דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #559
44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #559
[ציטאט אראפגענומען]
ישר כוחכם אנאנים פארן אונז איינמעלדן איבער דעם מיילסטאון.
זר, סתם אויב כ'מעג פרעגן. וואס איז פשר הדבר פון דיין איבערציטירן אונזער אנאנים ווארט ביי ווארט אן צולייגן? ואת"ל אז דו האסט געוואלט ארויסברענגן דיין הסכמה, נו אוואו איז די לייק?
שמואל שלום שלמהזר, סתם אויב כ'מעג פרעגן. וואס איז פשר הדבר פון דיין איבערציטירן אונזער אנאנים ווארט ביי ווארט אן צולייגן? ואת"ל אז דו האסט געוואלט ארויסברענגן דיין הסכמה, נו אוואו איז די לייק?
פארגינסט אים נישט נאך א תגובה? 😉
א קעי כאב געלייקט.
[ציטאט אראפגענומען]
כ'האב דאס טאקע באווינדערט 388 געסט לעומת די 60 איינגעשריבענע, הלא דבר הוא,
כ'האב דאס שוין געהאט באמערקט לגבי 'געזעהן געווארען' איז די פראצענט זייער זייער הויך לעומת די מגיבים אין איינגעשריבענע.
נאך איין תגובה צו 10,000.
[ציטאט אראפגענומען]
נאופס איך האב שוין געשריבן די צען טויזענסטע ערגעץ אנדערש.
פאר מיר איז א באזונדערע שמחה, כ'בין נתעלה געווארען צו 'ידיד השטיבל'. עפעס מיינט דאס... וועל איך דאס טראגען מיט שטאלץ. האט איינער א פין?
מזל טוב דולה ומשקה! כשם שנכנס לידיד השטיבל כן יכנס להיימישער באניצער ולידיד ותיק ולואת האלף!!
שמואל הלויגעלונגען צו כאפן א היסטארישע בילד:
נישטא א היסטארישע בילד פון 20,000 ?
יוסף ד' אליכם ככם אלף פעמים ויברך אתכם כאשר דבר לכם
'אנאנים' שמך נאה לך 👍
קומט אויס אז יעדע צען טויזענט נעמט בערך 25-30% שנעלער פון די פאריגע צענער, אויב אזוי גייט די נעקסטע צען נעמען בערך 22 טעג, דערנאך נאר 16 טעג, העמער זען, ונזכה ונחיה.
קוקט אויס אז מארגן אי"ה וועט מען אנקומען צו פערציג אלפים.
וויאזוי גיין מען עס סעלעברעטן? ווער גייט זיין די 500 מעמבער?
לעמיל, שרייבט דיר שנעל איין מיט א פרישע ניק
שמיטהלעמיל, שרייבט דיר שנעל איין מיט א פרישע ניק
וואס וועל איך האבען דערפון?
נאך איין מעמבער און עס איז דא 500 מעמבערס
מזל טוב מזל טוב וכשם שנכנס ל40.000 כן יכנס ל 80.000 כן ירבו
מזל טוב קאווע שטיבל
כ'האב א אינערליכע שמחה, א שמחה וואס קומט פון די טיפעניש פון מיין הארץ, ביז עס ברענגט מיר טרערן פון די אויגן. אדורך בלויז א קורצע צייט, א אפשניט פון א קארגע פאר חדשים, די פרייד וואס איך האב איז נישט נאר א אייגענע, איך פריי זיך מיט מיט די מנהלים, אחראים, גבאים, ועל ראשם די מייסדים פונעם קאווע שטיבל, זיי קענען יעצט רואיג צוקוקן ווי זייער שווערע האראוואניע, לאנגע שעות, פיל געדולד, האט זיך אויסגעצאלט.
די טירן פון 'קאווע שטיבל' האט זיך אפיציעל געעפענט דאנערשטאג פרשת תרומה א' דראש חודש א' שנת תשע"ב, אני הקטן 'דולה ומשקה' האב זיך אריין געשריבן צוויי וואכן שפעטער, דינסטאג פרשת כי תשא, י"ב אדר. ס'איז מיר געגאנגען בנפשי די הצלחה פון פארום, פונעם ערשטע מינוט וואס כ'האב געטרינקען פון איהר געשמאקע קאווע.
די הנאה איז א געוואלדיגע הנאה, דאס אויפקומען פון 'קאווע שטיבל' נאר אויפן געדאנק, די סאמע ערשטע הכנות צום שטיבל, די ערשטע פאר טעג פון ווען דער 'קאווע שטיבל' האט זיך געעפענט, די ערשטע פאר וואכן, עס שרייבט זיך צוביסלעך אריין נאך א ניק און נאך א ניק, די אשכולות נישט מיר נישט דיר, אבער די מנהלים ומייסדים האבן גרויס געדולד און איינגעהאלטנקייט, לאמיר מאכן א 'לאנג סטארי שארט', און געלויבט השי"ת היינט צו טאג, א פלאץ ווי יעדער ניק באזונדער, יעדער ניק אויף זיין אופן האט הנאה, די אשכולות פולן זיך אן מיט געשמאקע הודעות, יעדער ניק זיין אייגענקייט.
הזורעים בדמעה ברנה יקצורו, כה יתן וכה יוסיף, רוב הצלחה וסייעתא דשמיא אויף ווייטער.

מזל טוב, מזל טוב!!!
[ציטאט אראפגענומען]
וועמער זעין צו מ'וועט קענען מאכען די פיפטע צען טויזנט און ווייניגער פון 28 טעיג, עס קומט ימים טובים וואס עס וועט זיין וויינגער צייט צו שרייבען,
און עני קעיס שכויעך אנאנים מאכסט א גיטע דשאב
קוקט אויס אז דעם פרייטאג פרשת בראשית וועט 'קאווע שטיבל' פייערן איר פופציג טויזענסטע תגובה.
נאך 150 הודעות צו גיין ביז צום חמשים אלפים.
נאך 84 צו גיין
פארבליבן נאך עטליכע דרייסיג צו גיין.
נאך ארום 10 צו גיין.
פיינעלי דערגרייכט צו 50,000 תגובות
נאופס
די פיפטע צען טויזענט תגובות האבן גענומען 43 טעג נעם אראפ 5 (אדער 6) שבתים, צוויי טעג ר"ה, איין יו"כ, צוויי טאג סוכות און צוויי טאג שמ"ע און שמח"ת בלייבט 30-31 טעג. אנאלזירער העלף מיך פליז.
געפילטע פיש דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 1:07 amקומט אויס אז יעדע צען טויזענט נעמט בערך 25-30% שנעלער פון די פאריגע צענער, אויב אזוי גייט די נעקסטע צען נעמען בערך 22 טעג, דערנאך נאר 16 טעג, העמער זען, ונזכה ונחיה.
נא? בין איך גערעכט געווען? מער ווייניגער. זינט אוגוסט דעם ערשטן האמיר געהאט בערך 42 וואכן טעג, ציפ אראפ אפאר ערב'ס, מוצאי'ס, חאלעמויד, ביזי שאפינג וכו', ודו"ק.
נישט קיין סאך געבליבן ביז 60,000 תגובות.
אנאליזער קענסט שוין אנהייבן צו מאכן די חשבונות.
אנאליזער קענסט שוין אנהייבן צו מאכן די חשבונות.
נאך 20...
ביי 100,000 תגובות ווארטען מיר פאר א אנאליז מר' אנאנים
[ציטאט אראפגענומען]
מיין אשכול דערצי איז שוין גרייט
וכמעשהו ב6000 אשכולות כך מעשהו ב200,000 תגובות בעזהי''ת
דאס זאגט מיר אן אינטערעסאנטע זאך, אז פון הונדערט טויזענט ביז צוויי הונדערט טויזענט הודעות האט נישט גענומען קיין סך שנעלער ווי פון 0 ביז 100000, ביידע האט גענומען בערך 14 חדשים
איינער האט שוין געמאכט א גראף פון די הודעות פער טאג/וואך/חודש?
גראף פאטאצקי'ס יארצייט איז נעקסטע וואך.
פארוואס?איינער האט שוין געמאכט א גראף פון די הודעות פער טאג/וואך/חודש?
ס'דא פערטיגע מאדיאעלס פון phpbb מ'דארף נאר איין שפאנען די געטרייע אדמיניסטרטורים