☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פארמער פריים מיניסטער פון אר"י אין קריטישע צושטאנט

פארמער פריים מיניסטער פון אר"י אין קריטישע צושטאנט

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5574

על המחיה » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 7:01 am

· #172643
פארמער פריים מיניסטער פון אר"י אין קריטישע צושטאנט
דער באקאנטער פארמער פריים מיניסטער פון אר"י און גרינדער פון די קדימה פארטיי אריק (אריאל בן וורה) שרון געפינט זיך שוין די לעצטע אכט יאהר און א קאממא
נעכטען האט זיך זיין מצב שטארק פאר'ערגערט און די דאקטורים זאגען אז די טעג זיינע זענען געציילטע

אינטרעסאנט צי באמערקען אז די סטראוק זיינע וואס האט אים אריינגעלייגט און קאמא האט ער געכאפט און January 04 2006, דאס הייסט שבת וועט ווערען 8 יאהר

ווי די איזראעלי פרעסס געט איבער האבען די משפחה מחליט געווען מער נישט צי פייטען פאר זיין וואוילזיין און לאזען די טבע טוהן דאס זייניגע

שפתים ישק » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 8:37 am

· #172657
שפתים קישאקTM!

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 8:02 pm

· #172933
אריק שרון נאנט צו טויט
מידיע באריכטן זאגן אז פארגאנגענער מדינת ישראל פרעימיער אריאל שרון האלט גאר נאנט ביים ענדע פון זיין לעבן. ער איז שוין אין א קאמע 8 יאר נאכן האבן א שטארקער סטראק אויפ'ן רעכטע זייט מח. וויאזוי געדענק איך דאס ווייל דאן האבן פרומע ציונים געזאגט אז ס'געקומען פאר א שטראף וואס ער האט צוריקגעגעבן שטחים פאר אראבער. אם אשכחך ירושלים תשכח ''ימיני'' האבן זיי אריינגעטייטשט. ווען ער האט געליטן דעם סטראק האט אולמערט איבערגענומען.

נישט זיכער אז זיין מאמע איז געווען א אידישע.

אפטעמיסט » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 8:03 pm

· #172934
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5574">viewtopic.php?f=3&t=5574</a><!-- l -->

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 8:07 pm

· #172937
אויפן ווידיא זעט מען נישט דעם והקב"ה מקיים

Sapir » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 8:25 pm

· #172948
פין ווי נעמסטי אז זיין מאמע איז נישט געווען א ישראלית?

Sapir » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 8:28 pm

· #172950
Sharon was born on 26 February 1928 in Kfar Malal, an agricultural moshav, then in the British Mandate of Palestine, to a family of Belarusian Jews—Shmuel Scheinerman (1896–1956) of Brest-Litovsk and Dvora Scheinerman (1900–1988) of Mogilev. His parents met at the Tbilisi State University, Georgia, where Sharon's father was studying agronomy and his mother had just started her fourth year of medical studies. As Bolshevik forces advanced towards independent Georgia, his parents emigrated to the British Mandate of Palestine, fleeing the pogroms associated with the Russian Civil War.


פין וויקיפידיע איז משמע אז זי איז א ישראלית

אפטעמיסט » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 8:39 pm

· #172954
די שאלה איז נישט אויב זיין מאמע איז געוועהן א ישראלית די פראגע איז אויב זי איז א אידיש קינד. כ'ווייס נישט וואס ס'איז משמע פון וויקיפידיע, אבער פון זיין אומדערהערטע רשעות צו פארטרייבן טויזענטע אידן פון זייער היימען איז משמע אז ער איז נישט קיין איד.
ס'איז גראדע א באקאנטע שפעקעלאציע אויב זי איז געוועהן א איד, און אסאך איז שוין ארומגערעד געווארן דערוועגן. זעה למשל דא און דא

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 3, 2014 3:14 am

· #173043
דער (פינטעל) איד
מידיע באריכטן זאגן אז פארגאנגענער מדינת ישראל פרעימיער אריאל שרון האלט גאר נאנט ביים ענדע פון זיין לעבן. ער איז שוין אין א קאמע 8 יאר נאכן האבן א שטארקער סטראק אויפ'ן רעכטע זייט מח. וויאזוי געדענק איך דאס ווייל דאן האבן פרומע ציונים געזאגט אז ס'געקומען פאר א שטראף וואס ער האט צוריקגעגעבן שטחים פאר אראבער. אם אשכחך ירושלים תשכח ''ימיני'' האבן זיי אריינגעטייטשט. ווען ער האט געליטן דעם סטראק האט אולמערט איבערגענומען.

נישט זיכער אז זיין מאמע איז געווען א אידישע.

יא זיכער אז זי איז נישט געווען א אידישע און קיין איינער פון די אנדערע תושבים פון קיבוץ וואו די שיינערמאנס האבן געוואוינט געדענקט אז זיי זאל זיך אמאל האבן מגייר געווען. 🙄 😢 😮 😳

געפילטע פיש » פרייטאג יאנואר 3, 2014 10:56 am

· #173104
נאך א מזל די אדמורי"ם זענען נישט געקומען פראטעסטירן אין ניו יארק, ווען יא וואלט עס געווען זייער מופת.

נאר,,פרייליך » פרייטאג יאנואר 3, 2014 11:24 am

· #173119
די מזרחי'ניקעס האבען פארופען א יום תפילה פאר זיין רפואה די חסידים זייערע דא אויפען שטיבעל זאלען מזכיר זיין די נאמען

טעפל » זונטאג יאנואר 5, 2014 12:20 pm

· #173527
וויפיל מאהל איז ער שוין געשטארבען היינט?

אפטעמיסט » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 10:54 am

· #175014
שרון'ס מצב האט זיך גאר שטארק פארערגערט. ער גוסס'ט.
<a class="postlink" href="http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4475087,00.html">http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4475087,00.html</a>

אפטעמיסט » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 11:18 am

· #175020
אומבאשטעטיגטע באריכטן געבן אן אז שרון איז טויט.

עוד מישהו » מוצ"ש יאנואר 11, 2014 12:54 pm

· #175537
שרון איז געשטארבן
היינט שבת האט שרון געמאכט א סוף צו אלע שמועות און ער איז טאקע געשטארבן.
דאס איז שוין אך אכט יאר זיין כמעט טויט, מיט מערערע שמועות צו ער לעבט צו נישט.