☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » עלטערן זענען מתפלל אז קינדער זאלן שטארבן?

עלטערן זענען מתפלל אז קינדער זאלן שטארבן?

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5586

דענקער » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 10:44 pm

· #172986
עלטערן זענען מתפלל אז קינדער זאלן שטארבן?
אין אן ארטיקל אין משפחה, האט הרב משה גרילאק געשריבן וועגן קינדער פון חרדי'שע עלטערן וואס פארלאזן זייער עלטערן'ס וועג, אז הרב שטיינמאן האט געזאגט פאר איינעם אז 15 עלטערן זענען געקומען צו אים אין איין וואך און געבעטן ער זאל מתפלל זיין אז זייערע קינדער זאלן שטארבן ה"י.

פאלגענד איז אן אויסגעצייכנטע ארטיקל פון הרב אליהו פינק איבער די פענאמענאן און וויאזוי עלטערן זאלן דילן מיט אזעלכע קינדער.

<a class="postlink" href="http://finkorswim.com/2014/01/02/why-are-parents-praying-for-their-non-orthodox-children-to-die/">http://finkorswim.com/2014/01/02/why-ar ... en-to-die/</a>
📎 IMG_3294891166113.jpeg

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 10:56 pm

· #172989
ער האט שרעקליך פאלטש אפגעלערנט גרילאק'ס ארטיקל.
א מזל אז ער האט דאס פאראכטען.

פידלער » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 11:12 pm

· #172992
איך ווייס אז דעס איז נישט די פוינט פון פינק'ס ארטיקל, אבער ס'גרידזשעט מיך. ער פרעגט, "What of those parents who sit shiva if their children leave Orthodox Judaism". בין איך אומוויסנד? איז דען נאך דא היינטיגע צייטן איינער וואס זיצט שבעה נאך א קינד וואס גייט אראפ פון וועג? און אויב די practice איז לעצט געטאן געווארן אין א שלום עליכם מעשה, פארוואס חזר'ט יעדער איבער די נארישע cliche?

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:14 am

· #173004
מיט אזעלעכע פאריקטע עלטערן איז נישט קיין וואנדער אז די קינדער פארן אפ.

אפטעמיסט » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:34 am

· #173009
@אנאנים האט שוין אראפגעברענג דאס בילד דא. וואו דעם כרחם אב על בנים איז פארשווינדען געווארן ווייסעך נישט. כ'האב מיר ממש געריבען די אויגן דער ערשטע מאל כ'האב עס געזעהן.

smartinof » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:37 am

· #173010
בענדזשאמין פרענקלין
מיט אזעלעכע פאריקטע עלטערן איז נישט קיין וואנדער אז די קינדער פארן אפ.

אפשר גייט עס פארקערטס אז פון אזעלכע פאריקטע קינדער ווערן שוין די עלטערו אינגאנצען פאריקט, און זיי קומען צו אזא מצב וואס מקען זיי שוין נעבעך נישט דן זיין, אויף דעם קומט רב פינק זיי אביסעל צו גיידען, דיין נערישע תגובה מיין איך איז געווען גאנץ איבריג

יאיר » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:50 am

· #173019
פידלער
איך ווייס אז דעס איז נישט די פוינט פון פינק'ס ארטיקל, אבער ס'גרידזשעט מיך. ער פרעגט, "What of those parents who sit shiva if their children leave Orthodox Judaism". בין איך אומוויסנד? איז דען נאך דא היינטיגע צייטן איינער וואס זיצט שבעה נאך א קינד וואס גייט אראפ פון וועג? און אויב די practice איז לעצט געטאן געווארן אין א שלום עליכם מעשה, פארוואס חזר'ט יעדער איבער די נארישע cliche?

עס איז אפשר א קלישעי אבער עס איז שוין גארנישט נאריש. זיצן שבעה מוז נישט זיין דוקא זיבן טעג אויף א קליינער בענקל, און a hole in the sheet מוז נישט דוקא מיינען א לאך אין די ליילעך.

הוגה » פרייטאג יאנואר 3, 2014 11:33 am

· #173123
ווער וואלט זיך געגלייבט אמאל אז עלטערן וועלן אליינס שופך דם זיין פון זייערע קינדער? שרעקליך!

עס גייט ארום אן אומבאשטעטיגטע שרעקליכע מעשה אויף וואטסעפפ. א חסידישע בחור וואס האט נעבעך אביסל געגליטשט און זיין יונגערע ברודער איז א חתן געווארן. די בחור האט זיך אנגעריקט צו די ווארט אומגעליידענט. די עלטערן און ברודער האבן אים אנגעשריגן און ארויס געשוקט. מרוב צער האט זיך די בחור גענומען דאס לעבן. האמיר איין טאטע וואס זיין תפלה איז ל"ע נתקבל געווארן.

אויב איז דער מעשה אמת, האמיר דא א קארבען קאפי פון די טאמבער פרשה, וואו משפחה האבן בידים אומגעברענגט עצמם ובשרם רח"ל.

דענקער » פרייטאג יאנואר 3, 2014 11:42 am

· #173126
הוגה
האמיר איין טאטע וואס זיין תפלה איז ל"ע נתקבל געווארן

די תפילות מיט די מעשים טובים.

הילל » פרייטאג יאנואר 3, 2014 11:45 am

· #173127
הוגה
אויב איז דער מעשה אמת, האמיר דא א קארבען קאפי פון די טאמבער פרשה, וואו משפחה האבן בידים אומגעברענגט עצמם ובשרם רח"ל.


און אויב די מעשה איז נישט אמת, האבן מיר דא א קארבען קאפי פון א פרשה וואו וואטסעפ פאבריצירט מעשיות און מען באשולדיגט מענטשן און גרופעס נאך איידער עפעס האט פאסירט רח"ל.

פידלער » פרייטאג יאנואר 3, 2014 11:54 am

· #173128
יאיר
פידלער
איך ווייס אז דעס איז נישט די פוינט פון פינק'ס ארטיקל, אבער ס'גרידזשעט מיך. ער פרעגט, "What of those parents who sit shiva if their children leave Orthodox Judaism". בין איך אומוויסנד? איז דען נאך דא היינטיגע צייטן איינער וואס זיצט שבעה נאך א קינד וואס גייט אראפ פון וועג? און אויב די practice איז לעצט געטאן געווארן אין א שלום עליכם מעשה, פארוואס חזר'ט יעדער איבער די נארישע cliche?

עס איז אפשר א קלישעי אבער עס איז שוין גארנישט נאריש. זיצן שבעה מוז נישט זיין דוקא זיבן טעג אויף א קליינער בענקל, און a whole in the sheet מוז נישט דוקא מיינען א לאך אין די ליילעך.


@יאיר, די ביסט גערעכט. אבער אין די פאל נוצט עס פינק literally, נישט figuratively. און ס'איז אן אנגענומענע אמת ביי די סעקיולער אז די ארטאדאקסישע זיצן שבעה נאך זייערע געגליטשטע קינדער. איך געדענק ווי כ'האב אמאל געהערט א קליפ אין וואס פריידא וויזעל ערקלערט אויך די "אמת" זייער earnestly און literally. נאכאמאל, איך ווייס אז דאס איז נישט די עיקר נקודה דא, אבער ס'נערווירט מיך. אלץ א society, האבן מיר גענוג משוגעתן. ס'פעלט נישט אויס מ'זאל אונז צוגעבן נאך.

הוגה » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:02 pm

· #173132
Seriously? מיר האבן דא עלטערן וואס (ע"פ עדותו פון רב שטיינמאן) ווילן אז זייער אייגענע קינדער זאלן שטארבן, זיי טעסטיפייען אין געריכט אקעגן זייערע קינדער, וכו' וכו ' און מיר שעמען זיך מיטן זיצן שבעה? אגב דאס זיצן שבעה האט קראנטערע מקורות ווי שלום עליכם, עס ווערט געברענגט אין מערערע ספרים. נאר בנוגע קינדער וואס טויפן זיך צו אן אנדערע גלויבונג.

diff » פרייטאג יאנואר 3, 2014 2:28 pm

· #173192
א"ר שמואל בר נחמני א"ר יונתן מ"ד (ישעיה סג, טז) כי אתה אבינו כי אברהם לא ידענו וישראל לא יכירנו אתה ה' אבינו גואלנו מעולם שמך לעתיד לבא יאמר לו הקב"ה לאברהם בניך חטאו לי אמר לפניו רבש"ע ימחו על קדושת שמך אמר אימר ליה ליעקב דהוה ליה צער גידול בנים אפשר דבעי רחמי עלייהו אמר ליה בניך חטאו אמר לפניו רבש"ע ימחו על קדושת שמך

הוגה » פרייטאג יאנואר 3, 2014 2:51 pm

· #173202
פארוואס שטעלסטו דיך אפ אין מיטן א מאמר? אזא פאלשקייט? זיי ממשיך ביזן סוף.

diff » פרייטאג יאנואר 3, 2014 2:54 pm

· #173203
To show what 2 out of 3 said.
Show me your truthfulness, will follow your example

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 3, 2014 3:04 pm

· #173205
עס איז נישט אזוי פראסט און פשוט די חז"ל.
אברהם אבינו, דער מאדעל פון חסד, אפילו אזא רשע ווי ישמעאל האט ער נישט געוואלט פארשיקן פון זיין הויז טראץ מאמע שרה'ס געבעטן; הכנסת אורחים אפילו פאר געצנ-דינער, ביי חורבן ביהמ"ק האט ער געוויינט און איינגעריסן פאר אידנ'ס וועגן טראץ וואס "בניך חטאו" ביג טיים, מיינסטו אז ווען די ישועה כללית וועט קומען וועלן זיי זיך פשוט אפשאקלען פון זייערע קינדער מיט א גלייכגילטיגקייט? פליז!

עס האט מסתמא פארשידענע פשטים, עפעס ליגט מיר אין קאפ אז לימות המשיח וועט דאך אלעס גיין מיט מדת הגבורה ולכן הלכה כב"ש, ממילא וועט די ישועה מוזן קומען דייקא דורך יצחק מדת הגבורה.

פידלער » פרייטאג יאנואר 3, 2014 3:12 pm

· #173207
הוגה
Seriously? מיר האבן דא עלטערן וואס (ע"פ עדותו פון רב שטיינמאן) ווילן אז זייער אייגענע קינדער זאלן שטארבן, זיי טעסטיפייען אין געריכט אקעגן זייערע קינדער, וכו' וכו ' און מיר שעמען זיך מיטן זיצן שבעה? אגב דאס זיצן שבעה האט קראנטערע מקורות ווי שלום עליכם, עס ווערט געברענגט אין מערערע ספרים. נאר בנוגע קינדער וואס טויפן זיך צו אן אנדערע גלויבונג.


@הוגה טייערע, איך האב אויסדריקטלעך געשריבן אז איך ווייס אז דאס איז נישט די עיקר פונקט. אבער אויב איך וויל רעדן וועגן די בוים אנשטאט ד וואלד בין איך ערלויבט, גערעכט?

הוגה » פרייטאג יאנואר 3, 2014 4:01 pm

· #173224
ווען די מדרש ענדיגט ווען ביי אברהם און יעקב, מילא (נישט אז ס'פארענטפערט די קשיא). אבער די פאקט אז די מדרש ענדיגט נישט אזוי נאר גייט ווייטער איז די גרעסטע ראיה אז עס איז נישט רצוי. ווילסטו נוצן דייקא דער מאמר ארויס צו לערנען אויף פארקערט? ובכלל איז די קשיא דא נישט אויב עס איז יודיש'לעך אדער נישט, ענדערש איז די תמיה ווי אזוי עס קען בכלל זיין אזא זאך. די תירוץ איז אז עס איז טאקע נישט געווען אזא זאך. רב שטיינמאן האט עס נאר געזאגט figuratively, לשבר את האוזן, אז עלטערן זענען מורא'דיג בצער און מען דארף העלפן ראטעווען די קינדער.

די זעלבע איז מיט די "זיצן שבעה פאר די קינדער, עס איז א figurative expression.


.

diff » מוצ"ש יאנואר 4, 2014 9:04 pm

· #173304
האמר לאביו ולאמו לא ראיתיו ואת אחיו לא הכיר ואת בנו לא ידע כי שמרו אמרתך ובריתך ינצרו: {י} יורו משפטיך ליעקב ותורתך לישראל ישימו קטורה באפך וכליל על מזבחך

יומא חדא ארכבינהו אכתפי' לאמטויינהו לבי מדרשא, אמר חד מנייהו חזי רישא דאבא למטוי בי' גלדאני, וח"א חזי רישא דאבא לקרובי עליו קרובנא לע"ז, חבטינהו בארעא, מנשה חיה ורבשקה מת

איש עברי » זונטאג יאנואר 5, 2014 2:15 pm

· #173565
מען קען טרעפן אסאך מאמרי חז"ל וואס זאלן בארעכטיגן אזא געדאנק אז אהבת השם קומט פאר אהבת בנים דעריבער איז פארשטענדליך אז א טאטע זאל מתפלל זיין אז זיין קינד זאל שטארבן ענדערש ווי ער זאל גורם זיין צער פאר כביכול.

אבער עס קומט בכלל נישט אריין לעניינינו!

עס האנדלט זיך נישט דא פון עלטערן וואס ווילן טאקע די קידער זאלן שטארבן ווייל זיי גלייבן בכל לב ונפש אין דעם וואס חז"ל זאגן גדול המחטיאו וכו' און זיי האלטן אז די טובה פון די קינדער איז אז זיי זאלן ארויפגיין אויף יענער וועלט ווייניגער פארזינדיגט.
די סיבה פארוואס זיי וויל עס איז פשוט ווייל זיי האלטן שוין נישט אויס די בושות ווייל מיר לעבן אין א סאסייעטי ווי עס הערשט א סאציאלע טעראר פאר ווער סגייט נישט אין שפאן, טאמער ביזטו אביסל דיפרענט, טאמער האט איינער פון דיין משפחה א געזונט פעלער ביזטו נישט לעגיטים, ביזט אויסגעשפיגן און דער עיקר קענסט נישט טוהן קיין שידוכים מיט דיינע קינדער.
א קינד וואס גליטש שטעלט אין געפאר זיין טאטנ'ס אנזעהן און זיין מעגליכקייט צו טוען שיינע שידוכים, און דעריבער ליידער טוט דאס אראפפירן די עלטערן מדעתם און זיי קלייבן שוין נעבעך בעסער אויס די טויט פונעם קינד, נאך א אנדייטונג ווי אונזער סיסטעם האט זיך אויסגעטון נאקעט פון נארמאלקייט מענטשליכקייט קאמאן-סענס און געפיהל'ן.

כתר מלכות » זונטאג יאנואר 5, 2014 4:07 pm

· #173633
יודע מחשבות אתה ?

איש עברי » מאנטאג יאנואר 6, 2014 7:09 am

· #173834
אינני מהיודעים מחשבות בני אדם, לא נביא ולא מבני הנביאים, גם לא חכם העדיף, כי אם איש פשוט עלה נדף, איש עברי שיצא לראות בצרת אחיו ובסבלותם, ויפן כה וכה וירא כי נתמלא סאתם, צרת רבים ויחידים איש איש למשפחותם, והאחרון הכביד הנגע אשר נערים צערים עוזבים בית אבותם, והאבות מגלגלים עיניהם לשמים ומבקשים להמיתם, וחרדה אחזני ושאלתי בקול רם, האכן זכינו כי הרוח גבר על החומר והגשם, והאבות עוזבים אהבתם הטבעית לבניהם מהתשוקה הבוערת בקרבם מאהבת יוצרם?
לדאבוני יודע בהמה נפש הצדיקים, ויודע כי לא באהבת בוראם הם חבוקים ודבוקים, כי אם בפחד השכנים והשדכנים המה שוכנים, ותרגז בטנם ותניד שינה מעפעפיהם, מפחד מה יולד יום, והאם הבזינות יהיו קשים ומרים, לכן הם מעדיפים לשלוח את פרי בטנם לחסות בצל כנפי השכינה לעולמים, או יפרח לקצה העולם ויסתתר בין תנור וכיריים, רק לא יתסובב לי בין הרגליים,

איך באשולדיג נישט קיינעם, מיין הארץ גייט אויס פאר די עלטערען, אבער כתר'ל טייערער קאם אן, איך בין נישט קיין יודע מחשבות אבער דיין מחשבה ווייס איך יא און דאס איז אז די ווייסט אליין אז איך בין גערעכט ליידער.

diff » מאנטאג יאנואר 6, 2014 8:52 am

· #173841
For who was velamalshinim made for. Maybe you should add these words "excluding my family"

כתר מלכות » מאנטאג יאנואר 6, 2014 1:24 pm

· #173926
עברי, איך האלט אבסולוטי אז אהבת הבן איז פאר מה שיאמרו הבריות, און דערפאר גלייב איך נישט אז עס איז דא א טאטע וואס זאל וועלן זיין קינד זאל שטארבן מחמת בושה מהסביבה.
אודאי זענען דא משוגעים אויף דער וועלט, אבער דא קומט נישט אריין צו דאס קינד מאכט אים בושה בענין יהדות צו נישט.
דעתי העניה זאגט אז די איינציגסטע זאך וואס קען מדחה זיין די טבע האהבה מאב לבן איז נאר מכח א אמתע אהבה פאר׳ן קינד, מיט די הכרה אז זיין לעבן ווי א גוי איז שלעכט פאר אים בזה ובבא.
נ.ב. נישט חלילה אז עס איז בארעכטיגט, אבער דאס שטעלט זיך עטוואס אויפ׳ן שכל.

איש עברי » מאנטאג יאנואר 6, 2014 1:48 pm

· #173934
עס איז א לאנגע דיסקוסיע ואין כאן המקום, אבער עס איז נישט בלויז די בושה פון די סביבה, עס איז ווי איך האב פריער געזאגט סאציאלע טעראר וואס דאס נעמט אוועק די אהבה פון טאט'ן און דאס ברענגט ער זאל זיך וואונטשען די טויט פון קינד
איך גלייב אז א טאטע וואס וועט געוואור ווערן אז זיין זוהן איז א אפיקורס גמור און טוט אפ אלע עבירות חמורות - אבער בחדרי חדרים - ווי שטארק עס טוט נאר וויי וועט קין איין טאטע נישט קומען צו "די הכרה אז זיין לעבן ווי א גוי איז שלעכט פאר אים בזה ובבא"

כתר מלכות » מאנטאג יאנואר 6, 2014 1:51 pm

· #173938
א נארמאלע טאטע וועט נישט אזוי האלטן אפילו אויב דאס קינד איז א אפענע אפיקורס, ווידער דער נישט נארמאלער וועט אזוי טראכטן אפילו ווען דאס קינד טוט אלעס בצנעה. כנלע״ד, און איך צווינג אויף קיינעם נישט ארויף מיין מיינונג.

נולד מאוחר » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:11 am

· #185620
אירע עלטרען גלייכען נישט אז זי איז otd, אבער זענען נישט מתפלל זי זאל שטארבען.

פינטעל איד מזעט בילדער פון א מיידל. כוויל דיר נישט מכשיל זיין אזוי יענער ביי די שפיצעל פרויען פינגווען דאנס.

לאליפאפ » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:16 am

· #185623
נולד מאוחר

פינטעל איד מזעט בילדער פון א מיידל. כוויל דיר נישט מכשיל זיין אזוי יענער ביי די שפיצעל פרויען פינגווען דאנס.

מכשיל איינער, יעצט וועט ער זיכער אריין אינעם לינק.