☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דעבאטע איבער באשרייבן חברי קאווע שטיבל שהלכו לעולמם

דעבאטע איבער באשרייבן חברי קאווע שטיבל שהלכו לעולמם

89 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5572
בלאט: 1 2

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 1:23 am

· #172629
לייג צו:

לא היה לו חלק בצימעס כלל וכלל
היה אהוב לכל
לא היה בשום רשימה כ'נודניק

smartinof » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 10:13 am

· #172681
הילל
מיט הילל'ס געדולד וועל איך פרובירן נאך איין מאל זאלסט כאפן דעם חילוק: אויב ראובן מעג פארשעמען זיין אייגענע פאמיליע אויב ער באשליסט אזוי צו טון, מיינט דאס אויטאמאטיש אז יעצט מעג אויך שמעון, אויב לאחר מותו של ראובן ליגט עס איז אין שמעונ'ס הענט, גיין פארשעמען ראובנ'ס פאמיליע? פארשטייסט אז דאס איז גאר א נייע באזונדערע שאלה?

דארפסט נישט דעם געדולד, רעד צו די זאך וועט מען וויסען וואס די ווילסט
בקיצור די מאכסט א חילוק אויב טוט מען ע''י שליח אדער אליינס, פרעג אייך ווייטער, למאי נ''מ לאחר מותו, בחיים חיותו איז די זעלבע שאלה, צו אויב ראובן וויל זיך מגלה זיין און ער וויל שיקען שמעון א שליח, נא דאס גייט דאך שוין און וואב לעיקוואד שמועסט שוין אויס, אז בפשטות דער וואס שרייבט דא אויף ק''ש האלט אז ער טוט נישט עפעס שלעכט איז דא שליחות און שוין

הילל » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 10:22 am

· #172683
לעיקוואד
זייט ווען האט א משפחה / חברים א רעכט אויף די בחירות און לעגעסי פון א מענטש?

זייט ווען האט א מענטש די רעכט צו שיקן אנדערע פארשעמען זיין משפחה? זייט ווען איז מאראליש זיך נישט צו רעכענען מיט די געפילן פון אנדערע מענטשן?

מ'רעדט נישט דא פון מפרסם זיין לשון הרע אויף איינער ח''ו. נאר פון עפעס וואס דער מת האט געהאלטען א ריכטיגע זאך, בחייו ובמותו. נאר בחייו צוליב סאציאלע פרעשור און חשבונות האט ער דאס געהאלטען פריוואט, און לאחר מותו וואס ער האט שוין נישט די חשבונות קען ער באשטיין מען זאל וויסען, איז ווי קומט די משפחה דא אריין?


טראכט אריין אין דיינע ווערטער. זאגסט אז דער מענטש האט עס געהאלטן אלץ א ריכטיגע זאך און דאך האט ער דאס בחייו געהאלטן פריוואט, צוליב געוויסע חשבונות, און דאס פארשטייסטו. אבער לאחר מותו ווען ער מיט זיינע אלע חשבונות זענען מער נישטא, אבער יעצט קומט אריין אנדערע חשבונות פארואוס עס דארף בלייבן פריוואט, וואס דאס איז די בושה פאר זיין טאטע/ווייב/קינדער, דא אבער פסק'נט מען אז זייערע בושות איז גארנישט ווערד אז מען זאל זיך רעכענען דערמיט!
איז דאס א מאראלישע חשבון? איז דאס נישט ריכטיגע סעלפישנעס, ווי ער זארגט נאר בחייו פאר זיינע אייגענע חשבונות אבער איינמאל ער איז אין קבר אינטערעסירט אים נישט אז מען זאל זיך רעכענען מיט די חשבונות פון זיין פאמיליע און מען זאל איגנארירן זייערע געבעטן אז זיי ווילן נעבעך נישט ליידן פון קיין חרפות און בושות?

נעגאשיעיטאר » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 11:35 am

· #172709
לייגטס דאס צו צי די צוואות...

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 12:23 pm

· #172724
😂

smartinof » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 12:41 pm

· #172740
הילל
לעיקוואד
זייט ווען האט א משפחה / חברים א רעכט אויף די בחירות און לעגעסי פון א מענטש?

זייט ווען האט א מענטש די רעכט צו שיקן אנדערע פארשעמען זיין משפחה? זייט ווען איז מאראליש זיך נישט צו רעכענען מיט די געפילן פון אנדערע מענטשן?

מ'רעדט נישט דא פון מפרסם זיין לשון הרע אויף איינער ח''ו. נאר פון עפעס וואס דער מת האט געהאלטען א ריכטיגע זאך, בחייו ובמותו. נאר בחייו צוליב סאציאלע פרעשור און חשבונות האט ער דאס געהאלטען פריוואט, און לאחר מותו וואס ער האט שוין נישט די חשבונות קען ער באשטיין מען זאל וויסען, איז ווי קומט די משפחה דא אריין?


טראכט אריין אין דיינע ווערטער. זאגסט אז דער מענטש האט עס געהאלטן אלץ א ריכטיגע זאך און דאך האט ער דאס בחייו געהאלטן פריוואט, צוליב געוויסע חשבונות, און דאס פארשטייסטו. אבער לאחר מותו ווען ער מיט זיינע אלע חשבונות זענען מער נישטא, אבער יעצט קומט אריין אנדערע חשבונות פארואוס עס דארף בלייבן פריוואט, וואס דאס איז די בושה פאר זיין טאטע/ווייב/קינדער, דא אבער פסק'נט מען אז זייערע בושות איז גארנישט ווערד אז מען זאל זיך רעכענען דערמיט!
איז דאס א מאראלישע חשבון? איז דאס נישט ריכטיגע סעלפישנעס, ווי ער זארגט נאר בחייו פאר זיינע אייגענע חשבונות אבער איינמאל ער איז אין קבר אינטערעסירט אים נישט אז מען זאל זיך רעכענען מיט די חשבונות פון זיין פאמיליע און מען זאל איגנארירן זייערע געבעטן אז זיי ווילן נעבעך נישט ליידן פון קיין חרפות און בושות?

נכון דאס איז טאקע איין זייט פון די מטבע, אבער פון די אנדערע זייט, וואס טוט זיך מיט די שעות אויף שעות געשרייבעכס וואס גייט לבטלה, און אויב האלט מען אז מען האט ריכטיג געטון מיט'ן שרייבען, דאס א מוראדיגער נישט גוטער געפילאר א מענטש אז ער ווייסט ווען ער שטארבט אפ גייען א גרויס חלק פון זיינע שעפערישע שעות און לעבן נשתק ווערן אלס פאר משפחה אינטרעסען, דאס איז נישט עפעס וואס מען דארף זיך רעכענען מיט, אז דער מענטש האט דראנג צו געוויסע שטודיעס, ער האט א דראנג צו חכמה ער איז געבינדען דאס ארויסצוגעבן און זיך דורך שמועסן מיט איינעם, נאר ווייל ער איז נישט אזא דרייסטער חכם און זיך באהאלטען מיט זיין חכמה, פארדעם קומט זיך אים אז מען זאל לייגען זיין גאנצע ארבייט און מיסט, ועוד, אם כן ננעלת דלת בפני החכמה והחכמים, אז ער וועט וויסען עסגייט סייווי אלס גיין לבטלה, איז פארוואס זאל ער זיך אנשטרענגען, עס וועט סייווי גארנישט בלייבען

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 12:43 pm

· #172742
הילל מיט סמארטאינאף, איימסארי אריינצוהאקן, אבער א שטיקל חזרה אדער תמצית ביטע, איך בין צומוצישט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 12:49 pm

· #172744
נעגאשיעיטאר: נאך א מזל אז דו שרייבסט מיט צוויי וואוון..... 😂 😳

smartinof » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 12:55 pm

· #172749
רויטע וואנצעס
הילל מיט סמארטאינאף, איימסארי אריינצוהאקן, אבער א שטיקל חזרה אדער תמצית ביטע, איך בין צומוצישט.

שיטת הילל, היט זייער אויף משפחה אינטרעסען, גרייט מוותר אויף שעות ארבייט און מיה אלס נאר אז די משפחה לאחר מותו זאל נישט פארשעמט ווערן, פאר סאמריזען פארשטייט ער אז אויב איז מען זיך אליינס מגלה און דאס ברענגט בושות פאר די משפחה איז עס יא מאראליש, אבער אויב שיקט מען א שליח לאחר מותו איז עס נישט מראליש פונם שליח דאס צו טוהן, הלכה למעשה, חס מלהזכיר צו מגלה זיין חברי השטיבעל לאחר מותם,
ואני השפל, סהאט קיין זין נישט אוועק צו ווארפען שעות ארבייט נאר פאר משפחה אינטרעסען, פאר א חוסר פון דרייסקייט קומט נאך נישט אזא עונש אוועק ווארפען און מבטל זיין לעולמי עד זיינע באליבטע ווערק, און די מאראל איז אויך מסכים צו דעם, והא ראי' שפינוזה האט דאס אויך, און די אלע חילוקים פון שליח און לאחר מותו זע איך נישט, להלכה למעשה, יא מגלה זיין חברי השטיבל לאחר מותם, אבער אויב האט דער ניק נישט קיין געהאט קיין דיעה איבער דעם, קען איך נישט זאגען אז עס מראליש אויסגעהאלטען פון דעם זייטיגען צו גיין מבזה זיין משפחה,

הילל » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 2:46 pm

· #172798
שיטת סמארטי-אינאף: דער רצון המת קומט פאר אלעם. אויב מען ווייסט אז דער מת קען באשטיין אז לאחר מותו זאל מען מגלה זיין זיין ריכטיגע איידענטיטי און אונטער וועלכע ניק ער האט געשריבן, אפילו אויב ער האט צווישן זיינע אשכולות אויך געשריבן אז ער גלייבט נישט אין קיין תורה און אז ער פלעגט רייכערן שבת אדער אז ער געטון אומאיידעלע זאכן, עם כל זה איז א חוב צו פאלגן דעם רצון פון דעם טויטן און מגלה זיין זיין אמת'ע נאמען, און דאס איז אפילו אויב יענעמ'ס טאטע פארלאנגט, זיין ווייב וויינט, און זיינע קינדער בעטן זיך ברחמים אז מען זאל זיי נישט פארשאפן קיין בזיונות אין שטאט און זיי פארמיידן די חרפות און בושות. עס דארף קיינעם נישט אנגיין די ביטערע צער וואס יענעמ'ס משפחה וועט ליידן, מען דארף נאר זיכער מאכן צו טון דעם רצון פון דעם נפטר ע"ה. זאלן הונדערט לעבעדיגע פארשעמט ווערן, אבער דעם ווילן פון דעם נפטר מוז מען פאר יעדן פרייז אין די וועלט אויספירן.

פון שיטת הילל איז באמת נאכנישט דא קיין קלארע פסק, ווייל הילל האט סך הכל געפרעגט אז איינער זאל מסביר זיין פארוואס עס מאכט סענס צו טון אזוי, ער האט אן ערנסטע ספק צי עס איז א מאראלישע זאך צו פארשעמען א גאנצע משפחה און ער איז פון די מאדנע חסידים פון די צער בעלי חיים גרופעס, פיר פוסיגע אבער אויך צוויי פוסיגע (און אויסער בושה, וואס איז גענוג א סיבה, קען נאך אפשר אזא שריט אפילו האבן אמת'ע שאדנס פאר די משפחה, ווי שידוכים, וואס איך גלייב עס קענען זיין מענטשן וואס וועלן זיך וועלן מעגליך נישט וועלן משדך זיין מיט קינדער פון א מאראנא... וכדומה). דערווייל ווארט מען אויף א הסבר וואס זאל מסביר זיין פארואוס דער רצון המת זאל קומען פאר רצון החיים.
די טענה פון סמארט-אינאף איינמאל און נאכאמאל אז דא גייט מען צו בתורת שליחות (מסתמא פסקנ'ט ער יש שליח לדבר עבירה) און ווי לאנג מען טוט עס אין יענעמ'ס שליחות איז קיין שום פראבלעם נישט, גייט מיר דאס עפעס נישט אריין אין די אויערן, ווייל אפילו אויב איינער זאל מיך מארגן קומען בעטן אז איך זאל זיין דער שליח צו גיין פארשעמען זיין משפחה, וועל איך יענעם שארף אפזאגן, אבער זעט אויס אז סמארט-אינאף וואלט גערן אנגענומען דעם שליחות און געזאגט אז אין אזא פאל האט ער אלע רעכטן דאס צו טון ווייל "וואס הייסט, יענער האט דאך מיר קלאר געבעטן דאס צו טון, איך בין נאר א שליח!"
די אנדערע טענה פון סמארט-אינאף אז טויזנטער שעות שרייבן פאלן אוועק, פארשטיי איך בכלל נישט, ווייל קיינער האט דאך חלילה בכלל נישט גערעדט דא אז אז מען זאל גיין אויסמעקן יענעמ'ס תגובות, נאר סתם אז מען זאל נישט ארויסגעבן בפני כל העם ועדה דעם נאמען. וצ"ע.
בקיצור, ווי דער חזו"א וואלט געזאגט, איך בין נישט קיין מיקל אין כבוד המת, איך בין נאר מחמיר אין כבוד החיים.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 3:07 pm

· #172802
ונראה לי דברי הילל, וקיי"ל כבית הלל.

ראש הישיבה » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 4:00 pm

· #172824
די מנהג ביי ח"ק אז פאר סתימת הגולל זאגט מען פארן נפטר, 'געדענק אז דיין נאמען איז משה ברוך'.

איך מיין אז מען זאל אים זאגן אז 'געדענק דיין ניק איז ראש הישיבה'.

פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 5:21 pm

· #172860
ראש הישיבה
די מנהג ביי ח"ק אז פאר סתימת הגולל זאגט מען פארן נפטר, 'געדענק אז דיין נאמען איז משה ברוך'.

איך מיין אז מען זאל אים זאגן אז 'געדענק דיין ניק איז ראש הישיבה'.

ביזט א קלוגע איד, ראש הישיבה. אויף מיך, לאחר פטירתי, וועט מען נודנען מיט די פלייצע און זיך אונטערמורמלען "ער איז געוועהן יענץ פישל'ע". אבער אויף דיך, האסטו זיך פארזיכערט אז מ'וועט זאגן "ער איז געוועהן א ראש ישיבה. כ'זאג דיר, איך ווייס. במסתרים איז ער געוועהן דער עכטע ראש ישיבה"...

נעגאשיעיטאר » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 5:24 pm

· #172866
berlbalaguleh
נעגאשיעיטאר: נאך א מזל אז דו שרייבסט מיט צוויי וואוון..... 😂 😳

דהיינו?

לעיקוואד » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 7:03 pm

· #172916
הרב @הילל, ענטפער פליז וואס איר האלט לגבי מיין משל פון דער איד וואס האט געגעבן מתן בסתר. און דערנאך וועט מען פראבירען צו פארשטיין פון וואו נעמט זיך אייער מאדנע צער בעלי חיים אנשויאונג.


דער רצון פון דער מענטש זעלבסט קומט אלעמאל פאר דער רצון פון אנדערע וואס שעמען זיך כלומ'רשט פון עם און ווילען נשט זיין טובה נאר זייער אייגענע טובה. די זכותים וואס א משפה, חברים, קרובים, האבען לגבי א מענטש מער ווי א פרעמדער, איז ווייל זיי אינטרעסירט זיין טובה און זיי האען עם ליב. ווען קרובים זענען כביכול מגין אויף א מענשט פאר זייער אייגענע טובה און בכל נגד טובתו, האבען זיי נישט קיין שום רעכט אריינצורעדען אין יענער'ס לעגעסי.

אויך בחייו איז אזוי דער כלל, אז ער האט זיך נישט וואס צו רעכענען מיט די בושות וואס ער וועט גורם זיין זיין משפחה, דאס איז בכלל נישט קיין חשבון. האומר לאביו לא ראיתיו ואת אחיו לא הכיר. אוודאי אמאל איז דא א איד א צדיק וואס איז מוותר פון זיך כדי נאנטע זיינע זאלען נישט געטשעפעט ווערן, אבער דאס איז נישט קיין חיוב אדער כלל. נאר אז איינער האט מורא ער וועט געשעדיגט ווערן איז אוודאי האט ער די רעכט מסתיר זיין געוויסע זאכען וועגן זיך. איך בין מסכים אז דאס איז אסאך מאל גאנץ אן עגאיסטישער חשבון, אבער ההכרח לא יגונה. ברגע וואס דער מענטש האט נישט וואס מורא צו האבען, איז חזר הדין אז קיינער האט נישט אריינצורעדען וואס ער זאל טוהן.

דעת תורה » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 8:47 pm

· #172961
בלייבט נאר איבער איין עצה פאר די קרובים: איבערדרייען א פאס אינמיטן מארק און זיך אויפשטעלן דערויף און שרייען אויף דעם קרוב אז ער פארשעמט די משפחה. (מען זעט פון די גמ' אז למעשה איז דא א טענה צו א קרוב וואס פארשעמט זיין משפחה).

הילל » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 8:49 pm

· #172964
לעיקוואד
הרב @הילל, ענטפער פליז וואס איר האלט לגבי מיין משל פון דער איד וואס האט געגעבן מתן בסתר. און דערנאך וועט מען פראבירען צו פארשטיין פון וואו נעמט זיך אייער מאדנע צער בעלי חיים אנשויאונג.

אז א איד בעט, פאלגט מען. דיין משל פון מתן בסתר איז געווען אזוי:
שטעלט איך פאר עס איז געווען א איד וואס האט געגעבן באהאלטענערהייט מתן בסתר צדקה פאר א געוויסער צוועק, און האט שאס געהאלטען שטרענג בסוד צוליב וואס ער האט געהערט צו א פארטיי וואס איז געווען צוקריגט מיט דער צדקה. און לאחר מותו האט ער מגלה דעת געווען ער וויל דאס מפרסם זיין. האט איינער א צד מען זאל עס נישט מפרסם זיין ווייל זיין משפחה באלאנגט נאכאלץ פאר דער צוקריגטער פארטיי?


יעצט באמת זע איך א שוואכער פארגלייך פון יענע מעשה צו אונזער דיון. ביי יענע מעשה וואלט יעדער מסתמא מודה געווען אז מען זאל מפרסם זיין יענעמ'ס מתן בסתר, ווייל עס איז ממש נישטא קיין ערנסטע סיבה פארוואס נישט. עס איז נישט עפעס א יחיד וועט האבן צער, וכדומה, נאר אין ערגסטן פאל וועט דער פארטיי פון צד שכנגד העכסטנס געבן א שטיקל צי מיט די אקסלען און עס וועט אריינגיין אין די ריזיגע קעסטל פון "פלאפס" וואס יעדע פארטיי פארמאגט, און עס וועט מסתמא זיין פון די קלענסטע דורכפעלער אין דעם קעסטל. קיין שום פערזענליכע מענטש וועט נישט האבן דערפון קיין צער, קיינער וועט נישט ליידן קיין פערזענליכע בושה, און קיינער וועט זיכער נישט פארלירן קיין נאכט שלאף וועגן דעם. אבער ווי קען מען דאס מדמה זיין צו א פאל ווען דער אקט פון גיין מגלה זיין איינעמ'ס נאמען אלס כופר אין תורת משה וואס גייט יא שאפן בושות פאר א משפחה און יא ברענגען שלאפלאזע נעכט, האט דאס נישט גאר אן אנדערע הלכה? איז דאס נישט גענוג סיבה?
און אין הכי נמי אויב וואלט דאס מגלה זיין דעם נאמען פון יענע מתן-בסתר-אידל יא אויף עפעס אן אופן געשאפן א מוראדיגע פערזענליכע צער אדער בושה פאר א געוויסן מענטש, איז קלאר אז עס וואלט געווען גאר א הארבע שאלה צי מען זאל פאלגן דעם נפטר און עס מפרסם זיין. פארוואס זאל דען די מצוה פון מפרסמין עושה מצוה דוחה זיין די עשה פון מצער זיין און פארשעמען א מענטש? פארוואס זאל דער רצון פון א מת קומען פאר די צער און בושה פון א לעבעדיגן?

נולד מאוחר » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 8:51 pm

· #172965
אז מרעדט פון טויט איז צי געדענקן ביי אלוקי נצור צי זאגן די פסיקים וואס הייבן זיך אן און ענדיגען מיט די זעלבע אות ווי די ניק.
מיין דיין האט מיר גפסקנט פון ווען אן מרופט מיך מער מיט מיין ניק ווי מיין ברית נאמען זאל איך אנהייבען זאגן פסוקים לויט מיין ניק.
ווער סקען מיר הלפען טרעפן א פסוק פאר נולד פליעז?

הילל » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 8:53 pm

· #172966
לעיקוואד
הרב @הילל, אויך בחייו איז אזוי דער כלל, אז ער האט זיך נישט וואס צו רעכענען מיט די בושות וואס ער וועט גורם זיין זיין משפחה, דאס איז בכלל נישט קיין חשבון. האומר לאביו לא ראיתיו ואת אחיו לא הכיר. אוודאי אמאל איז דא א איד א צדיק וואס איז מוותר פון זיך כדי נאנטע זיינע זאלען נישט געטשעפעט ווערן, אבער דאס איז נישט קיין חיוב אדער כלל. נאר אז איינער האט מורא ער וועט געשעדיגט ווערן איז אוודאי האט ער די רעכט מסתיר זיין געוויסע זאכען וועגן זיך. איך בין מסכים אז דאס איז אסאך מאל גאנץ אן עגאיסטישער חשבון, אבער ההכרח לא יגונה. ברגע וואס דער מענטש האט נישט וואס מורא צו האבען, איז חזר הדין אז קיינער האט נישט אריינצורעדען וואס ער זאל טוהן.

קודם כל, האב איך שוין קלאר געמאכט אז מען רעדט נישט דא ווען איינער טוט עפעס אליין, ווייל דאס איז א באזונדערע ענין, נאר בעיקר ווען א זייטיגער צד דארף מחליט זיין אויב מען זאל פאלגן און אויספירן דעם רצון פון אן אנדערן. ממילא פארוואס האלטסטו אזוי זיכער אז קיינער האט נישט וואס אריינצורעדן וואס א צווייטער זאל טון? עס איז דאך נישט אז "איך טו עפעס און עס האט גארנישט מיט דיר איינגעשטויסן", ווייל למעשה מיט יענעמ'ס אקט (פון גיין מפרסם זיין א נאמען) שטעכט ער אריין א מעסער אין רוקן פון אנדערע מענטשן, ווערט דאך דאס יא א צווייטנ'ס געשעפט.

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 8:57 pm

· #172968
נולד מאוחר
אז מרעדט פון טויט איז צי געדענקן ביי אלוקי נצור צי זאגן די פסיקים וואס הייבן זיך אן און ענדיגען מיט די זעלבע אות ווי די ניק.
מיין דיין האט מיר גפסקנט פון ווען אן מרופט מיך מער מיט מיין ניק ווי מיין ברית נאמען זאל איך אנהייבען זאגן פסוקים לויט מיין ניק.
ווער סקען מיר הלפען טרעפן א פסוק פאר נולד פליעז?

נשכחתי כמת מלב הייתי ככלי אבד

נולד מאוחר » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 9:03 pm

· #172974
הילל קוק וואס די משפחת טיען צים נפטר
דאז בארעטיגסטו אויך?
📎 loading=

דעת תורה » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 9:13 pm

· #172979
דאס הייסט א cheap shot. די שאלה איז צי זי כאפט די טשעפע

הילל » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:33 pm

· #173148
נולד,
איך ווייס נישט פונקטליך וואס זי האט געטון און וואס זיי האבן געטון, (אויף די מצבה זע איך אויף איר די טיטלען "האשה החשובה בעלת חסד וטובת לב", וואס איך זאג קלאר, זייענדיג א "לאחר מותו" אשכול, אז עס וועט מיר זיין א כבוד אויב זאל מען שרייבן די ווערטער אויף מיין קבר...), ממילא ווייס איך באמת נישט ווער עס האט וואס געטון ריכטיג אדער אומריכטיג.

דעת תורה » פרייטאג יאנואר 3, 2014 1:15 pm

· #173171
האסט נישט אפגעליינט די ווערטער אונטער דעם: "זכתה לקיום שאיפותיה הטהורות"

הילל » פרייטאג יאנואר 3, 2014 1:23 pm

· #173179
יענס קוקט טאקע באמת אויס זייער נאריש, פארואוס האבן זיי נישט איגנארירט דעם גאנצן חלק, נאר סייווי האב איך דאך געזוכט ארויסצוברענגען דעם גוטן חלק פון די ווארעמע טיטלען וואס מען האט געשריבן...

לעיקוואד » פרייטאג יאנואר 3, 2014 2:26 pm

· #173191
@הילל, מיין משל פון פארטיי איז אפשר נישט געווען פונקט געלונגען, האסט דיך צוגעכאפט צו פרטים. שטעל זיך פאר אין קומוניסטישער רוסלאנד איז פאראן א גוי וואס האלט אז קאמאניזם איז רשעות און אומאויסגעהאלטען און שרייבט די דעות זיינע אונטער באהאלטענע נעמען אנליין. פארשרטייט זיך עס איז עם א סכנה ארויסגעבן זיין אידענטיטעט, לאחר מותו אבער איז דער געזעץ אז די קינדער וועלען נשיט ליידען דערפון, און ער וויל שטארק אז עס זאל נתפרסם ווערן וואס זיינע אמת'ע דעות זענען געווען. די קינדער זיינע זענען אבער ערליכע קאמאניסטען און קענען פארלירען שלאף איבער דעם וואס זייער טאטע האט בוגד געווען אין ד =י שיטה הקדושה און בעטען זיך מען זאל דאס האלטען א סוד. וואס פסקנסטו?

לעיקוואד » פרייטאג יאנואר 3, 2014 3:42 pm

· #173220
דרך אגב, איך מיין אז איר האט דא אביסעל מגזים געווען, כאילו מין רעדט דא פון איינער וואס האט דא געשריבען אז ער איז א כופר בתורת משה ומחלל שבת, אויף וויפיל איך ווייס איז נישט דאס די נקודה. עכ''פ אויף קאווע שטיבל טאר מען דאך סייווי נישט שרייבען אזעלכע זאכען. איז סך הכל האט ער אפשר געשריבען אז ער גלייבט נישט אין דער סאמעווארער רבי, נו.

לעיקוואד » פרייטאג יאנואר 3, 2014 3:48 pm

· #173222
לגבי די נקודה אז דא רעדט מען אז א דריטע פארטיי זאל נעמען א שריט, איך קוק עס נישט אן אזוי. מען רעדט דאך נישט פון פארציילען לשון הרע'ס פון עפעס סודות וואס קיינער ווייסט נישט, נאר פון פארציילען זאכען וואס ער האט געטוהן ברבים נאר באופן של ניק.
און איך פארשטיי אז די חברים זיינע וואס קענען זיך דארט פירען אויס זיין רצון הייסט דאס עם, נישט א דריטער מישט זיך אריין.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 5, 2014 4:12 am

· #173451
נמחק

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:00 am

· #173463
ער לעבט. זיי רוהיג.

דעת תורה » זונטאג יאנואר 5, 2014 10:00 am

· #173491
דוכט זיך ער לעבט שוין דא אויף אלע באקן מיט א פרישע ניק.

#כ'האבגארנישטגעזאגט.

diff » זונטאג יאנואר 5, 2014 11:42 am

· #173511
Are we like a hen in bnei odom oblivious to the shochet at front? We stare at those pictures of cemeteries not thinking for whom it’s made for.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 5, 2014 2:44 pm

· #173589
נעגאשיעיטאר
berlbalaguleh
נעגאשיעיטאר: נאך א מזל אז דו שרייבסט מיט צוויי וואוון..... 😂 😳

דהיינו?

די ווארט "צוואה". שטעל דיך פאר ווען דו שרייבסט נאר מיט איין וואוו. 😂 🙄 😳

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 5, 2014 2:48 pm

· #173592
לעיקוואד
דרך אגב, איך מיין אז איר האט דא אביסעל מגזים געווען, כאילו מין רעדט דא פון איינער וואס האט דא געשריבען אז ער איז א כופר בתורת משה ומחלל שבת, אויף וויפיל איך ווייס איז נישט דאס די נקודה. עכ''פ אויף קאווע שטיבל טאר מען דאך סייווי נישט שרייבען אזעלכע זאכען. איז סך הכל האט ער אפשר געשריבען אז ער גלייבט נישט אין דער סאמעווארער רבי, נו.

איך וואלט דיר געגעבן א לייק. ווייל איך גלייך זייער שטארק מליצות און "פאנס" וועלכע זענען אין פינטל. אבער מכמה טעמים מובנים קען איך נישט און איך וויל נישט. 🙄 😠 😛 😳 😮

פישלע העררינג » מאנטאג יאנואר 6, 2014 10:52 am

· #173884
דעת תורה
דוכט זיך ער לעבט שוין דא אויף אלע באקן מיט א פרישע ניק.

#כ'האבגארנישטגעזאגט.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/167289">viewtopic.php?p=167289#p167289</a><!-- l -->

אהא.

דולה ומשקה » מאנטאג יאנואר 6, 2014 3:20 pm

· #173969
איך וואלט נאר געוואלט וויסן ווי אזוי ווייסט מען אז א ניק איז הלך לעולמו?
איז אין דעם פארבינדען א חשש גילוי? איז בהכרח ווייסט כאטש איינער ווער באמת ליגט אונטער א ניק?

נאר,,פרייליך » מאנטאג יאנואר 6, 2014 4:06 pm

· #173987
איינער האט דא מודיע געווען איבער צוויי ניקים גרושים וואס זענען געהאלפען געווארען פאדערט עס נישט אזא באשרייבונג ווי די וואס פארלאזען די וועלט?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4932#p171212">viewtopic.php?f=25&t=4932&start=50#p171212</a><!-- l -->

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 1:01 pm

· #297156
Re: דעבאטע איבער באשרייבן חברי קאווע שטיבל שהלכו לעולמם
מ'זאגט נאך פון הרב י''ד סאלאווייציק זצ''ל פון בוסטון 'פון דער סוגיא פון מראית עין ווייסט זיך אויס אז א מענטש איז נישט בעה''ב אויף זיין אייגענע רעפוטעצי''ע'. ודפח''ח.

גרוש » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 8:21 pm

· #297671
פישלע העררינג
דעת תורה
דוכט זיך ער לעבט שוין דא אויף אלע באקן מיט א פרישע ניק.

#כ'האבגארנישטגעזאגט.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/167289">viewtopic.php?p=167289#p167289</a><!-- l -->

אהא.


איך זעה נישט ווי מ'מעלד אין מיין אשכול אזא זאך
בלאט: 1 2