַטעס אין דעם ערלויבטן ספּעקטרום....״


א לעבעדיגע דוגמא צו דעם קאנצעפט. א גאנצער אשכול פון בלעטער לאנג מיט לעבהאפטיגע דיסקוסיעס איבער די גאר הארבע שאלה צי מען מעג חלילה גיין צוזאמען מיט די אגודה ביי א פראטעסט.

פארשטייט זיך אז אפילו פון א עקסטרעמע סאטמארע פוינט אוו וויו, איז דער דיון ניטאמאל ראוי לאכילת כלב, נישטא קיין התחלת שאלה בכלל (כאטש מהרז"ל ובית דינו זענען געזיצן לאנגע אסיפות איבער די שאלה, און אפילו מוסיף געווען נאך דיינים דן צו זיין אין די הארבע פראגע). פארוואס איך זאג אז דאס איז בכלל נישט קיין אישו? פשוט ווייל מיר האבן א כלל פון "שאל אביך ויגדך", היסטאריע איז דער בעסטער מלמד.

אין א אנדערן אשכול האט החכם הידען והוא פלאי געשריבן איין תגובה, וואס צו ווארפט דעם גאנצן דיון נאך בעפאר מען הייבט אן.

והוא פלאי
סתם למען הפינקטליכקייט שבהיסטאריע, וויל איך דא מעיר זיין, און איך האף אז דער סקרענטאנער רב וועט מיר מוחל זיין

דאס איז נישט דער המאור, דאס איז דער האיחוד, א קובץ וואס איז ארויסגעגאנגען דארך עדה אפיליערטע קרייזן, קוק ווער עס לייגט דארט מודעות, קוק ווער עס שרייבט מאמרים, און קוק אין יענעם קובץ דער באשרייבונג פון סאטמאר רב אין די בראשית יארן אין אמעריקע
דער עומק הבנה וואס יעדעס יונגל האט היינט בעומק הפלוגתא עם הציונים איז נאך דעמאלטס ביים אלגעמיינע עולם אפי' דער קנאי'שע נישט געווען פשוט

וליתר שאת, שאף דיר אן דעם ספר מלחמות ה', וקול יעקב, און ליין אפי' פון די שפעטירדיגע יארן ווען עס איז שוין געווען אן התאחדות, די צעטליך און די פרעס ריליסעס, און זאג מיר צו עס וואלט אדורך דער צענזור פון די היינטיגע קנאים. וכידוע האט זיך דער רבי אליינס געפארעט מיט דעם, ודו"ק כי עמוק הוא

shem-tov » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:35 am

· #174199
דעת תורה. איך מיך פרעגן ווי דעס קומט דא אהער אין דעם אשכול

מאטי » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:04 pm

· #174264
ווי נואם טשאמסקי קומט אהער פארשטייסטו יא?

יאיר » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:20 pm

· #174265
דער עולם מאכט דא גרויס ליצנות פון שם טוב. אבער גראדע דא האלט איך מיט אים. עס איז קלאר אז די איינציגע סיבה פארוואס ביי חרדים איז דא די ווייניגסטע מחללי שבת און אוכלי נבילות וטריפות ווי ביי אלע אנדערע אידישע דענאמינאציעס איז וויבאלד זיי לייגן אזא דגוש אויף די אלע מינדערוויכטיגע זאכן ווי שפראך, קליידונג וכדומה. לאמיר זאגן א חרדי'שער פינף און צוואנציג יעריגער איד ווערט אן אפיקורס ר"ל, דהיינו, ער האט שוין עובר געווען אויף דעם איסור פון די רבנים און זיך איינגעהאנדלט אינטערנעט, ער האט זיך שוין אויסגעלערנט א גוטן ענגליש, און ער האט שוין דורכגעליינט די כל באיה לא ישובון ביכער, און ער פארשטייט שוין די מושגים וואס זענען געווען ווילד פרעמד ביי אים ביז די אינטערנעט עפאכע. פונדעסטוועגן וועט ער בלייבן א איד ווייל ער האט שוין א ווייב מיט דריי קינדער, ער איז גענצליך אומבאקאנט אין די סעקולערע קולטור, ער וויל זיך נישט צוקריגן מיט זיין גאנצע משפחה און גוטע פריינט, און אזוי ווייטער. אין אנדערע ווערטער, אונזער סיסטעם איז לכאורה די בעסטע צו פראדוצירן וואס מער געפילטע פיש עסער און שופר בלאזערס. פארשטייט זיך אז מיר צאלן א טייערע פרייז דערפאר, אבער דאס איז נישט די נקודה.

פישלע העררינג » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:26 pm

· #174269
ווער איז דער "יענער" וואס ווירטשאפט אן אזא קולטור, און וואס האט דער יענער דערפון אז עס זענען דא מער פון אונז? געלט? מאכט? איך פארשטיי נישט ווער עס איז דער יענער וואס דרייט אן די גאנצע מעשה און וואס ער פארדינט דערפון.

ווער באפעלט פאר די מחנכים אזוי צו רעדן? ווי באקומען זיי די דאזיגע פארשריפן? איז דא עפעס א אינטערערדישע פלאץ וואס פון דארטן קומען ארויס בסודי סודות די הוראות?

טאמבל סאס » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:27 pm

· #174270
יאיר
דער עולם מאכט דא גרויס ליצנות פון שם טוב. אבער גראדע דא האלט איך מיט אים. עס איז קלאר אז די איינציגע סיבה פארוואס ביי חרדים איז דא די ווייניגסטע מחללי שבת און אוכלי נבילות וטריפות ווי ביי אלע אנדערע אידישע דענאמינאציעס איז וויבאלד זיי לייגן אזא דגוש אויף די אלע מינדערוויכטיגע זאכן ווי שפראך, קליידונג וכדומה. לאמיר זאגן א חרדי'שער פינף און צוואנציג יעריגער איד ווערט אן אפיקורס ר"ל, דהיינו, ער האט שוין עובר געווען אויף דעם איסור פון די רבנים און זיך איינגעהאנדלט אינטערנעט, ער האט זיך שוין אויסגעלערנט א גוטן ענגליש, און ער האט שוין דורכגעליינט די כל באיה לא ישובון ביכער, און ער פארשטייט שוין די מושגים וואס זענען געווען ווילד פרעמד ביי אים ביז די אינטערנעט עפאכע. פונדעסטוועגן וועט ער בלייבן א איד ווייל ער האט שוין א ווייב מיט דריי קינדער, ער איז גענצליך אומבאקאנט אין די סעקולערע קולטור, ער וויל זיך נישט צוקריגן מיט זיין גאנצע משפחה און גוטע פריינט, און אזוי ווייטער. אין אנדערע ווערטער, אונזער סיסטעם איז לכאורה די בעסטע צו פראדוצירן וואס מער געפילטע פיש עסער און שופר בלאזערס. פארשטייט זיך אז מיר צאלן א טייערע פרייז דערפאר, אבער דאס איז נישט די נקודה.

איך פיל מיך יעצט ווי אזא לוזער, אז מיין לעבן ווערט גענצליך דאמינירט דורך אנדערע.
אבער וואסא חילוק. דאס איז נישט די נקודה...

טאמבל סאס » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:30 pm

· #174272
פישל'ע העררינג
ווער איז דער "יענער" וואס ווירטשאפט אן אזא קולטור, און וואס האט דער יענער דערפון אז עס זענען דא מער פון אונז? געלט? מאכט? איך פארשטיי נישט ווער עס איז דער יענער וואס דרייט אן די גאנצע מעשה און וואס ער פארדינט דערפון.

ווער באפעלט פאר די מחנכים אזוי צו רעדן? ווי באקומען זיי די דאזיגע פארשריפן? איז דא עפעס א אינטערערדישע פלאץ וואס פון דארטן קומען ארויס בסודי סודות די הוראות?

ס'איז - איך, דו, יאיר, די רבי, די גבאי, די צדקה גייער, די שבת גוי, שטארק, נידערמאן, די פאוסט, די בלאט. "מיר אלע אינאיינעם".

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:33 pm

· #174273
קאווע טרינקער
כ'האב געפרעגט ר' שלום בער פישעל און ר' אביגדור אסטרייכער, זיי זאגן אז די רבי ז"ל האט דאס קיינמאל נישט געזאגט.

דאס איז געווען דער רב זכרונו לברכה, נישט דער רבי זכותע יאגן אליינע. 😎 😂 🙄 😛 😮

כתר מלכות » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:42 pm

· #174279
געפילטע פיש
מעשיות פונעם רבי'ן ברענגט ער? ער איז דאך געווען א טיפש עצום, משם ראיה?

אויב רעדסטו פון סאטמאר רב, דאן האסטו אים אינטערגעשאצט, ער איז נישט געווען סתם א טיפש, געווען איז ער דער טיפש פון די טיפשים. אין זיינער צייט איז ער געווען אנגענומען אין די וועלט פאר דער גרעסטער טיפש בדורו! אזוי ווייט אז גינעס ווארלד רעקארד האט אים אפילו נישט געוואלט שטעלן אין שפיץ פון די טיפשים, זאגענדיג אז ער פארשעמט גאר די טיפשים, און זיין אנוועזענהייט אין דעם רעקארד וועט אנטמוטיגן ציקונפטיגע טיפשים פון ערשיינען דארט, זינט אזא טיפש איז נאך נישט באשאפן געווארן אין משך פון די הונדערט ביליאן יאר וואס די וועלט איז אריין אין עוואלאציע.

סייענטיסטן וואס האבן שטודירט א האר פון זיין בארד, האבן פעסט געשטעלט אז אנדערש ווי אלע מענטשן וואס שטאמען פון מאלפעס און חזירים, שטאמט ער פון א שאלאכטץ פון א ניסל, וואס די ניסל איז בטעות ארויסגעפאלען פון זקינינו המלפה הראשון זי״ע, און בשעת די בינג בענג האט פאסירט, האט זיך דער ניסל בהאלטען אין א אומבאקאנטען ארט, בערך דריי ביליאן ליכט יאר אוועק פון די קריזיס, און בטעות האט די שאלאכטץ פון אט די ניסל געבוירען א מענטש מיט אזוי ווייניג שכל ממש ווי א שאלאכטץ פון א ניסל, און פינעף ביליאן יאר שפעטער איז ער געבוירען. דאס געט א ביסעל צו פארשטיין די אומגעהויערע טיפשות וואס ער האט מיט זיך געטראגען.

איך האלט אז עס איז א נארישקייט פון דיין זייט, זיך אראפצולאזן און רעדן פון אזא טפוש עצום.
פון דעם חכם ארזים מורה מורינו רבי געפילטע וואלט איך נישט ערווארטעט אזא טפשות.

יאיר » דינסטאג יאנואר 7, 2014 12:49 pm

· #174284
פישל'ע העררינג
ווער איז דער "יענער" וואס ווירטשאפט אן אזא קולטור, און וואס האט דער יענער דערפון אז עס זענען דא מער פון אונז? געלט? מאכט? איך פארשטיי נישט ווער עס איז דער יענער וואס דרייט אן די גאנצע מעשה און וואס ער פארדינט דערפון.

ווער באפעלט פאר די מחנכים אזוי צו רעדן? ווי באקומען זיי די דאזיגע פארשריפן? איז דא עפעס א אינטערערדישע פלאץ וואס פון דארטן קומען ארויס בסודי סודות די הוראות?

מיר באקומען די פארשריפטן פון די משכילים, גויים, רעפארמער, וכל שם וחניכא דאית להו. אונזער גאנצע קולטור איז reactionary. געדענקסט נאך וואס דער רבי האט געזאגט אין חדר? זע וואס דער גוי טוט, און דו טו פונקט פארקערט.
ווער פארדינט דערפון? יעדער ערליכער איד וואס וויל אז זיין זון זאל זיין א שומר שבת און עסן כשר'ס פאר יעדן פרייז.

כתר מלכות » דינסטאג יאנואר 7, 2014 1:11 pm

· #174292
גרויעליג !!!!

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 7, 2014 1:14 pm

· #174293
[ציטאט אראפגענומען]

סופר, דעם חידוש פון מאכן א גדר איז נישט א נייע זאך פון היינט, מיר טרעפן עס שוין אין חז"ל אסאך מאל, ועשו סייג לתורה שטייט שוין אין אבות, סחור סחור אמרינן לנזירא לכרמא לא תקרב, מען טרעפט אסאך הלכות און תקנות וואס חז"ל האבן איינגעפירט בלויז לשם סייג וגדר.
דער פראבלעם ווערט נאר ווען דער סייג און חומרא ווערט א עיקר וואס מען הרג'עט מענטשן דערויף און מען נעמט נישט אן זייערע קינדער אין די מוסדות, בשעת אנדערע טרעטן אויף גופי תורה, אפענע דאורייתא'ס, ואין פוצה פה.

יאיר » דינסטאג יאנואר 7, 2014 1:14 pm

· #174295
[ציטאט אראפגענומען]

די שאלה גרעניצט זיך מיט אנאכראניזם. ביז די תקופת הנאורות האט נישט עקזיסטירט אזא מושג ווי אוניווערסיאלע מאראליטעט, און ביז די השכלה האט נישט עקזיסטירט דער יסוד גדול פון זיך פארלייגן אויף שטותים. (ותלוי הא בהא, והמשכיל יבין).

יאיר » דינסטאג יאנואר 7, 2014 1:33 pm

· #174313
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז אויך אנאכראניזם. אמאל איז נישט געווען דער מושג פון האבן א בנין און צולייגן גדרים, אלעס איז געווען איין גרויסער קוגל, אפילו ביי די חכמי הש"ס, ע"ע הלכה למשה מסיני.
[ציטאט אראפגענומען]

נישט ריכטיג, עס האט זיך אנגעהויבן ביי די מיהאלאוויטץ אסיפה.

מאטי » דינסטאג יאנואר 7, 2014 2:09 pm

· #174347
אין קידושין רעכנט די גמרא אויס א גאנצע ליסטע גדרים וסיגים אויף וואס רב האט מנגיד געווען (אין מאמע לשון.. פאר׳נחומ׳ט). דאס איז אן ערגערע עונש ווי ארויסווארפן פון מוסדות.
איך מיין דער עיקר פוינט וואס מ׳דארף קוקן איז ״פראקטישקייט״. וואספארא מיטל ארבייט היינט!!! דאס איז וואס די משפיעים אויף כלל ישראל דארפן קוקן. אויב האט א געוויסע מעטאד געהאט הצלחה פופציג יאר צוריק, און מיטן קאפ אין וואנט קלאמערט מען זיך דערויף מיט מיסטישע סיעתא דשמיא׳ס און איגנארענץ ״דאס איז דער וועג! ״מיר טארן נישט זיין קלוגער״ דאן קוקט מען אויס וויאזוי מיר קוקן אויס.

אגב, אז כ׳האב שוין יא רעליסד מיינע פינגער מוסקלען, מ׳פארציילט אז דער חפץ חיים ז״ל האט אמאהל אין א דרשה געזאגט בתוך הדברים: ״אידן! איר ווייסט אז רעדן לשון הרע איז א לאו אין די תורה פונקט וואו אכילת חזיר..״ האט זיך עפעס א לץ דארטן אנגערופן ״רבי איר פארלאזט זיך אויף דעם היתר אכילה הלכה למעשה אויך?

איש עברי » דינסטאג יאנואר 7, 2014 2:20 pm

· #174348
דער בעל האשכול האט אנגעהויבן מיט די געדאנק פון זיך פארלייגן אויף שטותים, און דער עולם איז פארקראכן צו די נושא פון גודר זיין גדרים, עס איז דא גדרים וואס איך קען פארשטיין למשל מאכן א מחיצה ביי חתונות אפילו עס איז נישט געווען איינגעפירט אמאל איז א גלייכע זאך ווייל סקען קומען לידי פריצות, און אזוי ווייטער נאך שיינע גדרים וסייגים
אבער זיך פארלייגן אויף שטותים מיינט מען אזעלכע זינלאזע גרונדלאזע באזיסלאזע אומלאגישע שטותים ווי למשל אז מען זאל גיין אנגעטוהן פלעסטיק גלעזער מען זאל נישט פארען אויף קיין שגץ בייק און אזוי ווייטער דאס איז אלץ נארישקייטן וואס היינטצייטיגע נערנים האבן אויסגעטראפען און ב"ה אז איך קען נישט אריינקריכן אין זייערע פיצעלע קעפ צו דערגיין וואס די צטרה דערפון איז, אבער צו זענען דאס גדרים? למשל צו וואס דינט די גדר פון פלאסטיק ברילן?

געפילטע פיש » מיטוואך יאנואר 8, 2014 12:53 am

· #174521
כ'קלער אז די אידן וואס האבן געדענקט די תקופה פארן תקנה פון מחיצות לדוגמא, אדער סיי וועלכע תקנה, האבן עס אנגעקוקט פונקט אזוי לעכערליך ווי דו קוקסט אן די גלעזער תקנה, ס'איז אלע סוביעקטיוו.

כתר מלכות
געפילטע פיש
מעשיות פונעם רבי'ן ברענגט ער? ער איז דאך געווען א טיפש עצום, משם ראיה?

אויב רעדסטו פון סאטמאר רב, דאן האסטו אים אינטערגעשאצט, ער איז נישט געווען סתם א טיפש, געווען איז ער דער טיפש פון די טיפשים.

איך ווייס נישט ווער סאטמאר רב איז, און כ'פארשטיי נישט פארוואס דו מיינסט אז איך האב געמיינט עם, כ'האב דאך געמיינט דעם רבי'ן!

כתר מלכות

פון דעם חכם ארזים מורה מורינו רבי געפילטע וואלט איך נישט ערווארטעט אזא טפשות.

At least we agree on something.

איש עברי » מיטוואך יאנואר 8, 2014 4:10 am

· #174546
געפילטע פיש
כ'קלער אז די אידן וואס האבן געדענקט די תקופה פארן תקנה פון מחיצות לדוגמא, אדער סיי וועלכע תקנה, האבן עס אנגעקוקט פונקט אזוי לעכערליך ווי דו קוקסט אן די גלעזער תקנה, ס'איז אלע סוביעקטיוו.


מיינסט אזוי?

געפילטע פיש » מיטוואך יאנואר 8, 2014 2:55 pm

· #174680
אפשר נישט ממש אויפן זעלבע לעוועל, ס'שווער צו וויסן אן זיין אין יענע מצב. אבער איך שטעל מיך פאר אז פאר איינער וואס איז אויפגעוואקסן מיט חתונות אן מחיצות, וואלט ביי עם געווען די מחיצה תקנה פונקט אזוי לעכערליך ווי די תקנה אין סקווער אז מענער און פרויען גייען אויף באזונדערע סייד-וואקס.