☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » נומער 2 (סוף טבת תשע"ד)
נומער 2 (סוף טבת תשע"ד)
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5571
פישלע העררינג » מיטוואך יאנואר 1, 2014 6:48 pm
· #172476
נומער 2 (סוף טבת תשע"ד)
חלק ב' - עקספייערט.
פישלע העררינג » מיטוואך יאנואר 1, 2014 11:34 pm
· #172586
ליינט און האט הנאה!
@פרישער, @הילל, @קאווע טרינקער, @גלעזעלע, @שטילע אינגערמאן, @Moti107, @פשוט-קאמפליצירט, @יאיר, @תחת השמש, @בענדזשאמין פרענקלין, @ברסלבער, אלע האבן קאנטריביוטירט ביודעים ובלא יודעים צו א אינהאלטסרייכע און ענטערטעיניג ליין.
געדענקטס צו לייקען דעם בעל המאמר אויב עטס האט הנאה.
שפתים ישק » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 8:40 am
· #172658
שפתים קישאקTM!
ברסלבער » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 9:07 am
· #172663
@פישל'ע העררינג, צום צווייטן מאל זייער זייער שיין, א גרויסן דאנק!
פיש כאפער » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 9:55 am
· #172675
א גרויסן ייש״כ פישל׳ע. נאך א שב״ק מיט שטאף צו ליינען. נאך א מזל איך האב דיר ארויסגעכאפט פון וואסער…
ברסלבער » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 11:04 am
· #172698
דאס מאל זעה איך אז פישל'ע האט אריינגעלייגט איין ארטיקל פון די ארכיוון. איך קלער אז אויב נעמט מען שוין פון די ארכיוון זאל מען שוין לייגן נאך עטליכע. זייער אסאך אינטערעסאנטע און באלערנטע ארטיקלען ליגן אין קעלער און זאמלען שטויב, עס וואלט געווען כדאי עס ארויף צו ברענגן.
אנאנים האקט, ברוך שכוונתי.
פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 11:06 am
· #172700
[ציטאט אראפגענומען]
ברסלבער
דאס מאל זעה איך אז פישל'ע האט אריינגעלייגט איין ארטיקל פון די ארכיוון. איך קלער אז אויב נעמט מען שוין פון די ארכיוון זאל מען שוין לייגן נאך עטליכע. זייער אסאך אינטערעסאנטע און באלערנטע ארטיקלען ליגן אין קעלער און זאמלען שטויב, עס וואלט געווען כדאי עס ארויף צו ברענגן.
אנאנים האקט, ברוך שכוונתי.
איך האב געמאכט א טעסט מיט גלעזעלע'ס ארטיקל. לאמיר זעהן וויאזוי דער עולם וועט רעאגירן דערצו. ס'איז א "סיסטעם" ארטיקל, דאס ווייס איך, אבער דאך איז עס נישט סתם אבי א אפרעדעניש. ער ברענגט ארויס א זייער שטארקע נקודה. איך קלער צו לייגן נעקסט דער שטריימעל / שידוך ארטיקל פון @משה געציל.
רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 11:16 am
· #172704
ביז די טעכנעלאגישע חכמים וועלן אויפקומען מיט א עצה, קען מען דערווייל לייקן דורך די לינקס:
דירות קריזיס / פרישער
נעמען די משפחה אין מקוה ער"ש / שטילער אינגערמאן
הרב דר. אברהם יהושע העשיל / קאווע טרינקער
יסודות פון א געזונטע שלום בית / הילל
עולם האמת – קאווע שטיבל / פרישער
זאכן וואס איך וואלט געוואלט האבן / moti107
ווען דער לב פירט צום דמיון / פשוט קאמפלעצירט
אונזער אומגעשריבענער שו"ע / יאיר
בסוד קדושים / תחת השמש
א שטראל פון האפענונג / בענדזשאמין פרענקלין
ווילסט שמועסן אדער ווילסט זאגן / ברסלבער
מאסן פרודוקציע ערציאונגס פאבריקן / גלעזעלע
לעמיל » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 2:03 pm
· #172780
פארוואס באקום איך דאס?
Error (404)
We can't find the page you're looking for. Check out our Help Center and forums for help, or head back to home.
פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 2:12 pm
· #172787
איך האב עס בטעות ארויסגערוקט פון דער פאבליק פאולדער. איך לייג עס שוין צוריק.
רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 2:17 pm
· #172790
ס'איז מיר בייגעפאלן א פשוטע עצה אז די לייק סיסטעם זאל ארבייטן. נאך יעדע הודעה קען מען אריינלייגן א טויטע לינק, אויף א דעסקטאפ מיט א רעכטע קליק קומט מען גלייך אן צום פעיזש.
פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 2:26 pm
· #172793
איך בין נישט באקאנט מיט דער גאנצע טוויטער געשעפט, קיינער האט עס מיך נישט געהעריג מסביר געוועהן. איך וועל פראבירן דער אולד פעשאנד וועג. אבער יישר כח, @רויטע וואנצעס.
רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 4:25 pm
· #172833
א "טויטע" לינק, נישט טוויטער.
שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 4:56 pm
· #172844
איך וויל פרעגן ווי א תמים, ווער לייענט די אויסגאבע?
ממה נפשך, אויב ביסטו אויפן שטיבל, לייענסטו עס דאך ממקורו הראשון,
ווידעראום אויב נישט, ווייסטו דאך ניטעמאל צו זאגן פון דעם בלעטל.
איז צו וועמען קעיטערט עס?
פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 4:59 pm
· #172845
שמעקעדיג
איך וויל פרעגן ווי א תמים, ווער לייענט די אויסגאבע?
איך לייען עס.
פאר מיך קומט נישט אויס צו לייענען במשך דער טאג אדער וואך.
איך מאך עס טאקע פאר מיך אליינס, און מיגו דזכי לנפשיה זכי נמי לאחריני.
@שמעקעדיג, אויב האסטו עפעס דערגעגן, ביטע שיק מיך עס אין אישי.
לעמיל » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 5:01 pm
· #172848
סעים העיר!
אינמיטען וואך האב איך נישט קיין געדולד צו ליינען לאנגע ארטיקלעך שבת איז עס א מחיה
שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 5:04 pm
· #172849
ניין פישעלע כ'האב גארנישט דערגעגן, מאכסט א גוטע דזשאב, נאר איך פאר מיר האב נישט פארשטאנען דעם ענין.
ס'הייסט דו נעמסט ארטיקלען אינמיטן די וואך מיט צוגעמאכטע אויגן און שבת לייענסטו עס? אדער אינדערוואכן ליינסטו נאר בערך און שבת בעיון רב ובדקדוק גדול, שנים מקרא ואחד תרגום? 😛
פישלע העררינג » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 5:10 pm
· #172853
יאיר » פרייטאג יאנואר 3, 2014 1:10 am
· #173027
איך בין געזעצן און געזיפט מיין גלעזל (היינט דארף מען שוין צולייגן: עכטע) קאווע, און איך שפיר אז מיינע ליפן שאקלען זיך עפעס. איך בין געלאפן צום קאווע שטיבל, והנה, איך האב שוין פארשטאנען פארוואס מיינע שפתים האבן אנגעהויבן דובב'ן, ס'איז געווען שמעתתי מתבדרין בבי קפתא.
טאמבל סאס » מיטוואך יוני 17, 2015 7:50 am
· #283220
ש