☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קעמעראס פאר די וויליאמסבורגע גאסן

קעמעראס פאר די וויליאמסבורגע גאסן

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5607

ידיד » מאנטאג יאנואר 6, 2014 1:02 am

· #173819
קעמעראס פאר די וויליאמסבורגע גאסן
אין ליכט פון די לעצטע טראגעדיא וויל איך הערן וואס די עולם האלט דא בנוגע אינסטאלירן סארוועיליענס קעמעראס אויף אלע וומסבגע גאסן. מוועט בעטן פון יעדע איינוואוינער אויף די גאז זאל איינצאלן $10 אין מיט דעם קענען אינסטאלירן א גיטער קעמערע אינמיטן גאס ווטס וועט אויפכאפן אויף ביידע זייטן אדער גאר צוויי שאיק. עס וועט זיין א ממונה אויף יעדע בלאק צאמצישטעלן דאס געלט. די מאניטערס קענען זיין ביי די חברה שומרים זיי וועלן דאס אויך קענען מאניטערן אין פאקמיידן פאברעכנס. וואס איז דער דעת הקהל דערוועגן? איז עס מעגליך דורל צו פירן? ווי הייבט מען אן..

קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 6, 2014 8:29 am

· #173837
*גאס

די שאלה איז פארוואס דארף דאס "שומרים" מאניטירן? פארוואס נישט יעדער פון דעם גאס וואס פארמאגט א קאמפיוטער?
אזוי וועט מען שוין אין איין וועגס (נישט אזוי וויכטיג, אבער מער אפט) כאפן די פאשקווילען ווארפער (ווייל אויף גאס אין וויליאמסבורג וואוינט דאך א מיטגעליד פון יעדע פארטיי)

outspoken » מאנטאג יאנואר 6, 2014 9:40 am

· #173851
מיין שווער איז אין שומרים, נאך דאס פעלט מיר אויס (שנה ראשון אינגערמאן)

מ גפני » מאנטאג יאנואר 6, 2014 5:59 pm

· #174021
outspoken
מיין שווער איז אין שומרים, נאך דאס פעלט מיר אויס (שנה ראשון אינגערמאן)

ווואאאאססס אויטספאוקען איז א שנה ראשונה אינגערמאן??? די שרייבסט דאך ווי א זקן ורגיל

טיטאניק » מאנטאג יאנואר 6, 2014 6:06 pm

· #174027
מ גפני
outspoken
מיין שווער איז אין שומרים, נאך דאס פעלט מיר אויס (שנה ראשון אינגערמאן)

ווואאאאססס אויטספאוקען איז א שנה ראשונה אינגערמאן??? די שרייבסט דאך ווי א זקן ורגיל

זיוג שלישי
פון די ערשטע צווויי מאכט ער שוין חת8ונה אייניקלעך
😂 😂 😂 😂

נח בער » מאנטאג יאנואר 6, 2014 8:46 pm

· #174087
פארוואס די זעלבע ענין צוויי מאל?

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:01 pm

· #174122
ווואס האסטו פון וויליאמסבורגע קעמרעס ווען מערדערס פארן ביז ווייסעך וואו ארויס פון געגענט?

רויטע וואנצעס » מאנטאג יאנואר 6, 2014 11:38 pm

· #174145
שמעקעדיג, וועלכע קאר זיי האבן געהאט, און וועליכע דערעקציע זיי זענען געגאנגן, לייסענס פלעיט (ווען מ'קען זעהן) ועוד. די פאליציי קען נעמען אן א שיעור סחורה פון קעמרעס.

outspoken » דינסטאג יאנואר 7, 2014 9:57 am

· #174238
מ גפני
outspoken
מיין שווער איז אין שומרים, נאך דאס פעלט מיר אויס (שנה ראשון אינגערמאן)

ווואאאאססס אויטספאוקען איז א שנה ראשונה אינגערמאן??? די שרייבסט דאך ווי א זקן ורגיל

נישט קיין זקן, נישט קיין רגיל, און נישט קיין שנה ראשונה אינגערמאן, פשוט ארויסגעברענגט א פוינט אז די ווייסט נישט ווער ס'וועט דיר נאכקוקען.

ברוך בערל » דינסטאג יאנואר 7, 2014 10:17 am

· #174243
גיימער אריין אין די אלטע מחלוקה צו מען זאל אויפגעבן פרייהייט פאר זיכערקייט

טיטאניק » דינסטאג יאנואר 7, 2014 10:25 am

· #174246
outspoken
מ גפני
outspoken
מיין שווער איז אין שומרים, נאך דאס פעלט מיר אויס (שנה ראשון אינגערמאן)

ווואאאאססס אויטספאוקען איז א שנה ראשונה אינגערמאן??? די שרייבסט דאך ווי א זקן ורגיל

נישט קיין זקן, נישט קיין רגיל, און נישט קיין שנה ראשונה אינגערמאן, פשוט ארויסגעברענגט א פוינט אז די ווייסט נישט ווער ס'וועט דיר נאכקוקען.

מיט דיין פוינט ביסטי נישט גערעכט
ווייל עס איז דא א עצה
ווער די אויך א שומרים רייסער מילא וועסטי אויך האבען עקסעס צי די קעמערעס
און ווען דיין שווער וועט דיר קאנפראנטען וועסטי אויך האבען סחורה, ס'וועט זיין ונתנו אהין אין ציריק

😂 😂 😂

outspoken » דינסטאג יאנואר 7, 2014 10:28 am

· #174248
יעדער רודף איז גערעכט, ווייל די נרדף קען ווערן א רודף?