☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אלף בית אלס נומערן (גימטריאות)

אלף בית אלס נומערן (גימטריאות)

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5562

פיש כאפער » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 10:19 pm

· #172213
אלף בית אלס נומערן (גימטריאות)
ווייסט איינער דא ווען מען האט אנגעהויבען נוצן א״ב אלץ נומערן (א=1 ב=2 אא״וו)? לויט ווי איך פארשטיי איז עס שוין היבש אלט, אבער נישט זייער אלט, ווייל מען זעט גימטריאות אד״ג אין אור אלטע קבלה ספרים, אבער אין תנ״ך וועט מען נישט זען אן אנדייטונג אויף דעם. ביטע העלפט ארויס.

ונבנתה העיר » דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 11:10 pm

· #172221
וואס הייסט 'זייער אלט'? אין די גמ' ווערט שוין דערמאנט גימטריאות.

כידוע הסיפור, איינער האט געזאגט פאר א מתנגד פון וואו ווייסט מען אז סתם נזירות איז ל' יום? זאגט ר' מאיר'ל פרעמישלאנער ווייל אין פסוק שטייט נזיר יהיה און יהיה איז בגי' דרייסיג...

רויטע וואנצעס » מיטוואך יאנואר 1, 2014 12:31 am

· #172235
זעה דעם בלאט. הגם א קלארע מקור ברענגט מען נישט דארט.


ס'ווערט אויסגערעכנט אין די ל"ב המידות של רבי אליעזר בנו של רבי יוסי הגלילי. זעה דא.

קוק דא פאר אסאך אינטערעסאנטע אינפארמאציע איבער דעם.

פיש כאפער » מיטוואך יאנואר 1, 2014 1:11 am

· #172239
איך האב געזען אויף jewish encyclopedia <!-- w --><a class="postlink" href="http://www.jewishencyclopedia.com/articles/6571-gematria">www.jewishencyclopedia.com/articles/6571-gematria</a><!-- w --> אז מען זעט אז די א״ב איז גענוצט געווארן אלץ נומערן נאך בזמן חשמונאים, אבער ער זאגט נישט וויאזוי ער ווייסט דאס…

שפתים ישק » מיטוואך יאנואר 1, 2014 10:31 am

· #172287
שפתים קישאקTM!

עסקן בדברים » מיטוואך יאנואר 1, 2014 1:23 pm

· #172341
די השפעה איז דאכט זיך געקומען צו אונז פון די רומיים (roman numerals)

פיש כאפער » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 9:42 am

· #172673
די גריכישע האבן שוין גענוצט זייער ׳אלפע בעטא״ אלץ נומערן. איך בין נישט איבערצייגט אז די רוימישע נומערן זענען באזירט אויף זייער אלפאבעטס, ביי די גריכישע איז עס קלאר.