☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » אש התורה תולדות ר' אהרן קאטלער

אש התורה תולדות ר' אהרן קאטלער

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5575

על המחיה » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 8:07 am

· #172648
אש התורה תולדות ר' אהרן קאטלער
עס איז לעצטענס ערשינען די צווייטע חלק פונ'ם ביך 'אש התורה' תולדות חייו ופעליו פון הגאון ר' אהרן קאטלער זצ"ל

פארדעם אליין וואלט איך דאך נישט געדארפט עפענען א'ן נייע אשכול, עס וואלט געגאנגען גראד און דעם ספרים חדשים אשכול

נאר וואס דען, מאנכע האבען באמערקט א שטוינדענדע זיוף און דעם פרישע ספר..
עס איז נישט ציגלייבען אז און יאהרע 2013 דערוואגען זיך נאך מענטשען אן קיין שאנדע אזוי מזייף צי זיין

דע רעדע איז פון דעם

דע ארגינעלע בילד


דער זיוף און דעם ספר


קרעדיט פאר הירשל ציג

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 9:32 am

· #172668
אינטערסאנט.
מ'דארף אנפרעגן ביי די שטוב מענטשן אויב ס'דא א וואנט דארט אונטערן רבין, אויב ס'בכלל שייך אז מענטשן זאלן שטיין דארט.

מ גפני » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 9:42 am

· #172671
הגאון ר' אהרן קאטלער איז קיינמאל נישט געווען באזוכן דעם רבי'ן ז"ל? אז זיי האבן נישט געקענט טרעפן אן אויטענטישע בילד

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 4:09 pm

· #172828
אינטערסאנט איז צו וואס זיי ברויכען בכלל אזא זיוף איז דען ניש גענוג דעם הספד פון להגיד שבחו של אהרן?

פארוואס ברויכען זיי אזוי נייטיג צו פעלשעווען די בילדער?

כ'האב מורא אז מען קען שוין מער ניש געטרויען די אלע מוציאים לאור וואס דריקען בילדער פון גדולים

מען ברויך אים אריינגעבן דער אנקלאגע פון דעם יונגערמאן דא געב א קוק

גד החוזה » זונטאג יאנואר 5, 2014 2:18 pm

· #173570
דער איז געוועהן פון די ערשטע פון די סארט בילדער, אויך ביים מעיאר'ס באזוך
📎 satmer belz.JPG

דעת תורה » זונטאג יאנואר 5, 2014 3:46 pm

· #173625
הדברים עתיקין, די בילד איז נישט ספעציעל געווארן מזוייף לרגל דעם ספר, עיין בפורומים.