☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #559

אשכול אן א טיטל #559

44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #559

— » זונטאג מאי 6, 2012 3:43 pm

· #10145

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

זר זהב » זונטאג מאי 6, 2012 3:44 pm

· #10148
[ציטאט אראפגענומען]

יידל » זונטאג מאי 6, 2012 4:35 pm

· #10156
ישר כוחכם אנאנים פארן אונז איינמעלדן איבער דעם מיילסטאון.

שמואל שלום שלמה » זונטאג מאי 6, 2012 4:44 pm

· #10163
זר, סתם אויב כ'מעג פרעגן. וואס איז פשר הדבר פון דיין איבערציטירן אונזער אנאנים ווארט ביי ווארט אן צולייגן? ואת"ל אז דו האסט געוואלט ארויסברענגן דיין הסכמה, נו אוואו איז די לייק?

שמואל הלוי » זונטאג מאי 6, 2012 4:45 pm

· #10164
שמואל שלום שלמה
זר, סתם אויב כ'מעג פרעגן. וואס איז פשר הדבר פון דיין איבערציטירן אונזער אנאנים ווארט ביי ווארט אן צולייגן? ואת"ל אז דו האסט געוואלט ארויסברענגן דיין הסכמה, נו אוואו איז די לייק?

פארגינסט אים נישט נאך א תגובה? 😉

זר זהב » זונטאג מאי 6, 2012 4:48 pm

· #10165
א קעי כאב געלייקט.

דולה ומשקה » זונטאג מאי 6, 2012 6:53 pm

· #10198
[ציטאט אראפגענומען]


כ'האב דאס טאקע באווינדערט 388 געסט לעומת די 60 איינגעשריבענע, הלא דבר הוא,
כ'האב דאס שוין געהאט באמערקט לגבי 'געזעהן געווארען' איז די פראצענט זייער זייער הויך לעומת די מגיבים אין איינגעשריבענע.

שמואל הלוי » זונטאג מאי 6, 2012 8:02 pm

· #10227
נאך איין תגובה צו 10,000.

שמואל הלוי » זונטאג מאי 6, 2012 8:04 pm

· #10231
[ציטאט אראפגענומען]

נאופס איך האב שוין געשריבן די צען טויזענסטע ערגעץ אנדערש.

שמואל הלוי » זונטאג מאי 6, 2012 8:05 pm

· #10232
געלונגען צו כאפן א היסטארישע בילד:
untitled.JPG

דולה ומשקה » זונטאג מאי 6, 2012 8:10 pm

· #10233
פאר מיר איז א באזונדערע שמחה, כ'בין נתעלה געווארען צו 'ידיד השטיבל'. עפעס מיינט דאס... וועל איך דאס טראגען מיט שטאלץ. האט איינער א פין?

לאדיך אפ » מאנטאג מאי 7, 2012 1:04 am

· #10313
מזל טוב דולה ומשקה! כשם שנכנס לידיד השטיבל כן יכנס להיימישער באניצער ולידיד ותיק ולואת האלף!!

לעמיל » מיטוואך יוני 27, 2012 5:32 pm

· #20419
שמואל הלוי
געלונגען צו כאפן א היסטארישע בילד:

נישטא א היסטארישע בילד פון 20,000 ?

zamel » דינסטאג יולי 17, 2012 11:05 pm

· #25364
יוסף ד' אליכם ככם אלף פעמים ויברך אתכם כאשר דבר לכם

זר זהב » דינסטאג יולי 31, 2012 10:44 pm

· #30496

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 2:19 pm

· #30738
'אנאנים' שמך נאה לך 👍

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 2:07 am

· #31137
קומט אויס אז יעדע צען טויזענט נעמט בערך 25-30% שנעלער פון די פאריגע צענער, אויב אזוי גייט די נעקסטע צען נעמען בערך 22 טעג, דערנאך נאר 16 טעג, העמער זען, ונזכה ונחיה.

שמואל הלוי » זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:15 pm

· #39677
קוקט אויס אז מארגן אי"ה וועט מען אנקומען צו פערציג אלפים.

לעמיל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 3:41 pm

· #40501
וויאזוי גיין מען עס סעלעברעטן? ווער גייט זיין די 500 מעמבער?

שמיטה » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 3:55 pm

· #40508
לעמיל, שרייבט דיר שנעל איין מיט א פרישע ניק

לעמיל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:01 pm

· #40511
שמיטה
לעמיל, שרייבט דיר שנעל איין מיט א פרישע ניק

וואס וועל איך האבען דערפון?

לעמיל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:06 pm

· #40514
נאך איין מעמבער און עס איז דא 500 מעמבערס

לעמיל » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:49 pm

· #40602
מזל טוב מזל טוב וכשם שנכנס ל40.000 כן יכנס ל 80.000 כן ירבו

עסן עסט'זיך » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:45 pm

· #40736
מזל טוב קאווע שטיבל

דולה ומשקה » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 6:34 am

· #40810
כ'האב א אינערליכע שמחה, א שמחה וואס קומט פון די טיפעניש פון מיין הארץ, ביז עס ברענגט מיר טרערן פון די אויגן. אדורך בלויז א קורצע צייט, א אפשניט פון א קארגע פאר חדשים, די פרייד וואס איך האב איז נישט נאר א אייגענע, איך פריי זיך מיט מיט די מנהלים, אחראים, גבאים, ועל ראשם די מייסדים פונעם קאווע שטיבל, זיי קענען יעצט רואיג צוקוקן ווי זייער שווערע האראוואניע, לאנגע שעות, פיל געדולד, האט זיך אויסגעצאלט.

די טירן פון 'קאווע שטיבל' האט זיך אפיציעל געעפענט דאנערשטאג פרשת תרומה א' דראש חודש א' שנת תשע"ב, אני הקטן 'דולה ומשקה' האב זיך אריין געשריבן צוויי וואכן שפעטער, דינסטאג פרשת כי תשא, י"ב אדר. ס'איז מיר געגאנגען בנפשי די הצלחה פון פארום, פונעם ערשטע מינוט וואס כ'האב געטרינקען פון איהר געשמאקע קאווע.

די הנאה איז א געוואלדיגע הנאה, דאס אויפקומען פון 'קאווע שטיבל' נאר אויפן געדאנק, די סאמע ערשטע הכנות צום שטיבל, די ערשטע פאר טעג פון ווען דער 'קאווע שטיבל' האט זיך געעפענט, די ערשטע פאר וואכן, עס שרייבט זיך צוביסלעך אריין נאך א ניק און נאך א ניק, די אשכולות נישט מיר נישט דיר, אבער די מנהלים ומייסדים האבן גרויס געדולד און איינגעהאלטנקייט, לאמיר מאכן א 'לאנג סטארי שארט', און געלויבט השי"ת היינט צו טאג, א פלאץ ווי יעדער ניק באזונדער, יעדער ניק אויף זיין אופן האט הנאה, די אשכולות פולן זיך אן מיט געשמאקע הודעות, יעדער ניק זיין אייגענקייט.

הזורעים בדמעה ברנה יקצורו, כה יתן וכה יוסיף, רוב הצלחה וסייעתא דשמיא אויף ווייטער.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 6:52 pm

· #41104
מזל טוב, מזל טוב!!!
📎 hand_shake.jpg

לעמיל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:26 am

· #41346
[ציטאט אראפגענומען]

וועמער זעין צו מ'וועט קענען מאכען די פיפטע צען טויזנט און ווייניגער פון 28 טעיג, עס קומט ימים טובים וואס עס וועט זיין וויינגער צייט צו שרייבען,
און עני קעיס שכויעך אנאנים מאכסט א גיטע דשאב

שמואל הלוי » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:43 am

· #50038
קוקט אויס אז דעם פרייטאג פרשת בראשית וועט 'קאווע שטיבל' פייערן איר פופציג טויזענסטע תגובה.

שמואל הלוי » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:29 pm

· #50410
נאך 150 הודעות צו גיין ביז צום חמשים אלפים.

שמואל הלוי » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 9:59 pm

· #50473
נאך 84 צו גיין

שמואל הלוי » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:55 pm

· #50519
פארבליבן נאך עטליכע דרייסיג צו גיין.

שמואל הלוי » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:43 am

· #50546
נאך ארום 10 צו גיין.

שמואל הלוי » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:54 am

· #50558
פיינעלי דערגרייכט צו 50,000 תגובות


שמואל הלוי » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:56 am

· #50561
נאופס

לאדיך אפ » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:58 am

· #50563
די פיפטע צען טויזענט תגובות האבן גענומען 43 טעג נעם אראפ 5 (אדער 6) שבתים, צוויי טעג ר"ה, איין יו"כ, צוויי טאג סוכות און צוויי טאג שמ"ע און שמח"ת בלייבט 30-31 טעג. אנאלזירער העלף מיך פליז.

געפילטע פיש » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:11 am

· #50625
געפילטע פיש דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 1:07 am
קומט אויס אז יעדע צען טויזענט נעמט בערך 25-30% שנעלער פון די פאריגע צענער, אויב אזוי גייט די נעקסטע צען נעמען בערך 22 טעג, דערנאך נאר 16 טעג, העמער זען, ונזכה ונחיה.

נא? בין איך גערעכט געווען? מער ווייניגער. זינט אוגוסט דעם ערשטן האמיר געהאט בערך 42 וואכן טעג, ציפ אראפ אפאר ערב'ס, מוצאי'ס, חאלעמויד, ביזי שאפינג וכו', ודו"ק.

שמואל הלוי » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:19 pm

· #60315
נישט קיין סאך געבליבן ביז 60,000 תגובות.

אנאליזער קענסט שוין אנהייבן צו מאכן די חשבונות.

sunbar » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:47 am

· #60574
נאך 20...

לעמיל » דינסטאג אפריל 9, 2013 3:02 pm

· #102965
ביי 100,000 תגובות ווארטען מיר פאר א אנאליז מר' אנאנים

פלעין יודיש » דינסטאג מאי 27, 2014 5:56 pm

· #202975
[ציטאט אראפגענומען]

מיין אשכול דערצי איז שוין גרייט
וכמעשהו ב6000 אשכולות כך מעשהו ב200,000 תגובות בעזהי''ת

מ גפני » דינסטאג מאי 27, 2014 6:11 pm

· #202980
דאס זאגט מיר אן אינטערעסאנטע זאך, אז פון הונדערט טויזענט ביז צוויי הונדערט טויזענט הודעות האט נישט גענומען קיין סך שנעלער ווי פון 0 ביז 100000, ביידע האט גענומען בערך 14 חדשים

פארוואס? » דינסטאג מאי 27, 2014 6:43 pm

· #202999
איינער האט שוין געמאכט א גראף פון די הודעות פער טאג/וואך/חודש?

איך אויך » דינסטאג מאי 27, 2014 8:30 pm

· #203049
גראף פאטאצקי'ס יארצייט איז נעקסטע וואך.

קליגער אינגערמאן » דינסטאג מאי 27, 2014 10:49 pm

· #203099
פארוואס?
איינער האט שוין געמאכט א גראף פון די הודעות פער טאג/וואך/חודש?

ס'דא פערטיגע מאדיאעלס פון phpbb מ'דארף נאר איין שפאנען די געטרייע אדמיניסטרטורים