☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » גנבים: היימישע געגנטער זענען אפן פאר אייך!

גנבים: היימישע געגנטער זענען אפן פאר אייך!

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5570

נח בער » מיטוואך יאנואר 1, 2014 6:28 pm

· #172466
גנבים: היימישע געגנטער זענען אפן פאר אייך!
איך שרייב די פאלגנדע שורות מיט ציפעדיגע ווייטאג און מיט האפענונג אז דאס זאל מיט עפעס מתקן זיין דעם טרויעריגן מצב פון אומ'אחריות'דיגע בעלי בתים פון הייזער און ביזנעסער.

אין א קופקע האב איך מיטגעהאלטן ווי איינער פארציילט מיט ווייטאג איבער אן איינברעך אין זיין קאר ווען מען האט ראבירט פון דארט גאנץ טייערע סחורה און ווען ער האט פרובירט נאכצוגיין די שפורן פונעם באנדיט האט ער זיך אנגעשטויסן אין מויערנע ווענט.

צוערשט ווען די פאחיציי האט אים פארהערט כאילו ער איז גאר דער פארברעכער און מיט אן אומווילן געמאכט דעם רעפארט.

שפעטער איז ער ארומגעקראכן צו הייזער אייגנטימער און צו עטליכע ביזנעסער ארום דעם מקום הגניבה און נישט געקענט אפירקראצן קיין שום פאאטעדזש וואס זאל פירן צו עפעס זאכליך.

רוב האבן בכלל נישט געהאט קיין קעמרעס און די גכציילטע וואס יא, האבן געהאט אזוי אומקלאר און אנדערע האבן ניטאמאל געארבעט אזוי אז ער איז מיט גארנישט אנגעקומען.

שטעלט זיך די בויערנע פראגע, וואס איז פשט פון אזא נאכגעלאזנהייט?

מען קען דאך מיט אזויפיל צוהעלפן אויסרייניגןנדי פארברעכער און אפשפארן טויזנטער דאלער פון די מאסן קאר איינברעכעריי און רעדער שטעכעריי ווען מען וועט האבן א בילד פון די נאכט גנבים.

פארוואס זענען מענטשן מפקיר זייערע אייגענע פראפערטי און געגנטער מיטן האבן אומפונקציאנירנדע קעמרעס אויף זייערע געביידעס?

וויפיל לייבי קלעצקי פאסירונגען ברויכן געשען אז מען זאל אינוועסטירן די געציילטע נישטיגע גרייצער וואס קען פארמיידן די ביטערליכע נאכפאלגן?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 12:25 am

· #172605
ס'דא נאך עצות
מ'האלט נישט טייערע חפצים אין קאר
מ'אינסטולירט א שופר תרועה

טיטאניק » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 12:29 am

· #172607
נאך א עצה
מען האלט יא טייערע חפצים אין די קאר, נאכדעם מאכט מען אויף א ניק, און מען וויינט בפני קהל עם ועדה, תשובה מיט דמעות איז זייער גרויס, שערי דמעות לא ננעלו, אבער דאנט ווארי קיינער גיט נישט גנבענען די דמעות דארט, כאטש עס האט נישט קיין שלאס, ווייל עס איז נישט ווערד קיין סאך, א מוסר השכל

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 2:10 pm

· #172785
טיטאניק
נאך א עצה
מען האלט יא טייערע חפצים אין די קאר, נאכדעם מאכט מען אויף א ניק, און מען וויינט בפני קהל עם ועדה, תשובה מיט דמעות איז זייער גרויס, שערי דמעות לא ננעלו, אבער דאנט ווארי קיינער גיט נישט גנבענען די דמעות דארט, כאטש עס האט נישט קיין שלאס, ווייל עס איז נישט ווערד קיין סאך, א מוסר השכל

דאס הייסט געוויינט ווי א ביבער (מלשון ביבער הוט) :. דער ביבער וויינט ווען ער זעהט אז מ'האט ארויסגעלייגט א טרעפ פאר איהם, אבער ער גייט דאך אריין אין טרעפ. דאס האט א מגיד אמאל גענוצט אלס משל און מוסר השכל פאר די מענטשן וועלכע ווען ס'קומט דער חודש אלול טוען זיי תשובה מיט גרויסע בכיות, אבער זיי טוען די זעלבע נארישקייטן און עבירות איבער א יעדעס מאל. 🙄 😂 😠 😳

Sapir » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 8:55 pm

· #172967
איך האב געמיינט דו וועסט רעדן וועגו ווי גרינג היימישע מאכען אויף די טיר אינדערהיים פאר עניבאדי, איך מיין אויך פאר געלט גייערס.

קאר גניבות? רוב זענען וואס די קארס זענען נישט פארשפארט.

איך בשיטה מאך נישט אויף מיין טיר אינדערהיים פאר קיינעם, איך האב שוין ציפיהל מעשות געהערט.

איינער האלט אנדערש?

נח בער » פרייטאג יאנואר 3, 2014 9:16 am

· #173077
Sapir
איך האב געמיינט דו וועסט רעדן וועגו ווי גרינג היימישע מאכען אויף די טיר אינדערהיים פאר עניבאדי, איך מיין אויך פאר געלט גייערס.

קאר גניבות? רוב זענען וואס די קארס זענען נישט פארשפארט.

איך בשיטה מאך נישט אויף מיין טיר אינדערהיים פאר קיינעם, איך האב שוין ציפיהל מעשות געהערט.

איינער האלט אנדערש?

דערצייל אביסל פון דיינע געהערטע מעשיות.

עס איז טאקע גרינג דאס עפענען א טיר פאר א געלט גייער אדער דעליווערי מאן אבער דאס עפנט נישט קיין טיר פאר רויבערייען.

נח בער » מוצ"ש יאנואר 4, 2014 8:50 pm

· #173297
האט דער אפיס קאמפלעקס וואו די שוידערליכע פארכאפונג האט פאסירט אויך נישט געהאט קיין געהעריגע קעמרעס?

די נייעס ברענגען אראפ א קליפ פון א האלבן בלאק ארויפציר.

ידען » זונטאג יאנואר 5, 2014 12:46 am

· #173410
נח בער
האט דער אפיס קאמפלעקס וואו די שוידערליכע פארכאפונג האט פאסירט אויך נישט געהאט קיין געהעריגע קעמרעס?

די נייעס ברענגען אראפ א קליפ פון א האלבן בלאק ארויפציר.

אויף די show פון ברענער יעצט שרייט אבראהאם וועגען דעם

ממש יעצט.

איחוד פעלד » זונטאג יאנואר 5, 2014 8:01 am

· #173464
וויזוי וויסט מען אז ער האט זיך געשלאגען פאר פינף מינוט?