☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די קינדער מאכן פורים פון פרעה

די קינדער מאכן פורים פון פרעה

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5612

shem-tov » מאנטאג יאנואר 6, 2014 10:00 am

· #173860
די קינדער מאכן פורים פון פרעה
פאריגע וואך האמיר געלערנט איבער פרעה אז ווען ער איז געקומען צו לויפן זוכן משה, ווען ער האט שוין געזעהן אז סאיז געהאקטע צרות האט ער זיך ארויסגעלאזט בכבודו ובעצמו אין יודישן קווארטעל און זיך גענומען זוכען משה רבינו.

דער עפיזאד פון די הייליגע תורה איז מיר זייער אינטערסאנט. קודם פון ווי קומט עס צו קליינע יודישע קינדערלעך חוזק צו מאכן פון דעם גרויסען פרעה מלך מצרים. פון ווי האבן זיי גענומען די גאטס דער זעלבער קעניג האט דאך עטליכע יאר צוריק גוזר געווען אזעלעכע גזירות רעות טאקע אויף קליינע קינדער. און בכלל איז דאס דען געווען אויסגעהאלטן אים אויפצוהאלטן בשעת ער זאגט שוין אז ער וויל זיי ארויסלאזן פון מצרים, און וויפיל שעות ליצנות און געשפאט פלעגט פארקומען אין יודישע שטיבער אויף פרעהס חשבון אז די קינדער זאלן טאן אזא זאך. האבן זיך די יודן דאס געטרויט צו טאן

וואס וואלט מען ווען היינט געזאגט אויף אזא מין זאך.וואס טוט זיך מיט דינא דמלכותא און געבן כבוד פאר א קעניג. די אויפגעקלערטע וואלטן געזאגט מען דארף דאך אים פארשטיין. די יודן האבן אים פרובירט אונטערצוברענגן ער איז נישט אזוי געפערלעך

אויך זעהט מען אז אביסל הומער האט אונז אלעמאל באגלייט אפי אין די שווערסטע גלות'ן. בקיצור מען דארף אויך פארשטיין צו די קליינע פיר יעריגע האבן דאס געטאן פון זייער אייגענער ווילן אדער די עלטערע זענען געשטאנען אונטער זיי. איינער קען דא לערנען איינער ווייסט ביטע

shem-tov » מאנטאג יאנואר 6, 2014 10:09 am

· #173867
גוד פוינט. כוועל עס שפעטער נאך די ארבעט... זוכען און ארויפלייגען

דולה ומשקה » מאנטאג יאנואר 6, 2014 3:27 pm

· #173972
לכאורה האבען דאס די קינדער געטוהן מדעת עצמם, מ'זעהט ווי א מענטש דרייט זיך אינדרויסען אינמיטן די נאכט, נאך חצות הלילה, אין שרייט ווי איז משה ווי איז אהרן, אוודאי האבען די קינדער געמאכט ליצי ליצנות פון איהם, די עלטערן וואס זענען געשטאנען אינדערזייט, אויף וואס ארויף זאלן זיי מוחה זיין, ווען זיי ווייסען אז מארגען גיייט מען שוין ענדליך ארויס.

יאר 14'
דער פרעזענדט ווייסט שוין פון לאנגע יארן צוריק, דער FBI האט שוין א גראבע פאלדער איבער דעם פערזאן משה רבינו מיט זיין ברידער אהרן, ער ווייסט שוין אלעס איבער זיין משפחה, פריינד, וכדומה, ער דארף נישט זוכן קיין הויז, קודם שיקט ער אהין א SWAT TEAM, ער דארף אפילו נישט פרעזענטליך אריבער צו גיין, ווען יא האט ער א גאנצע עסקאורט, גייט דערוואגט זיך נישט צו-צוגיין, ווען יא באלד ווערט ער אוועק געשטופט דורך די סיקרעט סירוועס וכו' וכו'

shem-tov » מאנטאג יאנואר 6, 2014 3:56 pm

· #173983
דולה ומשקה

ווערט דא נולד נאך א קשיא ווי האט מען געלאזט קינדער זיך אליינס ארומדרייען אזוי שפעט ביינאכט. אן די עלטערן.

פרעה לויפט ארום מיט די פעדשאמעס און מאכט משוגע די יודן

טיטאניק » מאנטאג יאנואר 6, 2014 4:00 pm

· #173984
ס'הייסט ס'געווען יזכור! ניין?

הבא ללמד » מאנטאג יאנואר 6, 2014 4:09 pm

· #173988
וואס פארשטייסטי נישט? א נאכט פארן מאפען און דע צייט וואס יעדע מאמע האט געהאט א ערך 250 קינדער (יעדע'ס יאר א זעקסער) נא גיי נעם קער נעמען פין דע קליינע און אזא צייט ?

זעיט אויס אז דעמאלטס האט מען זיך נישט געשעימט אז מען קען זיך נישט באכעלעפשען (איך זאג עס גיט?)

רפאל » מאנטאג יאנואר 6, 2014 4:19 pm

· #173993

<a class="postlink" href="http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A4%D7%A8%D7%A2%D7%94_%D7%91%D7%A4%D7%99%D7%92%27%D7%9E%D7%94">http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A4%D7% ... 7%9E%D7%94</a>