☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מסע האדמורים: Counter Protest

מסע האדמורים: Counter Protest

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5541

עסקן בדברים » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 8:27 pm

· #171545
מסע האדמורים: Counter Protest
אפשר קען מען ארגענאזירן א Counter Protest קעגן די שרעקליכע חילול השם? טויזענטע אידן גייען ליידער שרייען פאר די וועלט, מיר ווילן נאר נעמען און גארנישט נושא בעול זיין! און נישט נאר אז מיר שעמען זיך נישט דערפון, נאר מיר קומען נאך פראטעסטירן!
למה יאמרו בגויים איה נא נארמאליכם?
אפי' מיר וועלן האבן אסאך ווייניגער מענטשן וועלן מיר מסתמא באקומען די זעלבע media publicity

יאיר » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 8:32 pm

· #171547
איך האב מורא מ'וועט זאגן אז איך בין געווארן מאלעסטעט.

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 8:35 pm

· #171548
בקהלם אל תחד כבודי, שטייט נישט אז מ'גייט מאכן א קאנטער פראטעסט, נאר איך וויל מיט די גאנצע שגעון קיין שייכות נישט האבן.

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 8:38 pm

· #171549
די חסידישע פאטליקאנטן און אדמורים זענען דאך נישט משוגא, זיי ווייסן ס'מאכט נישט קיין סענס. אלא מאי איך מיין ס'איז געלט פאר די מוסדות (אדער פאר..) מלובש אין דעם גיוס משוגעת. זיי זענען דא זיך צו פאמפען מיט די פאן פון גזירת גיוס, ס'איז אינטערסאנטער ווי בלויז צו קומען ווייל די מוסדות דארפן אודך געלט.

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 8:41 pm

· #171551
איך וואלט זיך משתתף געווען, אבער נישט מיט קולות וברקים, נאר מיט א ריזיגע פאוסטער, מיטן אויפשריפט:
חילונים! ווערט נישט פרום, מיר דארפן אייך אין צבא!

פיטומי מילי » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 8:50 pm

· #171555
א חברה משוגעים פליצלינג איז מער נישט קיין חילול השם. ווילן נישט מוותר זיין אפילו אויף אן אינטש אבער ווילן נישט גיין אין מיליטער. זאל זיך אנדערע הרגנ׳ן פאר זיי.
נעבעך מרודף׳ט די חרדים

פיטומי מילי » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 8:54 pm

· #171557
Oh איך האב פארגעסן, זייער תורה היט במקום די צבא

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:19 pm

· #171606
קאווע טרינקער
איך וואלט זיך משתתף געווען, אבער נישט מיט קולות וברקים, נאר מיט א ריזיגע פאוסטער, מיטן אויפשריפט:
חילונים! ווערט נישט פרום, מיר דארפן אייך אין צבא!

אמנון יצחק, אל תחזיר אותם בתשובה, אנחנו צריכים אותם בצבא!

דער (פינטעל) איד » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:19 am

· #171626
עסקן בדברים
אפשר קען מען ארגענאזירן א Counter Protest קעגן די שרעקליכע חילול השם? טויזענטע אידן גייען ליידער שרייען פאר די וועלט, מיר ווילן נאר נעמען און גארנישט נושא בעול זיין! און נישט נאר אז מיר שעמען זיך נישט דערפון, נאר מיר קומען נאך פראטעסטירן!
למה יאמרו בגויים איה נא נארמאליכם?
אפי' מיר וועלן האבן אסאך ווייניגער מענטשן וועלן מיר מסתמא באקומען די זעלבע media publicity

דאס אלעס נאר אויב סאטמאר באטייליגט זיך נישט. ווייל אויף סאטמאר קענסטו נישט שרייען אז זיי נעמען נאר.

דעת תורה » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:21 am

· #171659
וואס הייסט אידן וואס געבן גארנישט און ווילן נאר נעמען? זיי צאלן דאך פיל מיט טעקסעס אויף טריט און שריט, איז דאך נישט מער ווי יושר אז זיי זאלן צוריק באקומען זייער פעיר שעיר. זיי זענען דאך גארנישט ערגער ווי סתם מענטשן וואס וואוינען אין קאנאדא צי אין ענגלאנד און גייען אויך נישט אין מיליטער אין זייער היים לאנד, דאך געניסן זיי פון אלע בענעפיטן (חוץ די וואס זענען באשטימט פאר וועטעראנען).

איי, מדינת ישראל איז אנדערש ווייל עס האט א דרעפט, און פרייע גייען אויך, אויב אזוי קומט אויס אז די פרומע מאכן זיך באקוועם אויפן חשבון פון די פרייע? נו אלא מאי, מי שאכל שום יחזור ויאכל שום? על הראשונים אנו מצטערים, ואתה בא להוסיף עליהם. די פרייע דארפן טאקע אויך נישט גיין. איי ווער וועט אפהיטן דאס לאנד? איז די תירוץ, די זעלבע וואס היטן אפ כמעט אלע לענדער אין די וועלט. נעמליך, א קליינע צאל, פראפארציאנעל פון דעם באפעלקערונג, די וועלכע זענען דורכגעדרינגען מיט פאטריאטישע שטאלץ פון איין זייט, די וועלכע דער טאטע און די זיידע זענען נאך געווען מיליטערלייט, און פון די אנדערע זייט ווערן זיי באנומען פון די שיין קלינגענדע עדס (מיט די עווערעזש לוקינג פרויען) און פינאנציעלע הבטחות.

אלע מומחים טענה'ן אז דער דרעפט איז ארויסגעווארפן געלט, צייט און רעסורסן, אנשטאט זאל מען זיך קאנצעטרירן אויף א קלענערע מער פראפעסיאנאלע ארמיי אזוי ווי אלע מאדערנע לענדער האבן, אבער דער צה"ל קווענקלט נאך, דער צה"ל האט - חוץ זיין א צבא הגנה - נאך פונקציעס וואס זי דארף אויספירן, שליחותא דקמאי קא עבדי, בן גוריון האט אוועקגעשטעלט א מאדעל פון א מיליטער וועלכע זאל זיין דער "שמעלץ טאפ" (כור ההיתוך - בלשונו) וועלכע טוט אויספארעמען דען נייעם דור'ס געשטאלט. זעהט איר, אט דאס ווילן מיר נישט מאיזה סיבה. מיר האלטן נישט פון דעם אז די מיליטער זאל אויספארעמען אונזער יוגנט פון פריש.

היימישער ליטוואק » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 9:52 am

· #171664
דעת תורה
אלע מומחים טענה'ן אז דער דרעפט איז ארויסגעווארפן געלט, צייט און רעסורסן, אנשטאט זאל מען זיך קאנצעטרירן אויף א קלענערע מער פראפעסיאנאלע ארמיי אזוי ווי אלע מאדערנע לענדער האבן, אבער דער צה"ל קווענקלט נאך, דער צה"ל האט - חוץ זיין א צבא הגנה - נאך פונקציעס וואס זי דארף אויספירן, שליחותא דקמאי קא עבדי, בן גוריון האט אוועקגעשטעלט א מאדעל פון א מיליטער וועלכע זאל זיין דער "שמעלץ טאפ" (כור ההיתוך - בלשונו) וועלכע טוט אויספארעמען דען נייעם דור'ס געשטאלט. זעהט איר, אט דאס ווילן מיר נישט מאיזה סיבה. מיר האלטן נישט פון דעם אז די מיליטער זאל אויספארעמען אונזער יוגנט פון פריש.


מקור ביטע.
אלע מומחים? אינטערסאנט, און קיינער פון די בערך מיליון סאלדאטן און זייערע עלטערן שרייט נישט אז הלמאי טוט מען אזא אומרעכט?
איך האב פארשטאנען אז דא רעדט מען פון חרד'ישע "מומחים". פארשטייט זיך אז זיי האבן "על מה שיסמכו" עפעס א צייטונגס ארטיקל אדער א פרופעסאר אויף א בענקל אין עפעס א ליבעראלע אקאדעמיה.
אבער ביטע צייכן מיר אן א לינק וואו איך וועל זען אז "אלע" מומחים האלטן אז דאס קליינע לענדל ארומגנומען מיט ביליון שונאים דארף נישט קיין דרעפט.

yatzmachp » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 3:18 pm

· #171772
אהן אריינגיין אין די אישו ווער עס זענען די מומחים, די מציאות איז אז כמעט אלע מערב לענדער, וועם די מדינה וויל נאכמאכן, האבן נישט קיין דרעפט. דאס מיינט נישט צוזאגן אז אין א פאל וואס מען דארף בשר אוין פראנט קענען זיי נישט רופן די אנדערע, אין אמעריקע מוז זיך יעדער 18 יעריגער רעגיסרירן מיט די selective service. די מדינה אליינס אין די מלחמת השיחרור איז באשטאנען פון וואלונטירן.

די צווייטע זאך וועגן נעמען געלט קען מען זאגן אז די מדינה פירערס זענען די וואס זענען נישט גערעכט. טין אנפאנג האבן די חרדים נישט געוואלט נעמען געלט, דעמאלטס זענען די מדינה פירער, נאך פאר סאיז געווען א מדינה, גבעטן די חרדים זאלן נעמען געלט פון זיי און צוגעזאגט אז זיי גייען זיך נישט אריינמישן אין זייערע ענינים. דעמאלס האבן זיי געוואלט ווייזן פאר די וועלט אז זיי האבן אלע יודן. יעצט קומען זיי און טוישן די רולס.

פאר אינטערסאנטקייט

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=0mCV29j9_nY">http://www.youtube.com/watch?v=0mCV29j9_nY</a>

אפטעמיסט » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 7:50 pm

· #171895
ברעיקינג: באריכטן געבן אן אז דער counter protest איז אפגערופן געווארן. די סיבה דערפאר, ווי עס שיינט, איז צוליב דעם וואס די א.ג. "היסטארישע אסיפה" איז, אין די לעצטע מינוט, בטל געווארן.