☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אין בעט מיט א ספר

אין בעט מיט א ספר

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #560

דולה ומשקה » זונטאג מאי 6, 2012 3:47 pm

· #10149
אין בעט מיט א ספר
ווי באקאנט האט רבי ברוך'ל מגארליץ נישט געוואלט מחבר זיין א ספר פון זיינע תורות, זאגעניק: "זיכער אז מענטשען וועלען נעמען זיין ספר אין דאס ליינען אין בעט, אין איך וויל אבער נישט שלאפען מיט איהם". אין לויט ווי מ'דערציילט האט ער אמאל מוסיף געוועהן: "אז דער ספר [ווען מ'שלאפט אן דערמיט] גייט אראפ פאלען אויף דער ערד, אין איך וויל אבער נישט אז יענער זאל זיין העכער מיך". אזוי ווערט געברענגט אין ספר דברי ברוך - גארליץ.

איך האב נאר געקלערט וואס וואלט געוועהן לו יצוייר ווען דער הייליגע חת"ס האט אזא מחשבה, וואלטן מיר טאקע נישט געהאט זיינע ספרים? איז דא א איסור צו זיין מיט א ספר אין בעט. איך שטעל מיך פאהר אז עס איז לכאורה נישט קיין 'כבוד', אבער זיכער קיין איסור איז נישט דא דערביי. קיינע האט זיך נישט מונע געוועהן פון דריקען זיינע תורות צוליב אזא חשש, איז אויב אזוי פארוואס דייקא האט רבי ברוך'ל גארליצער חושש געוועהן דערויף?

שמואל הלוי » זונטאג מאי 6, 2012 4:36 pm

· #10158
זיכער האט ער געהאט זיינע כוונות דערביי, דאס האט ער נאר געזאגט בדרך צחות.

לאדיך אפ » זונטאג מאי 6, 2012 4:38 pm

· #10159
ווי באקאנט אז ר' ברוכעל האט געזאגט אסאך דברי צחות. וואס איז דאס ספר דברי ברוך? כהאב קיינמאל נישט געהערט פון דעם?

א איד » זונטאג מאי 6, 2012 4:57 pm

· #10166
דולה ומשקה
ווי באקאנט האט רבי ברוך'ל מגארליץ נישט געוואלט מחבר זיין א ספר פון זיינע תורות, זאגעניק: "זיכער אז מענטשען וועלען נעמען זיין ספר אין דאס ליינען אין בעט, אין איך וויל אבער נישט שלאפען מיט איהם". אין לויט ווי מ'דערציילט האט ער אמאל מוסיף געוועהן: "אז דער ספר [ווען מ'שלאפט אן דערמיט] גייט אראפ פאלען אויף דער ערד, אין איך וויל אבער נישט אז יענער זאל זיין העכער מיך". אזוי ווערט געברענגט אין ספר דברי ברוך - גארליץ.

איך האב נאר געקלערט וואס וואלט געוועהן לו יצוייר ווען דער הייליגע חת"ס האט אזא מחשבה, וואלטן מיר טאקע נישט געהאט זיינע ספרים? איז דא א איסור צו זיין מיט א ספר אין בעט. איך שטעל מיך פאהר אז עס איז לכאורה נישט קיין 'כבוד', אבער זיכער קיין איסור איז נישט דא דערביי. קיינע האט זיך נישט מונע געוועהן פון דריקען זיינע תורות צוליב אזא חשש, איז אויב אזוי פארוואס דייקא האט רבי ברוך'ל גארליצער חושש געוועהן דערויף?


פונקט די וואך האב איך געזעהן ענליך נאכזאגן בשם הרה"ק מראפשיץ זי"ע
אז די טעם פארוואס ער האט נישט געלאזט דרוקן זיינע ספרים איז ווייל די חסידים וועלן דאך אוודאי לערנען די ספר ביים שבת'דיגן סעודה, דערנאך עס אריינעמען אין בעט, און איך וויל נישט שלאפן מיט זיי אין בעט

שמואל הלוי » זונטאג מאי 6, 2012 5:00 pm

· #10168
אויך דער ראפשיצער רב איז געווען באקאנט מיט זיינע דברי צחות והלצה.

געפילטע פיש » זונטאג מאי 6, 2012 5:11 pm

· #10172
שמואל הלוי
אויך דער ראפשיצער רב איז געווען באקאנט מיט זיינע דברי צחות והלצה.

איך האב מורא מגיב צו זיין, איך וויל נישט זיין מיט קיינעם דא אין בעט.

דולה ומשקה » זונטאג מאי 6, 2012 5:33 pm

· #10178
שמואל הלוי
אויך דער ראפשיצער רב איז געווען באקאנט מיט זיינע דברי צחות והלצה.


דער ראפשיצער רב האט געזאגט א אנדערע טעם, פארוואס מ'זאל נישט דריקען דעם זרע קודש:
וויבאלד א רבי דערקענט מען דורך דריי סימנים,
א' דורך די קינדער וואס ער לאזט איבער,
ב' דורך די חסידים וואס ער לאזט איבער,
ג' מיט די ספרים וואס ער לאזט איבער.
און די תורה זאגט דאך 'על פי שני עדים יקום דבר', איז גענונג מיט צוויי סימנים, מיך וועט דער וועלט קענען דורך די קינדער און דורך די חסידים וואס איך לאז איבער נאך מיר, פארדעם דארף איך נישט דער דריטע סימן פון די ספרים. (כ"כ באבני קודש דף קלא בשם ספר ויצא פרח (אבות פ"ה).

א איד » דאנערשטאג מאי 10, 2012 5:41 pm

· #11188
א איד
דולה ומשקה
ווי באקאנט האט רבי ברוך'ל מגארליץ נישט געוואלט מחבר זיין א ספר פון זיינע תורות, זאגעניק: "זיכער אז מענטשען וועלען נעמען זיין ספר אין דאס ליינען אין בעט, אין איך וויל אבער נישט שלאפען מיט איהם". אין לויט ווי מ'דערציילט האט ער אמאל מוסיף געוועהן: "אז דער ספר [ווען מ'שלאפט אן דערמיט] גייט אראפ פאלען אויף דער ערד, אין איך וויל אבער נישט אז יענער זאל זיין העכער מיך". אזוי ווערט געברענגט אין ספר דברי ברוך - גארליץ.

איך האב נאר געקלערט וואס וואלט געוועהן לו יצוייר ווען דער הייליגע חת"ס האט אזא מחשבה, וואלטן מיר טאקע נישט געהאט זיינע ספרים? איז דא א איסור צו זיין מיט א ספר אין בעט. איך שטעל מיך פאהר אז עס איז לכאורה נישט קיין 'כבוד', אבער זיכער קיין איסור איז נישט דא דערביי. קיינע האט זיך נישט מונע געוועהן פון דריקען זיינע תורות צוליב אזא חשש, איז אויב אזוי פארוואס דייקא האט רבי ברוך'ל גארליצער חושש געוועהן דערויף?


פונקט די וואך האב איך געזעהן ענליך נאכזאגן בשם הרה"ק מראפשיץ זי"ע
אז די טעם פארוואס ער האט נישט געלאזט דרוקן זיינע ספרים איז ווייל די חסידים וועלן דאך אוודאי לערנען די ספר ביים שבת'דיגן סעודה, דערנאך עס אריינעמען אין בעט, און איך וויל נישט שלאפן מיט זיי אין בעט
דולה ומשקה
שמואל הלוי
אויך דער ראפשיצער רב איז געווען באקאנט מיט זיינע דברי צחות והלצה.


פון דארט האב איך נאכגעזאגט מיינס

דער ראפשיצער רב האט געזאגט א אנדערע טעם, פארוואס מ'זאל נישט דריקען דעם זרע קודש:
וויבאלד א רבי דערקענט מען דורך דריי סימנים,
א' דורך די קינדער וואס ער לאזט איבער,
ב' דורך די חסידים וואס ער לאזט איבער,
ג' מיט די ספרים וואס ער לאזט איבער.
און די תורה זאגט דאך 'על פי שני עדים יקום דבר', איז גענונג מיט צוויי סימנים, מיך וועט דער וועלט קענען דורך די קינדער און דורך די חסידים וואס איך לאז איבער נאך מיר, פארדעם דארף איך נישט דער דריטע סימן פון די ספרים. (כ"כ באבני קודש דף קלא בשם ספר ויצא פרח (אבות פ"ה).

דולה ומשקה » מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:22 pm

· #86748
געזעהן אז דער עצי חיים ווען ער איז געוועהן קראנק איז געלעגן אין בעט מיט א גמרא,
ביי כמה רבנים וואס זענען געוועהן קראנק אדער צו שוואך צו נוצען די אויגען, זענען זיי געלעגן אין בעט, אין איינער האט פארגעלערנט פאר זיי.