☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » נייע באבובער מוזיק טעיפ

נייע באבובער מוזיק טעיפ

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5573

שטילע אינגערמאן » מיטוואך יאנואר 1, 2014 8:19 pm

· #172508
נייע באבובער מוזיק טעיפ
הנגיד ר' זלמן לייב בלויא נ"י גייט יעצט ארויס געבן די זיבעטע עת רקוד לכבוד די חתונה בבית באבוב.
אזוי ווי איך פארשטיי פונם עד וועט עס זיין צו באקומען ביים חתונה אלץ מזכרת, אין א טאג דערנאך וועלן עס די סטאר'ס פארקויפן.
📎 proxy.jpg

גלות יוד » מיטוואך יאנואר 1, 2014 9:24 pm

· #172536
איך האף אז נישט סראל לאם מאכט די מוזיק כ'ברעך שוין פון אים

נאטרוליסט » מיטוואך יאנואר 1, 2014 9:39 pm

· #172543
גלות יוד
איך האף אז נישט סראל לאם מאכט די מוזיק כ'ברעך שוין פון אים


איך האף פארקערט. איך הער עס כסדר און זיינע מוזיק האט אן אמאליגן טעיסט, וואס קיינער קען מער נישט היינט!

ראש הישיבה » דינסטאג פעברואר 4, 2014 5:31 pm

· #181581
מה נאמר ומה נדבר!
עס איז א הערליכע א ART WORK. יעדער אינסטראמענט שפילט צו.
איך קען אביסל באבובער נגונים. אלס בחור ווען איך האב געלערנט אין ב"פ פלעג איך ליב האבן צו גיין צו רבי שלמה'לעס זיסע טישן. אה די CD איז א מייסטער ארבעט.
איין זאך,ווען איך בין געפארן אין די קאר מיט מיין 3 יעהריגע, בעט ער מיר צינד אהן די CD. האב איך עס אהנגעצינדען דעם CD. זאגט ער ווייטער טאטי צינד אהן די CD. זאג איך, איך האב עס אהנגעצינדען. זאגט ער דאס איז נישט קיין CD!!