☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מיין צוקראכטע שטיבל

מיין צוקראכטע שטיבל

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5566

אפטעמיסט » מיטוואך יאנואר 1, 2014 3:51 pm

· #172378
מיין צוקראכטע שטיבל
ס'פאסירט אמאל,
קען איך דערהערן,
אבער יעדן טאג?
מ'קען משוגע ווערן!

כ'פראביר אריין לאגן,
אבער ס'געט א קיצל,
איך לעכצט נאך קעטשאפ
פאר מיין טריקענע שניצל,

נעכטן און היינט,
דער מצב איז ביטער,
ווי קען מען לעבן,
אן די ברויט און פיטער,

ווערטער נישטא,
ס'משוגע מטארע,
כ'ציטער ס'האט געשאט,
א שלעכטע עין הארע,

כ'וואלט מיר געווישט דעם נאז,
אנע פאעזיעס מאכן,
אבער ווי בין איך פארזיכערט,
אז ס'גייט מארגן נישט קראכן?

ווי א גרוש א צובראכענע,
וואס זיכט זיין ליעבל,
קלאג איך און וויין,
אויף מיין צוקראכטע שטיבל.

דער (פינטעל) איד » מיטוואך יאנואר 1, 2014 3:55 pm

· #172379
איך זע אבער יא עטליכע קאמענטס פון לעצטע שעה צוויי וואס פשט? ס'דא ביי וועם ס'האט יא געארבעט?

ברסלבער » מיטוואך יאנואר 1, 2014 3:57 pm

· #172380
זייער שיין אפטעמיסט. אזוי גייט עס, א גוטע זאך קומט אן שווער...

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 1, 2014 4:17 pm

· #172390
אפטעמיסט
כ'פראביר אריין לאגן,
אבער ס'געט א קיצל,
איך לעכצט נאך קעטשאפ
פאר מיין טריקענע שניצל,

נעכטן און היינט,
דער מצב איז ביטער,
ווי קען מען לעבן,
אן די ברויט און פיטער,

איך האף אז דו רעדסט פון טונא שניצל, נישט בשר וחלב ח"ו. (פיש און מילך יש מקילים).

רויטע וואנצעס » מיטוואך יאנואר 1, 2014 4:27 pm

· #172394
@אפטעמיסט, הערליך!!!
איז עס געווען אייוועלט העקערס אדער פאליש העקערס?

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 2:15 pm

· #172788
רויטע וואנצעס
@אפטעמיסט, הערליך!!!
איז עס געווען אייוועלט העקערס אדער פאליש העקערס?

די מחשבה איז מיר אדורכגעלאפן אין קאפ. אבער איך מיין אז ס'איז געווען פשוט א טעכנישער גליטש, בשעת מ'האט געארבעט צו אפ-גרעידן און פארבעסערן דעם קאווע שטיבל שיחי' לאורך ימים ונשים. 🙄 😂 😳 😢

אפטעמיסט » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 10:44 pm

· #172987
מה לך נרדם,
טוט ענק אויפוואכן,
ס'איז ביטער ווי א גאל,
ס'הערט נישט אויף קראכן,

אנהייב האב'ך געלאכט,
געמאכט פון דעם וויצן,
אבער ס'איז שוין גארנישט קיין ווערטעל,
כ'פאנג שוין אן שוויצן,

ווער ווייסט צי ס'איז העקערס,
אונטער די אטאקעס גנוז,
פאמאסקירטע פארשוינען,
מיט בייזוויליגע כוונות,

כ'בעט די גבאים,
זאלן די אטאקעס אפשטויסען,
ווייל איך פאנג אן ציטערן,
און קטן'ען אין די הויזן.

נולד מאוחר » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 10:54 pm

· #172988
כהאב מורא אז באריסטא האט געפענט די אשכול פאר די שטיבעל אליינס.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 11:20 pm

· #172994
טויש קעפל צו "מיין צוקראכטע צוזעצטע פארוואונדעטע צושאסענע (יואב... פיל אריין נאך לשונות) שטיבל"

יאיר » פרייטאג יאנואר 3, 2014 12:12 am

· #173002
ווי האט זיך דער הייליגער ראפשיצער אויסגעדריקט? "נישטא נאך אזא גאנצע זאך ווי א צובראכן שטיבל."

ברסלבער » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 5:01 pm

· #175084
טאקע א גוטע זאך ווען די סייט קראכט צומאל, אזוי זעהט מען וואס מיר פארמאגן ווען עס קראכט נישט.
אבער דאס איז גוט פון צייט צו צייט, נישט יעדן צווייטן טאג.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 5:51 pm

· #175106
לאור מיין אדיקשאן, בין איך זיך מחי' יעדעס מאל ווען דער שטיבל קראכט - עכ"פ אין די ארבעטס שעות...

טשולענט » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 6:17 pm

· #175125
טייערע יודן האט נישט קיין פאראיבל
אז ס'פאסירט אזאנס זעהט מען וואס מיר פארמאגן
אזוי ווי מיר אלע האבן שוין מקובל
ס'קומט נישט אן גרינג יעדע דבר הגון
צו קענען באקומען פיינע געשניטענע צוויבל
מוז מען אביסל וויינען עס צו קענען פארטראגן
דאס זעלבע דא ביי אונז אין שטיבל
פאר א דבר השלם דארף מען אמאל קלאגן 

zurich » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 6:20 pm

· #175127
שמעקעדיג
לאור מיין אדיקשאן, בין איך זיך מחי' יעדעס מאל ווען דער שטיבל קראכט - עכ"פ אין די ארבעטס שעות...

אבער דו טשעקסט יעדע סעקאנד אפשר דאך איז עס שוין אפען א יא!

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 6:51 pm

· #175142
איך בין נישט אזא שטייטער ווי דעם, איך טשעק 6 מאל פער סעקונדע

zurich » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 8:01 pm

· #175182
אויב אזוי וואס איז די שמחה ווען דאס שטיבל קראכט ?

איינגעמיירעט » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 9:24 pm

· #175224
רויטע וואנצעס
@אפטעמיסט, הערליך!!!
איז עס געווען אייוועלט העקערס אדער פאליש העקערס?

@רויטע וואנצעס
סטוט מיר זייער וויי אז מענטשען דא דערמאנען ״פאליש״
סקען ח״ו אריין גיין בגדר מכשיל את הרבים.
סאיז א פלאץ פון the lowest of the lowest,
ישראל כשהן יורדין יורדין עד למטה.
איך האב געזעען דא און ק״ש דערמאנט דעם פאליש,איך בין אריין דארטען, און סהאט מיר געקאסט דאס הארץ.
דאס low moral און בעבישקייט איז צום וויינען.
סאיז מיר שווער צוזעען יודען וואס לעבן ווי נידריגע שווארצע און ספאנישע.
סאיז נידריג, און פיל מיט יצרא דעריות אופן נידריגען אופן, און סקומט נישט מזאל עס דערמאנען דא.