☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » האדמו''ר מוויזניץ מאנסי וועט פארציילן היינט זיין נס הצלה

האדמו''ר מוויזניץ מאנסי וועט פארציילן היינט זיין נס הצלה

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5611

ימי קדם » מאנטאג יאנואר 6, 2014 9:15 am

· #173843
האדמו''ר מוויזניץ מאנסי וועט פארציילן היינט זיין נס הצלה
ווי באקאנט, האלט מען אין אסאך חסידישע מקומות, היינט נאכט, דעם ''רוסישען ניטל'', און אין וויזניץ האלט מען עס פון חצות היום ביז חצות הלילה (און דאס איז בנוסף צו די ניטל בליל אידם וואס מען האלט פון די שקיעה ביז חצות הלילה).

אין מאנסי, האבן וויזניצער חסידים אויפגענומען מיט וואונדער, וועט דער רבי האט פלוצלינג געלאזט וויסן, עפעס וואס ער האט נאך קיינמאל פריער נישט געטוהן, און ארויסגעשטעלט א ''סדר היום'', דהיינו:
1:00 - תהלים בציבור, מיטן רבי'ן (לידיעה בעלמא, עס איז די ערשטע מאל וואס ער גייט זאגן תהלים בציבור 'just so', אין וויזניץ איז דא די קביעות'דיגע זמנים ווען מען זאגט תהלים, און חוץ מזה ווער ער מעדיף זיין לערנען, און אפילו ער איז גאנץ שטארק מחזק דאס זאגן תהלים בעת הצורך, האט ער עס נאך קיינמאל נישט געטוהן אהן א ספעסציפישע סיבה).
4:00 - מנחה.
און נאכדעם וועט ער פארציילן ברבים זיין נס הצלה ביי די צווייטע וועלט מלחמה.

די רבי פארציילט די סיפור יעדעס יאר אום ''ל''ד בעומר'', אבער יעצט זאגט ער אז ער וועט עס פארציילן ''ווי קיינמאל בעפאר'', באריכות, מיט אלע דעטאלן.

און כדרכם של חסידים (שוטים?) איז מען שוין דן וואס ער גייט מחדש זיין, און וואס איז דער ציהל פון דעם, פון סתם וועלן האלטן די כולל אינגעלייט פארנומען, ביז וועלן מכריז זיין נייע תקנות אדער מחאות, כדרכו....

איין זאך איז זיכער: אפילו ביי די 92 יאר, און נאכן זיין 42 יאר רבי, קען מען נאכאלץ אויפקומען מיט חידושים.

קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 6, 2014 9:39 am

· #173850
אויב איז ער בעל מספר ווי א בעל מנגן, איז דאס מן הסתם די זעלבע אלטע מעשה נאר מיט נייע תנועות.

פישלע העררינג » מאנטאג יאנואר 6, 2014 9:57 am

· #173858
תהילים - כנגעים ואהלות - מעג מען זאגן ניטל?

איש עברי » מאנטאג יאנואר 6, 2014 10:07 am

· #173863
דער אייבערשטער זאל אים געבן אריכות ימים ושנים, ער איז נאך פון די איינציגע וואס איך קען פארשטיין אז מען קען זיין א אנהענגער פון אים, ער האט א שיעור קומה, א ווארימע מענטש וואס נעמט שיין אויף אידן, א מתמיד עצום און א איש אמת [טראץ וואס ער איז ליידער זייער א פאנאטישע מענטש און ער שלאגט זיך אויף שטותים]

שרייבער » מאנטאג יאנואר 6, 2014 10:42 am

· #173880
אלס ספיקא דיומא

shem-tov » מאנטאג יאנואר 6, 2014 10:44 am

· #173882
וואס מיינט א שעור קומה

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:07 am

· #173886
[ציטאט אראפגענומען]

ווייל מסתמא אינדער-העים אין וויזניץ איז געווען צוויי ערליי גוים. די וועלכע זענען קאטאליקן, און האלטן דעצעמבער 25. און די גריעק-ארטהאדאקס/פראוואסלאוונע, וועלכע האלטן זייער חגא לויט'ן אלטן גוי'אישן קאלענדאר, דעצ. 25, וואס קומט אויס יאנואר 6, לויט'ן נייעם קאלענדאר. ❓ ❗ 💡 😮

כתר מלכות » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:51 am

· #173897
שרייבער
אלס ספיקא דיומא


איינער האט אמאל געפרעגט הרה״ק מהר״א מבעלזא זי״ע פארוואס מען האלט נישט צוויי טעג ניטול אלס ספיקא דיומא, האט ער גענטפערט, מהאלט יא, אזוי ווי דער פסוק זאגט, אם תעזבנו יום יומיים אעזבך, ודפח״ח.

shem-tov » מאנטאג יאנואר 6, 2014 12:02 pm

· #173904
איך כאפ נישט די ווערטל

ימי קדם » מאנטאג יאנואר 6, 2014 12:15 pm

· #173910
berlbalaguleh
[ציטאט אראפגענומען]

ווייל מסתמא אינדער-העים אין וויזניץ איז געווען צוויי ערליי גוים. די וועלכע זענען קאטאליקן, און האלטן דעצעמבער 25. און די גריעק-ארטהאדאקס/פראוואסלאוונע, וועלכע האלטן זייער חגא לויט'ן אלטן גוי'אישן קאלענדאר, דעצ. 25, וואס קומט אויס יאנואר 6, לויט'ן נייעם קאלענדאר. ❓ ❗ 💡 😮

כמעט... אין וויזניץ אין בוקאווינא האט מען נאר געהאלטן די רוסישע ניטל פון 12 ביז 12 אזוי ווי די גוים דארט (אזוי איז געווען אין רוב מקומות, פון חצות צו חצות), ווען דער אהבת ישראל איז אנגעקומען קיין גרויסווארדיין, וואו מען האט געהאלטן דעם 25'סטען אזוי ווי די גוים דארט, האט ער אויך אנגעהויבן האלטן די 25'סטען, און היות איינע פון די שטערקסטע יסודות פון ניטל, איז דער ענין פון מנהג ישראל תורה, האט ער זיך האלטענדיג צו מנהג אבותיו, געהאלטן ביידע, און אזוי איז עס שוין געבליבן.
און באמת, דא אין אמעריקע וואו צווישען די גוים איז דא וואס האלטן דעם ערשטען, און עס איז דא וואס האלטן די צווייטע, איז דאך פשוט אזוי.

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 6, 2014 12:29 pm

· #173912
[ציטאט אראפגענומען]

ירא שמים יוצא ידי שניהם.

shefele » מאנטאג יאנואר 6, 2014 12:42 pm

· #173916
שמעתי אז עס גייט הערשט זיין נאך מעריב. איז דא איינער וואס קען ביטע אויסקלארן?
איך האב חשק צי זיין דארט

ימי קדם » מאנטאג יאנואר 6, 2014 12:50 pm

· #173918
יא, מעריב איז ביים זמן (5:23).

חקרן » מאנטאג יאנואר 6, 2014 12:57 pm

· #173919
תהילים איינס-אזייגער

די סיפור פינעווע צייט

(זאכן קענען זיך נאך טוישן)

איש עברי » מאנטאג יאנואר 6, 2014 1:52 pm

· #173939
כתר מלכות
שרייבער
אלס ספיקא דיומא


איינער האט אמאל געפרעגט הרה״ק מהר״א מבעלזא זי״ע פארוואס מען האלט נישט צוויי טעג ניטול אלס ספיקא דיומא, האט ער גענטפערט, מהאלט יא, אזוי ווי דער פסוק זאגט, אם תעזבנו יום יומיים אעזבך, ודפח״ח.


ס'איז נישטא אזא פסוק און מיטאמאל אזא מדרש

כתר מלכות » מאנטאג יאנואר 6, 2014 2:28 pm

· #173944
נישט קיין פסוק טאקע, רש״י דברים יא יג ברענגט דאס פון מגלת סתרים.

shem-tov » מאנטאג יאנואר 6, 2014 2:34 pm

· #173947
די הייליגע רש"י. פונקט אזוי גוט ווי א פסוק
אבער כפארשטיי נאך אלץ נישט דאס ווערטל

כתר מלכות » מאנטאג יאנואר 6, 2014 2:42 pm

· #173950
פשוט טייטש, אויב וועסט איבערלאזן די תורה פאר איין טאג, וועט די תורה דיך איבערלאזן פאר צוויי טעג. קומט אויס אז מיט׳ן נישט לערנען איין טאג, איז מען פארזיכערט נישט צו לערנען צוויי טעג, ממילא איז שוין די ספיקא דיומא בעיה געלעזט.
#אדזשאוקאיזמעןנישטמסביר.

shem-tov » מאנטאג יאנואר 6, 2014 3:08 pm

· #173964
סאו וויל איך פארשטיין וואס די פשט פונעם ווערטעל. האט ער נישט געהאלטן פון ניטל ווייל סאיז א בחינה פון ביטל תורה. האט ער יא געהאלטן פון מאכן צוויי טעג נאר מען איז מוצא מיט איין טאג. פארוואס זאל דא שייך זיין צו מאכן צוויי טעג. איז עס פארעכענט אין בעלז אלץ א שארף ווארט אדער אלס א תורה פון רבין.

אנטשולדיגט פאר די קשיות אבער איך בין נישט קיין בעלזער און כהאב נאך קיינמאל נישט געהערט קיין ווערטל פונעם הייליגן בעלזער רב .זצוק"ל וויל איך פשוט פארשטיין זיין דרך
סאטמער רב'ס ווערטלעך קען איך, און איך ווייס עס וויאזוי אפצולערנען.משא"כ דא בין איך פרעמד. איינער קען מיר פארשטיין געבן. שכח

חקרן » מאנטאג יאנואר 6, 2014 4:00 pm

· #173985
א שטיקל באריכט אויפן ארט:

דער בית-המדרש איז גאנץ געפאקט, ס'איז דא פארענטשעס ביי די זייטן. מען איז אריינגעקומען פון אלע שטעט און אויך די בחורים פון גיבערס זענען דארט. מען האט אנגעהויבן אביסל שפעט און דער גאנצער עולם זאגט תהילים. אויפן ארון-קודש האט מען אויפגעבויט א ספעציעלע סטעידזש וואו עס איז צוגעגרייט א מייקראפאן. דארט וועט דער רבי זיצן ופניו כלפי העם און וועט פון דארט דערציילן די מעשה ברבים. (כ'מיין אז ס'איז שלא כסדר דארט צו רעדן אויפן ארון-קודש אין פארנט פון די גאנצע עולם).

מענטשן אויפן ארט זאגן אז מעריב איז אביסל נאך פינעווע און דערנאך וועט ער דערציילן די מעשה ברבים. בינתיים הערשט א שטיקל געשפאנטקייט צווישן עולם, ווייל מען רעכנט זיך אז דער רבי וויל עפעס זאגן פארן עולם און ס'איז נישט סתם ווייל ער וויל אנפילן די צייט. מען קען אבער נישט וויסן, ס'איז שווער אויסצורעכענען מיט אים, און עס קען נאך זיין אז עס מיינט טאקע גארנישט, ער וועט אביסל דערציילן און יעדער וועט אהיימגיין בשלום. צייט וועט זאגן וואס דער אמת איז.

ימי קדם » מאנטאג יאנואר 6, 2014 5:17 pm

· #174004
חקרן, לאז וויסן ווי אזוי עס גייט, און אויב ביסטו גרייט אויף מסירת נפש (בגשמיות - די חברה זענען עלול אויף שפיכת דמים ווען עס קומט צו דעם) כאפ אפאר בילדער.

קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 6, 2014 8:19 pm

· #174072
נו?? וואס איז די נייע מעשה? חרם? איסור? תקנה?

איינגעמיירעט » מאנטאג יאנואר 6, 2014 8:36 pm

· #174079
לויט ווי איך קען דעם סיסטעם דארטען,גייען שטיין דארט אסאך מענטשען וואס זיכען אז זייער מקור החיים ״די רבי״ זאל עפעס ווארפען א באמבע און זיי עפעס געבן עפעס חיות און זייער באורענג סיסטעם.
אבער די רבי כדרכו וכטבעו וועט זיי גארנישט געבן זיי וועלען אהיימקומען באורד און צוזעצט די זעלבע ווי זיי זענען געגאנגען.

shem-tov » מאנטאג יאנואר 6, 2014 8:43 pm

· #174084
כהאב מורא אז יעדער ובכללם חקרן האט געמוזט אריינגעבן זייערע סעלפאונס וויל זייט פינעווע הערשט א טויטקייט פון דארט

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 6, 2014 10:55 pm

· #174117
איינגעמיירעט
לויט ווי איך קען דעם סיסטעם דארטען,גייען שטיין דארט אסאך מענטשען וואס זיכען אז זייער מקור החיים ״די רבי״ זאל עפעס ווארפען א באמבע און זיי עפעס געבן עפעס חיות און זייער באורענג סיסטעם.
אבער די רבי כדרכו וכטבעו וועט זיי גארנישט געבן זיי וועלען אהיימקומען באורד און צוזעצט די זעלבע ווי זיי זענען געגאנגען.

דיסלייק.
מאך נישט אוועק אזא שיינע חסידות מיט טויזענטער ערליכע אידן יראים ושלמים.

חקרן » מאנטאג יאנואר 6, 2014 10:56 pm

· #174118
יא, זעה איך אז דער עולם האט געווארט אויף מיר, אבער בחינם - איך בין נישט דארט געווען. פריער האב איך געהערט אן אפדעיט פון א חבר, וואס איך וועל שוין איבערגעבן. אבער עס איז מיר זייער אינטערעסאנט, ווייל איך בין זיכער אז צווישן דער גאנצער עולם וואס איז דארט געווען, זענען אויך פאראן באזיכער אין קאווע שטיבל. אלזא, פארוואס איז נישטא קיינער וואס זאל קענען איבערגעבן אן ערשט-האנטיגע באריכט, וואס ער האט אליין געזען און געהערט? - האבן ויז'ניצע חסידים נישט קיין אינטערנעט? - איז נישטא קיין איין קאווע שטיבל שרייבער צווישן דעם עולם דארט? - כ'גלויב נישט אז דאס איז דער מצב... אלזא, עס איז א דבר הצריך ביאור אז מען הערט נישט פון דארט דירעקט.

אין קורצן האט ער גארנישט געזאגט ספעציעל, ער האט דערציילט די מעשה פאר פינף-און-דרייסיג מינוט, דער עולם האט געזינגען ניגוני שבח והודאה און מען איז אהיימגעגאנגען.

איינגעמיירעט » דינסטאג יאנואר 7, 2014 1:12 am

· #174214
שמעקעדיג
איינגעמיירעט
לויט ווי איך קען דעם סיסטעם דארטען,גייען שטיין דארט אסאך מענטשען וואס זיכען אז זייער מקור החיים ״די רבי״ זאל עפעס ווארפען א באמבע און זיי עפעס געבן עפעס חיות און זייער באורענג סיסטעם.
אבער די רבי כדרכו וכטבעו וועט זיי גארנישט געבן זיי וועלען אהיימקומען באורד און צוזעצט די זעלבע ווי זיי זענען געגאנגען.

דיסלייק.
מאך נישט אוועק אזא שיינע חסידות מיט טויזענטער ערליכע אידן יראים ושלמים.

איך מאך ח״ו נישט אוועק קיין טויזענטער יראים ושלמים, איך קען אסאך טייערע יודען דארטען.
אויב עפעס מאך איך אוועק איין טייערע יוד דארט, וואס שפילט ארום מיט דיע טויזענטע יראים ושלמים.