☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א שטראל פון האפענונג

א שטראל פון האפענונג

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5543

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 9:01 pm

· #171561
א שטראל פון האפענונג
איך ווייס נישט פארוואס אבער ווען אימער די נושא פון גיוס בני ישיבות ערשיינט פריש אויפן סדר היום ביים יהדות החרדית שפילט זיך אפ אין מיינע צווי הונדרעט און אכט און פערציג גלידער אן אזיל חיורא ואתי סומקא. דהיינו אין אידישע איבערזעצונג: די בלוט דרוק מיינע שיסט ארויף אויף הויכע מסוכנ'דיגע שטאפלן.

פארצייטענס פלעג איך דורכליינען יעדער אידישע ארטיקל געשריבן אויף די נושא פון גיוס בני ישיבות אין זיכן מיט ליכט בחורים ובסדקים אולי וועל איך טרעפן עפעס א שרייבערל וואס זאל נאר מרמז ברמז כל שהו אז די צד שכנגד האט עפעס א טענה אדער א קליינע נקודה... אבער מיר האלטן אנדערש... אבער חפשתיו ולא מצאתיו קייינער אנגעפאנגן ביים ליטווישן יתד; גערער המודיע; און גענדיגט ביים דעם סאטמארע איד און ארונישע בלאט עקזעסטירן נישט קיין צד שכנגד ווער רעדט פון צו טעקלן זייערע טענות.

מען איז כסדר פארנומען ביי אונז מיט די נאכפאלגן פון גיוס בני ישיבות וואס עס מיינט פאר אונז חרדים און וואס עס מיינט פאר א בן תורה זיך צוטרעפן אינעם ציוניסטישן מיליטער. אבער פארוואס אכציג פראצענט פון מדינת ישראל בירגער פארלאנגען אז חרדים זאלן זיך שטעלן צו לשכת הגיוס דאס איז אינגאצען נישט אונזער עסק. ווייל יעדער ווייסט זיי מיינען דאך נאך אונזער שלעכטס זיי האלטן נישט אויס אז עס נאך דא אידן אשר לא כרעו לבעל.

היינט צוטאגס ליין איך נאך אלץ יעדער ארטיקל איבער גיוס בני ישיבות אבער נישט ווייל איך וויל דארט טרעפן א דעה צלולה, ווייל פון דעם האב איך זיך שוין פון לאנג מייאש געווען (איך קלער אז דא וואלט אפי' ר' נחמן אליין מודה געווען אז יאוש יא פארהאן) נאר א יעדעס מאל ווען איך ליין און איך הער ווי נאנט דער גזירה האלט ביים פארוויקליכט ווערן העראיך א בת קול היוצא מהר חורב אז נצח ישראל לא ישקר. א יעדעס מאל ווען איך זעה א בילד פון א חרדי מיט בארד און פאות זעה איך א שיין פון האפענונג א ליכט און דעם סוף פונעם טונעל אז עדיין יש תקוה.

ווער עס פארשטייט נישט וואס איך רעד וועל איך מסביר זיין בקיצור נמרץ. דאס איז דאך א דבר פשוט אז מיר זענען גוט אינדערערד א יעדער בר דעת פארשטייט אז צולאנג וועט אונזער מהלך החיים, וואס גייט שוין אן א יובל שנים פלוס צוויי שמיטות, נישט קענען אזוי אנגיין (בפרט און ארץ ישראל) מען האלט יעצט אינמיטען א טראנסזישן פון א מצב קריטי צו א מצב אנוש. יעדער קוועטש און יעדער ברעטשעט איינער וועגן דירות קריזיס און א צווייטער וועגן לימודי חול, איטליכער וועגן ששה בכרס אחד און אלע וועגן עניות שמעבירות את האדם על דעתו ועל דעת קונו. מען קען היינט נישט זאגן קיין גאנצע הללו-קה (אפילו אין א פארשטיפטע בית מדרש) אן איבערגעהאקט ווערן מיט זיבן משולחים און פינעף פושקע קלאפערס אנגעפאנגען פון טאטן פון חתן דער ברודער פונעם חתן און דער חתן אליינס און אמאך אלע דריי צוזאמען.

און דאס פארשטייט אויך יעדער אז פון אונז אליינס וועט נישט קומען די ישועה מיר זענען אזוי פארפלאנטערט מיט מעמד פרנסה קהילה ווייב שווער און שוויגער אז רוב בעלי דעה ווען מאכן דעם חשבון אז סלוינט פשוט נישט אויף צו הייבן א שופר און א שאַל טוען א תרועה. ווייל מען וועט דעם שופר צו ברעכן פאר עס האט צייט צו ענדיגן דעם ערשטן תרועה.

און דער אייבישטע צוזענדיג דעם פיין פון זיין געפלאגט פאלק האט ער ברוב רחמיו וחסדיו צוגעפירט בהשגחה פרטית אז יאיר לפיד זאל געווינען 51 מאנדאטן אינעם כנסת און אויפרודערן דעם דעת הציבור אז עס איז העכסט צייט צו ענדיגן דעם פאראזיטישן חרדישן לעבןס סטייל. זיך נעמען לערנן לימודי חול מיט די קינדער; גיין אין מיליטער און באוואכען דאס לאנד גענוי ווי אלע בירגער און אין איינוועגס זיך צוגעוואוינען צו יגיעת כפים און נאכדעם גיין ארבעטען און ברענגן פרנסה בכבוד און נישט זיין קיין לאסט אויפן אלגעמיינע ציבור.

און אולי האי וכולי אזוי ענדליך ברעכן דאס קייט פון עניות ביי חרדים, דאס משוגעת פון די ליטווישע אז פון צוועלף שבטיים האט מען געמאכט איין גרויסע שבט לוי, און בני ברק האט מען פארוואנדעלט און אן עיר שכולה כהנים. און צוקנאקען דאס שוואכקייט ביי חסידים צו זיין סמוך על שלחן וממון של אחרים אזש אז בית שמש און ירושלים זענען פארוואנדעלט געווארן אין אן עיר שכולה בטלנים.

פארשטייט זיך אליינס אז דאס מיינט נישט אז מען ברויך נישט קעמפען אז דאס אלעס זאל זיין אויסגעהאלטן בדרך התורה והיראה דהיינו די בחורים זאלן קענען דאווענען בציבור במתינות ובדביקות. האבן שיעורי תורה און שיעורים אין ספרי חסידות. נישט זיין אויסגעמישט מיט פרויען וכו' אבער זיך גענצליך ארויסדרייען פון אלע התחייבות פון א בירגער צו זיין לאנד קען אריינגיין (לויט געוויסע פוסקים) אינעם גדר פון פולשטענדיגע פאראזיטן.

נהורא נפישא » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:10 pm

· #171578
פארשטייט זיך אליינס אז דאס מיינט נישט אז מען ברויך נישט קעמפען אז דאס אלעס זאל זיין אויסגעהאלטן בדרך התורה והיראה דהיינו די בחורים זאלן קענען דאווענען בציבור במתינות ובדביקות. האבן שיעורי תורה און שיעורים אין ספרי חסידות. נישט זיין אויסגעמישט מיט פרויען וכו' אבער זיך גענצליך ארויסדרייען פון אלע התחייבות פון א בירגער צו זיין לאנד קען אריינגיין (לויט געוויסע פוסקים) אינעם גדר פון פולשטענדיגע פאראזיטן.

פארוואס קעמפן אויף צוויי פראנטן, ראשית העוסק במצוה פטור מן המצוה, ובפרט במלחמת מצוה הותרו כל איסורין שבתורה כמבואר ברמב"ם, והשנית לוינט זיך נישט ארייינלייגען די פולע ענערגיע צו קעמפן אקעגן אונזערע שונאים וואס ווילן אונז פארשלינגן, זאל שוין קומען דער צייט אז ס'זאל הערשן שלום ושלוה צעווישן אלע ראסן און נאציאנען און מיר זאלן אלע ארבייטן געמיינזאם פאר די פארשריט פון אונזער צוקונפט, ויקויים בנו מקרא שכתוב וְכִתְּתוּ חַרְבוֹתָם לְאִתִּים וַחֲנִיתוֹתֵיהֶם לְמַזְמֵרוֹת לֹא יִשָּׂא גוֹי אֶל גּוֹי חֶרֶב וְלֹא יִלְמְדוּ עוֹד מִלְחָמָה.אכי"ר

פידלער » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:34 pm

· #171587
איך בין נישט אזוי אפטימיסטיש ווי די איבער די שטראל פון האפענונג. איך האב נישט לאנג צוריק געלייענט אן ארטיקל דורך י. עפרויקין, געשריבן אין יאר 1939. ער באקלאגט זיך אויף דעם וואס אידן האבן זיך אזוי גרינג געלאזט פארטרייבן פון זייערע היימען. אויב יעדער יחיד וואלט געבליבן שטיין פעסט, האט ער גע'טענה'ט, אפילו אויב מ'הרג'עט אים (וואס די דייטשען האבן סיי ווי געטאן) וואלט געווען אוממעגליך פאר די נאציס אויסצופירן. מ'קען נישט גיין פון יחיד צו יחיד און "קעיר נעמען" פון יעדן עקסטרע. מיר קוקט עס אויס אז וואס די אידן האבן ליידער נישט געטאן אין יענע יארן טוען זיי יעצט אין ארץ ישראל. און ווילאנג יעדע בחור האלט זיך פעסט און לאזט זיך ארעסטירן (ווייל זיי האבן נישט די קלארע בליק ווי די, בענדזשאמין), זע איך נישט ווי עפעס גייט זיך דארט טוישען.

אפטעמיסט » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:42 pm

· #171589
כ'פארשטיי נישט פארוואס זאכן וואס זענען אזוי קלאר צו מיר, זענען אזוי פארנעפלט פאר אנדערע, און פארוואס זאכן וואס לייגן זיך נישט אויף מיין שכל, זענען אזוי פארשטענדליך צו געוויסע.
כ'בין שוין מיד פון קרעכצן און הייזעריג פון שרייען. פארשידענע זאכן אין טראדיציאנס וואס זענען קריואז און א מיסטעריע מאכן שוין מער סענס ווי דעם זינלאזע מלחמה קעגן די גיוס. אפי' די סאטמארע חוק פון סיעמס, און דער חרדי'שע עיכול קעגן פור סלייס, זענען שוין מער עולה על הדעת ווי די מלאכי חבלה'נע שק ואפר ראליס, און די געלדגייציגע ויזעקו'ס פון די אגודה- קעגן דעם חוק הגיוס.
וואס אין דער וועלט ווילן די חברה? וואט אן עירט? איז שוין אמאל געוועהן, מאז עמדו רגלינו בהר סיני, אז רוב רובא פון כלל ישראל זאל בלינד זיין, טויב זיין און אזוי צו'חוש'ט זיין?

יאיר » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 10:49 pm

· #171593
אפטעמיסט

וואס אין דער וועלט ווילן די חברה? וואט אן עירט? איז שוין אמאל געוועהן, מאז עמדו רגלינו בהר סיני, אז רוב רובא פון כלל ישראל זאל בלינד זיין, טויב זיין און אזוי צו'חוש'ט זיין?

יא, פערציג טעג דערנאך.

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:06 pm

· #171597
ווי אזוי קענען מיר ארלעדיגען א גיוס אין אמעריקע?

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:14 pm

· #171600
גיי אין מלחמה מיט וויעטנאם.

פישלע העררינג » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:15 pm

· #171601
נולד מאוחר
ווי אזוי קענען מיר ארלעדיגען א גיוס אין אמעריקע?

חלילה! מיר אלע גייען צו די ארבעט, ביי אונז קוקט מען ארויף אויף א בעלבאס און א בעל פרנסה.

דער (פינטעל) איד » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:52 am

· #171638
שוין צייט פאר א דיסלייק קנעפל

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 2:10 am

· #171647
נהורא נפישא
פארשטייט זיך אליינס אז דאס מיינט נישט אז מען ברויך נישט קעמפען אז דאס אלעס זאל זיין אויסגעהאלטן בדרך התורה והיראה דהיינו די בחורים זאלן קענען דאווענען בציבור במתינות ובדביקות. האבן שיעורי תורה און שיעורים אין ספרי חסידות. נישט זיין אויסגעמישט מיט פרויען וכו' אבער זיך גענצליך ארויסדרייען פון אלע התחייבות פון א בירגער צו זיין לאנד קען אריינגיין (לויט געוויסע פוסקים) אינעם גדר פון פולשטענדיגע פאראזיטן.

פארוואס קעמפן אויף צוויי פראנטן, ראשית העוסק במצוה פטור מן המצוה, ובפרט במלחמת מצוה הותרו כל איסורין שבתורה כמבואר ברמב"ם, והשנית לוינט זיך נישט ארייינלייגען די פולע ענערגיע צו קעמפן אקעגן אונזערע שונאים וואס ווילן אונז פארשלינגן, זאל שוין קומען דער צייט אז ס'זאל הערשן שלום ושלוה צעווישן אלע ראסן און נאציאנען און מיר זאלן אלע ארבייטן געמיינזאם פאר די פארשריט פון אונזער צוקונפט, ויקויים בנו מקרא שכתוב וְכִתְּתוּ חַרְבוֹתָם לְאִתִּים וַחֲנִיתוֹתֵיהֶם לְמַזְמֵרוֹת לֹא יִשָּׂא גוֹי אֶל גּוֹי חֶרֶב וְלֹא יִלְמְדוּ עוֹד מִלְחָמָה.אכי"ר

יא. אבער ביזדערווייל?! וואס 'עט מען טון ביז ביאת הגואל און נאך מלחמת גוג ומגוג! מ'מוז זיכן עפעס אן עצה אויפ'ן קורצן טערמין אויך! 🙄 😢 😮

אויס מענטש » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 5:53 am

· #171649
בענדזשאמין איר האט פארטוישט די יוצרות.
די ירושליימע אידן האבן ליב אייער בילד אבער נישט אייער שריפט,אין ישראל איז דער כלל, מיר בעטן געלט און גיבן עצות.
נישט פארקערט

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 10:01 am

· #171667
בענדזשאמין פרענקלין

און דער אייבישטער, צוזעענדיג דעם פיין פון זיין געפלאגט פאלק, האט ער ברוב רחמיו וחסדיו צוגעפירט בהשגחה פרטית אז יאיר לפיד זאל געווינען 51 מאנדאטן אינעם כנסת און אויפרודערן דעם דעת הציבור אז עס איז העכסט צייט צו ענדיגן דעם פאראזיטישן חרדישן לעבנ'ס סטייל. זיך נעמען לערנען לימודי חול מיט די קינדער; גיין אין מיליטער און באוואכען דאס לאנד גענוי ווי אלע בירגער און אין איינוועגס זיך צוגעוואוינען צו יגיעת כפים און נאכדעם גיין ארבעטן און ברענגען פרנסה בכבוד און נישט זיין קיין לאסט אויפן אלגעמיינע ציבור. און אולי האי וכולי אזוי ענדליך ברעכן דאס קייט פון עניות ביי חרדים

כאטש מיין שיטה איז בכלל נישט אייניג מיט הער בענזשאמין, גיי איך זיך נישט דא אויס'טענה'ן, איך האב נישט זיין פעדער און זיינע טאלאנטן, און איך ווייס נישט פונקטליך פארוואס דעם אויבערשטנ'ס רחמים וחסדים און השגחה פרטית האבן פונקט געלאנדעט אויף דעם "פאראזיטישן" לעבנ'ס סטיל, אבער אויף די פאראגראף הנ"ל וויל איך זיך אפשטעלן און פרובירן פארשטיין.

נניח אז די חברה וועלן מצליח זיין איינצושפאנען די "חרד'ישע פאראזיטן" אינעם מיליטער, ווי אזוי פונקטליך גייט דאס זיי איינגעוואוינען צו "יגיעת כפים"? ברענגען פרנסה בדרך כבוד?

לויט די פרומע, וויל די מיליטער בלויז אפ'שמד'ן איידעלע בחורים וואס זענען נישט צוגעוואוינט צו אזא פראסטן לעבנס שטייגער ואין להם אלא ד' אמות של הלכה.
לויט די פרייע, וויל מען בלויז אביסל סערוויס פארן לאנד, מ'כלומר'שט זאלסט צוריקצאלן אביסל פאר די האנט וואס שפייזט דיר. און נישט בלויז שיקן יענעמ'ס קינד אויפן פראנט.

אבער קיינער האט נישט בעזשאמינ'ס חלומות, אז דאס וועט ענדערן דעם לעבנ'ס שטייגער?

כולי עלמא איז מודה אז מדינת ישראל איז א פינאנציעל-געפלאגט לענדל, און עס איז א ריזיגער דיפערענץ פון די אייניגע עשירים ביז ס'רוב עולם וואס מוטשעט זיך אויפן טאג-טעגליכן, און יא, אפילו די פרייע/מיליטער גראדואירטע מיט קאלעזש דיפלאמעס; עס איז פשוט נישטא קיין געלט אדורכצוקומען דעם טאג! וויפיל פראטעסטן זענען שוין געווען צוליב די שרעקליך-הויכע שטייערן? מענטשן האבן זאגאר זיך פארברענט! און דאס איז שוין ביי די פרייע וועלכע האבן קוים א קינד אדער צוויי; וואספארא דמיונות וועבן זיך אין ענקערע קעפ אז נאך די "חסדי ה' פון גיין אין מיליטער און באוואכען דאס לאנד" גייט פלוצלינג אריינשיינען א הרחבת הדעת און זיי וועלן מער נישט זיין קיין לאסט אויפן ציבור?

איך וויל פשוט פארשטיין.

אפטעמיסט » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:21 pm

· #171717
ביסט גערעכט, שמעקי, אז אין מדינת ישראל איז אפשר שווערער צו מאכן געלט ווי ביי אונז אין אמעריקא, אבער ס'איז פארט מעגליך צו ציען חיונה און נהנה זיין מיגיעת כפו.
אויב וועלן די חרדים דינען אין מיליטער, וועלן זיי אטאמאטיש ארויסגיין פון דעם אידיאטישע, שגעון'דיגע לעבענסשטייגער וואס פארבאט זיך איינגלידערן, ארבעטן און מצליח זיין, און וועלן ווערן ציווילזירטע בירגער וואס לעבן און לאזן לעבן. דאס איז משטיינס זיכער, און איז (פון) די סיבה פארוואס זיי שלאגן זיך אזוי דערקעגן.
ביי אונז איז א נארמאלע זאך אז אינגעלייט זאלן ארבעטן ביטער שווער, דרייווען באסעס, זיין פלאמבערס, עלעקטירישענס און אפילו דרייווען גארבעדזש טראקס. אבער אין מאה שערים און בני ברק איז טון עפעס אנדערש ווי כולל, מוקצה מחמת מיאוס. יא, גערעכט, די פשוט'ע המון עם זענען אומשולדיג, אבער אז מ'פראבירט זיי העלפן, פארוואס לאזן זיי זיך נישט?
מ'רעד זיך אייביג אפ אויף אונזער סיסטעם, אבער שמעקי טייערער, אין אר"י איז דער מצב ערגער כפלי כפלים כיוצאי מצרים. אפילו דרייווען א קאר איז א מתיוונ'ישע זאך און איז בבל יראה, כמעט, ביי די חרדי'שע באפעלקערונג.
פרענקלין איז גערעכט. לפיד איז א אור בקצה המנהרה און א שטראל פון האפענונג.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:39 pm

· #171722
אפטימיסט: א קליינע הערה: אין אמעריקע זאגט מען אז די "אור בקצה המנהרה" קען אמאל זיין א רכבת וואס קומט צו פליען.
אויף ענגליש קומט ע אויס זייער שיין:The light at the end of the tunnel can sometimes be an oncoming train...!