☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » שלעכטע חלומות

שלעכטע חלומות

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5524

ציגעלע » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 4:42 pm

· #170936
שלעכטע חלומות
אז איך האב שוין דע מייק און האנט וועל איך עס אויסניצען

וואס טיט מען מיט א 6 יעריג קינד וואס קימט אריין יעדע נאכט צי מיר אדער מיין ווייב'ס בעט ווייל ער האט שלעכטע חלומות, ער זאגט און אינזער בעט האט ער עס נישט

איך וואלט שוין שלום געמאכט אבער מיין ווייב טענעט זי שטייט אויף מיט שרעקליכע ריקען ווייטאג

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 4:44 pm

· #170937
<a class="postlink" href="http://www.sleepfoundation.org/article/ask-the-expert/children-and-bedtime-fears-and-nightmares">http://www.sleepfoundation.org/article/ ... nightmares</a>

ציגעלע » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 4:49 pm

· #170942
@ישמעאל הכהן ישר כח
אבער דארט רעדט מען פין מורא פין גיין שלאפען, מיין קינד פראבליעם איז בייזע חלומות ווען ער גייט שלאפען גייט ער ב"ה אן קיין פחד

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 4:53 pm

· #170944
אקעי וועל איך איבערלאזן פאר אנדערע מיט עצות

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 5:07 pm

· #170948
אויב דו גייסט צו אים אין בעט, האט ער נאך די מאנסטער חלומות? אויב נישט איז פיל בעסער דו זאלסט גיין ליגן מיט אים א האלבע שעה אין זיין בעט, אזוי וועט ער פילן מיט די צייט אז ער קען פילן safe אויך ביי זיך אין בעט, אפילו ווען ער איז אליינס.

ציגעלע » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 5:16 pm

· #170950
@רויטע וואנצעס סאנד גיט... דער פראבליעם איז נאר איך כאפ ערשט אז ער איז און מיין בעט ווען עס איז שוין כמעט טאג

אפשר דע ווייבעלע וועט גרייט זיין אויף דעים

טיטאניק » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 5:23 pm

· #170955
ווער ווייסט? אפשר קימט דאס ווייל די שרייבסט רח"ל אויף די כופרישע טריפהנעם קאווע שטיבעל?!

ערנסט גערעדט, איך האב אויך געהאט די פראבלעם מיט מיינע קינדער, איך האב בודק געווען די מזוזות, און ראה זה פלא אז איין מזוזה איז געווען פסול
אנדערע גוט זאגערס זאגען אז מען זאל לייגען א ספר קדוש אינטערען קישען, ווי ספה"ק נועם אלימלך, פארשטייט זיך אז מען דארף דאס ארים נעמען מיט עפעס אז עס זאל בלייבען אפגעהיטען בכבוד
אבער די סגולות זענען בדוק ומנוסה

ברסלבער » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 5:31 pm

· #170960
איך האב עס אויך געהאט. איך האב געזאגט פארן קינד צו קושן די מזוזה און בעטן דעם אייבערשטן מער נישט צו חלומ'ען שרעקעדיגע זאכן, און עס איז אוועק געגאנגען.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 5:40 pm

· #170964
@ציגעלע, דאס קינד דערציילט איבער וואס די חלומות זענען געווען?

אפטעמיסט » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 5:43 pm

· #170966
מ'דארף פרעגן די ניקס וואס חלום'ן. @גד החוזה, למשל, חלום'ט פון גארבעדזש. פרעג אים וויאזוי ער געט זיך אן עצה.

days » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 5:46 pm

· #170968
ציגעלע


איך וואלט שוין שלום געמאכט אבער מיין ווייב טענעט זי שטייט אויף מיט שרעקליכע ריקען ווייטאג

נו מאך שלום און נעם איהר אין דיין בעט... וואס האט דיין ווייבס רוקן וויטאג מיט דיין בעט?

גד החוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:52 pm

· #171050
אפטעמיסט
מ'דארף פרעגן די ניקס וואס חלום'ן. @גד החוזה, למשל, חלום'ט פון גארבעדזש. פרעג אים וויאזוי ער געט זיך אן עצה.


א דאנק פאר די אישי, וואס האט מיר אהער געשיקט. אבער איך מיז אייך פארעכטן, איהר האט געמאכט א שרעקליכען טעות. גד החוזה חלום'ט נישט פון קיין גארבעדזש, ער זעהט עס אזוי בהקיץ, ער איז אזוי וואך [ליין מיט א פת"ח], זאל עס זיין חושך אפילה ווי ביי יענע מכה אין מצרים, וועט אבער פאר מיר דער גארבעדזש שיינען מיט אזא שטארקע ליכטיגקייט כאילו איך האב זוכע געוועהן צום אור הגנוז.
ואגב זה, וויל איך קלאר מאכען איך בין נישט אזוי פארנומען בלויז מיט בילדער פון גארבעדזש, איך בין דא אינגאנצען איין וואך אין איך האב גענונג ארויפגעלייגט אין דער קורצע צייט אויך אנדערע בילדער, דוק ותשכח.