☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הרב יוסי וואליס מנכ"ל פון ארגון ערכים אין וויליאמסבורג

הרב יוסי וואליס מנכ"ל פון ארגון ערכים אין וויליאמסבורג

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5539

אייניקעל » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 4:47 pm

· #171473
הרב יוסי וואליס מנכ"ל פון ארגון ערכים אין וויליאמסבורג
הרב יוסי וואליס מנכ"ל פון ארגון ערכים וועט היינט א' בא תשע"ד אויפטרעטן (אויף ענגליש) אין וויליאמסבורג - ביהמ"ד לעמבערג אויף ראטלידזש סט

בואו והתענגו נפשיכם
14.jpg

ל.רוזן » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 5:37 pm

· #171489
דער דרשה וועט זיין 8 אזייגער, באט ווער איז דער מענטש? און וואס גייט ער רעדן?

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 8:58 pm

· #171559
אייניקעל

בואו והתענגו נפשיכם

לאז מיך טוהן וואס ער האט געטון ביז די 50... וועט זיין "והתענג נפשכם".

א נייע ערשיינונג, בעלי עבירה / תשובה גייען אונז פארקויפען ווי זיס אונזער אידישע געטא איז...

כתר מלכות » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 10:22 am

· #171670
איך וואונדער מיר אויף די קלוגע שרייבער׳ס דא, זיי ווערן אזוי איבערגענומען פון רבנים, משפיעים, דרשנים ובעלי תשובה.
פארוואס קלערסטו אז ער לאזט דיך נישט טהון ביז די 50 וואס ער האט געטהון, ער קומט נישט צו דיר, ער קומט בלויז צו פופציג יעריגע.
אגב, נאך די 50 פלאנסטו אויך צו טהון ווי ער?

ידען » מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 11:15 am

· #171693
קאווע טרינקער
אייניקעל

בואו והתענגו נפשיכם

לאז מיך טוהן וואס ער האט געטון ביז די 50... וועט זיין "והתענג נפשכם".

א נייע ערשיינונג, בעלי עבירה / תשובה גייען אונז פארקויפען ווי זיס אונזער אידישע געטא איז...

וואס האט ער געטוהן ביז די 50?